בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:10 pm
דורך יענער פויגעל
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:יענער פויגעל האט געשריבן:מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ער איז איוך געוועהן א זעלטענער בעל קןרא מיט גאר א שטארקע שטומע.
ער פלעגט ליינען די קריאה פון מנחה שבת אין בורשטינער ביהמ"ד אין בארא פארק און רוב מאל עולה געוועהן לוי, אברהם משה ב"ר עמרם הלוי.
ער איז געוועהן א באמת'דיג צרה'דיג איד. ער איז א שוואגער מיט שיף, די ראש הקהל פון סאטמאר מאנסי.
זיין פעטער, ר' שלום גאלדרינג ז"ל איז געוועהן באקאנט אלס חכם שלום, ווייל ער איז געוועהן א טונקעל-הויטיגער און א בעל קבלה. די גאנצע משפחת גאלדרינג זענען מורא'דיגע מוחות, מאנכע פון זיי 100% און מאנכע 110%
יהא זכרו ברוך
ער איז געווען א פעטער פאר ישראל שיף נישט א שוואגער
איך האב געמיינט זיין טאטע
Sent from my LGLS990 using Tapatalk
זיין טאטע איז רבי אברהם שיף אבער ער איז נישט ראש הקהל
Re: ר' אברהם משה גאלדרינג ע"ה
נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:11 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
יענער פויגעל האט געשריבן:מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:יענער פויגעל האט געשריבן:מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:ער איז איוך געוועהן א זעלטענער בעל קןרא מיט גאר א שטארקע שטומע.
ער פלעגט ליינען די קריאה פון מנחה שבת אין בורשטינער ביהמ"ד אין בארא פארק און רוב מאל עולה געוועהן לוי, אברהם משה ב"ר עמרם הלוי.
ער איז געוועהן א באמת'דיג צרה'דיג איד. ער איז א שוואגער מיט שיף, די ראש הקהל פון סאטמאר מאנסי.
זיין פעטער, ר' שלום גאלדרינג ז"ל איז געוועהן באקאנט אלס חכם שלום, ווייל ער איז געוועהן א טונקעל-הויטיגער און א בעל קבלה. די גאנצע משפחת גאלדרינג זענען מורא'דיגע מוחות, מאנכע פון זיי 100% און מאנכע 110%
יהא זכרו ברוך
ער איז געווען א פעטער פאר ישראל שיף נישט א שוואגער
איך האב געמיינט זיין טאטע
Sent from my LGLS990 using Tapatalk
זיין טאטע איז רבי אברהם שיף אבער ער איז נישט ראש הקהל
מיין טעות...
Sent from my LGLS990 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 2:57 pm
דורך דולה ומשקה
יארצייט קומענדיק פרייטאג פרשת ויגש.
ליגט אין שורה 30 פון ביה"ח ד'קרית יואל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:58 pm
דורך דולה ומשקה
מיט ריעו ואמיתו מוהל מומחה רבי יעקב מרדכי וויינבערגער שליט"א,
ערגעץ ווען אין די מיטל תש"ן יארן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 3:13 pm
דורך ימים ידברו
לאמיר איבער געבען לדור האחרון אביסעל ידיעות איבער הרב אברהם משה הלוי גאלדרינג ע"ה
ר' אברהם משה איז געבוירען ביי זיין פאטער הרב החסיד רבי עמרם הלוי ע"ה א איד א תלמיד חכם א ירא שמים א זעלטענע בעל תפילה א תלמיד פון גדולי הדור הקדום, געבוירען אין שטאט באנהיאד וואס זיי זענען געווען מחשובי העיר
ר' עמרם ע"ה האט זוכה געוווען נאך די קריג פאלוירענדיג א שטיב מיט קינדער חתונה צו האבען צו אשתו מרת פרימעט ע"ה לבית כף צוזאמען האבען זיי געהאט א שטיב צוויי זון צויי טעכטער די עלטסטע טאכטער האט חתונה געהאט צו הרבני היקר רבי אברהם שיף מראשי קהלה בעיר מאנסי א ת"ח א בר דעת א זעלטענע לב טוב זיין רעביצין איז א באוויסטע כלה טיטשער בקהלת סאטמאר און צוזאמען האען זיי מעמיד געווען א הערליכע שטוב בנין וחתנין רבנים ת"ח מנהלים טוענים ועוד
הר"ר אברהם משה ע"ה מנעוריו זיך געווייקט ביים סאטמאר רבין זי"ע זייענדיג ממש א בן בית ביים רבין און שטיב ווי אויכעט ביים ברך משה וואינענדיג אין בארא פארק גלערינט אין סאטמארע מוסדות דאכט זיך בארא פארק קרוינהייטס סענדס סטריט ועוד
רעב אברהם משה האט זייער ליב געהאט מאכען א ווערטל ענטפרען צום פינטעל האבענדיג א מוח נפלא און א זעלטענע שטימע האבען זייער אסך רבנים שיינע אידען ליעב געהאט צו פאברענעגען מיט אים הערענדיג שיינע ידיעות און בליצידע רעיונות
ער איז געווען א שיינע בעל תפלה מיט א מעכטיגע שטימע קענעדיג שיינע ניסחאות און פיל ניגונים ווי אויך איז ער געווען א בעל קורא און עטליכע קהלות ווי סאטמאר צענטע עווניא אדער נדבורה 53 און פיל נאך
ער איז געווען א בקי נפלא און הלכות קידוש החודש קענענדיג זייער גיט דער רמב"ם עד כדי כך ווען ער האט געהערט א יום הולדת פון א קינד האט ער אים און א מיניט געזאגט דיין בר מצוה וועט זיין און א דינסטאג פר' דאס און דאס
ער האט געהאט פארשידענע שיינע זאכען פאסטען יעדן שלוש עשרה מדות סזאל זיין א שלוש רציפות כידוע אפי' ווען ער האט פיל געליטען אויף ציקער מיט מאכענדיג יסורי איוב האט ער עס אנגעהאלטען מיט מסירות נפש
ער איז געווען זייער דבוק און רביה"ק מסאטמאר ווי אויך זייער נאנט און סטיטשין ביי נאך פיל אדמורים רביס געהאט א קשר ושייכות יהא זכרו מבורך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 6:12 pm
דורך ימים ידברו
איך וויל אויסרעכנען א טייל בתי מדרשים ווי הרב אברהם משה האט געהאט חזקות יארן להנות הציבור ווי ער פלעגט דאוונען ליינען זינגען אד"ג להנאת הכלל והפרט ואלו הם , אלעסק ביי הרה"צ יצחק אשכנזי און פלעטבוש, ביי דער סטרעטינער רבין , ביים הרה"צ ר' אלימלך מדעעש, ביים סאסרעגענער, ביים נדברונא 53 , ביי ליסקא, ביי סיגוט, ווי אויך און סטיטשן, בורשטין, ביים עטשעדר רבין, און בראד, סאטמאר 10 ,ווי אויך און יאס פלעטבוש, סעליש פלעטבוש, און פיל נאך קהלות ישראל וואס האבען זיך מחי' געווען מיט זיין אנוועזענהייט ווי אויך איז ער פיל געגאנגען קיין מונקאטש און אחיו מדינאוו, ווי ער איז מכובד געווארען ביי די טישען מיט מה ידידות,
און נאך ער האט געהאט א געווינהייט ביי שמחות פון חברים צו מהנה זיין מיט שינאהק רינאהק עס איז געווען וואס צו הערען ער פלעגט זיך ספעציעל אנטוען א ברייטען ביבער היט און מהנה זיין דער צבור,
שפעטער ווען ער האט זיך געצויגען קיין מאנסי ער איז שוין נעבאך געווען זייער קראנק און שוואך אבער אז ער האט געהאט א גלעגינהייט צו זאגען א גיט ווערטל אדער מהנה זיין איז ער געווארען פריש און מינטער פארגעסען פון אלע מכאובים און סאטמאר בית המדרש האט ר' יודל שפיצער אים פיל מהנה געווען אעון צוגעזאגט ער וועט אים אינזינען האבען וכו' וכו'