בלאט 2 פון 3
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:16 pm
דורך קינות גירושין
יאיר האט געשריבן:דער איז דאך א היסטארישער מיאוסקייט. מ'האט נישט געקענט נעמען עפעס א מלכיאל קאטלער סטיל בארד?
יאיר סאיז נישט אזוי שיין צו רעדן אויף מענטש וואס טראגט אויף זיך די צלם אלוקים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 4:18 pm
דורך קינות גירושין
ביבער האט געשריבן:די בארד איז נישט שלעכט אבער ס'קומט נישט צו זיין טאטנ'ס בארד.
פארוואס דארפסטו דא רעדן פון זיין טאטע?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
הארץ
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 5:26 pm
דורך אביגדור
לא יתעסק איש בין וכו'.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:45 pm
דורך נהורא נפישא
ער ווייסט אויך וועלעכע הפטורה מ'זאגט ווען און וואו ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:49 pm
דורך מנשה לוסטיג
אין מוסדות הרשב''י יא
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:36 pm
דורך berlbalaguleh
און די יונגעלייט און עלטערע אידן וועלכע מאדעללן פאר : דזשי & דזשי, דזשי & בי, קרויס שטריימלעך און דעם קר"י'ער "מלכות'דיגער סדר טיש -- וועלכן מ'קען געווינען אויב מ'ברענגט א סכום "קעש" צום דינער אדער מ'באצאלט אלע חובות פאר קהל ביז א געוויסן זמן-- מיט די צו-לאטשעטע פיאות... זענען בעסער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווען איך האב דעם אפפער, זעסטו מיך דארט בלי ספק
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:14 am
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:און די יונגעלייט און עלטערע אידן וועלכע מאדעללן פאר : דזשי & דזשי, דזשי & בי, קרויס שטריימלעך און דעם קר"י'ער "מלכות'דיגער סדר טיש -- וועלכן מ'קען געווינען אויב מ'ברענגט א סכום "קעש" צום דינער אדער מ'באצאלט אלע חובות פאר קהל ביז א געוויסן זמן-- מיט די צו-לאטשעטע פיאות... זענען בעסער

און וואס איז מיט די יונגעלייט און עלטערע אידן וואס מאדעלען פאר העולם החרדי, בליק, בליץ, וואך, והמסתעף? זיי זענען עפעס בעסער?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:20 am
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:און די יונגעלייט און עלטערע אידן וועלכע מאדעללן פאר : דזשי & דזשי, דזשי & בי, קרויס שטריימלעך און דעם קר"י'ער "מלכות'דיגער סדר טיש -- וועלכן מ'קען געווינען אויב מ'ברענגט א סכום "קעש" צום דינער אדער מ'באצאלט אלע חובות פאר קהל ביז א געוויסן זמן-- מיט די צו-לאטשעטע פיאות... זענען בעסער

און וואס איז מיט די יונגעלייט און עלטערע אידן וואס מאדעלען פאר העולם החרדי, בליק, בליץ, וואך, והמסתעף? זיי זענען עפעס בעסער?
עפעס א פארגלייך, דאס ואיז דאך אינגאנצן נישט קיין מאדעלינג, ווייל אין אלגעמיין צאלט מען פאר דעם מאדעל גרויס געלט זיך צו שטעלן פאטאגראפירן פאר די גאנצע שטאט, און דא איז דאס פארקערטער, די מאדעלס לאזן זיך קאסטן גרויסע סכומים. מוז מען על כרחך זאגן אז ס'איז דא העכערע ענינים דערביי, וסוד ה' לרואיו.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:53 am
דורך I'm back
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ווען איך האב דעם אפפער, זעסטו מיך דארט בלי ספק
וועלכע אפפער?
אמעריקען אפארעל?
זיי וואלטן דיר קיינמאל נישט גענומען, חוץ אויב זיי ווילן די נעקסטע דור זאל אויפוואקסן געי.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 6:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 9:56 am
דורך געפילטע פיש
אן
ארטיקל אויפן וועבסייט פונעם יוניווערסיטי אוו שיקאגא, עפעס א שרה אימאף וואס האט פאר סיבות לא מובנים דיסיידעד אז "Her research focuses on Amerian Jewish gender and sexuality", און זי טענה'ט אז ס'נישט יושר אז די מידיע זעט נישט די סעקסואליטעט אין די בילדער.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:47 am
דורך שווארץ אויף ווייס
מענטשעןס פענטעסיעס האט נישט קיין גבילים
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 12:32 pm
דורך פרישער
דער ווייסהויז זעיט אויס פחדים,
איך קלער אז ער איז א ראיה אז עס איז יא דא עוועלאשן
ער ברויך גיין מאדלען פאר שרעק
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 11:59 pm
דורך איזי
Double post
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:02 am
דורך איזי
Double post
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:05 am
דורך איזי
Double post
נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 12:08 am
דורך איזי
m.youtube.com/watch?v=FSR_tDgTonA&desktop_uri=%2Fwatch%3Fv%3DFSR_tDgTonAאיך וויל ענק נישט צוברעכען דעם הארץ אבער געב א קוק ווי נאך ער טאנצט מיטן שטריימל. (ווארנונג: נאך דע ערשטע מיניט ווערט עס אביסעל נישט איידל)
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:47 pm
דורך ביבער
באגעגנט די בילדער אויף אינסטעגרעם, איז דעס ווייסהויז?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 12:36 pm
דורך ואימא איפכא
כ'פארשטיי נישט אזעלעכע מענטשן, קענסט נישט קיין ענגליש און די גייסט 'סואין' סיטי האלל? ביי די אינטערוויא אויפן tv איז ער געפערליך מ'קען נישט פארשטיין וואס ער זאגט. זעלבע זאך דא, גייסט זיין א מאדעל קענסט דיך נישט קעמן די בארד? קאמ-אן! אפ' גויטע'ס לייגן אריין שעות און זיך אויספיצען פאר א עד, איך האלט מ'קען עם 'סואין' פארן פארשעמין די חרדישע אינגעלייט וואס גייען צופעליג יא געקעמטע בערד און די מידיע שרייבט אויף עם אז ער איז זייער 'אן-סעקסי' , שכח, לאמיר זען זיי זאלן נעמן א אויסגעפיצע באבובע אינגערמאן...
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 7:49 pm
דורך chusid
וואס איז פשוט פשט אין זייער מארקעטינג איידיע מיטן ארויסלייגן ווייסהויז? זיי זוכען אבי איינעם?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 7:56 pm
דורך כוכב
יאיר האט געשריבן:דער איז דאך א היסטארישער מיאוסקייט. מ'האט נישט געקענט נעמען עפעס א מלכיאל קאטלער סטיל בארד?
קודם כל מ'רעדט נישט אזוי. צוויי ער איז לדעתי א גוד לוקינג יונגערמאן, א געבויעט געשטעל, שיינע פיטשורס אויפ'ן פנים, דארק סקין, פערפעקטע ליפן, א שיינע נאז, גרויסע אויגן, אפשר נאר אביסל צו האריג.
בקיצור איך גלייב זיי ווייסן וואס זיי טוען.