בלאט 2 פון 9

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:22 pm
דורך שעפטל
שמואל איז א שוואגער געווען.

קיין שאלה נישט אז מיט די רדיפות און איסורים האט מען אים אוועקגענומען (עכ"פ אויף יענע צייט - צו היינט בגלו) א שיינעם ציבור

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 5:40 pm
דורך איך אויך
שעפטל, כ'האב אביסל געליינט דעם מתי שוא, עס איז נישט צום גלייבן אז אזוינע קרעפ איז געווען אמאל א גאגנבארע זאך.

איך וואלט אים קאנטראסטעד מיט ישראל משה רויזענפעלד - כהיום אדמו"ר מדאראג, וואס ביידע קעיסעס האבען אסאך ענליכקייטן און ווי אזוי בעלזא האט געדילט דערמיט ווערסוס ווי אזוי די ס"ח האבען געדילט דערמיט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 6:21 pm
דורך I'm back
ס'ח = ספרי חסידות?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 7:26 pm
דורך מ גפני
מורינו הרב האט געשריבן:הייסט אז שמואל פריד האט אויפגעטאן וואס ער האט באמת געוואלט, אז ער האט אים אוועקגענומען רוב מנין ובנין.

לייג צו: און אויך זיין ערשטע ווייב

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:16 pm
דורך קינות גירושין
לכבוד שבת קודש: סאיז נישט אונזערע גשעפטן צו קינדער האבן שייכס מיט זייער טאטע, זעה די זאלסט האבען שייכעס מיט דיינע קינדער און שטאק נישט אריין דיין נאז אין יענעמס טאפ
בתקוה להבנה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:24 pm
דורך יואב
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך האב יעצט דורכגעליינט ביידע קונטריסים (שכוח שעפטל), שומו שמים וואס גייט דארט פאר. א הימל געשריי ממש.

איך האב אצינד עטליכע קושיות, ווער עס קען מיר פארענטפערן:

א. איז אמת די מעשה מיט די פטירה? - וואס איז פשט דערפון? - איך האב אויך אמאל געהערט א טעיפ פון די צוואה און א חבר (ווער ס'האט מיר מזכה געווען מיט דעם טעיפ) האט מיר דערציילט בשם אן אייניקל פונעם ניקלשבורגער רבי'ן, אז די טעיפ איז אטענטיש. איז וואס איז פשט דערפון? - איז ער א בלאפער? - איז פאראן פרטים וואס זענען צוגעלייגט געווארן אדער אראפגענומען געווארן? - וואס גייט פונקטליך פאר?

ב. ווי איך זעה, האט יואלי לעבאוויטש נאך עלטערע ברודער און שוועסטער (א זאך וואס איך האב נישט געוויסט ביז היינט). וואו געפינען זיי זיך? - זענען זיי בשלום מיטן טאטע'ן? - ווילן זיי אים קענען אדער נישט? - ווער איז דער ברוך יודא לעבאוויטש און פארוואס הערט מען נישט פון אים, נאר בלויז פון יואלי'ן?

ג. עס מאכט מיר דעם רושם אז נאכן זיך ציען קיין מאנסי, איז זיין 'חברותא' (וואו זיי רופן עס אן) קלענער געווארן. איז עס טאקע אזוי? - אויב יא, פארוואס?


ברוך יודא איז זייער א טאלאנפול און קלוגער אינגערמאן, האט א שיינע שטוב מיט קינדער, און איז זייער נאנט מיט זיין טאטן. די לעצטע פאר יאר האט ער געוואוינט אין מאנסי, און אפאר חדשים צוריק האט ער זיך גע'מופט קיין ארץ ישראל.

מ'הערט נישט פון אים פונקט ווי מ'הערט נישט פון לכבוד שבת קודש. כ'מיין וואסארא מין שאלה איז דאס.
אגב, ער האט ג'עקט אויף די טעיפ 'פורים אין באגדאד'.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:28 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ער פירט א רבי'שע שטוב, א פשוט'ע שטוב? - פארוואס האט ער געמופט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 8:36 pm
דורך קינות גירושין
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ער פירט א רבי'שע שטוב, א פשוט'ע שטוב? - פארוואס האט ער געמופט?

וואטס יור פריקען ביזנעס?
וואספארא שטוב פירט דיין ברודער?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:00 pm
דורך קאווע טרינקער
טעפל האט געשריבן:
גבאי שני האט געשריבן:די נושא דא איז איבער האדמו"ר ר' מיכל לעבאוויטש. נישט פארדרייען דעם אשכול.

וואס קומסטו ווארענען גלייך ביים ערשטען תגובה נאך פאר איינער זאגט א ווארט? נאר מוז זיין אז ער האט עפעס געשריבען וואס גייט זיך יעצט אנהויבען דא לעבעדיג..

לכל מאן דבעי למידע. [tag]גבאי שני[/tag] האט אויסגעמעקט עטליכע הודעות וואס האבן פארדרייט די נושא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:05 pm
דורך לכבוד שבת קודש
קיינער האט מיר נאכנישט געענטפערט.

איז אמת אז ער האט זיך געמאכט ווי ער שטארבט און געזאגט העכערע זאכן? - איז אמת אז ער האט געשריבן א בריוו, כאילו זיין טאטע שרייבט עס פארן געבוירן, אז ער באקומט א העכערע נשמה וכו'?

די זאכן זענען אמת אדער נישט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:16 pm
דורך קאווע טרינקער
לכבודו פון דעם ניקלשבורג'ע רבי פון מאנסי (נישט צו פארטוישען צו דער פון בארא פארק), מה הוא מבקש את הנרדף אף אתה, וועל איך זאגן אפאר ווערטער.

דער מענטש איז דער גרעסטער געליטענער חסידישע איד וואס האט זיך פארזינדיגט מיט די סיסטעם. אוי וועלען זיי, די רודפים, גרילען אין גיהנום מיט פעפעריגע סאוס. מ'האט דעם מענטש גע'הרג'ט אויף אן אופן וואס מ'קען נישט צוריק לעבעדיג מאכן. אוועקגענומען זיין ווייב און קינדער, און געפירט אנטקעגן אים א נידריגע פארשטינקענע גרויליגע מערכה, און דאס אלץ אונטער שלייער פון "אידישקייט" לה' ולתורתו!

מ'דארף דאס חזר'ן און געדענקען, די וואס לערנען תולדות יעקב יוסף מהדורת לויפער, זאלן וויסען אז אלע מראי מקומות און הערות זענען מעשי ידי הרב יוסף יחיאל מיכל הנ"ל. און די רוצחים האבן מקיים געווען רצחת גם ירשת וכו' וכו'.

מיין חבר וואס איז געווען ביי די שבת אויפרוף פון זיין זוהן, יואלי, האט מיר איבערגעזאגט די שלש-סעודות תורה פונעם רבי'ן הנ"ל. דער רבי האט ארויסגעברענגט בדרך משל ונמשל, בענין ווען א קינד וואקסט אויף אן א טאטע... און צום סוף האט ער זיך געוואנדן צו זיין זוהן, און ברבים זיך אויסגעדרוקט בכל מיני חיבה ותשוקה כלפי זיין בן חביב וכו'. יענער זאגט מיר אז ס'איז נישט געווען קיין איין טרוקען אויג אין בית המדרש.

"נעה, א שפילער!" - בהמה וואס דו ביסט. א מענטש מיט טאלאנטען טאר נישט זיין קיין רבי?!

"די דור שני דארף א תיקון", - נו, אוודאי, ווען יעדע בית אב וואס איז געגאנגען צו אים איז געקומען אונטער אן אטאקע פארן בלויזען חטא פון זיצען מיט ר' מיכל'ן ביי א באטע, און די תוצאות זענען געווען שלום-בית רייבערייען, ארויסווארפען קינדער פון מוסדות, אפהאקען מיט זיידעס/עלטערען, ועוד ועוד וואס דער אייבישטער פארגעסט נישט, אלו הצאן מה חטאו, אוודאי קען זיין דארט א גרעסערע פראצענט וואס דארף א תיקון. - איין מינוט, וואס רעדסטו? איך קען א גרויסע כוונת-הלב עולם, וואס דארף א תיקון. וואס זאגסטו יעצט?

ר' מיכל איז א איד וואס קען טרעפען א שפראך מיט א חסידישע אינגערמאן, און מיט אן אלטע בחור וואס ארבעט אפיציעל אין א נייט-קלאב, ומחזירו למוטב.

--
איך בין נישט קיין ניקלשבורגע חסיד. איך ווער פשוט ברוגז ווען מ'בארעדט א משפיע וואס מענטשען האבן מרצונם הטוב אים בוחר געווען.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:23 am
דורך קרעקער
99% רביס היינט שפילען נו אויב שפילען שפיל שוין גוט, זינג שיין, זאג שיין

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 11:27 am
דורך גאנצל
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:קיינער האט מיר נאכנישט געענטפערט.

איז אמת אז ער האט זיך געמאכט ווי ער שטארבט און געזאגט העכערע זאכן? - איז אמת אז ער האט געשריבן א בריוו, כאילו זיין טאטע שרייבט עס פארן געבוירן, אז ער באקומט א העכערע נשמה וכו'?

די זאכן זענען אמת אדער נישט?


און אז יא? האט ער זיך באנארישט איינמאל וואס האט דעס מיט דיר אז ער האט מענטשן וואס ווילן גיין צו אים זאלן זיי גיין ער האט נישט אפגעפירט פון וועג ער האט נישט גערעדט קיין דברי כפירה וכדו' לאז געמאכ און שוין די מערכה קעגן אים האט נישט גיהאט קיין שום פשט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער. החייתני! שפתיים יישק!!!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:40 pm
דורך דולה ומשקה
קונטרס "דברי שלום ואמת" וואס קהל ברכות יוסף ד'ניקלשבורג האט ארויס געגעבען אדר שנת תשנ"א, ווי זיי פארציילן פונקטליך דער היסטוריה איבער די רדיפות.
http://www.israel613.com/books/DIVRAY-S ... SHBURG.pdf

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 1:08 pm
דורך א איד
שרייבער האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:
קודש פנימה.jpg


וואס איז די בעט דארט אין זיין חדר מיוחד? האט ער נישט מורא מפני החשד וד"ל

נאך די אלע רדיפות פון וואס נאך זאל ער מורא האבן.

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 10:38 am
דורך [NAMELESS]
איך זעה אז די מתי שוא איז שוין אראפגענומען געווארן פון סקריבד. איינער קען עס אפשר דא ארויפלייגן?

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 11:15 am
דורך טיטאניק
כבעט דיר רחמנות
לאז עם שלאפען רוהיג
ער האט ציפיל געכאפט לעצטענס
לאז עם לעבען לאז עס אויסאטעמען

ווער ווייסט באלד וועלען זיך נאך זיינע חברה און זיינע שונאים ארויסקריכען פון בעט און מאכען א פרישע סאמאטאכע דא אין שטיבעל

ששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששששש
:דיסלייק: :שטיל :שטיל :שטיל :שטיל

נשלח: זונטאג יאנואר 12, 2014 4:17 pm
דורך [NAMELESS]
כ'מיין נישט גארנישט ח"ו, נאר ס'איז פשוט נישט יושר אז דער לינק צום דברי שלום ארבעט יא און דער מתי נישט, איך וויל זעהן ביידע זייטן אייניג.

נשלח: דאנערשטאג מאי 01, 2014 2:30 am
דורך George
געהערט א גוט ווארט:
א ניקלשבורגער חסיד זאגט פאר א זאלי:
30 יאר צוריק האט מען מיך גערופן א מעכעליסט, און דיך א סאטמערער. היינט רופט מען מיך א ניקלעשבורגער, און דיך א זאלי...
איך מיין נישט קיינעם צו באליידיגן ח"ו, -די זעלבע קען זיין ארוני- עס איז נאר אינטערעסאנט צו זעהן ווי די וועלט דרייט זיך.

דאס איז זיכער אז ער האט אסאך געליטן פון די באנדע עקסטרעמיסן וואס האבן אים געצאפט דאס בלוט על לא דבר, איך קען נישט פונקטליך די היסטערי פון יענע מחלוקה, אבער וויפיל מ'זעהט היינט האט נישט געקענט זיין עפעס קיין מעישאר טענות קעגן אים, גאנץ א זיסע רבי, אפילו לאמיר זאגן אז ער מאכט עס גוט, ווערט ער נאכנישט וועגן דער טייוול. איך זעה נישט עפעס ראנג מיט דעם. טאמער זיינע חסידים זענען אקעי מיט דעם, גוט פאר אים.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 1:46 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 2:31 am
דורך שלמה המלך
פאר די פארגיסט א צווייטענס בלוט טראכט אבער וואס די טיסט!
הענג אויס דיינע שמוץ וועש ברבים נישט יענעמס!
אנטשולדיגט פאר'ן שרייבן אזוי שארף! דער יוד האט גענוג מיטגעמאכט! לאז אים שוין במנוחה... יש"כ

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 2:32 am
דורך געוואלדיג
אוי נעבעך