טאמבל סאס האט געשריבן:המשך יבוא איבער זיינע שיטות.
ביטע פאררעכטן און אויסבעסערן ווער ס'קען.
מימון'ס
"קריטיקעל סקעפטיסיזם" איז א לערע וואס באציהט זיך אויף די צוויי פיליזאפן, קאנט צוזאמען מיט דעם דייטשן פיליסוף פיכטה. ס'דערמאנט אביסל דער שיטה פון דעיוויד הום.
קודם א קורצע הקדמה: די דאזיגע סקול פון טראכטונג ווערט אנגערופן אידיאליזם, איינע פון די שטרעמען אין פיליזאפיע, וואס טענה'ט אז רוחניות, שפראך און נפש, פארנעמט א העכער ארט און איז חושיבער איבער חומריות. לפי די געדאנק פון אידעאליזם, פארנעמט מחשבה אדער צו זיין מער פונקטליכער, 'פארשטאנד' א צענטראלער תפקיד אין די וועלט'ס דעזיין און איז קריטיש פאר די וועלט'ס אנגיין – מחשבה און יקום טוען באשאפן אדער דערהאלטן איינער דעם אנדערן, אנדערש ווי דואליזם און אין קאנטראסט צו מאטריאליזם. מכאן ואילך ווערט שוין אידעאליזם צעטיילט, לדוגמא לפי ווי אזוי עמאנועל קאנט האט איר אפגעלערנט אדער העיגעל. לויט קאנט איז פארשטאנד עפעס וואס צווינגט אונז אנצוקוקן די מציאות ווי עס איז, מיט די אייגענשאפטן פון זמן ומקום, קאוז און עפעקט, און לויט העיגעל איז די מציאות און מענטשליכע היסטאריע עפעס וואס האט ווייניג וואס א שייכות צוטוהן מיט ראציאנאליזם, גענוי ווי די נאטורליכע וויסענשאפטן.
(אן אפלטונישע אידעאליסטישע געדאנקענגאנג, זאגט אויך אז צו יעדער גשמיות'דיגע חומר עקזעסטירט אויך רוחניות'דיגע אייגענשאפטן וואס זענען נישט אנגעוואנדן אין א חמריות'דיגע מציאות.)
אידעאליזם ווערט צעטיילט אין צויי תקופות, סובדזשעקטיוו אידעאליזם, פרי קאנט ערא, וועמענ'ס הויפט סופארטער איז געווען מעינלי - דזשארדזש בערקלי און טראנסעדענטל אידעאליזם וועמענ'ס הייסע אנהענגער זענען בעיקר געווען העיגעל, פיכטה און שעלינג.
עס איז וואויל באקאנט דער עפיסטימילאדזשיקעל פראבלעם מיט קאנטשענסנעס, אנגערופן סאבדזשעקט-אבדזשעקט פראבלעם און איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן ביי אונז אין שטיבל. דאס, אז וואס אימער אב(דזש)יעקט מיר זאלן נאר נישט רעדן פון, ווי אזוי קענען מיר, די סאבדזשעקט, וויסן אויף זיכער אויב זי (די אביעקט) עקזעסטירט "כשהוא לעצמו" – אינדרויסן פון אונזער באוואוסטזיין – אויב דער גאנצער "איך" מתחילה אן עקזעסטירט בלויז אין אונזער באוואוסטזיין. עס מוז זיין האט קאנט באשטימט אז מ'קען קיינמאל טאקע נישט וויסן אויב עפעס מחוץ אונזער באוואוסטזיין איז עקזעסטירט באמת. נאר אלע פון אונז טייטשן איבער אונזערע איבערלעבענישן דורך א פילטער אין אונזער מח. אלע מענטשן פארמאגן די זעלבע פילטער און מיר ווערן געבוירן מיט די קאנצעפטן פון מקום וזמן אריינגעבויעט אין אונזערע ברעינס. די פראפערטיס פון דעם פילטער, האט קאנט אנגערופן, אבדזשעקטיוו. עס איז די ברעין וואס פארמירט אונזערע עקספיריענסעס און זיי טוען באמת בכלל נישט אפשפיגלען די מציאות אינדרויסן פון אונזער קאנטשעס, די וועלט ווי עס איז באמת.
מימון האט זיך געקריגט אויף קאנט, ספעציעל בשייכות מיט'ן סאבדזשעקט אבדזשעקט פראבלעם. ער האט געטענה'ט אז דער גאנצער געדאנק איז נישט שווער וויבאלד אזא מושג ווי אינדרויסן פון אונזער קאנטשעס – עקזעסטירט בכלל נישט, ווי געלערנט בבית מדרשם פון די חסידים, און ווי דער לשון הרמב"ם אז אזא מושג געהערט נאר צו גאט, וואס נאר ער איז בבחינת "מציאות בבלתי מציאות נמצא",
ד.ה. אז ס'נישט מעגליך א מציאות וואס זאל זיך אפשפיהלן אהן א קאנטשעס.
מימון האט קריטיקירט קאנט דאס ער קען זיך נישט אפשאקלען פון דעם מעטאפיזישן דוגמאטישער געדאנק אז זאכן עקזעסטירן אהנעם זיין תלוי בכלל אין דעם מענטשנ'ס באוואוסטזיין.
דער אמת האט ער געטענה'ט איז נישט קיין רעזולטאט פון דעם וואס עפעס אינדרויסן פון דעם קאנטשעסנעס שטימט מיט די שכל נאר ס'איז א רעזאלץ פון א אינערליכע טעסט און איבערצייגונג פון קאנטשעסנעס
זעלבסט. די קאנטראסט צווישן די צורה שכלית און מאטריעליסטישע חומר (עפעס וואס קיצוניות'דיגע אידאליזם איז בכלל נישט מודה עקזעסטירט, ווייל לפי זיי, איז נישטא גארנישט מחוץ פונעם קאנטשעסנעס), האט מימון געהאלטן עקזעסטירט ווייל דאס איז דער מהות פון אונזער באגרעניצטע קאנטשעסנעס. יעדע מחשבה באשטייט פון א צורה וחומר און דער חיבור צווישן זיי ביידע איז דאס וואס איז מחייב דער מציאות.
מימון גייט אנטקעגן די וואס זאגן אז דער חומר ווערט פרעסיווד און פרעזענטירט צום הכרה דורך אן אביעקט ווען ס'איז א "זאך פאר זיך" אינדרויסן פון אונזער באוואוסטזיין. ער איז עס מסביר אין זיין חיבור מיט'ן באקאנטן משל פונעם מגיד וואס טוט ערקלערן די רילעישן צווישן ליכט און ליכטיגקייט. די זעלבע ווי עס קוקט אויס פאר עמיצער וואס קוקט אין א שפיגל כאילו עפעס געפינט זיך אונטער דעם אבער ער ווייסט אז אינ'אמת'ן טוט די ליכטיגקייט רעפלעקטירן זיך אין דעם שפיגל און ארויסגעיבן דעם בילד, די זעלבע קוקט אויס אויס אז די חומר וואס מיר זעען איז עפעס א חפץ פאר זיך אבער למעשה שטאמט אלץ פון דער "איך" זעלבסט. ד.ה. עס קוקט אזוי אויס מחמת וואס אונזער באוואוסטזיין זאגט אזוי. דער אביעקט איז פשוט דער שטענדיגער דעטערמינעישן פון דעם "איך" אין לויף פון יעדע רגע אין לעבן. אינדרויסן פונעם "איך" פאסירט גארנישט, די זעלבע ווי אונזער באשטימונג אויף א געוויסע חפץ אז ס'איז שווארץ פאסירט אויך נישט אין די ווירקליכקייט, אינדרויסן פון אונזער הכרה.
אנדערש ווי ריאליזם וואס זעהט א וועלט אויסקוק פון סאבדזשעקטיוו און "כשהוא לעצמו" ווי צוויי גורמים וואס זענען נישט אנגעהאנגען איינער אין דאס אנדערן טוט מימון'ס דיאליזם זאגן אז יעדע ערשיינונג דארף מען ערקלערן קודם מיט'ן פאקט אז מיר קענען בעצם נישט מקשר זיין צווישן אונזער אימענענטישער-אינערליכער וועלט וואס באזירט זיך אויף באוווסטזיין, מיט די טראנסעדענטישער וועלט – אינדרויסן פון אונזער קאנטשעסנעס – וואס מיר ווייסן קיין זאך איבער איר, און מיר דארפן אפילו נישט אננעמען איר עקזיסטענץ.
מימון האלט אויך אז געוועלטיגן אויפ'ן שכל איז דער מאראלישער אידעאל וואס ווערט נתגשם אין דעם קלוגן מענטש (אין זיינע ווערטער: "'דער חכם און דער איש המדות האבן שוין אויף דעם וועלט הנאה פון דעם אונשטארבליכקייט און איינציגקייט מיט גאט"). אין דעם לעצטן קען מען זיין די אווערלאפען צווישן זיינע דעות און דעם רמב"ם'ס אין דעם לעצטן'ס ספר מורה נבוכים און אפילו לויטן חסידישען צוגאנג, אז נאר דוקא אויף דער וועלט האבן מיר די מעגליכקייט ווי דער זהר שרייבט, "לאשתאבא בגופא דמלכא" מה שאין כן אין העכערע וועלטן וואס דארטן האט מען בלויז הנאה פון די אור און זיוו של אלוקים און נישט פון זיין עצם און מהות. (נאר אין חסידות איז דער וועג צו דערגרייכן דאס דורכ'ן מקיים זיין די תורה און מצות דוקא, בעת ווען ביי דעם גריכישן פיליזאף איז עס נאר דורכ'ן פאראייניגן דער "שכל הפועל" אין דער "שכל הנבדל"..וואטעווער דאס מיינט). מימון טענה'ט אויך אז דורכ'ן זיך משלים זיין אין ידיעה טוט זיך דער מענטש דערנענטערן צו גאט'ס קאנטשעסנעס און דאס איז דער וועג צו אונשטארבליכקייט. נישט דער מענטש איז אונשטערבליך נאר זיין קאנטשעסנעס וואס איז א נצחית.
לגבי גערעכטיגקייט האט מימון געהאלטן אז משפט און צדק זאל נאר געטוהן ווערן ווען אלע דא וועלן פה אחד אזוי מחליט זיין אויף דער גאנצער מענטשהייט. ד.ה. אויב וויל איין שופט פאַרדאָנען זיין משפחה קרוב, און נישט אנדערע מענטשן, איז דער פארדאן נישט בצדק. כלומר, דער דין מוז נגזר ווערן לפי אלע, ביי יעדן פאל. דער גאנצער מענטשהייט דארפן דינען אלס שופטים. פארשטענדליך אז דאס איז נאר טעארעטיש, נישט פראקטיש, אבער דער געדאנק פון א דזשורי למשל טוט אויף א ענליכע אופן רעפלעקטירן מימון'ס דעה אין דעם נושא.
מימון'ס רעיונות האבן משפיע געווען, צווישן אנדערע, אויף די באקאנטע דייטשע דענקער, פיכטה, שעלינג און העיגל און אויף דער אנטוויקלונג פון גרמנישער פיליזאפיע בכלל.
מימון'ס באציהונג צו רעליגיעס
מימון האט חוקר געווען רעליגיעס אין אלגעמיין, דורכן קאנצערטרירן זיך קודם אויף די נאטורליכע אנטוויקלונג פון דער אידישער רעליגיע, צעטיילענדיג עס אין דריי.
נאטורליכע רעליגיע: "רעליגיע וואס ליגט איינגעבעטעט אינעם טבע פון דעם מענטש" ("הדת הטבועה בנפש האלוהית שבאדם"), וואס איז א רעזולטאט פון דער מענטשנ'ס וואונדער איבער די זאכן וואס פאסירן ארום אים אויף וועלכע ער האט נישט קיין קלארע הסבר.
פאזעטיווע רעליגיע: דאס איז ווען נאטוררעליגיע ווערט אינסטוטוציענאליזירט. ד.מ. דער מענטשנהייט טוט --מיט די פארמיטלונג פון מענטשן און געוויסע אוועקגעשטעלטע סטרוקטורן צו מחייב זיין א געוויסע מעסידזש -- דעם נאטוררעליגיע פארוואנדלען אין אן ארגאנאזירטע קאנטראלירטע רעליגיע, וואס באזירט זיך אויף א התגלות אדער א נבואה. דער מטרה פון א פאזיטיווע רעליגיע, וואס קומט מתוך פארשטאנד און לאגיק, איז וואס פירט דעם מענטשליכן צום אמת. (דת "תורת ישראל")
פאליטישע רעליגיע: דאס איז ווען דער פאזעטיווער דת ווערט נתהפך צו א סיסטעם פון גאווערנמענט און געזעצן, וואס איר מטרה איז צו באקומען בעסערע מאכט פונעם ציבור-דער המון, אין פארעם פון קאנטראלירן וועלכע רעליגיע מענטשן זאלן גלייבן אין, און פארדעקן געוויסע ענינים מחמת פאליטישע סיבות. אין קעגנזאץ צו פאזעטיווע רעליגיע איז דא נישט די ציהל אנצוקומען צו עטיק אדער דער אמת, נאר צו געוועלטיגן אין די המון לצורך צו קענען פירן די געזעלשאפט. (האנס, די נוצרישע און איסלאמישע רעליגיעס וכו').
זיין באציהונג צו דער אידישער דתמימון איז באיינפלוסט געווארן באדייטענדליך פון דער אידישער געדאנקענגאנג, און בעיקר פונעם רמב"ם'ס שיטות, כאטש וואס ער האט ביטער קריטיקירט דער אידישער רעליגעיזער אויטאריטעט.
ער האט געטענהט אז אין די תקופת האבות איז אידישקייט געווען א
נאטוררעליגיע. ווען דער דת איז געווארן לעגאליזירט בעת מעמש הר סיני איז זיי פארוואנדלט געווארן אין א
פאזעטיווע רעליגיע און איז מיט דעם אנדערש געווען פון אלע ארומיגע געצנדינערישע דתות, וואס זענען געווען פאליטישע רעליגיעס. דער אידישער דת האט אויך אינזין דער טובה פון געזעלשאפט און דער רעיות אז גאט איז דער וואס איז שולט אויף דער וועלט. נישטא דערין קיין מיסטעריעס על דרך פון פאליטישע מאנופולאציע נאר מיסטעריעס וואס מ'קען פשוט נישט ראציאנאליזרן מיט'ן מענטשליכן שכל.
בימי בית שני אבער, מיט דער גרינדונג פון דער רבנית היהדות און תורה שבעל פה איז דער אידישער רעליגיע שטאטלעכווייז איבערגעגאנגען צו א
פאליטישע רעליגיע, דער שינו איז גאר ערגער געווארן מיט אונזער'ן זיך אפהאקן פון מאדערנעם לעבן נאכ'ן חורבן הבית. דער מטרה פונעם רעליגיע איז נתהפך געווארן אך ורק אפצוהיטן דער אידישער פאלק און דערפאר איז זי פארזאפט געווארן מיט הלכות און דינים וואס פארדרייען דעם ציהל ווי מ'זאגט. דער אידישער רעליגיע האט אויפגעהערט צו זיין עפעס וואס דארף ריכטן דעם דעת צום אמת און מער נישט געדינט ווי א געצייג צו מתקן זיין דעם מציאות.
מימון און קבלהמימון האט געלערנט אין זיין יוגנט קבלה און געזאגט אלס וואס ס'פארמאגט איז הסברים אויפ'ן נאטור, געשריבן מיט אלגורישע משלים. לדבריו, איז קבלה ענליך צו שפינוזה'ס שיטה פון פנתאיזם. לפי קבלה איז דער וועלט נאצל פונעם באשעפער'ס עצמיות דורכדעם וואס גאט האט זיך מצמצם געווען אין דעם חומר הארצי וואס איז געווען בעפארן בריאה. די צען ספירות איז מימון מסביר אויפ'ן דרך הפיליזופית און ער טענה'ט אז נאך אלעם זענען זיי א דיסגייס צו די עשר מדות ההיגיון פון אריסטו.
אויף דער פיליזאפיע פון שפינוזה האט ער געזאגט אז שפינוזה'ס שיטה איז דער היפך פון כפירה וויבאלד ער איז כופר במציאות העולם און נישט במציאות האל.
אין 1791 האט מימון געשריבן אין עברית א פירוש אויף די ערשטע חלק פון ספר מורה נבוכים להרמב"ם און עס א נאמען געגעבן
"גבעת המורה". אין זיין ספר איז ער אויך מבאר די מושגים פון פריה מאדערנע פיליזאפיע. צוליב זיין גרויסע אהבה צו תורת הרמב"ם האט ער זיך גערופן אויף זיין נאמען, "מימון".
חיי שלמה מימוןאין יאר 1793 האט ער געשריבן זיין אויטאביאגראפיע "חיי שלמה" איבער זיינע זכרונות, וואס האט שטארק עושה רושם געווען (אויך אויף דער דייטשער משורר און דענקער יוהאן וואלפגאנג פון גאטעה). צווישן אנדערע האט עס שטארק ליכט געווארפן לגבי די תולדות חסידות און יהדות פוילן. אינעם ספר קריטיקירט ער שטארק די בני דורו, די אידן און די נוצרים אייניג. ער מאלט אראפ די פוילישע אדללייט, די בלוט בלבולים קעגן די אידן, די חדרים סיסטעם און לעבן פון דעם מלמד, די שידוכים צוגאנג, זיין לעבן מיט זיין פרוי ווען ביידע זענען אינגע קינדער, די דרכי תשובה און סיגופים פון די חסידים א"נ. ער באשרייבט זיין באזוך ביים מגיד ממזריטש און גיבט אוועק א גאנצע פרק צו אויסלויבן משה מנדלסון. בנוסף איז ער מבאר אויף זיין שטייגער די דרכי הקבלה וסודותיה און דער פיליזאפיע פון דעם רמב"ם, לפי ווי ס'איז לדעתו משמע פון דעם ספר מורה נבוכים.
(מקור - וויקיפידיע)
[justify]
PK_maimon.png
[/justify]