בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 3:41 pm
דורך הוגה
[justify]Wow! I'm blushing! Thanks for all the compliments! I

האנעסטלי, איך פארשטיי ווייניג צו פאעזיע. איך גלייב נישט אז איך קען שרייבן, איך פארשטיי נישט צו סטרוקטשור, באהאלטענע motifs וכו'. Prose רעדט צו מיר אסאך מער ווי פאעזיע. אמאל ווען איך ליין א גוט שטיקל פאעזיע וואס רעדט צו מיין הארץ און איך האב הנאה דערפון פארשטיי איך אזויפיל אז איך האב קאנסומד א גוט שטיקל.

בנוגע דער פאוסט, די געדאנק האב איך באקומען טאקע בשעת די גרויסע התעוררות ביים זאגן ונתנה תוקף. מוצאי ר"ה באלד נאכן זמן האב איך מיך אראפגעזעצט אפצושרייבן מיינע געפילן און די דאזיגע פאר שורות זענען געווען די תוצאות. איר זאגט אז ס'איז גוט? I'm humbled.


.[/justify]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 4:52 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאכאמאל לכבוד די ימים הנוראים הבעל"ט.

Re: תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:47 pm
דורך נעגעל וואסער
קיינמאל געליינט. שמעקעדיג א יישר כוח! כ'האף די פילטער אין הימעל בלאקט נישט קאווע שטיבל, און זאלן אלע פון אויבן דאס ליינען און איינרייסן.

א שאד נאר די האסט נישט אזוי פיל צייט ווי אמאל, הלוואי קומסטו מער אריין מיט אזאנא מייסטער ווערק.

Re: תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:30 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג; א גרויסען שכח פארן עס ארויף ברענגן, ס'ביוטיפעל, יעצט געליינט דאס ערשטע מאל.
אז דו האסט נאך סחורה, פליז ברענג עס ארויף

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 3:10 pm
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ארויפגעברענגט נאכאמאל לכבוד די ימים הנוראים הבעל"ט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
deleted

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:53 pm
דורך שמעקעדיג
איך ברענג עס נאכאמאל ארויף, אפילו עס גייט שוין פון די נאז, בפרט אז דאס יאר איז עס געווען אזוי פאסיג, לבי לבי מעי מעי על חלליהם, די טרערן קוואל איז שוין ליידער פארטרוקנט פון אזויפיל וויינען, די הארץ איז פארפרוירן.

אוי רבש"ע, האב שוין רחמנות...!!!

Re: תחל שנה וברכותיה... (כעין פאעזיע)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 7:50 am
דורך החוקר
איי טאטע, טאטע וואס וועט דא זיין???

קוק אראפ פון הימל און ליין וואס שמעקי שרייבט, ניין, שרייט צו דיר פון הארץ ארויס! נישט נאר פון זיין הארץ, נאר פון הארץ פון כלל ישראל. עס טריפט בלוט עס ווייטאג אין הארץ אזש מען קען שוין גארנישט שפירן. די מוח איז פארטעמפט. וויפיל איז די שיעור פון צרות???

@שמעקעדיג איך האלט יעצט נאך סליחות, בשעת'ן זאגן די תפילות און בקשות כאפט אן א התעוררת דא דארט אבער די טרערן וואס קומען מיר ביים איבערליינען דיינע ווערטער, ווער ווייסט צום וויפילטן מאל און צום וויפילטן יאר, איז פיל שטערקער. אוי עס רייסט! עס בארירט גאר טיף.

ווער וואלט זיך געגלייבט אז א יונג פארפאלק מיטן צוקונפטיגן קינד ברוטאל פארשניטן איז א קלייניגקייט? ווי קען איך אפילו שרייבן אזעלכע ווערטער ליידער? די צרות זענען ליידער פיל פיל ערגער, אוי גאטעניו געוואלד!!!