בלאט 2 פון 7

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:25 pm
דורך בדחן
קעניגרייך האט געשריבן:עס איז זייער מיאוס צו זאגן אז די באשעפער האט אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג, עפ"ל. ווייל אויב גייסטו אריין אין געפילן, קענסטו פרעגן אויף טויזענטער מנהגים, מצות, און עשה'ס, אז זיי זעען אויס איראנישט צו אונז ח"ו.

למעשה האבן אונזערע עלטערן מקיים געווען דעם הייליגען מנהג, אוזערע גרויסע רבי'ס האבן דאס מקיים געווען, און אויב ווילסטו נישט דאן דריי ארום דיין בלעקבערי העכער דעם קאפ, פארשמיר נישט הייליגע מנהגים מיט געמיינע אויסדריקן, נאר ווייל דיין -קאפ אנגעפירקלעטע אינטערנעט- שמעקט עס נישט.


[tag]קעניגרייך[/tag] נעם נישט צום הארצען, עס איז שוין די צווייטע פריוו פינעם זעלבן און איין טאג, פריער אינעם טאג איז עס געווען מיט לצנות און יעצט איז עס מיט גיפט, הצד השווה אז מען איגנארירט עס מיט א שמייכעל ווען מען זעט עס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:58 pm
דורך אייניקעל
די אלע תורות אדער גיפטיגע שטעכערייען וועגן זיידעס אדער עפ"ל פארענטפערט נישט די קשיא אמער ס'איז דאך צער בעלי חייים?

דא האנדעלט זיך נישט פון גוים עסן לאבסטער, דא האנדעלט זיך פון יודן וואס זענען עובר אויף א איסור דאורייתא!

אויפן מינוט קימערט מיך נישט וואס די גוים זענען עובר אדער נישט, מיך גייט אן וואס מיינע ברודער וואס זוכן צו זיין גוט פארשוועכן די תורה

רבי זכרונו לברכה מיט די פארשידענע אנדערע קורץ קעפיגע לשונות אדער מיך באשמוצן אלץ כופר אפיקורוס וכו' וכו' געט נאך אלץ נישט קיין היתר, מיר יודן דארפן זיין פאראנטווארליך פאר אונזערע מעשים ספעציעל ווען עס שטימט נישט מיטן באשעפער'ס תורה וואס אונז געגעבן געווארן מסיני

מיט א קלארקייט לאז איך וויסן, אז איך האב נישט קיין שום אגענדע חוץ לשם שמים

ס'איז דא דרגה'ס אין קיום המצות קודם קומען מצוה'ס עשה'ס ולא תעשה'ס דערנאך דרבנן'ס דערנאך תקנות הגאונים וכו' און צום לעצט קומען מנהגים אוודאי זענען זיי הייליג און טייער יסודותם בהררי קודש אבער נישט ווען עס איז א בפירושע סתירה מיט א מצוה דאורייתא

איך בין נישט באקאנט מיט שום מצוה פון די תרי"ג וואס איז פארבינדן מיט זיך אונטערלייגן די קאפ אונטער א שויער פון צואה זאלטס מיר מוחל זיין, אונז האמיר א זיסער באשעפער וואס געט אונז נאר שיינע און זיסע מצות ווי שוין פריער דערמאנט פון איוב

דערפאר דארף ער אויך נישט אז מיר זאלן זיך מסגף זיין פאר אים (ווי איינער האט אויבן ערווענט) נאר לב ונשבר ונדכה איז וואס ער דארף, ווער עס קריגט זיך מיט דעם זאל נעמען א פרישע קורס אין יודישקייט וואס וועט אים ארויסנעמען פון זיין עמי הארצות

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:00 pm
דורך אייניקעל
בדחן האט געשריבן:[tag]קעניגרייך[/tag] נעם נישט צום הארצען, עס איז שוין די צווייטע פריוו פינעם זעלבן און איין טאג, פריער אינעם טאג איז עס געווען מיט לצנות און יעצט איז עס מיט גיפט, הצד השווה אז מען איגנארירט עס מיט א שמייכעל ווען מען זעט עס.


בדחן הריני מוסר מודעה: איך האב נישט קיין שום שייכות מיט פעדער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:34 pm
דורך ידען
breaking news

די טשיקענס מיט די בהימות האבען געכאפט די מערדער..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:52 pm
דורך ממרום שלח אש
ווער זאגט עס איז נישט מענטשלי"ך צו האלטן די כפרות אזוי.

יעצט אין די נייעס

בילד

בילד

בילד

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... ead_module

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:11 pm
דורך יידל
קעניגרייך האט געשריבן:[
נו איז נישט שליח הקן צער בעל החיים?
זיכער נישט!

כנראה שלא קיימת מצוות שליח הקן מימיך.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:30 pm
דורך יידל
קעניגרייך האט געשריבן:נו איז נישט שליח הקן צער בעל החיים? איז נישט שחט'ן א כפרה אדער בהמה צו עסן צער בעל החיים?
זיכער נישט!
עס איז זייער מיאוס צו זאגן אז די באשעפער האט אונז געבן אזא שווערע פארשטונקענע (זייטס מיר מוחל) מנהג, עפ"ל. ווייל אויב גייסטו אריין אין געפילן, קענסטו פרעגן אויף טויזענטער מנהגים, מצות, און עשה'ס, אז זיי זעען אויס איראנישט צו אונז ח"ו.

ער זאגט דאך נישט געפילן, סך הכל פאראפראזירט די הייליגע ראשונים'ס ווערטער אשר מפיהם אנו חיים. אז זיי האבן געמעגט זאגן אז ס'איז א מנהג שטות מדרכי האמורי מעג ער דאך זאגן אז ס'איז שווער און פארשטינקן. עפרא לפומא'ן וועסטו דיין באבען, נישט די ראשונים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:32 pm
דורך קעניגרייך
אייניקעל, אויב איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר, איך גארענטיר דיר אז אויב וועסטו מקיים זיין מנהג כפרות, וועסטו דורך לעבן די יאר, וואלסטו נאך געהאט א צווייפל?? מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל לעבנס די מנהג כפרות האט געראטעוועט. אידן זוכן זכותים פארן יום הדין, און פארן נייעם יאר, כפרות, תשליך, הושענות, וכו׳ מאך נישט חוזק ווייל דו קענסט דאס ח״ו נאך פארשפילן. אידן זענען שוין מקיים מנהג כפרות נאך פאר קאווע שטיבל האט אויסגעלערנט אז מיט מילביגע וויצן און 2000 אויסדריקן קען מען חוזק מאכן פון כל הקודש לנו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:35 pm
דורך יידל
קעניגרייך האט געשריבן:אייניקעל, אויב איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר, איך גארענטיר דיר אז אויב וועסטו מקיים זיין מנהג כפרות, וועסטו דורך לעבן די יאר, וואלסטו נאך געהאט א צווייפל?? מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל לעבנס די מנהג כפרות האט געראטעוועט. אידן זוכן זכותים פארן יום הדין, און פארן נייעם יאר, כפרות, תשליך, הושענות, וכו׳ מאך נישט חוזק ווייל דו קענסט דאס ח״ו נאך פארשפילן. אידן זענען שוין מקיים מנהג כפרות נאך פאר קאווע שטיבל האט אויסגעלערנט אז מיט מילביגע וויצן און 2000 אויסדריקן קען מען חוזק מאכן פון כל הקודש לנו.

מ'מעג יא שפילן אויף געפילן אדער נישט? ווייל אז דו שפילסט מיט געפילן קען איך דיר זאגן דאס זעלבע אויף יאשקע און אויף יעדן עבודה זרה. און הער אויף רעדן שאנדפול אויף ראשונים כמלאכים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:44 pm
דורך קעניגרייך
האסט שוין אמאל געהערט די אויסדריק: ער רעדט ווי ארבעס אין א וואנט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:49 pm
דורך ידען
קעניגרייך האט געשריבן:האסט שוין אמאל געהערט די אויסדריק: ער רעדט ווי ארבעס אין א וואנט?

דיין אויסדריק קלעפט ווי ארבעס צו די וואנט..

ודוק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:12 pm
דורך אביגדור
"קבלו דעתי" חמור יותר מכל זה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:19 pm
דורך סאשי פיש
איך מיין אז קיינער איז נישט ריין דערפון
עס איז דאך באקאנט די מעשה מיט צאנזע רב זי"ע
ער האט געזאגט אז קודם האט ער געוואלט מתקן זיין די גאנצע וועלט ער איז געווארען עלטער האט ער געטראכט מתקן זיין נאר זיין שטאט נאך עלטער נאר זיין קהילה נאך עלטער זיין ווייב און קינדער נאך עלטער נאר איהם אליין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:41 pm
דורך הוגה
קעניגרייך האט געשריבן:אייניקעל, אויב איינער קומט צו צו דיר און זאגט דיר, איך גארענטיר דיר אז אויב וועסטו מקיים זיין מנהג כפרות, וועסטו דורך לעבן די יאר, וואלסטו נאך געהאט א צווייפל?? מען קען קיינמאל נישט וויסן וויפיל לעבנס די מנהג כפרות האט געראטעוועט. אידן זוכן זכותים פארן יום הדין, און פארן נייעם יאר, כפרות, תשליך, הושענות, וכו׳ מאך נישט חוזק ווייל דו קענסט דאס ח״ו נאך פארשפילן. אידן זענען שוין מקיים מנהג כפרות נאך פאר קאווע שטיבל האט אויסגעלערנט אז מיט מילביגע וויצן און 2000 אויסדריקן קען מען חוזק מאכן פון כל הקודש לנו.


עס איז אינטערעסאנט, כ'האב פונקט געטראכט היינט אז ווער ווייסט אויב אלע שרעקליכע טראגעדיעס קומען נישט צוליב די געפערליכע אויפ-פיראכץ כלפי די הינדלעך? אפשר גאר איז די האלעקאוסט געקומען צוליב דעם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:42 pm
דורך זר זהב
זר זהב האט געשריבן:וויפיל געלט? איינער האט געשריבן דא אז ער נוצט 1 דאלער, מיר האט געדאכט אז מ'דארף 18. וויפיל דארף מען?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:44 pm
דורך יידל
איך נוץ 5 דאלער. 1 שפירט זיך צו ביליג. פארוואס עפעס 18?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:45 pm
דורך זר זהב
געמיינט ח"י

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:55 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קדקוד אף זרוע האט געשריבן:איך האק דא אריין ווי א עם הארץ, אבער אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אונז איז אלעס א "מערכה"? ווען איינער קלערט ביי זיך פון טוהן עפעס א הנהגה טובה, איז איהם נישט גענוג אליינס צו טוהן דערין, ער פילט אז ער מוז משתף זיין גאנץ כלל ישראל מיט איהם. לא ינוח ולא ישקוט ביז ווילאנג זיין ניי ערפינדענע פארשטאנדעניש ווערט דער דעה רווחת בישראל.

אויב פילט א איד אז כפרות איז נישט אויסגעהאלטן, צו מחמת דער טרוקענע דין אין שלחן ערוך, צו מחמת צער בעלי חיים, זאל ער מוחל זיין און נישט מאכן כפרות מיט א טשיקען. אויב זיינע קינדער ווילן עס דווקא יא טוהן, זאל ער זיי אדער נאכגעבן אדער מסביר זיין פארוואס ער געבט זיי נישט נאך. אבער צו וואס דארף מען אז דער חרדי'שע וועלט זאל אויפגעבן דעם מנהג? וואס איז דער דראנג צו באצווינגן א מהלך המחשבה אויף כל העולם כולו?

און וואס איז די דראנג צו מאכן א מערכה וועגן דראנגן צו מאכן מערכות ?
אלא מאי אזוי גייט עס מיט אונז בשר ודםניקעס ס'איז א חלק פון אונזער נאטור ווען מען זעט אן אומרעכט עס מיטיילן מיט חברים און ידידים און פרובירן מתקן זיין ביי וועם מען קען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:55 pm
דורך קאווע טרינקער
קדקוד אף זרוע האט געשריבן:איך האק דא אריין ווי א עם הארץ, אבער אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אונז איז אלעס א "מערכה"? ווען איינער קלערט ביי זיך פון טוהן עפעס א הנהגה טובה, איז איהם נישט גענוג אליינס צו טוהן דערין, ער פילט אז ער מוז משתף זיין גאנץ כלל ישראל מיט איהם. לא ינוח ולא ישקוט ביז ווילאנג זיין ניי ערפינדענע פארשטאנדעניש ווערט דער דעה רווחת בישראל.

אויב פילט א איד אז כפרות איז נישט אויסגעהאלטן, צו מחמת דער טרוקענע דין אין שלחן ערוך, צו מחמת צער בעלי חיים, זאל ער מוחל זיין און נישט מאכן כפרות מיט א טשיקען. אויב זיינע קינדער ווילן עס דווקא יא טוהן, זאל ער זיי אדער נאכגעבן אדער מסביר זיין פארוואס ער געבט זיי נישט נאך. אבער צו וואס דארף מען אז דער חרדי'שע וועלט זאל אויפגעבן דעם מנהג? וואס איז דער דראנג צו באצווינגן א מהלך המחשבה אויף כל העולם כולו?

זה לעומת זה.
די סיבה פארוואס דו איך "שלאגן כפרות" איז ווייל די מוסדות מאכן דערפון א מערכה.

בנימין האקט, שוין ער זאגט בעסער, איך מעק אויס האלב, נאדיר די שיריים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:30 pm
דורך אביגדור
ודברי השותה,
נראין לי יותר...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:16 pm
דורך אייניקעל
קדקוד אף זרוע האט געשריבן:איך האק דא אריין ווי א עם הארץ, אבער אפשר קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ביי אונז איז אלעס א "מערכה"? ווען איינער קלערט ביי זיך פון טוהן עפעס א הנהגה טובה, איז איהם נישט גענוג אליינס צו טוהן דערין, ער פילט אז ער מוז משתף זיין גאנץ כלל ישראל מיט איהם. לא ינוח ולא ישקוט ביז ווילאנג זיין ניי ערפינדענע פארשטאנדעניש ווערט דער דעה רווחת בישראל.

אויב פילט א איד אז כפרות איז נישט אויסגעהאלטן, צו מחמת דער טרוקענע דין אין שלחן ערוך, צו מחמת צער בעלי חיים, זאל ער מוחל זיין און נישט מאכן כפרות מיט א טשיקען. אויב זיינע קינדער ווילן עס דווקא יא טוהן, זאל ער זיי אדער נאכגעבן אדער מסביר זיין פארוואס ער געבט זיי נישט נאך. אבער צו וואס דארף מען אז דער חרדי'שע וועלט זאל אויפגעבן דעם מנהג? וואס איז דער דראנג צו באצווינגן א מהלך המחשבה אויף כל העולם כולו?


שוין געהערט פון אזא דערהער פון "כל ישראל ערבים זה לזה" גראדע גי וואכעדיגע סדרה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:26 am
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:27 am
דורך zurich
קען זיין די איידוע איז אז די גאנצע סיבה פארוואס מען שעכט כפרות איז אז די מענטש זאל זיך מתבונן זיין בשעת מען שעכט דעים טשיקן אז דעיס קען געשעהן צו עים אויך,נו איז עס א פעקעדז דיעל ווען ער זעהט ווי מען הינגערט אויס דעים טשיקן וועט ער טראכטן אז ער קען אויך הינגערן......ווען ער זעהט ווי זיי האבן צער זאל ער טראכטן אז ער קען אויך האבן צער דארוכען יאר וכו' וכו'