בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2012 7:00 am
דורך ידען
ישר כח געפילטע.

איך האב מיך געווינדערט אז יואליש איז דא געווען און ער האט נישט מסביר געווען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:38 pm
דורך גלות יוד
ווי אזוי זאגט מען "שותף" אין אידיש?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:46 pm
דורך שמואל הלוי
איך מיין אז ס'האט נישט קיין ספעציפישע ווארט אין אידיש, פונקט ווי "גלות" און נאך ווערטער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:50 pm
דורך גלות יוד
דעטס וויי איי עסקד

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:28 pm
דורך zamel
גלות יוד האט געשריבן:ווי אזוי זאגט מען "שותף" אין אידיש?

אין דויטש איז עס פארטנער, קוקט אויס אז פארטנער איז נישט קיין ענגלישע ווארט

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:30 pm
דורך אלבערט
יאנקל האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:הייסט עס ס'איז א ריין ענגליש ווארט

אפאטיש איז א ווארט וואס פיגורירט שוין אין "דער איד" זינט הרב סענדער דייטש'ס צייטן.

"אפאטיש" האט גארנישט מיט ר' סענדער דייטש. דאס ווארט איז גענוצט געווארן נאך פאר עס האט עקזיסטירט אזא צייטונג ווי "דער איד". זעט, צום ביישפיל, דא, ווי דאס ווארט איז גענוצט געווארן אין תרפ"ט אין פוילן.

איך האב דאס געשריבן אין באצוג צו וואס זר זהב האט געשריבן אז ער האט געזען א נייע ווארט אין דער איד.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 8:39 am
דורך ידען
אין די בלאט זעה איך אזא ווארט: ביליכער. וואס מיינט עס?

מדינת ישראל איז ביליכער אן אפגעשוואכטער אסאד רעזשים.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2013 12:48 pm
דורך שמעקעדיג
זיי נוצן עס אלס "ענדערש".
(כ'ווייס נישט צי דאס איז דער זעלבער אויסטרעף ווי "אויס-שווארץ" פאר בלעק-אוט..)

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:47 am
דורך קרעמער1
בילכער איז אן אלט יודיש ווארט
אינעם ווערטער בוך אשכול האט מען שוין ארומגערעדט איבער זיין באדייט viewtopic.php?p=123113#p123113

-----

פילייכט ווייסט איינער די פונקטליכע אפטייטש פון אַדעקוואַט און קאָגנאַט?

דאס זענען גראמאטישע טערמינען, וועלכע ווערן בעיקר גענוצט אין פארווערטס

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 9:24 am
דורך געפילטע פיש
פון וואו שטאמט די ווארט 'קלאמפיש'?

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 9:38 am
דורך הוגה
געפילטע פיש האט געשריבן:פון וואו שטאמט די ווארט 'קלאמפיש'?


דאכט זיך מיר אז עס קומט פון די לשון קודש ווארט 'כלומר'.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:33 pm
דורך לית דין בר נש
קלאמפיש און כלומר מיינען צוויי אנדערע זאכן

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:34 pm
דורך פרייוויליג
געפילטע פיש האט געשריבן:פון וואו שטאמט די ווארט 'קלאמפיש'?

קלאמפיש איז קיין ווארט, עס איז כלומר'שט. און די מקור איז פשוט.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 12:38 pm
דורך לית דין בר נש
שרייב מיר כלומ'רשט אין א Sentence און נאכדעם זאג מיר צו די ווארט כלומר קומט בכלל אריין
אדער זא מסביר די פשטות פון די מקור ווייל איך פארשטיי נישט

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:01 pm
דורך ונבנתה העיר
ע"ד אפשר: ער שאקלט זיך ביים דאווענען כלומר'שט ווי א פרומער = ווי כאילו צו זאגן.

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 2:59 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
יואליש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:אין א צווייטע אשכול שרייבט דער געערטער ישובניק די ווארט "מעטאפאריש" וואס באדייט דאס?

https://www.google.com/#hl=en&gs_nf=1&q=define+metaphor

דו מיינסט אז ברוין האט נישט קיין צוטריט צו גוגל? :ווינק:
מעטאפאר איז א צושטעל ע"ד משל (אדער ע"ד דרוש) ווען מ'וויל עפעס ארויסברענגן. לדוגמא, ווען מ'זאגט "ס'געווען א מיליאן מענשטן ביי די חתונה" איז די גוזמא פון מיליאן א מעטעפאר פאר אסאך מענטשן.


יידל דיין משל איז מער א גוזמא ווי א מעטעפאר. א מעטעפאר איז א משל וואס ניצט א פרעמדע באגריף פון א מצב אויפן צווייטן. "ער איז געשטיינען דארט אייז קאלט" איז א מעטעפאר. אויב ניצט מען מען די ווארט "ווי" איז עס נישט א מעטעפאר נאר א סימייל. דוגמא: "זיין פנים האט נישט געצייגט קיין געפילן, ווי אייז אין סיביר."

סימילי

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 4:32 pm
דורך געפילטע פיש
לית דין בר נש האט געשריבן:קלאמפיש און כלומר מיינען צוויי אנדערע זאכן

גערעכט, פארדעם פרעג איך וואס דאס מיינט.

ונבנתה העיר האט געשריבן:ע"ד אפשר: ער שאקלט זיך ביים דאווענען כלומר'שט ווי א פרומער = ווי כאילו צו זאגן.


איך מיין אז פאר דעם קומט צו נוצן ענדערש קלאמפיש. א קלאמפישע פרומער איז קיין פרומער. משא"כ כלומר'שט איז וואס מ'לייגט צו פאר'ן עלאבארירן, כלומר'שט געבן א הסבר, אויף א פרידערדיגע ווארט. אזוי ווי i.e. אין ענגליש. דער געשעפטס מאן געט מיר אזא שארפע בליק, מ'כלומר'שט ווי צו זאגן, "פיץ דיר אפ פון דא".

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 4:51 pm
דורך הערשי
קלאמפיש איז נישט קיין געשריבן ווארט, עכ"פ נישט ביי אויסגאבעס מיט היימישע דיאלעקטן. דאס געשריבן ווארט איז אלץ כלומר'שט, וואס אין טייל סוב-דיאלעקטן זאגט מען דאס קלאמפיש, קלאמפירשט, מיקלאפירשט, וכו. ענגליש טייטש איז ostensibly. ענגליש טייטש פאר כלומר איז to say, to wit, viz. מכלומר'שט קומט, פארשטייט זיך, פון כלומר, אבער עטימאלאגיע באשטימט נישט קיין זין. די ווערטער מיינען עפעס אנדערש.

נשלח: דאנערשטאג מאי 21, 2015 8:57 pm
דורך קאמענטירער
וואס מיינט די (יידיש) ווארט ״אלמער״?

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:45 am
דורך רוסישער
קאמענטירער האט געשריבן:וואס מיינט די (יידיש) ווארט ״אלמער״?


closet

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 1:38 am
דורך איך אויך
דאכט זיך אויב איך מאך נישט קיין טעות מיינט עס א סארט בימה וואס מען נוצט אין קלויסטער ביי די דרשות ,ענדליך צו באלעמער.

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 11:01 am
דורך רוסישער
איך אויך האט געשריבן:דאכט זיך אויב איך מאך נישט קיין טעות מיינט עס א סארט בימה וואס מען נוצט אין קלויסטער ביי די דרשות ,ענדליך צו באלעמער.

דאס איז א ווארט וואס מ'נוצט טאג-טעגליך וכנ"ל

א שווער ווארט טעגליך

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2015 10:09 am
דורך קאמענטירער
כוועל פורבירען אויפצוזיכען אפאר שווערע ווערטער וואס אונזער לעקסיקאן האט. זיי שוין אויסגעשפיגען מיט זייער מעגליכער אפטייטש;

1) אבאנירן?
2)אבצאס
3)אדעקלאן?