בלאט 2 פון 3
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:57 pm
דורך בדחן
נהורא נפישא האט געשריבן:אבער תירוצים אין א זייט סהעלפט נישט ארויס צו אינזער רעפוטאציע,
שיין אז די זארגסט זיך פאר כלל ישראל, thanks and it's very much appreciate, אבער כלל ישראל איז פיין איר רעפוטאציע איז אקעי, שלאף רואיג.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:49 pm
דורך איך אויך
בדחן האט געשריבן:יואב האט געשריבן:מ'מישט דא אויס צוויי זאכן. איך ווייס נישט ווער ס'ארגומענטירט אז מיר שלאגן זיך אויף די גאסן. מ'לייקנט נישט אונזער חסד, אונזער גרייטקייט צו העלפן, ס'קומט נישט פאר (קיין סאך) רציחות בינינו, אונז זעמיר היבש מסודר אין דעם הינזיכט. וואס מ'רעדט דא איז "מענערס". אראפווארפן שמוץ אויף דער ערד, רוקן מענטשן, זיך נישט באדאנקן, און נאך פילע חזיר'ישע, דארפישע, מאדנע, אומאיידל, אוממענטשליכע התנהגות'ער. דער אשכול איז לחלוטין נישט קיין האספולער געוועזן, ממש בלויז א רוף צו תיקון המעשים. איך ווייס נישט פארוואס ס'שווער צו פארשטיין, און מיט וואס חברה דא טוהן דיסעגריען. ווער רעדט פון רציחה אא"וו.
איך ווייס נישט לעבן וועם די דרייסט זיך און ווער דיינע חברים זענענן, אבער הייב דיר אן דרייען ארום די אנטשטענדיגע חסידישע בעה"ב וואס זיי זענענן די רוב, וועסטע זען אז כלל ישראל איז נישט אזוי שלעכט ווי די לייגסט עס אראפ,
די גרויסע מערהייט איז גאר ווייט פון דאס וואס די שרייבסט, און מיט אפאר יוצא דופן'ס קען מען נישט אפסטעמפלען א גאנצע סעקטע,
לערן דיר אויס א פרק פון
דיינע אייגענע תגובות ווי אזוי די פייט'ס מיט ציין און נעגיל אז מען זאל נישט באשמיצען די גאנצע שווארצע געמיינדע מכוח א ריזיגע פערצענט פארפוילטע עפל, זאלען דיינע אידישע ברידער נאך האבן אזא רעכט ווי די שווארצע פאר וועים די פייט'ס, און לעביל נישט אפ די גאנצע סעקטע אידן צום שלעכטן צוליב א קליינע פערצענט.
יואב האט געשריבן:*און פאר איך פארגעס. "ראסיזם" וואס איז ליידער שטארק ביינונז מעג אויך האבן א תיקון. ס'קומט נישט פון קלוגשאפט, און נישט פון מענטשליכקייט.
גערעכט, נכלל און זיך נישט פיינט צו האבן דעם חסידישען איד מיטען צוקניישטען רעקיל, {נישט ח"ו אז די האסט זיי פיינט, איך שרייב נאר נאך א נקודה}
בדחן ,איך קען דיר נישט פאר אזא איינער וואס האט מורא צו שרייבן אפען.
יא זובחי אדם עגלים ישקון ,די וואס האבען אזוי ליב די שווארצע זיי האבען די מערסטע פיינט א ערליכע איד.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:07 pm
דורך DotCom
איך האב היינט געזעהן א מידל עידזש מענטש אפן האלטן די טיר פאר איינעם, איך האב נישט געגלייבט אז אזעלכע עידזש מענטשן ליינען קאווע שטיבל!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:17 pm
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:39 pm
דורך יואב
@בדחן, איך בין נישט אויפגעצויגן געווארן אין פייוו טאונס, איך קום פון בערך דער זעלבער פלאץ פון וואו דו קומסט, און איך דריי זיך אין די זעלבע 4-5 זיפקאודס ווי דיר. כ'בין שוין געפארן צוזאמען מיט חרדים מערערע מאל אויפן פליגער, וואו טייל מאל האב איך געדינט אלס א כמעט צענטער. כ'בין שוין אפילו געזיצן אין א סטעדיום צוזאמען מיט חרדים וואו ליידיגע פרעצל בעגס, אויסגעזויפטע וואסער באטלעך, און אויסגעבלאזנע טישוס, האבן זיך פרייערהייט געואלגערט אונטער די פיס, אלס רעזולטאט פון ווערן פארענדיגט דורך א כינוס פון כלל ישראל. אויך טובל איך זיך אין מקוואות וואו האנטוכער דינען אפיציעל אלס טישוס, און בורות ווערן באקוועם פארוואנדלט אין שויערס. און וכבר היה לעולמים איך זאל זיך אנשטויסן אין אן אנגעשפריצטער טוילעט זיץ שמי רגלים יפין לה, און איך וועל נישט לייקענען, כ'האב נאכנישט באגעגנט אנגעקאקטע טוילעט שיסלעך וואו די אינהאלט האט זיך אנטזאגט צו נידערן צו די אפלויף רערן. איך ווייס זייער גוט וואספארא פנים אונזער (ניין, נישט יעדער) "מענערס" טראגט.
יעצט, אפשר ווען מ'וואלט אונז באשמוצט ניו יארק פאוסט סטייל, וואלט איך געזוכט דאס אויסצוגראדן צו די מאקסימום. בסך הכל קומט איינער, ער שרייט בתוך עמי אנכי יושבת, און חברה, פליז, אביסל אויפמערקזאמקייט צו אונזער לייכטזיניגע צוגאנג צו מענטשליכקייט.
טא מה כל הרעש? איז דאס נישט אמת? האט ער באשולדיגט א יעדעס קאפ-צאל וואס ציילט זיך צווישן כלל ישראל?
יעצט כלפי ראסיזם האט מען זיך שוין ארומגעטענה'ט מיט דיר אין פילע אשכולות, ובפרט
דא וואו
@הערשי,
@יואליש, און אנדערע, האבן זייער שיין און קלאר אויסגעשמועסט, און דיר מסביר געוועזן בטוב טעם ודעת. דו ווילסט דאס במילא נישט פארשטיין, און איך גיי זיך בל"נ נישט אמפערן מיט דיר, צו מיט
@איך אויך, ווען אומער ס'פארגליסט זיך ענק.
און אגב איך האב בכלל נישט פיינט איינער מיט א פארקנייטשטן רעקל, הגם אויב איך זאל יא פיינט האבן האט דאס מיט ראסיזם גארנישט.
און וואספארא נארישע ארגומענט איז 'א צווייט פאלקס פראבלעמען'? וויבאלד איך בין א היימישער איד, און איך זיץ צווישן היימישע אידן, פראביר איך צו אויפמערקזאם מאכן אט דער סאמע זעלביגער געזעלשאפט איך דריי זיך אין. דער מארמאנישער, עווענגאליסטישער, קאטוילישער, מוסלעמענער קאווע שטיבל, זאל אויפמערקזאם מאכן זייערע חברה.
יתכן איך בין א שווארצער, וואלט איך יעצט מעורר געוועזן שחורים אויף די אפריקאניש-אמעריקאנער קאווע שטיבל. איך וואלט געזאגט אז גיין מיט די הויזן אזוי נידריג איז נישט אזוי פאסיג, און פארוואס דארפן אלע ווייסע טרייבן שפאס פון אונז. אויך דארף מען נישט רעדן מיאוס ממש אין יעדער סטעיטמענט, און מ'מעג אביסל נידערן די וואליום אינעם בי.עם. דאבליו. אין דער צייט ואס מענטשן שלאפן שוין. און עה, אנטשולדיגט דארטן דו שווארצע בדחן! כ'האב נישט געזאגט אז אלע גייען מיט נידריגע הויזן, רעדן מיאוס, און מאכן טויב אלע ארומיגע מענטשן. זייט נאר וויסן אז ס'טרעפט זיך אפט בינינו אזאנע התנהגות'ער, הגם באמת כולם אהובים, כולם ברורים, כולם גיבורים, און אלע זענען מענטשן באשאפן געווארן דורך דער אלמעכטיגער גאט.
טא וויאזוי קומט יעצט ראסיזם אריין אינעם בילד? מסתם דארף מען אלע אויס'שחט'ן כפי
הוראת איך אויך, נישט אזוי? און אויב דאס פינטעלע מענטש שפרינגט אויף ווען איך ליין דאס, בין איך וואס? א סעלף-העטינג דשאו?
ס'פארהאן פארשידענע אויפגעפיראכצער צווישן פארשידענע געמיינדעס. אז כ'וועל זאגן אז ישראלים זענען ווילדע דרייווערס, פארמאגן ווייניג דיסעפלין—און ניין, טאקע נישט א יעדער—און מ'בעהט ביטע ארבייט אביסל דערויף, האב איך זיי יעצט פיינט? אבער אז א מטורף וועט זאגן געטייט זאלן זיי געטייטעט ווערן ווייל זיי זענען ווילדע דרייווערס, ברויך יעדער בר דעת אשר רוח מענטשליכקייט בקרבו זיך עקלען פון אזאנע שמוציגע געמיינע רעטאריק.
אינטערסאנט ווי בדחן און איך אויך, צוויי דם שונאים וואס האבן שוין באוויזן אנצופארבן צענדליגע אשכולות פאר זייערע קעגנזייטיגע אידילאגישע אגענדעס, האבן געשלאסן אזא ראסיזם פאקט, אלץ צו באזיגן הומאנטערישקייט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:05 am
דורך מורינו הרב
בנוגע דיין ערשטע האלבע תגובה
איך וויל דא דערמאנען צוויי צוזאמענקונפטן אין די לעצטע עטליכע יאר און דער רושם וואס עס האט געמאכט:
כינוס כלל ישראל אין די ריזיגע סטעידיום - דארט איז געווען פארזאמלט איבער פערציג אלפים אידן. די איינגעשטעלטע זענען דאן ארויס פון התפעלות איבער די מייסטערהאפטיגע סדר און ערנסטקייט פונעם ציבור. מיר זעלבסט האט א חבר דערציילט אז אין א געשפרעך מיט איינעם פון די ארבעטער אויפן ארט, נאכן כינוס, האט אים יענער געזאגט אז מסתמא ווארט דיר אפ א שווערע דזשאב, נאך וואס אזויפיל מענטשן זענען דא געווען און מען דארף אויפרוימען אזא ריזן ציבור, האט יענער אים צוריקגעענטפערט לאכנדיג: "דאס איז שווער? - די בעיסבאל שפילער קענען זיך לערנען פון ענק. יעדע נאכט טוט זיך דא אן איבערקערעניש, שטיקלעך גאם סטיקן צו די ערד, שיריים פון גרילס איבער די גאנצע שטח, געברעכאכסט פון שיכורים וואס האבן אויסגעבראכן ועוד ועוד. דער גוי האט משבח געווען די איידלקייט פונעם היימישן ציבור.
קארט-קעיס פון נחמיה וועבערמאן - דארט זענען געווען אנוועזנד די OTD חברה. רוב פונעם זאל איז געווען פון זיי. דער דזשארדזש האט נישט אויפגעהערט רעדן און פארהאלטן איבער די שמוץ וואס גייט דארט פאר, שיריים פון עסן וכדומה, אזש אז ביי די לעצטע סעסיע האט דער דזשאדזש געבעטן אז עס זאל זיין פריוואט און נישט פארן ציבור. טראצדעם וואס עס איז אפיציעל פארבאטן צו עסן אין קארט רום, האבן זיך די חברה באקוועם געמאכט און געמיינט אז זיי זענען ביי זיך אין דייניג-רום. ווי אויך די שישקערייען במשך די גאנצע צייט פונעם קארט, וואס עס איז געווען למורת רוחם פון דער דזארדזש און אלע גוי'אישע אנוועזנדע.
אלזא, דערצייל מיר נישט פון א סטעדיום פון א כינוס כלל-ישראל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 12:11 am
דורך קאווע טרינקער
איך האב זיך דערמאנט פון אן אלטע
שיעור אויף קול מבשר, דארט בין איך מכוון צו [tag]נולד מאוחר[/tag]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 1:46 am
דורך נצבד
יואב,
קיינער פראבירט נישט צו לייקענען די -די אומפארמאלע-ראףף עדשעס פון די ברוקלינער חרידים,(גראדע די אנגע'קנט'טע ברעטלעך העסטו טרעפען איבעראל ווי מענער ביה'כ ווערען נישט געקליענט יעדע פופצין מינוט) אבער ביזען לאזען צוהאקען דעם טיר ,אדער זיך אריינכאפען אין די ליין וכדומה,איז פאלג מיך א גאנג,(און איך וואוין אויך ערגעץ בשכינות פון דיר)
מיין אטאקע אויף נהרות ד'פישען איז געווען,זיין בלעיטענט געמיינע אטאקע אויף "זיינע נאנטע" ,מיט א (אומ)פארשלייערטען מכלומרשטע קונסטרוקטיוו קריטיק ציעל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:08 am
דורך קאווע טרינקער
מורינו הרב טענה'ט אז משתתפי כינוס סיטיהאווביץ האבן נישט געמאכט קיין שמוץ, OTD מאכן שמוץ, סאו ווער מאכט די שמוץ אין קרית יואל כ"ו אב? מוז זיין ס'איז די ארונים, וואס זענען נישט געווען ביים כינוס.
@זר זהב האלט אויך אזוי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:06 am
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער. וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז דו ביסט פאני? זייער פאני.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:47 am
דורך שמעקעדיג
פאר די אלע וועלכע טענה'ן אז נאר אידן זענען נישט עטיש, דא האט איר א שטיקל נייעס: די טשייניזע זענען פיל ערגער!
אט האט איר א אויסשניט פון 'דער בלאט', ווי אזוי כינע לערנט אירע בירגער ווי אזוי זיך אויפצופירן אנשטענדיג אלס א פרעמדע טוריסט.
(אגב, אויסטון די "זאקן" שרייבט ער "זאגן", כדרכו מלא טעותים. אפשר טאקע איז כדאי צו שיקן א קאפיע דערפון פארן
גור'ער אינגערמאן וועלכער האט אויסגעטון די זאקן פאר די חצופה אויפן באס...)
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 2:55 am
דורך קלוג און יונג
יעדע נאכט טוט זיך דא אן איבערקערעניש, שטיקלעך גאם סטיקן צו די ערד, שיריים פון גרילס איבער די גאנצע שטח, געברעכאכסט פון שיכורים וואס האבן אויסגעבראכן ועוד ועוד
מורינו,
גיי ביטע צו א ביעסבאלל געים. עמער רעדן נאכדעם
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:50 pm
דורך שמעקעדיג
דער אשכול קען מען אויך צולייגן צום ליסטע:
viewtopic.php?f=4&t=3495
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:54 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:48 pm
דורך איש עברי
איך וויל מעלה זיין באוב דעם אשכול ווייל איך האלט אז עס איז פריצייטיגע נידון געווארן לקבורה עס איז ברענעדיגע נושא וואס דארף אויסגעפראקט ווערן עד זוב דם
לגופו של ענין טוט זיך דא א טענה'ריי עס קומט א איד און שרייט רבותי אפשר איז געקומען די צייט צו לערנען דעם עולם באזיס מאנירן, יסודות פון מענטשליכקייט ווען מען דרייט זיך אינדרויסן פון געטא.
קומט א צווייטער און שרייט אז נהורא נפישא איז גאר א סעלף העיטינג דשו, און כדרכו בקודש פון די סעלף-לאווינג דשוס ברענגט ער ווידער ארויף די ארגאניזאציע טענה, קוק וויפיל חסד מיר טוען בלא בלא בלא.
דאס איז א קלאסישע טענו בחיטים והודה לו בשעורים, עס איז אמת אז מיר זענען א פארמאכטע קאמיוניטי און ווי די שטייגער פון א פארמאכטע קאמיוניטי האבן מיר אסאך חסד צווישן אונז, און עס איז אויך אמת אז אונזער שעלטערד חינוך און דאס וואס מיר האלטן אונזערע קינדער אפגעזונדערט פון פרעמדע השפעות מאכט אז אונזער ציבור זענען נישט קיין גאסן יונגן מערדער און פארברעכער.
אבער מיר לעבן אין א פלאנעט פאר זיך מיר האבן אייגענע מאנירן קאוד'ס, אזעלכע וואס אנטוויקלט זיך צווישן אונז און איז נישט פארבינדן מיט די אלגעמיינע וועג וויאזוי מען פירט זיך אין די גאס, עס איז דא די היימישע גערעדעכצער און אויפפירעכץ און ווילאנג סבלייבט אין די משפחה איז נישט געפערליך הגם ס'איז דא אסאך וואס מתקן צו זיין.
אבער די צרה איז ווען א יונגערמאן דארף זיין אין די עפנטליכקייט, און בעיקר שטעלט זיך עס ארויס אויף די פליגער'ס, עס קומט מיר אויס אסאך צו פאהרען ונטערוועגנס, און איך מיין אז די חרדיש'ע ציבור ווערט רעפרעזענטירט אומפראפארציענעל אויף די פליגערס, וואס זאל איך ענק זאגן די בושות וואס מען מאכט אהן אויף די פליגער'ס איז איום ונורא.
איך רעד פון פאקטן אינגעלייט האבן נישט קיין מינדעסטע אהנונג וויאזוי מען זאגט איים סארי אדער עקסקיוז מי,
ער קומט ארויף מיט זיין קליין רענצעלע די לעצטע פון די גאנצע פליגער און האקט אריין און יעדן אויף רעכטס און אויף לינקס אהן קיין איין איים סארי, ווען א שיקסע שטייט אין וועג מאכט ער גרימאסן און שישקעט און פיסקעט נאר די ווארט עקסיוס מי קען ער פון מויל נישט ארויסזאגן
און דאס איז נאר די אנהייב זיין פלאץ איז לעבן א אלטע באביטשקע הייבט זיך אהן א מסכת פון טוישן פלאץ, [די עצם טוישן פלאץ איז א גרויל אבער אכהמ"ל] אנשטאט זיך קודם אראפזעצן און שפעטער מיט שכלגיין זוכן א צווייט פלאץ, אדער צוגיין און זאגן שטילערהייט פאר די סטוערד אז ער וויל טוישן מאכט ער א צערמאניע און בליבט שטיין און קוקט אראפ אויף די ערד ווי א סייקא, און פירט א מערכה מיט די מאנשאפט.
שפעטער הייבט זיך אהן מיט די מניינים וואס אידן וואס דאווענען נישט מיט מניין מיום כיפורים זה עד יום כיפורים הבא כאפן א דראנג פאר א מניין און ממאכט ששון אויפ'ן פליגער און מען וועקט אויף א האלבע פליגער און מען שאפט א סקאנדאל מיט די מאנשאפט, וכו וכו וכו כו כו כו כו כו כ.....
דאס איז נאר כטיפה מן הים און דאס איז נאר אויפ'ן פליגער,
און נאכאמאל אונז זעמיר נישט שלעכט אדער פאדארבען אונז זעמיר פשוט פרימיטיוו און האבן נישט די מינדעסטע מאנירן וואס יעדע גוי האט [יא אפילו א שחור פאר די ראסיסטן בינינו]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:49 pm
דורך איש עברי
דוכט זיך אז אין דעם הינזיכט איז די עלטערע דור בעסער ווי די יונגערע, די אידן פון די עלטערע דור האבן געווענליך א נארמאלערע באנעמונג, [זעהט אויס אז זיי זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין א געטא]
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:57 pm
דורך מ גפני
איש עברי האט געשריבן:דוכט זיך אז אין דעם הינזיכט איז די עלטערע דור בעסער ווי די יונגערע, די אידן פון די עלטערע דור האבן געווענליך א נארמאלערע באנעמונג, [זעהט אויס אז זיי זענען נישט אויפגעצויגן געווארן אין א געטא]
פארוואס זאגסטו אזוי? מיר האבן אלץ קינד געכאפט ציפעס פון אונטן פון אידן פון דעם עלטערן דור, די וואס ווערן יעצט אלט וועלן עס קיינמאל נישט טוהן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:07 pm
דורך איש עברי
איך מיין לגבי די פרט פון זיך אויפפירן מענטשליך ווען מקומט אין עפנטליכע פלעצער, די עלטערע דור האט אביסל מער פארשטאנען די מושג אז ווען מען קומט צווישן גויים דארף מען זיך אויפפירן איינגעהאלטן און איידל
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:36 pm
דורך מ גפני
אה ביי ענק אין אויסלאנד זענען נישט געווען אזעלעכע חברה?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:41 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:51 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שיינע אשכול. אינטערעסאנט קיינער ברענגט נישט אויף א לעצטיגע משוגעת ווי היימישע אינגעלייט גייען ארום אין נישט אידישע געגענטער און מאכן קנאוקאוט (knockout )אטאקעס אויף נישט אידן! אזא דור האט מען ביי אונז אויפגעצויגן? ס'איז א בושה נוראה צו זען ווידיא וואס פאליציי לאזט ארויס צו זען אינגעלייט מיט בערד און פיאות פאנטשן אין די נאז גוי'שע עלטערע פרויען און אפילו סתם שווארצע אינג'ן עד כדי מיתה. ווי איז אונזער עדיוקעשן? נישט דאס מאכט דיר פאר א פרומער איד!
רבותי וואקסט אויף און זאלן מיר אלע אויפהערן מיט אלע נאקואוט אטאקס אויף נישט אידן! אביסל מענטשליכקייט! אויב שפירסטע אז דו מוזט זיך ממש אויסגעבן טו עס אין א היימיש פלאץ ווארפ אראפ דיין זיידע, פאנטש דיין באבע'ס נאז. אבער למען השם טו עס נישט ביי גוים!
ובזכות זה זאל יעדער אן אויסנאם איינזען אז איך בין געפערליך אויפגעקלערט.
.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:20 pm
דורך berlbalaguleh