בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:32 pm
דורך חד גדיא
.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:18 pm
דורך zurich
היימישער האט געשריבן:איך גלייב שווער אז פון לערנען קען מען כאפען א נערווען בראך
נכד האדמ"ר מסקולן יוכיח!
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:50 am
דורך [NAMELESS]
נו, נישט שיין אויספויקן יענעמס ווייטאג ברבים, ווי קען מען טון אזא זאך?
ווי איז איז אונזער צורת האדם?
איינער וויינט אריין אין קישן ביינאכט צוליב איינעמס אומסענסיטוויטעט!
שוין אויסמעקן נעמען!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 8:31 pm
דורך דער (פינטעל) איד
היינט נאכט פאלט אויס די יארצייט פון שמואל אלקנה (קאָני) ב״ר ארי-ה לייב ע״ה ראטענבערג. ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ווער עס קען זאל ביטע לערנען משניות לעילו נשמתו. עליו השלום
דער גוטער איד פון וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:44 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך האב איהם געקענט און עס איז שווער צו טרעפען אזא גאלדענע הארץ. אזא אמת'דיגער גוטער.
עס קומט מער אויס צו זיין אסאך מאהל אין די געגענט פון די בית החיים ווי ער ליגט. איך גיי אלעמאהל אריין און צינד א לעכטל און זאג אפאר קאפיטלעך תהילים. ספעשיעלי פאר א ביזנעס דיעל.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 12:15 am
דורך [NAMELESS]
ווען אימער איך האב געדארפט צאלן קנס פאר מיין מגיד שיעור (דער גזלן) האב איך געוויסט אז מ'גיייט צו שלום לאנדא'ס רעסטעראנט (וואלט געפאסט א עקסטערע אשכול אויף שלום ואחיו ביי אנשי שם) אין די בעק בעטן פון קני געלט. אין ער פלעגט מיר נאך צוגעבן פינעף דאללער פאר פרישטאג מיט אפאר ציגארעטלעך. אוי חבל על דאבדין.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:54 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
אוי האב איך איהם געקענט געשמועסט אסאך מיט איהם הנאה געהאט פין איהם געקענט אביסל נאך מאכן מענטשן..
יא יא אלטע זכרונות
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:40 pm
דורך אויליגער
ארויפגעברענגט צום יארצייט
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:03 pm
דורך [NAMELESS]
מציבה
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:24 pm
דורך קינד_אן_קייט
איי קאני, קאני,
ווי ליבליך זענען דיינע זכרונות, און אינעם טאג פון דיין יארצייט בין איך אין א פארלעגנהייט צו טרעפן די פאסיגסטע וועג אפצוצייכענען דיין זכרון.
זאל איך גיין פארברענגן ביי ר׳ שלום לאנדא׳ס ווינקל?
עס עקזיסטירט שוין נישט.
זאל איך שפאצירן אינדרויסן אן א מאנטל?
איך פארמאג נישט די סארט פיזישע כוחות וואס דו האסט געהאט.
זאל איך פארררויכערן ציגארעטלעך?
כ׳האב נישט ר׳ קנה וואס זאל מיר שענקען איינס, צוויי (אדער אפילו דריי).
זאל איך אויסטיילן ציגארעטלעך?
מ׳וועט זיך טועה זיין אז כ׳בין גאר א חתן בזוו״ש.
זאל איך זיך איבערגעבן לייב און לעבן פאר מיינע עלטערן?
כ׳בין טרוד מיט מיין אייגענע משפחה.
זאל איך מיר צו נער מאכן בכדי אנדערע זאלן הנאה האבן?
כ׳פארמאג א ווייב און קינדער, כ׳קען מיר נישט ערלויבן אזא לוקסוס.
כ׳לויף דא אויס פון אפציעס, אבער כ׳קען דאך ארויפשטעלן מיין פארלעגנהייט ברבים, האפענטליך וועט דאס ברענגן א שמייכל פאר די וואס האבן דיר געקענט, ויהא זה לעילוי נשמתך.
Re: אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
יארצייט
Re: אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 4:15 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
כמדומה אז א מאנטל איז ער קיינמאל נישט געגאנגן ס׳האט געקענט זיין ביטערע פרעסטן.. נישט געניג דאס האט ער מקפיד געווען צי גיין קורצע ארמל...
יאך דענק אים פין חתנות אין פראנט פין
Continental hall...
קראכטץ אללע קאני לעבט..!!!
ת. נ. צ. ב. החיים
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:00 pm
דורך ליפא
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:23 pm
דורך chusid
אין די היינטיגע וועלט וויאזוי רופט מען אזא מחלה (די גייסטישע חלק ) וואס ער'ט געליטן? וועלעכע דיסארדער? איז דא גוים אזאנע?
Re: אלקנה (קאני) ראטטענבערג ז"ל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 6:43 pm
דורך פליקער
איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט היינט, אבער אמאל האט עס געהייסן א דיבוק
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 3:28 pm
דורך [NAMELESS]
היינט איז קאני ז"ל'ס יארצייט. צינד א לעכטעל לע"נ זיין הייליגע אויסעלייטערטע נשמה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 6:51 pm
דורך שבת אחים
איך האב נעכטען געהערט א ווארט בשם קאני ז״ל, כ׳גלייב אז סאיז א עלטערע ווארט ווי קאני, ווען רבקה אמנו איז דורך א קירכע האט עשו געשטויסן ווען זי איז אדורך א שול האט יעקב געשטויסן, שטעלסט זיך א פראגע פארוואס איז זי נישט געבליבן אינדערהיים? ווייל אינדערהיים האט יצחק געשטויסן...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 11:15 pm
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:אין די היינטיגע וועלט וויאזוי רופט מען אזא מחלה (די גייסטישע חלק ) וואס ער'ט געליטן? וועלעכע דיסארדער? איז דא גוים אזאנע?
חסיד: אבער די מחלה האט אויכעט א פיזיאלאגישע/ניוראלאגישע פאטאגען...ממילא איז דא גוים אויך וועלכע ליידן פון אט דעם דיסארדער...!
פון אמאליגע צייטן איז נישט קיין ראיה. (נישט אז ס'נישט דא אזא זאך ווי א דיבוק..) ווייל אמאליגע צייטן האט מען געזאגט אז עי. די. עיטש די. קינדער זענען שלעכט אדער פויל...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 6:46 pm
דורך ליפא
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:25 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ליפא האט געשריבן:rps20171122_184531.jpg
נישט צום גלויבן, נישט נאר האט מיכאל א רויטע בארד, נאר ער גייט אויך מיט נארמאלע בריל'ן
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:49 pm
דורך קאצקע ציקער
.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:54 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:נישט צום גלויבן, נישט נאר האט מיכאל א רויטע בארד, נאר ער גייט אויך מיט נארמאלע בריל'ן
ואס מיינט נארמאלע ברילן?
אגב דעמאלטס איז דאס געוועהן די סטייל אויב דאס האסטו געמיינט!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 1:37 am
דורך כלבאשבוע
יארצייט דעם מאנטיג