ביבער האט געשריבן:שוין פון אלס קינד באדערט מיר די קשיא סמסתמא אמעראציש אבער לא הביישן למד אפשר קען עס מיר דא איינער אויסקלארן, פארוואס מוז איך אפרישיעטן גאט ווען ער געט מיר לופט צום אטעמען אדער עסן צום לעבן, אז ער האט מיר באשאפן איז דאך נישט מער ווי יושר אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס איך זאל קענען לעבן, נישט אזוי? אז מיין בעלעבאס געט מיר א קאמפיוטער צו ארבעטן מוז איך אים זאגן שקויעך?
אפשר פארקערט אפשר זאל גאט מכיר טובה זיין די מענטשן ווייל אן אונז ווער וואלט געוואוסט פון אים? סשטייט דאך אז כביכול צווינגט די נשמה אראפצוגיין, נו אלס הכרת הטוב זאל מען אונז כאטש צושטעלן דאס לעבן ווי א פייוו סטאר האטעל?
ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט אפצוקיהלן די התלהבות, אבער כביבער ועוד האט זיך ביי מיר קיינמאהל נישט אפגעלייגט די סארט חשבונות.
אר יו קידדינג מי? די דריי פארכאפטע פרויען האבן אויך געדארפט מכיר טובה זיין זייער קידנעפער (קיד?) אז ער האט זיי געגעבן עסן און לופט? אפשר זאלן זיי איהם קושן די פיס אז ער האט - ברוב טובו - זיי נישט צובראכן אלע פינגער? ער האט זיי גערעיפד? נו, די לעצטע שעה האט ער נישט...
ובפרט אז עס קאסט איהם גארנישט, וואס גייט איהם דען אהן אז נאך א איד זאל האבן א חיים טובים.
עס קומט איהם בערך די זעלבע קרעדיט וואס קומט מיר פאר'ן נישט אויסציפן מיין שכן עד שיצא נשמתו.
איך האב שטארק הנאה פון ביבערס פראגע, ווי אויך פון ונבנתה, ווייל די זאכן באדערט מיר שוין אויך יארן לאנג (זעה וואס איך האב אביסל געפרעגט דא). אבער איך בין נישט געזעצן מיט פארלייגטע הענט, איך האב גענישטערט, געפרעגט קלוגע אידן, געלייענט - ויגעת ומצאת תאמין - פון צווישן די אלע זאכן האב איך ארויסגעקראצט א שטיקל מהלך צו פארענטפערן, כאטש עס איז ווייט נישט בשלימות, אבער א שטיקל אמת האט עס זיכער אין זיך, ועוד ידי נטויה, עס איז נאך פאראן אסאך צו לערנען. (עס איז פאראן אפאר חלקים, קען זיין כ'וועל צאממישן, סאו פליעז ביער וויט מי).
דו פארגלייכסט דעם באשעפער צו א בעה"ב וואס גיט א קאמפיוטער צו ארבעטן. לאמיר זעהן, איז עס דען א ריכטיגע פארגלייך? גיט דען דיין בעה"ב פאר יעדן א קאמפיוטער? אדער איינער באקומט א בעזעם מיט א שמאטע צו רייניגן דעם טוילעט, א צווייטער באקומט א היי-לאו צו שלעפן און מאנעווערירן די באקסעס אינעם ווערהאוז, און א דריטער באקומט א קאר ארומצודרייוון און סעילסן פאר די קאמפאני, א.א.וו. אזוי אויך, דו ווייסט נישט פארוואס דו ביסט אראפגעקומען אויף דער וועלט. דו (און איך און יעדער...) מיינסט אז דו דארפסט זיך אייביג גוט פילן, אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים זאל ארבעטן פערפעקט, דו דארפסט האבן א פיינע שטוב אויפצואוואקסן מיט גוטע עלטערן, דערנאך טרעפן א פיינע ישיבה, און טרעפן א גוטן שידוך, און האבן שיין גרינג פרנסה, און קענען האבן א שיעור צופרי און ביינאכט, און דערנאך האבן א שיינע שטוב מיט זיסע וואוילע געזונטע קינדער, און זיי אלע חתונה מאכן גרינגערהייט און שעפן נחת, און אויסלעבן די יארן בשיבה דשנים ורעננים, און דערנאך אויסהויכן די נשמה מיט א מיתת נשיקה...
אבער פאקטיש איז קיינער נישט גענצליך באפרידיגט, קיינער האט נישט אלעס, און יעדן קוועטשט די שיך ערגעץ אנדערש. איינער מוטשעט זיך מיט שידוכים, אן אנדערער מיט פרנסה, א דריטער מיט קינדער, צי ברוחניות צי בגשמיות, ה' ישמרנו. פארוואס איז דאס אזוי? טאקע נאר וועגן אונזערע עבירות? זיכער אז נישט, כאטש עס שפילט מסתמא א פאקטאר. פאר די עבירות באצאלט מען בעיקר אויף יענע וועלט (סאפאוזעטלי, ווייל פאר זיינע צדיקים לאזט ער ענדערש אפקומען דא ווי איידער דארט, ואכ"מ). אבער יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט א בלו-פרינט, ווי אזוי זיין לעבן גייט אויסזעהן, כדי ער זאל קענען צוקומען צו זיין ריכטיגע תיקון הנפש, און צו אלעם האט דער מענטש מסכים געווען מרצונו הטוב בעפאר ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, און האט געזעהן אלע אפציעס פאר זיך.
וואס האט דער באשעפער פון א מענטש וואס זיצט אין תפיסה און קען (כמעט) נישט מקיים זיין קיין תורה ומצוות? קען נישט מחנך זיין די קינדער? פון אויבן-אויף קוקט אויס אז ער שימעלט אפ זיין לעבן (רח"ל)? וואס האט דער בורא פון די קראנקע מענטשן אין די שפיטעלער, בפרט די וועלכע זענען אין א קאומע פאר לאנגע יארן אן קיין האפענונג ה"י? פארוואס זאגט די הלכה אז מען דארף אויסציעהן יענעמ'ס לעבן ווי לענגער ס'איז מעגליך טראץ דעם וואס ס'איז פון אויבן-אויף א שאד? דאס אלעס פארציילט אז עס זענען פאראן חשבונות העכער אונזערע השגות. ווי אזוי האט נאר יענער צדיק געזאגט פאר זיין חסיד נאכן בעטן די הייליגע טעג אויף הרחבת הדעת: ווער זאגט אז השי"ת דארף דיין זעקס שעה לערנען מיט הרחבת הדעת? אים איז חשוב'ער דיין פארפלאגטע טאג, צובראכענע געכאפטע מנחה און אויסגעקארגטע האלבע שעה שיעור!
דאס אלעס איז נישט קיין נייעס פאר אונז, יעדער וואס לערנט אביסל ספרי חסידות ווייסט דאס. לאמיך צוקומען צו א אנדערע נקודה.
מען האט שוין עטליכע מאל געשמועסט דא אין שטיבל בשם ספרים הקדושים, אז די אלטימעיט ציהל פון א איד איז דביקות בה'. האבן א קאנעקשאן מיט השי"ת. יעדער טוט עס דורך אן אנדער אופן. דורך אנדערע מצוות. און אפילו נישט דוקא דורך מצוות, אויב ה' באשטימט אזוי, ווצב"ש דער קראנקער איד אין שפיטאל. ער קען זיך מדבק זיין דורך תפלה צו ה', אנדערע טוען דאס דורך חסד, אנדערע דורך תורה.
אבער די בעסטע, גרינגסטע און מערסט-פאזיטיווע וועג, איז דורך דאנקען השי"ת אויף וואס מען האט! איך האב אנגעהויבן אויבן מיין ארטיקל מיט די פאלגענדע ווערטער:
"דאנקען השי"ת אויף די גוטע זאכן וואס מען האט איז וויכטיגער ווי מתפלל זיין אויף וואס מען האט נישט. עס איז הכרת הטוב, און עס ברענגט א מער פאזיטיוון קשר צווישן דעם מענטש און באשעפער. עס מאכט א מענטש בשמחה און AWARE אויף זיינע פילע גוטע זאכן וואס ער פארמאגט". אז מען ווייסט ביי זיך אז דער ציהל איז קשר מיט הקב"ה, איז דאס דער בעסטער קשר, צו דאנקען און לויבן.
די פשט פון ברסלבר'ס סברא (בשם צדיקים) אז ווען מען דאנקט ה' דאן גיבט ער נאך גוטע זאכן איז טאקע אט דאס, אז השי"ת זעהט אז דער קשר בויעט זיך אויפן פאזיטיוון אופן, איז דאס א בחינה פון זה נהנה וזה נהנה. אבער ביי רוב מענטשן גייט עס דאך נישט אזוי. פון די גוטע זאכן פארגעסט מען, קוים וואס מען טראכט דערפון, נאר ווען מען קומט אין א עת צרה נעמט מען דעם תהלימ'ל און מען הייבט אן בעטן און מתפלל זיין, און ליידער ווען מען ווערט געהאלפן פארגעסט מען ווידעראמאל פון אים, און מען גייט צוריק צום אלטן. פאר אזעלכע מענטשן איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר זיי צו שיקן נאך טשאנסעס צו מתפלל זיין... ממש א שאד!
דער אמת איז, אז דאנקען אליינס איז נישט גענוג, די ספרים זאגן אז מען זאל אויך מתפלל זיין אויף להבא (וכידוע בשם החוזה אצל לאה אמנו), און טאקע נאך איידער מען האט א פראבלעם. מען זאל וויסן - און עס ארויסווייזן! - אז מען איז גענצליך אפהענגיג אין השי"ת יעדע רגע. נישט קיין כחי ועוצם ידי, וישמן ישורון ויבעט, נאר אדרבה, בעטן און בעטן! איך האב אסאך אריינגעטראכט אין דעם מאמר "מפני מה אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים", מען האט עס שוין אויך דעבאטירט דא אין שטיבל, הלמאי דער בורא פייניגט די צדיקים ווייל ער לעכצט פאר זייער תפלה? סאטמאר רב זאגט טאקע, פארוואס פונקט ביי דעם האט ער זיי מנסה געווען? ווייל השי"ת האט געוואוסט אז נאר ביי אזעלכע זאכן וועלן זיי מתפלל זיין, ווייל המשכת דורות איז נוגע עבודת ה', משא"כ ביי אנדערע הצטרכות'ן וואלטן זיי עס מקבל געווען באהבה און נישט מתפלל געווען. ממילא אז השי"ת האט געוואלט 20 יאר תפלה פון יצחק, האט ער נישט געהאט קיין אנדערע עצה.
בכלל איז אויך דא די באקאנטע קשיא, וואס מען האט שוין אויך אסאך ערווענט דא אין ק"ש, צי תפלה העלפט טאקע? מען זעהט דאך אז מענטשן זענען מתפלל און עס קוקט נישט אויס אז עס זאל מקובל ווערן! און וואס זאגט מען פאר די קינדער? פארוואס זאל מען מתפלל זיין? וואס איז דער תכלית? דאס אז יעדער תפלה האט עפעס א צוועק און טוט זיכער עפעס אויף ביהיינד די סיען'ס איז נישט גענוג אויסרייד פאר די קליינע, קוים וואס פאר די גרויסע... וויפיל קען מען דען גלייבן ווען מען זעהט אלעס שווארץ? אבער אז מיר ווייסן שוין קלאר אז דער תכלית פון תפלה איז נישט אז מיר זאלן געהאלפן ווערן, נאר צו בויען דעם קשר צווישן אונז און השי"ת, דערהערט זיך די זאך אנדערש. און אז מען ווייסט אז דער עיקר תפלה איז לויבן, כנ"ל אין חלק א', קוקט מען אן די זאך מיט אנדערע אויגן גלעזער, און די קשיא לאזט אביסל נאך.
והשתא דאתית להכי, האבן מיר דא 2 חלקים אינעם התנהגות פון השי"ת צום מענטש, ערשטנס איז דער חלק אז דער מענטש איז באשאפן געווארן מיט זיינע גענויע מעלות און חסרונות, וואס בדרך הטבע קען מען דאס נישט טוישן אדער ערזעצן אפילו מיט תפלה אדער מיט דאנקען, און דאס איז פארן תכלית און שלימות פונעם מענטש, און אדעתא דהכי איז ער געבוירן געווארן, אן דעם האט ער נישט וואס צו זוכן דא, און אויף דעם זאגן צדיקים אז קיינער וואלט נישט געוואלט אויפטוישן זיין פעקל צרות מיט א צווייטנס. וכמעשה הנ"ל מיט יענעם חסיד וואס זיין תכלית איז געווען צו זיין טרוד על המחי' ועל הכלכלה און זיך ארומדרייען נע ונד אן קיין הרחבת הדעת, פאר אנדערע איז באשערט זיך צו מוטשען מיט פרנסה, מיט א ווייב, אדער אפזיצן אין תפיסה אדער ליגן נישט געזונט. אבער אלע אינאיינעם האבן עפעס גוטע זאכן אין טאג-טעגליכן לעבן צו לויבן און דאנקען השי"ת, און דער וואס זיצט אין תפיסה וועט נישט זאגן קיין ברכה לבטלה ווען ער וועט דאנקען ה' על נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת. און בשעת ער דאנקט ה' אויף די רעלאטיווע חסדים אין תפיסה, איז ער משיג זיין שלימות אויפן שטארקסטן פארנעם. (זעלבסטפארשטענדליך אז עס האט אויסנאמען און צומאל - מיט געוויסע מיטלען ווצב"ש כח הרבים, צדיקים, דמעות, נאכן אדורכגיין א גרויסע נסיון, אדער בדרך נס - קען מען פועל'ן ישועות פאר די סארט פראבלעמען אויך, אבער עס איז א רוח שאינה מצויה).
דער צווייטער חלק פון גאט'ס התנהגות איז קלענערע זאכן אין די ראמען וואס איז יא באשערט פארן מענטש, נאר השי"ת ווארט טאקע אויף די תפלה אדער הודאה, און אמאל מיט אסאך הודאה און הכרת הטוב ווערט השי"ת מער גרייט צו שענקען גוטע זאכן, ווילאנג עס שטערט נישט דעם ציהל פון חלק א', למשל אפילו עס איז באשערט איינער זאל זיך מוטשען אויף פרנסה, אבער קינדער האט ער נישט קיין שלעכטע, אזא מענטש קען מיט תפלה און הודאה פועל'ן אז די קינדער זאלן זיין אויסנאם גוט, מען זאל שעפן אויסערגעווענליכע נחת מער ווי געווענליך, וויבאלד אין דעם ענין איז ה' פלעקסיבל מיט אים.
ונחזור לענין הקודם. באמת איז ביבער און ונבנתה גערעכט מיט זייערע שאלות, און השי"ת וואלט אונז געדארפט מן הדין געבן די כלים און TOOLS צו קענען אויספירן אונזער שליחות. איז דער תירוץ אויף דעם, קודם כל, יעדער באקומט זיינע נויטיגע כלים, איינער וואס האט נישט א געוויסע כלי איז פשט אז זיין שליחות האט נישט דעם סעיף פון דעם ענין, ולא עליו המלאכה לגמור. נישט יעדער קען - און דארף - מקיים זיין בפועל אלע תרי"ג מצוות. ממילא טענות קען מען זיכער נישט האבן אויף השי"ת פארוואס עס פאסירט געוויסע זאכן וואס קוקט אויס נישט לטובה, און אזוי ארום איז גרינגער די עבודה פון "מוחל זיין גאט".
געוויסע בעלי משלים פארגלייכן אונז צו א 'פאזל'. א פאזעל פון טויזענט שטיקלעך, יעדע האט אנדערע שעיפס און אנדערע קאלירן. יעדע שטיקל בפני עצמו קען מקנא זיין דעם שכן, פארוואס האט יענע מער ווייס און איך מער שווארץ? פארוואס איז יענע ארויפציהר און איך ממש פון אונטן? אבער ווען דער בילד ווערט צוזאמענגעשטעלט איז מער נישט שייך קיין קשיות, אלעס ווערט נתברר ונתלבן כשמלה, מען לאכט פון די קשיות. אזוי וועט ביי אונז זיין ווען משיח וועט קומען, אז ימלא שחוק פינו, ווייל דאן וועלן מיר ענדיגן צוזאמעשטעלן דעם פאזל, און אונזערע קשיות וועט ארויסרופן א הילכיגן געלעכטער.
איך האב געשריבן שנעל און צומישט. איך בין נאך נישט פארטיג. איך קען שרייבן א גאנצן בוכל... דערווייל שרייבט אייערע הערות און שאלות, און מ'וועט ממשיך זיין שפעטער בעז"ה.