בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:59 am
דורך דער דאס
היינט געהערט צום ערשטן מאל,
די זאכן וואס מ'בארגט נישט, א גארטל, פען, צינדער, קוואדער, וכד' אזעלכע זאכן וואס מ'באקומט נישט צוריק,
מקבלין דין מן דין ואמרין קדיש!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:43 pm
דורך דער דאס
א באקאנטע אויסדרוק, ווי א שוחט אין די ניין טעג, לעצטענס הער איך א נייע, ווי א גרוש אין די ניין טעג.. עני איידיע וואס דאס קען מיינען?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 3:15 am
דורך berlbalaguleh
דער דאס האט געשריבן:היינט געהערט צום ערשטן מאל,
די זאכן וואס מ'בארגט נישט, א גארטל, פען, צינדער, קוואדער, וכד' אזעלכע זאכן וואס מ'באקומט נישט צוריק,
מקבלין דין מן דין ואמרין קדיש!
דער דאס: ס'איז פארהאן נאך א פשט. דאס איז מרמז אויף א טשעק. מ'באקומט עס איינער פון אנדער'ן. און צום סוף גייט עס צוריק פון באנק. ומקבלין דין מן דין. ס'האט אסאך חתימות/ענדארסמענטס. ואמרין קדיש. און מ'קען זאגן קדיש נאכ'ן געלט...!
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 13, 2016 11:05 pm
דורך וואלווי
דער דאס האט געשריבן:א באקאנטע אויסדרוק, ווי א שוחט אין די ניין טעג, לעצטענס הער איך א נייע, ווי א גרוש אין די ניין טעג.. עני איידיע וואס דאס קען מיינען?
די חתונה געהאטע יונגעלייט האבן כאטש א תירוץ אז זיי דארפען שאוערען לשם מצוה...
נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2016 8:40 pm
דורך קאמענטירער
דאס איז אן באקאנטע אויסדריק אז מכאפט זיך ניטאמאל אז סאיז נאר אן אויסדריק ''דו מעגסט קערן 'ביז מארגען' סוועט דיר גארנישט העלפען'', פארוואס כאפט מען אן מארגען פארוואס נישט ביז נעקסטע יאר למשל?
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 12:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס׳איז דא א שטעכווארט אויף אידיש, בעיקר ביי חב"דס׳קער, אז מ׳רופט אן א מענטש א ׳ילוד׳.
איך האב געקלערט פשט אז מ׳וויל זאגען אויף איינעם אז מער ווי געבוירען געווארען האט ער גארנישט געטוהן אין לעבען.
דער אויסדרוק ׳אויף א ברכה צו מאכען׳ קען זיין מקורו פון דער תרגום אויפ׳ן פסוק ׳הנותן אמרי שפר׳, עיי"ש
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 9:33 pm
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אויסדרוק ׳אויף א ברכה צו מאכען׳ קען זיין מקורו פון דער תרגום אויפ׳ן פסוק ׳הנותן אמרי שפר׳, עיי"ש
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדער די ברכה להחיות בהם נפש כל חי
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2017 12:19 am
דורך ביליג
אדער יוצר האדם...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 3:58 pm
דורך אייז קריעם
ווי א יון און די סוכה
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 8:39 pm
דורך ביליג
ווי א וועקער אינמיטן ווינטער
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 11:43 pm
דורך berlbalaguleh
ווי אן אתרוג נאך סוכות...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער האט מיר יעצט געשיקט א לינק
דא
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 9:51 am
דורך החוקר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איינער האט מיר יעצט געשיקט א לינק
דא
מיר איז מורא'דיגע געפאלן
"די זאלסט פארלוירן אלע ציינער חוץ פון איינס, און דאס זאל דיר ווייטאן".
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 10:20 am
דורך געוואלדיג
ואם בקללות עסקינן, קבלתי מרבותי
״זאלסט איינשלינגען א שירעם און עס זאל זיך דיר עפענען אין בויך״
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:54 am
דורך berlbalaguleh
... פודינו ומצילנוס'וועט דיר נישט העלפן קיין ...!
וואס מאכסטו אזעלכע יעלה'ס...מלשון יעלה תחנונינו...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 11:56 am
דורך געוואלדיג
ער פרייד זיך אז די מאמע האט איהם געבוירן..
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:25 pm
דורך החוקר
רעדענדיג פון געבוירן ווערן, האב איך אמאל געזען א גוט געדאנק, אז יעדער מענטש האט וואס צו זיין שטאלץ, אז פון מיליאנען זרע איז ער געווען דער געשיקסטער.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:26 pm
דורך וואלווי
ער איז ווערט דאס געלט, ער איז א שאד דאס געלט,
מפי זקן אחד אז אינדערהיים האט מען געטייטשט אז דאס גייט ארויף אויף די געלט וואס די מאמע האט געצאלט עפעס א נאכט בערך ניין חדשים לפני לידתו
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 1:04 pm
דורך שבת אחים
וואס האנדלט זיך דא?...
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:22 pm
דורך מפוזרי
berlbalaguleh האט געשריבן:... פודינו ומצילנוס'וועט דיר נישט העלפן קיין ...!
וואס מאכסטו אזעלכע יעלה'ס...מלשון יעלה תחנונינו...!
איר זענט זיכער אז ס'קומט מלשון יעלה תחנונינו?
מיר האט זיך געדאכט אז מ'זאגט אויך יאלן און ס'איז עפעס מלשון יללה.
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:24 pm
דורך מפוזרי
החוקר האט געשריבן:רעדענדיג פון געבוירן ווערן, האב איך אמאל געזען א גוט געדאנק, אז יעדער מענטש האט וואס צו זיין שטאלץ, אז פון מיליאנען זרע איז ער געווען דער געשיקסטער.
א גמרא אויפ'ן פסוק ומספר רובע ישראל
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:08 am
דורך berlbalaguleh
געוואלדיג האט געשריבן:ער פרייד זיך אז די מאמע האט איהם געבוירן..
געוואלדיג: דאס ווערטל גייט נאך ווייטער...און נישט קיין פרעמדע פרוי...
Re: פארשידענע אויסדרוקן אין די אידישע שפראך
נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2017 9:15 am
דורך דעת תורה
וואלווי האט געשריבן:וואס באדייט די נאמען "קנאק יענק'ל" פאר משקה?
פאר'חסיד'ישט פון 'קאניאק'