שליח האט געשריבן:סליפקין פארשטייט טאקע נישט דער חילוק צווישן אריינלייגן אין א מאגאזין (וואו ס'איז געמאכט מ'זאל קוקן) ביז גיין אויפן גאס (וואו קיין נארמאלער מענטש קוקט נישט אריין יענעם אין פנים)?
[tag]שליח[/tag]
correct me if I'm wrong, אבער עס זעהט מיר אויס א איר האט נישט פארשטאנען סליפקינ'ס כוונה. סליפקין האט ס"ה געזאגט "מאך נישט חוזק פון יענעם אויב דו ביסט נישט פיל בעסער". די משפחה (און רוב חרדים) לאכן פון די כת השאלים אז זיי גייען עקסטרעם מיט זייערע פרומענישן. דאס איז אמת, אבער די משפחה אליינס איז אויך עקסטרעם מיט דעם און מיט אנדערע זאכן. דאס מקפיד זיין נישט צו לייגן בילדער פון קליינע מיידלעך איז אן עקסטרעמע זאך. (אויסער אויב וועסטו מיר זאגן אז חרדים זענען מוכה פון פעדאפיליע און מען קען זיי נישט טראסטן מיט בילדער פון קליינע מיידלעך, אבער דאן וואלטן זיי אויך געדארפט אויסמעקן קליינע אינגלעך.) און אפילו מער עקסטרעם איז דאס "מקפיד" זיין נישט צו לייגן בילדער פון נשים רעולי פנים!! וואס האסטו מורא? אז מען וועט זעהן די פארם פון זייער אפגעגאלטע קעפ און עס וועט מעורר זיין הירהורים? דאן האלטן זיי דאך פונקט ווי די נשי כת השאלים!