בלאט 2 פון 3

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:59 pm
דורך סופר ומונה
גם-אני מצטרף. צווישן די עטלעכע הונדערט מיטגלידער וועלכע שרייבן דא אפט וואלט איך בלויז צוויי פון זיי פארזיגלט אלס נודניקעס. די יעניקע האלטן מיך באמת צוריק פון אנטייל נעמען אין געוויסע דעבאטעס.

ווי אנדערע האבן שוין באמערקט, דא רעדט מען נישט פון דערשטיקן אנדערע מיינונגען - פארקערט מיר ליבן אנדערע מיינונגען זאלן זיי זיין ווי אנדערש פון אונדזערע, נאר די רעדע איז פון אזעלכע וואס האבן א חוש ארויסצונעמען פון די כלים דורך פארדרייען די כוונה פון אנדערע, שרייבן פארפירעריש, און פירן שמועסן אראפ פון די רעלסן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 1:22 pm
דורך שמעקעדיג
באריסטא האט געשריבן:"נודניק" איז נישט קיין פאסיגער ניק.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 7:05 pm
דורך אליצפן
איך האב מורא אז אויב מאכט מען דא אזא סיסטעם, וועט עס יעדער איינער אויסנוצען בעיקר קעגן איין אדער צוויי ניקס. [tag]קינות גירושין[/tag] דו ווייסט וועם איך מיין.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 9:51 pm
דורך שליח
שליח האט געשריבן:אלס א זייטיגע נאטיץ, אויב האט איינער מורא אז רוב עולם וועט אים פארזיגלען אלס נודניק זאל ער זיך ערנסט נעמען אין די הענט אריין, די וועלט איז נישט משוגע (אפשר איז די וועלט יא משוגע, אבער די וועלט פרובירט צו זיין ביים דעת). פארדעם אליינס, אז געוויסע זאלן כאפן ווי שמאל זיי האלטן, קען זיך שוין לוינען.


(גראדע וועל איך נישט באטיטלען יענעם וועמען איר מיינט מסתמא. און ווי שוין געשריבן:
שליח האט געשריבן:כ'בעהט טאקע קיינער זאל קיינעם נישט דערמאנען, אויך נישט ברמיזא. דאס איז א בלויז א פעטיציע צו די הנהלה, נישט קיין פראטעסט קעגן קיינעם.


די אשכול מיינט קיינעם און יעדעם).

אגב, דאס וואס טייל האבן אויסגעדריקט זארג אז ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן נודניק-ניקן א שיינער עולם, אלע וואס האבן אנדערע מיינונגען ווי זיי, מיין איך אז אין כאן בית מיחוש. אזא איינער וועט גאנץ שנעל איינזען אז לא זו הדרך, פשוט פראקטיש גערעדט. ס'וועט קומען צו א מצב אז יענער וועט נישט קענען מיטהאלטן גאנצע שמועסן, פילע אשכולות וועלן רוב הודעות זיין באדעקט, ער וועט זיך טרעפן דריקן אויף יעדע הודעה איר צו עפענען, און דאן וועט ער כאפן אז ס'איז פשוט גרינגער אויסצוליידיגן די נודניק ליסטע.
ס'איז בלויז א לעזונג אויב האט מען א פראבלעם מיט געציילטע ניקים, אויב איז עס א גאנצע ליסטע איז נאר די עצה זיך צו טוישן (אפהאקן די אייגענע הערנער), אדער טרעפן אזא מקום ווי יעדער שטימט מיט אים.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 31, 2013 10:29 pm
דורך דעת תורה
אפילו איין ניק צודעקן איז אויך א בת היענה'דיגער מהלך. הויפטזעכטליך, ווייל דער שמועס וועט גאנץ מעגליך פארקירעוועט ווערן אין די ריכטונג פון דעם נודניק'ס תגובה.

סטיל, אויב עס איז פאר פרי זעה איך נישט פארוואס די מעגליכקייט זאל נישט זיין.

נאר אגב, בנוגע דעם ניק וואס מען האט מרמז געווען פריער, איז לדעתי די לעצטע חודש 2 אנטשטאנען א שטארקע טויש אין זיין סגנון, כ'מיין אז באשר הוא כעת ברויך ער נישט שטערן קיינעם, ס'איז פשוט אלטע דעות קדומות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 11:20 pm
דורך געפילטע פיש
אפילו אויב מ'געפינט זיך מיט די העכסטע סארט אינטעליגענטן, פעלט דאך אויס אפענקייט צו יעדענ'ס דעה, אז נישט ווערט עס נענטער צו א מצב פון זיין אין א echo chamber, וואו יעדער שטימט מיט מיט אלעס. אבער אז מ'לאזט יעדעם רעדן קומט ארויס אלע זייטן, און אפילו אויב קריכט יענער אויף די געהירן פון מאל צו מאל איז עס א גוטע אפערטיוניטי צו ארבעטן אויפן טעמפער, אז מ'זאל זיך נישט פארלירן. און אויב פאלט מען דורך אמאל אמאל, איז אויך נישט עק וועלט, די דאקטוירים זאגן אז ס'געזונט ארויפצוברענגען די הארץ ראטע פון צייט צו צייט, יהא זה במקום עקסערסייז.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:20 pm
דורך Java
מיר האבן אקטיווירט דעם אפציע פון צולייגן נודניקס. גייט צו באניצער קאנטראל פאנעל > פריינט און נודניקס > מענעדזש נודניקס. לייגט צו נודניקס צום ליסטע און דערנאך דרוקט "שיק". הודעות און תגובות פון נודניקס וועלן זיין באהאלטן, און מען וועט דארפן עקסטער קליקן צו עפענען זייערע הודעות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:34 pm
דורך טאמבל סאס
זייער גוט מ'האט דאס איינגעפירט. אזוי וועל איך קענען באהאלטן עטליכע וואס זייערע תגובות ברענגען מיר אריין שאלות אין אמונה, אדער דעות כוזבות אין קאפ. אזוי וועל איך אפ' נישט האבן די נסיון פון זיי לייענען. א שטארקע אויפטוה פאר אידישקייט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:36 pm
דורך זר זהב
כאמיר נישט געזוימט און שנעל געליסטעט מיין אנדערע ניק. איך קענישט דולדן מיין אנדערע זייט פערסאנאליטי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:40 pm
דורך טאמבל סאס
ס'ימיר גוט. דער נייע נודניק פיוטשער מאכט יעדער נאר פרייליך....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:48 pm
דורך אביגדור
לכאורה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:52 pm
דורך לעיקוואד
שליח האט געשריבן:
לאמיר געבן א דוגמא פון זיך. כ'האב געשריבן אין רנ"ה וויזל אשכול גאנצע מגילות, און ס'האט אויסגעזעהן ווי מיינע ווערטער האבן אויפגערעגט א טייל פון די חשובע חברים דא. די קומענדיגע מגילה וואס כ'האב געשריבן איז שוין געווען אביסל מיט א שווער הארץ (און כ'האב פרובירט מקצר צו זיין וויפיל מעגליך). פארוואס זאל יענער דארפן אראפמישן גאנצע בלעטער אויף זיין טעלעפאן ווייל איך וויל שרייבן?
ס'וואלט מיר אסאך בעסער געמאכט ווען איך ווייס אז יענער האט מיר באצייכנט אלס נודניק און ס'איז אים בכלל נישט מעלה ומוריד וואס און וויפיל איך שרייב.


אלץ איינער פון די וואס האבען דיר צוריקגענטפערט אין יענער אשכול וויל איך קלאר מאכען אז אייערע תגובות דארט זענען ח"ו נישט אפילו בגדר דומה לדומה צו עפעס וואס איך וואלט ענדערש נישט געליינט אדער באטיטלט אלץ נונדיק, אדרבה, דאס איז פון די סארט תגובות וואס זענען מחדדים זה לזה און דורך זיי קומט ארויס דער אמת, אפילו אז אמאל פירט זיך די מחלוקת אויף הויכע טענער בבחינת נעשו שונאים זה לזה, וכדרכה של תורה בפרט ביי אזוינע שרש'דיגע און 'פאליטישע' נושאים. איך בין העכסט מעריך אייערע ידיעות און גאנצע מגילות וואס איר שרייבט דא וואס דערהייבען די ניווא פון די שמועסען דא בשטיבלתנו הקדושה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:53 pm
דורך שמעקעדיג
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'ימיר גוט. דער נייע נודניק פיוטשער מאכט יעדער נאר פרייליך....

מיינסט "נאר,,,פרייליך"?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:54 pm
דורך זר זהב
נו וואדען?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:54 pm
דורך יאיר
ווער עס זעט נישט מיין תגובה זאל זיך אנרופן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:56 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:ווער עס זעט נישט מיין תגובה זאל זיך אנרופן.

עס איז צו קליין, האסט אפשר א מעגיניפיינג גלאס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:57 pm
דורך אביגדור
יפה שעה אחת וכו'

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:57 pm
דורך יאיר
איינער קען מיר זאגן וואס דער נודניק נאך מיין תגובה האט געשריבן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:09 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב גארנישט געוואלט זאגן ביז היינט. און איך ווייס נישט אויב איך מעג אויסדרוקן מיין דעה ברבים. אבער כדי צוזען אויב אנדערע זענען אויך איינשטימיג מיט מיר, וועל איך עס זאגן.
איך האלט ס'איז נישט די בעסטע איידיע. ס'איזא שטיקל צענזור מיט א שיין לשון.
ס'דערמאנט מיר די קינדער אין חדר וואס שטעקן אריין די פינגער אין די אויערן און שרייען. לא לא לא לא לא... "דו ביסט א משוגענער, און איך הער אפילו נישט וואס דו זאגסט".
אויב דו כאפסט נישט וואס כ'מיין, זע די ניגון naughty Boy
http://www.youtube.com/watch?v=3O1_3zBU ... btPXFlZlHg

אקעי, לאמיר לייענען וואס די פריעדיגע האבן געשריבן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:13 pm
דורך טאמבל סאס
כ'שטעל מיך פאר אז די אחראים און מנהלים קען מען נישט קאטעגארייזן אלס נודניקן, אבער אולי זאל מען מאכן אז אנגענומענע שרייבער וואס מאכן נישט קיינעם קיין פראבלעמען, און זוכן נישט סתם זיך אנצושטעפען אין אנדערע - זאל מען אויך נישט קענען באנודניקן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:15 pm
דורך זר זהב
כ'ווייס נישט וואס דו האסט אזוי דערקעגן. איך האלט דערפון. אין א פרייע סאסייעטי דארף מען אויך לאזן דעם אויסוואהל פאר ווער ס'וויל צו קענען בלאקירן איינער וואס נערווירט "אים".

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:22 pm
דורך טאמבל סאס
אקעי, איך זע שוין יעצט. מ'קען נאך אלץ אויב וויל מען דוקא "אויב איז מען עכט שטארק נייגעריג" לייענען דעם נודניק'ס תגובה. (כ'קען דאך ענק שוין. 'נייגעריגע ביטשעס' איר וועט נאכאלץ יעדע מאל דאך דרוקן צו זען דעם תגובה. אפשר דאס מאל האט ער יא עפעס געשריבן נארמאל. אוחח. שאקס. נאופ! ווידער א דומע טפשות. אזא בהמה ווער האט מיך געבעטן צו קוקן?? אקעי נעקסטע מאל וועליך טאקע נישט!! יא יא.. ;) מיין פוס.)

וואס געפעלט מיר אבער איז: וויבאלד עס איז געשריבן געווארן דורך ---------, איינער פון דיינע נודניקס. העי, דערווייל האב איך נאר איינעם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 6:37 pm
דורך petergrifin
@טאמבל סאס װי אזוי טרעפסטו אזעלכע מאדנע מוזיק װידיו״ס

(אײם סארי איך װיל נישט זײן א נודניק)