בלאט 2 פון 3

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:10 pm
דורך ידיד
סאיז דא פלעצער ווי מצוטיילט סגאנצע ביהמ"ד אין צוויי און ממאכט די התרת נדרים אויף איינמאל. א גווטע עצה פאר די שעמעוודיגע

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 8:39 pm
דורך זר זהב
נישט פארגעסן אויך צו קויפן דעם ''איד'' (און ''די צייטונג'' {אפציאנאל})

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 8:47 pm
דורך לאליפאפ
היימישער האט געשריבן:שטייט און מטה אפרים אז מען זיך אפשערן ערב יו"ט, צו ווייזען אז מען איז זיכער אז מען גייט באקומען א גיט יאר און מען איז רעדי פריש אפגעשוירן

שטייט אין גמרא דאכט זיך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 9:30 pm
דורך לעיקוואד
נו אבער עס איז נישט קיין חוק בלי טעם זיך צו שערן ער"ה, די טעם איז דאך אז מ'גייט נישט אריין אין יום טוב מנוול און ווייזען אז מ'איז בטוח אז מוועט זוכה זיין בדין, איז אז איינער האט זיך ערשט יעצט געשוירען און ער זעהט אויס גוט וואס איז די ענין זיך צו שערן סתם כחוק בלי טעם? ווען דו האסט א שופט בשר ודם וואס דו ווילסט אויסזעהן גוט שערסטו זיך אויך? העכסטנס קעם דיך שיין אויס די האר און שוין. נישט יעדער זאך דארף מען מאכען פאר א חוק בלי טעם ומנהג שבטל טעמו.
עכ"פ אין דעם איז נישט קיין ספק אז העלפען אין שטוב רוהיג איז וויכטיגער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:35 pm
דורך משה געציל
החותך חיים לכל חי - איינהאנדלען א מעסערל.
אל תטוש - לייגן דעם ברעדה פארן וגילו.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:50 am
דורך נהורא נפישא
מאכט זיכער אז דאס מעסער זאל חלילה נישט האבן קיין זעגעליך צדיקים האבן זעהר מקפיד געווען אויף דעם
מאכט זיכער צו האבן דבש חי דוקא א נישט איז אן ערענסטע שאלה
קויפן האניג סזאל זיין לרחצה מה טוב ומה נעים איינצוטונקען ביז חמשה עשר בשבט
מאכט זיכער צו קויפן די עקזאטישע שטעכעדיגע אינטערגעצאלטע פרוכט מיט די מאדנע טעמים פאר שהחיינו
ניסלעך שטארק כדאי אוועקצופאקן פאר א פאר חדשים נאך אלעם ישראל קדושים
וועגן פארשידענע מאכלים וואו סאיז פאראן א חשש פון לימענע זאל מען זיך פארבינדען מיט א אינזערע מורי רעות סאיז זייער פארצווייגטע דינים וואס ברויך א קבלה איש מפי איש
בנוגע וועלעכע נאכט מעסט די מילגרוים איז א מחלוקת הפוסקים כדאי יעדער זאל זיך פארבינדען מיט זיין מורה רעה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:03 am
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:מאכט זיכער אז דאס מעסער זאל חלילה נישט האבן קיין זעגעליך צדיקים האבן זעהר מקפיד געווען אויף דעם

פארוואס? וואס איז די מקור?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:08 am
דורך נהורא נפישא
ראשעקאל האט געשריבן:
נהורא נפישא האט געשריבן:מאכט זיכער אז דאס מעסער זאל חלילה נישט האבן קיין זעגעליך צדיקים האבן זעהר מקפיד געווען אויף דעם

פארוואס? וואס איז די מקור?

מזאגט נאך פון צדיקים אז פרעגן אויף א מנהג ישראל קדושים ווי איז די מקור איז אפיקורסות ממש, מ'טאר אפילו נישט פרעגן ווער ס'האט דעס געזאגט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:14 am
דורך זר זהב
די מעסער האט זיכער א מקור ס'זאל ישט זיין זעגעלדיג. ס'ישט קיין ליצנות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:27 am
דורך נהורא נפישא
זר זהב האט געשריבן:די מעסער האט זיכער א מקור ס'זאל ישט זיין זעגעלדיג. ס'ישט קיין ליצנות

כ'מיין דאס מעסער אליין נו איז דאך א בפירושע פסוק החותך חיים לכל חי
אדרבה סאיז פארהאן דא גרויסע בקיאים דא, ווייסט איינער א מקור אז ס'זאל נישט זיין זעגעלדיג, די צייט לויפט שוין באלד אפ.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 6:44 am
דורך שליח
לגבי שבת שטייט אין 'באר השבת' (דוכט זיך) א גאנצע ליסטע מיט מקורות קעגן זעגלדיגע מעסערס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:46 am
דורך קינות גירושין
גיין אין Gym, א גאנץ יו״ט קען מען נישט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:51 am
דורך קאווע טרינקער
וואס הייסט יו"ט קען מען נישט?
א גאנץ דאווענען שאקעלט מען זיך...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:53 am
דורך קינות גירושין
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואס הייסט יו"ט קען מען נישט?
א גאנץ דאווענען שאקעלט מען זיך...

דעס איז נאר גוט פאר די lower back, אלע אנדערע אברים שלאפען א גאנצע טאג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:56 am
דורך קאווע טרינקער
דאס אז מ'שאקעלט לשנה טובה פאר א האלבע שטאט איז נישט גענוג?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:23 pm
דורך נהורא נפישא
כהאב זיך דערמאנט נאך א וויכטיגע זאך מ'זאל האבן צו די האנט גענוט'ס לוח און נטעי גבריאל לדעת את המעשה אשר יעשון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:57 pm
דורך פערינא
לכל בעלי האייפון ודומיו אל תשכחו להפקיר את האייפון או לעשות "מכירת אייפון" (בשונה ממכירת חמץ במכירת אייפון לא צריך דווקא גוי) לפני ר"ה, כי אחרת הרב/האדמו"ר/הר"י של מקום התפילה שלכם יכול לדפוק לכם ברז ברגע האחרון ולהודיע שהבעל תוקע מכוין שלא להוציא ידי חובת תקיעת שופר כל מי שמחזיק באייפון

. אני מפקיר את האייפון ודומיו שלי מכאן ולהבא לכל אימת שאיזה רב, אדמו״ר, בעל תוקע, שליח ציבור, מקרא מגילה , מקדש על היין בקידושא רבא וכל שום אחת מהמצוות שירצה מקיים המצווה לא להוציא ידי חובה את בעלי האייפון ודומיו שמכירה זו של האייפון ודומיו תחול מרגע לפני קיום אותה המצווה עד רגע אחד לאחרי תום אותה מצווה וגם אם אשכח להודיע זאת באותו הרגע הרי יחול ההפקר על סמך הודעתי זאת באפי תלתא ויותר מבאי הפורום וכן אם נכנסתי בטעות אם האייפון ודומיו לבית שתלה שלט קדוש על חלונו הריני מבקש סליחה מיושבי הבית ההוא שחיללתי להם את ביתם הקדוש .טפו טפו טפו, איכסה איכסה אמן ואמן וכל טוב סלה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:08 pm
דורך געפילטע פיש
קען מען מפקיר זיין די אייפאון יום טוב? איז די קנין חל? אדער אוקי ברשותיה בע"כ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:18 pm
דורך הוגה
איך האף אז די עולם טראגט נישט עכט די דאגות פון ווערן גע'מוציא'ט מיט תקיעת שופר. ערשטענס, זיי מיינען עס נישט ערענסט. צווייטענס, אפילו ווען יא איז עס נישט קיין פראבלעם.

אז מ'רעדט שוין וויל איך מכריז ומודיע זיין אז עני רב וואס האט נישט קיין סמארטפאן בין איך נישט מוציא מיט אלע תפילות וואס איך דאווען פארן עמוד. און ווען איך רייס איין ישועות פאר כלל ישראל, מיין איך אלע אויסער זיי. :lol:
Here you have it, I said it.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:20 pm
דורך קאווע טרינקער
איך הער אז די רבנים פלאנען צו אסרן ישיבות און מוסדות החסד צו נעמען נדבות פון מענטשען וואס האבן סמארטפאוןס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:25 pm
דורך פערינא
מכאן מודעה יוצאת, יעדע רב וואס וואגט זיך נישט מוצא זיין איינעם מיט זיין בלאזען שופר איינער וואס האט א סמארטפאן בין איך נישט משתף בעירובו

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2013 11:38 pm
דורך בעל הבית
מוצאי ראש השנה טהון ליסט,


פיצט די ציין


נעמט זאפארט א שויער

פרוזבול

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:39 pm
דורך BAL TSHIVA
א גיט יאר טייערע שטיבל חברים

אזורי ווי מיר האלטן פאר שנת השמיטה דארף מען געדענקען צי מאכן א שטר פרוזבול.
אויב זענט איר א לוה מאכט זיכער אז דער מלוה מאכט נישט אדער שרייבט אינטער זיין ש"פ וועט איר נאכדעם קענען לייקענען..........