בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:07 am
דורך רויטע וואנצעס
מזל טוב [tag]נאר,,פרייליך[/tag] אויף דיין טויזענסטע הודעה. בד"וו אז דו טוסט תשובה וועלן די זדונות ווערן זכיות.. 1000 זכיות!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:17 am
דורך מ גפני
רויטע וואנצעס האט געשריבן:מזל טוב [tag]נאר,,פרייליך[/tag] אויף דיין טויזענסטע הודעה. בד"וו אז דו טוסט תשובה וועלן די זדונות ווערן זכיות.. 1000 זכיות!

צימעס הודעות COUNTS? ס'וואלט ווען נישט געדארפט

אה יעצט באמערקט אז ס'האלט שוין ביי טויזענט זכיות

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 2:58 pm
דורך נאר,,פרייליך
יעצט בזמן תשובה לכל וועל איך פרובירען ביים שער האלף טראץ איך בין שוין אביסעל אריבער דעם טויער (יעצט זעה'ך אז'ס פינקט מכוון דערנאך וואס דער מערכת האט אוועקגענימען א גאנצער שכינות'דיגער אשכול) טאקע טאהן א תשובה ברבים אין אזעלכע דערהויבענע וואכען, כ'וועל מיטיילען מיין געוואלדיגער שמחה האלטענדיג דא:


מיין טויזענט'סטער תגובה,
נו וואס קען מען שוין זאגען נאך אזויפיל מחאות האקעריי ודברי מוסר?? צאמגעהאקט מירושלים ד'אמעריקא ועד בית שמש...... ועד בכלל

עס איז מיר א כבוד און זכיי' צו זיצען דא אין אזא שטיבעל און אנסמארקענען מיט אזא טויזענט געשרייבעכצער ניש מיר נש'דיר

און ניטאמאל האבען די זכיי' אויף א צוויי הינדערט לייקס, און ברוך ד' אז לעת עתה ועתה בכלל אינטערסירט מער עס גאר ווייניג און איך בין ב''ה נישט משועבד צו שרייבען רייד וואס זענען משועבד צו שלעפן לייק'ס, וואס לדעתי צענזורירט עס דעם מענטש מער ווי סיי וועלכע וועלטל וואס איז בנמצא ביים יודיש פאלק

אשרינו אשרינו !!

אז מיר האבען נאך בשטיבל'ינו אזעלכע שרייבער וואס זענען נישט דירעקטירט און ווערן מאנעווירט דורך נגיעת ושוחד ה'לייקס נאר איז משמיע ווי און ווען אימער דעם דע''ת האמיתי בלי פחד ומורא
==וויי צו ניקים וואס ברויכען זיך זעלבסט רימען==

אשרינו אשרינו !!

אז מען קען דא זיצען אין אזא שטיבעל און נישט כאפען התפעלות פון די אלע איינוואוינער און אנגיין אומגעשטערט מיט'ן ארויסזאגען דעם דע''ת

עד הנה עזרונו רחמיך, און מיר בעטן א תפילה לנורא עלילה אז ביים צוויי טויזענסטער תגובה זאל מיר האלטען ביים זעלבן קנאפע אינטערעס צו זיכען עטענשאן און מערקונג פון נארישע הענטעלאך וואס געט בלויז צייטווייליגער פאלשע סיפוק, און טרייבט דעם כותב צו צענזורירען זיין מיינונג צום הענטל קוועטשער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:00 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך לייק דיר פאר דייינע עטליכע אמת'ע נקודות אין דיין תגובה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 3:03 pm
דורך נאר,,פרייליך
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:איך לייק דיר פאר דייינע עטליכע אמת'ע נקודות אין דיין תגובה

כ'האב דיר געהאט אין מיינד ביי עטליכע זאצען מסתמא האסטו אויך מכוון געווען את ה'מכוון של הכוונות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 11:52 am
דורך רויטע וואנצעס
[center]מזל טוב

מורינו, החבר, העמקן, הישרן, הנעים, והנחמד
אדוק ברבינו רבי נחמן זי"ע, ואדוק בחבירים מקשיבים פה קפה שטיבל

הרב
[tag]ברסלבער[/tag]
נחל נובע מקור חכמה

לרגל הודעתך האלף
כולם שוין לטובה, מלא חכמה, מדע, וישרות, ו'גוסטקייט

ב' ברכות ובהודאות לרוב
ר' בינו ברסלבער מזל טוב
ס' פיר ויהלום עטך נוטפת מור
ל' השפיע לנו תמיד מקרן עור
ב' טוב טעם ודעות ישרות
ע' ל כל נושא אמרים יקרות
ר' וב תודה ממוקיריך עשרות


בשם אלפי שותי קפה, יישר כח, ותודה רבה! דו באשיינסט אונזער שטיבל מיט דיין קלארע, הערליכע, חיזוק'דיגע, פאזעטיווע הודעות.[/center]



\

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 11:55 am
דורך שמעקעדיג
קען נישט זאגן בעסער! וואנצעס האט ארויסגעלייענט מיינע געדאנקען!
ברסלבר'ס מאמרים זענען בעסער ווי גוט, און כל זמן שמזקין ווערט עס נאר בעסער און פרישער.
מי ידמה לו וכו', מיר באלעקן זיך די פינגער מיט זיינע הערליכע דרשות און מאמרים וועלכע ער איז משפיע מהודו אויף אונז אלע דא.
מזל טוב ברסלבר און מיר האפן כן יעזור ה' להלאה ביז די 2,000 ולמעלה בקודש!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב
ב-ר-ס-ל-ב-ע-ר!!!!


יוי , כ'בין שוין הייזעריג.

כ'בין געוועהן זיכער אז ברסלבער האט שוין געשריבן כאטש 3000 תגובות. זעהט אויס אז יעדע פון זיינע הערליכע לאנגע ארטיקלען זענען אין מיין מח אזוי ווי א באנטש תגובות פון אנדערע מענטשען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:39 pm
דורך ברסלבער
ברוכים תהיו.
איך קען נישט זאגן "אי"ה ביי אייך אויף שמחות" ווייל איר האלט שוין היבש העכער פון מיר. אבער זאלט איר אלע זיין געבענטשט.
אלעס וואס איך שרייב איז נאר צו פארדאנקען דעם עולם דא, איך קען דאך נישט רעדן צו די וואנט, אז דער עולם הערט אויס געבט דאס די געשמאק צו שרייבן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:49 pm
דורך אפטעמיסט
ברסלבער, טו בי האנעסט פלעג איך אמאל אנקוקען ברסלב ווי עפעס א מאדנע מקום און פלעג רעדן מיט שפאס וועגן רבי נחמן, רבי נתן און רבי יואל. אדאנק אייך רייז איך שוין היינט קיין אומן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 5:55 pm
דורך ברסלבער
אפטעמיסט האט געשריבן:ברסלבער, טו בי האנעסט פלעג איך אמאל אנקוקען ברסלב ווי עפעס א מאדנע מקום און פלעג רעדן מיט שפאס וועגן רבי נחמן, רבי נתן און רבי יואל. אדאנק אייך רייז איך שוין היינט קיין אומן.

ביזט נישט דער איינציגסטער. איך פלעג אויך אנקוקן ברסלב זייער מאדנע ביז איך האב עס קענען געלערנט פון דער נאנט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 6:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך טראכט פון ווערן א ברסלבער, ס'איז די איינציגסטע חסידות וואס האט נישט א היינטיגן פאני רעבי, נאר א אמאליגען קדוש עליון.

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:47 am
דורך פלעין יודיש
[center]רבותי
קיינער זאל נישט לייקענען
ווער האט די וואך שבת ביי מנחה אינמיטען ליינען נישט געטראכט פון קאווע שטיבעל
די אמת פליז!!!
אלע ציזאמען
ואת האלף[/center]

נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 12:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין אנגעקומען שפעט צו מנחה, פארפאסט די ליינען.

***ואת האלף*** מיין טויזענסטע תגובה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:41 am
דורך לאליפאפ
מיט גרויס פרייד טוה איך פייערן מיין טויזנסטע תגובה!! יעס!

[center]וְאֶת־הָאֶ֜לֶף...[/center]

.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט באמערקט אז [tag]כוכב[/tag] האט לעצטענס אריבערגעשפרייזט 1000 תגיבות?!


מזל טוב!!!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:53 pm
דורך לית דין בר נש
אודאי אינמיטן די ארואמא סאמעטוכע!
עס איז נישט גיוועהן קיין צייט בשעת מעשה זיך אפצושטעלן א רגע מאכן א ברייטל דערפון
כוכב מוראדיג די האסט עס געמאכט אין נ"א טיי"ם
און טאקע לייק"ס האסטו שוין באלד טאפלט עס איז זיך דיר געקומען יעדע איינס
כה לחי!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 7:36 am
דורך כוכב
א דאנק אייך ראשעקאל און לת.
אין פרידנס צייטן וואלט איך געפראוועט מיט א קעיק מיט לעכט, מיט א שיינע ספעציעלע ואת האלף ארטיקל, איך בין אבער געווען עמוס מיט די אראומע פראיעקט ולמען הצלחתה האב איך מיך נישט געקענט ערלויבן צו פייערן דעם מאמענט, ואתכם הסליחה. ישר כוח נאכאמאל.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:47 am
דורך דולה ומשקה
[center]כוכב כוכב כוכב כוכב כוכב !!!!!!!
[/center]

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:39 am
דורך יין שרף
[center]ואת האלף!!![/center]
לכבוד מיין טויזענטסטע תגובה האט איך אפגעשריבן א לאנגען תגובה. אוההההה...

ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"א

יו דאונט קנאו וואטס דיס מינס פאר מי!!!
לאוו יו קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 12:52 am
דורך [NAMELESS]
לאוו יא טאא!!!!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 2:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
[center]ער רופט זיך שש
מאמריו כזיק של אש
ער רופט זיך משזר
רעיונות של אור
מיר רופן אים אבער חכימא
ווען ער דרשנט ביים בימה
מפליא "למעשה" לכל
א חכם פון שאינו יודע לשאול
מיט די "מסעות" די פאנטאזיע
פארשלעפט קיין אזיע
ווי דוד שפאצירט נאך אין די גאסן
מיט די נייגעריגע מאסן
ווי מ'שפירט די לופט פון צפת
ווי מ'יאגט נאך די אוטובאס
"אמשינוב" אזוי קאלירט דעם בילד
יעדע נקודה מיט געדולד
נאך אן א שיעור פנינים שזורים
מזל טוב ממוקיריך תדירים.
[/center]

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 4:55 pm
דורך [NAMELESS]
אוי, [tag]רויטע וואנצעס[/tag]! כ'בלאש אוועק!

[center]א לאנגע שיר פאר מיר אפגעראכטן
און אזוי 'משזר'דיג' אריינגעפלאכטן
מיינע אשכולות אזוי ברייט צושמירט
וואנצעס'ל האט זיך די הענט צופירט
מיך מספיד געווען בחיי בבכי תמרורים
אבער ווער איז די מספיד מאכטס בירורים
אן אלטער גרויסער העלד אינעם שטיבל
ממילא ברודער האטס נישט קיין פאראיבל
ווארפטס אוועק משזר'ן און אלע שמאנצעס
רימטס ענדערש אויס רבינו [tag]רויטע וואנצעס[/tag]...[/center]