טאמבל סאס האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:שרייבן דאס ברויך מען נישט ברבים, און נישט ווייל עס פאסט נישט וכדומה, אדרבה לויטן מהרש"ל איז דאס ביהרג ואל יעבור צו איינרעדן א גוי אז אין די תורה שטייט אנדערש ווי באמת. נאר פשוט, אויב האט מען מתיר געווען משום איבה איז דאך הדעת נותנת אז אין לך איבה גדול מזה ווי עס מפרסם זיין לרבים. השתא דאתינא להכי אי הוינא בעת הדפסת הש"ס לראשונה, הוי אמינא להו דלישתמוטי הלכות כאלו מדין איבה ולא ישאר רק בכתב יד.
און אז אין הונדערט יאר ארום וועט זיין א פארברעכן צורעדן אנטקעגן הומוסעקשועלס, און דער פוסק הדור בעל שבט הלוי וועט זיך גרייטן יעצט אפצודרוקן א ספר קעגן משכב זכור, וועסטו אויך זאגן מ'זאל עס נישט דרוקן? וישאר בכתב יד? (דלישתמוטי הלכות כאלו מדין.. הממ אהבה..אפשר)
אוודאי נישט! נאר וואס דען. מ'דארף פארשטיין די תורה לויט אין וועלכע אומשטענדן עס איז געשריבן געווארן.
יו מיסד די פוינט. אוודאי איז זאת התורה לא תהא מוחלפת, און קיין שום אומשטענדן טוישן נישט קיין הלכות, כל שכן דיין משל פון מ"ז וואס איז ביהרג ואל יעבור. מיין נקודה איז נאר געווען, אז היות דער ספעציפישער דין קומט דאך מיט א תנאי אז משום איבה איז נישט אזוי דער דין, אויב אזוי איז דאך זיכער אז דעם ספעציפישן דין ברויך / זאל מען נישט מפרסם זיין קבל עולם ומלואו, ווייל דער פרסום לרבים איז גורם סאך מער איבה ווי סתם זיך מונע זיין פון העלפן ביי א אינדעווידועלע אינצידענט.