בלאט 2 פון 16
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:53 pm
דורך ידען
דאט קאם האסט עס געמאכט נאך מער עקסטרים.
סיז אין גאנצען אנדערש ווי יידל האט געשריבען.
אויזער האסט געמיינט סערקעסטיש אבער דבר יום ביומו האט זעכער נישט געכאפט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:56 pm
דורך ידען
בדחן האט געשריבן:יעצט געשיקט א אימעיל צו זיי:
איך בין נישט מוחה אויף גארנישט, איך בין נישט פון די מענטשן וואס זיכען אלץ צו טרעפן עוולת ביי א צווייטען, מיינד יור אוין ביזנעס, איך בין זיכער אז איר איר זיכט זיך צו אדשעסטן און די בעסטע וואס עס איז און אייער ביזנעס אינטערעסע, און איר די בעסטע נושא חן צו זיין ביים ציבור, וומסב״ג איז אויך אין אמעריקע ווי יעדער האט די רעכט צו מאכען אייגענע באשליסען אין זיין ביזנעס צום גיטען און - ח״ו - צום שלעכטען, זאל איר האבן אסאך הצלחה און דערציילען נאר בשורות טובות,
איך ווארט אויף א תשובה.
דו פארשטייסט וואס דו האסט זיי געשריבען?
האסט זיי עפעס געפרעגט?
אויף וואס זאלען זיי ענפערען?
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 8:57 pm
דורך big joe
אויב האבן זיי עס געטוען פאר אדווערטייזמענט ופירסום זענען זיי זייער קלוגע חברה
...דן את כל אדם לכף זכות.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:דאס קורצזיכטיגקייט פון א טייל פון אינזער פארזארגער זענען מסוכנדיג ביז גאר , נישט לאנג צוריק האבן זיי אויפגעהאנגען איבערגעדריקטע פלאקאטן פינעם איסור וואס איז ארויס פון וויליאמסבורגע רבנים אז סאיז פארווערט צו פארקויפן אדער פארדינגען אפארטמענטס פאר ארטיסטן, שומו שמים דאס קומט צו די אטאריטעטן אין די עפענטליכקייט באגלייט פון העצעס וואלט מען מינומעלי געדארפט צוריקצוען ווייל דאס איז פארשטענדליך אומלעגאל סאיז דיסקרימינאציע וואו איז זייער שכל ?
ווילסט עס לאזן וויסן דעם עולם זאל דאס א רב געבן א ווארף אריין ערגעץ אין א פארריקטן דרוש.
ר' נהורא. ביטע בארואיגט אייך. קיינער קוקט נישט אויף די פלאקאטן. אויב איינער מאנ"ש האט א דירה צו פארדינגען פאר די ארטיסטן, וואס וועט אי"ה אריינברענגען א סכום הגון, עקזיסטירט נישט קיין פאלקאטן. אפילו משה רבינו זאל עים קומען צו חלום בעיטן ער זאל נישט םפארדינגען וועט ער אויכעט זאגן והחלומות שוא ידברו.. ס'איז דא א רמז אויף דעים אין פסוק. "ואני בצדק" אחזה פניך. ו-וייל א-יך נ-אר י-וד ב-יז צ-ו ד-י ק-עשענע.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:11 pm
דורך גנדי
DotCom האט געשריבן:איך האב געשיקט אן אימעיל צו זיי
איך בין מוחה אויף די געפערליכע עוולה פון לייגן א בילד פון א מענטש מיט א נישט היימישן לבוש, ולהוסיף חטא על פשע זעהט מען ווי האלט ער די הענט דארט וואו עשו האט געהאלטן, שומו שמים! די גאנצע גוישע גאס ברענגט מען אריין אין פלטרין של מלך און אזוי טוט עטץ פארדארבן אונזער חינוך וואס אונז זעמער זיך מוסר נפש אונז בלוט און פלייש! גיוואלד! פוי! גייט אוועק פון וויליאמסבורג!
די תשובה איז געקומען:
מיר זענען איבערגעפולט מיט ענליכע בריוון פון פארווייטאגטע אנשי תושבי וויליאמסבורג, מיר אנטשולדיגן זיך פאר די אומאיידעלע בילד וואס איז אריינגעפאלן בטעות, מיר נעמען זיך אונטער להבא מער אכטונג צו געבן.
איך האב מורא זייער תשובה איז א SAVED AUTO REPLY וואס זיי מוזען נעבעך אסאך מאל ארויסשיקען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:17 pm
דורך DotCom
[tag]ידען[/tag], נא וואריעס, איך האב גארנישט געשיקט, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די נקודה פון זייער כלומר'שט תשובה אז זיי שפיגלען נאר אפ די מארקעט צו וועם זיי דעליווערן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 9:24 pm
דורך berlbalaguleh
DotCom האט געשריבן:[tag]ידען[/tag], נא וואריעס, איך האב גארנישט געשיקט, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די נקודה פון זייער כלומר'שט תשובה אז זיי שפיגלען נאר אפ די מארקעט צו וועם זיי דעליווערן.
ס'האט קיינער נישט געהאט קיין "האווע-מינע" הוה אמינא אז דו האסט יא געשיקט. ס'איז נאר געזאגט געווארן כדי לשבר את האוזון...
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:02 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב היינט געהאט אן אפוינטמענט ביי דעם דאקטער, כ'האב אים געזאגט אז כ'האב אים געזען אדווערטייזט אין די דבר יום ביומו, אבער עניוועי, כ'האב אים געפרעגט אויב ער איז משפחה מיט די זעלבע גוים וואס איך זע אלץ אין די בליץ.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 10:53 pm
דורך קאווע טרינקער
ניין, ער איז משפחה מיט דיין דענטיסט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:42 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ס'איז אינטערעסאנט אז עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן אנצוהייבן אויסמעקן די בידלער אויף די דאלארן פון פרענקלין ראזעוועלט און לינקלאן (בפרט לינקלאן וואס כידוע ער איז געווען א שקץ משוקץ פארן העלפן באפרייען די בני חם כמבואר בטוב טעם ודעת באשכול אחר). אבער ווי שטייט אין די גוטע בוך יבא יומם.
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:45 pm
דורך big joe
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן אנצוהייבן אויסמעקן די בידלער אויף די דאלארן פון פרענקלין ראזעוועלט און לינקלאן (בפרט לינקלאן וואס כידוע ער איז געווען א שקץ משוקץ פארן העלפן באפרייען די בני חם כמבואר בטוב טעם ודעת באשכול אחר). אבער ווי שטייט אין די גוטע בוך יבא יומם.
ס'איז אויך אינטערעסאנט אז ק''ש לאזט צו די בילד פון בענדזשאמין פרענקלין, וואס כידוע זיינע מעשים קען מען דא נישט שרייבן מחמת תקנות ק''ש
נשלח: זונטאג אוגוסט 25, 2013 11:49 pm
דורך ידען
big joe האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן אנצוהייבן אויסמעקן די בידלער אויף די דאלארן פון פרענקלין ראזעוועלט און לינקלאן (בפרט לינקלאן וואס כידוע ער איז געווען א שקץ משוקץ פארן העלפן באפרייען די בני חם כמבואר בטוב טעם ודעת באשכול אחר). אבער ווי שטייט אין די גוטע בוך יבא יומם.
ס'איז אויך אינטערעסאנט אז ק''ש לאזט צו די בילד פון בענדזשאמין פרענקלין, וואס כידוע זיינע מעשים קען מען דא נישט שרייבן מחמת תקנות ק''ש
וועלעכע מעשים?
קאווע שטיבל מעקט נישט אויס בילדער נאר פון פרויען לאזט מען נישט אויב סיז נישט נייעס און אויך ווייל רוב פון די מעמבערס דא האבען מורה פון פרויען..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:36 am
דורך קינות גירושין
ווער דא האט מורא פון פרויען?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 4:38 am
דורך טעפל
די פראבלעם איז אז עס שטעלט זיך געווענטליך נישט אפ דא, נאר עס פארט ווייטער צו די מידיע און זיי מאכען מטעמים פון דעם, בנוגע דעם דאקטער איז נישט קיין פראבלעם ווי דערמאנט אז ער קען וויליאמסבורג דורעך און דורעך..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 9:56 am
דורך ידען
כאב געפרעגט מיין זיידע.
סיז קיין מאל נישט געוועהן א פראבלעם פון בילדער פון מענטשען..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:10 am
דורך טעפל
אנשטאט צו גייען אויפן נארמאלען וועג גייען זיי נאך טיפער אונעם פארקערטען ריכטונג..פארוואס ענפערסטו אזאלכע שטותים, האסט נישט קיין נארמאלע תשובה, שווייג!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 10:51 am
דורך יידל
עס שטעלט זיך ארויס אז אנדערש ווי בדחן האט געשריבן אז דבר יום ביומו שטעלט זיך צו צו א תקנה פון די שולן, איז דאס פארמעקן יא געווען אן אייגענע החלטה פון די רעדאקציע פון דבר יום ביומו. שעים אן דעם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:19 am
דורך אביגדור
ריש ספר מעשה טוביה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:22 am
דורך טאמבל סאס
ס'קען זיין אז זייט די געי אישו, איז געווארן אזא סומאטוכע ברויך מען שוין אויסמעקן פענימער פון מענער אויכעט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:23 am
דורך טעפל
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'קען זיין אז זייט די געי אישו, איז געווארן אזא סומאטוכע ברויך מען שוין אויסמעקן פענימער פון מענער אויכעט.
טאמבל יו עיד מיי דעי, איך טאמבל מיך
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 11:28 am
דורך DotCom
ער מיינט די 'מסורה' פון מאכן געלט און זיך צופאסן לויט'ן מצב, וזמ"ש 'וד"ל' ופשוט היא.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:53 pm
דורך big joe
ידען האט געשריבן:big joe האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז עס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן אנצוהייבן אויסמעקן די בידלער אויף די דאלארן פון פרענקלין ראזעוועלט און לינקלאן (בפרט לינקלאן וואס כידוע ער איז געווען א שקץ משוקץ פארן העלפן באפרייען די בני חם כמבואר בטוב טעם ודעת באשכול אחר). אבער ווי שטייט אין די גוטע בוך יבא יומם.
ס'איז אויך אינטערעסאנט אז ק''ש לאזט צו די בילד פון בענדזשאמין פרענקלין, וואס כידוע זיינע מעשים קען מען דא נישט שרייבן מחמת תקנות ק''ש
וועלעכע מעשים?
קאווע שטיבל מעקט נישט אויס בילדער נאר פון פרויען לאזט מען נישט אויב סיז נישט נייעס און אויך ווייל רוב פון די מעמבערס דא האבען מורה פון פרויען..
ער האט געהאט אן affair מיט בעטסי ראסס (די מאמע פונעם אמעריקאנער flag ) ווען זיי ביידע זענען געווען פארהייראטע
ער האט געשריבן זייער א חזיר'שע בריוו June 25, 1745 וואס מ'האט גונז געווען ווייל עס איז געווען צו מיאוס (די בריוו הייסט "Advice to a Friend on Choosing a Mistress")
נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 1:09 pm
דורך שמעקעדיג
אויב האסטו א פרינציפ, דאן לייג לכתחילה נישט אריין קיין מענטשן בילדער, נישט לייג אריין און דערנאך מאך אים בלורי.