בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט אמאל פון ר שלמה ווייס פוןן בפ אז די רבי זל האט געשריבן א צוואה, און ער ווייסט עס פאר א פאקט, אבער די אנשי ביתו האבן דאס מעלים געווען.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 9:17 pm
דורך עסקן בדברים
דער קלויזנבורגער רבי זי"ע האט געשריבן אין זיין צוואה אז זיין איידעם, דער זוויהעלער, על פיו יצאו ועל פיו יבואו
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:19 am
דורך מיר'ער בחור
עסקן בדברים האט געשריבן:דער קלויזנבורגער רבי זי"ע האט געשריבן אין זיין צוואה אז זיין איידעם, דער זוויהעלער, על פיו יצאו ועל פיו יבואו
קען איינער ביטע צוצייכענען א מקור אויף דעם?
ווי ווייט איך ווייס האט ער געשריבן אז ר' שלמה גאלדמאן שליט"א לרפו"ש - דער זוויהעלער זאל באקומען די קהילה אין יוניאן סיטי,
אין ר' בערל ווייס שליט"א זאל באקומען די קהילה אין ירושלים ,
אין ר' הערש מיילעך שליט"א זאל באקומען די קהילה אין קרית צאנז נתניה ,
אין ר' פישל מוטצען שליט"א די קהילה אין וויליאמסבורג,
אין ר' שאול יהודה פריזאנט שליט"א די קהילה אין מאנסי,
אין ר' שמואל דוד שליט"א די קהילה אין ב"פ.
אויף ר' אלעזר דוד שפירא שליט"א איז נאך גארנישט געשטאנען ווייל ס'איז געשריבן געווארן פאר ער האט חתונה געהאט,
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:53 am
דורך שבת אחים
איין מינוט לאמיך טשעקן מיין פייל קאבינאט, פונקטליך וועמענס צוואה ווילסטו? איך האב א צוואה פונעם לאָדזשיצער אז זיין עלטצטער זוהן דער ראָציגער זאל זיין רב ביי קאָליר־וואָר, און דער אינגערע ברודער דער פּאָציגער זאל זיין רב אין קאקאווער....
מירער בחור איז פארנומען מיט צוואות...