בלאט 2 פון 6

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:47 am
דורך קאווע טרינקער
ברסלבער האט געשריבן:שלא מן הענין. איך וויל שוין לאנג פארשטיין פארוואס די חברה זענען אינטערסירט אין די יידישע שפראך. זיי זוכן דאך זיך אפצושיידן און פארגעסן פון זייער פארגאנגענהייט? איין תירוץ קען אפשר זיין דאס וואס דער פארווערט שרייבט:
ידען האט געשריבן: „איך שטעל זיך פֿאָר, אַז עס זענען דאָ אַ סך מער מענטשן ווי די לאָוענס, און איך מיין ס׳איז כּדאַי זיי מקרבֿ צו זײַן. ס׳איז דאָ אַ סך שיינקייט אין דער ייִדישער קולטור, און איינער פֿון מײַנע חלומות איז, צו ווײַזן די ייִדן, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, אַז זיי קענען זיך דאָ פֿילן אין דער היים.‟

אבער איך האב ביז יעצט געמיינט אז זיי זענען בכלל נישט אינטערעסירט מיט צו נעמען נאך מענטשן מיט זיך.

די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:03 am
דורך ברסלבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

דאס וויל איך טאקע פארשטיין. וואס האט דער פארווערט וכת דילהון פון די הייליגע יידישע שפראכע, וואס ציעט זיי דערצו?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:03 am
דורך קול דודי
ברסלבער האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:די גאנצע ארטיקל, בענין יידיש איז כוזב ושקר. די לאווין'ס רעדען יידיש ווייל דאס איז די "איינציגסטע" שפראך וואס זיי האבן געקענט ביז די 30.
דער פארווערט האט זיך איר אינטערעסע, צו ווייזן כאילו אז אפלאזן רעליגיע האט גארנישט מיט אפלאזן דעם הייליגען יידישע שפראכע

דאס וויל איך טאקע פארשטיין. וואס האט דער פארווערט וכת דילהון פון די הייליגע יידישע שפראכע, וואס ציעט זיי דערצו?


אפשר קולטור? פארוואס שטודירט מען שעיקספעיר? פארוואס האבן די פראנצויזן גאנצע אינסטיטוציעס אויף צו שטודירן און פארבעסערן און פראמאט"ן די פראנצויזישע ליטעראטור און שפראך (און די ענגליש די ענגלישע ליטעראטור און שפראך)?

איך זעה נישט אז ס'זאל זיין אזוי שווער צו פארשטיין אזש מ'זאל דארפן זיכן עפעס א טעם הכמוס הידוע רק ליודעי חן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 11:50 am
דורך טאמבל סאס
נאך וויל איך וויסן. וויאזוי איז עס פלוצלונג געווארן די הייליגע אידישע שפראך? און נאך יידישע אויכעט...
עפעס נאר מיר חסידים באלבאטעווען דערויף?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:29 pm
דורך ריינער
האט די לאווען משפחה געוואונט אין טאהש פארדעם?

איז זי דער מחבר פונעם באקאנטן אידישן ניגון "הערצעלע מיינס די האסט א וואונדער קראפט אין דיר"........??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:48 pm
דורך עסקן בדברים
יא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:57 pm
דורך ריינער
איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער ווען מ'קוקט צוריק זעהט מען אז זייער אסאך פון די וואס לאזן אונז איבער האבן א געוואלד מיט אינהאלט אין זיך, סיי די ניגונים וואס זי מרס, לאווען האט געמאכט, און ס'געווארן אזוי אויפגעכאפט ביי כלל ישראל, דאס ווייזט אויף עפעס. צו ליבי פאללאק וואס איז מלא מיט.. איך ווייס אליינס נישט וואס. צו שאולי גראסמאן וואס איך פערזענליך האט מיטגעהאלטן צוויי פון זיינע בחורישע יארן, ער איז געזיצן ביי א גמרא און געהאקט שטיקער, געווען פון די בעסטע בחורים אויב נישט 'די בעסטע ' בחור פון זיין שיעור. און נאך אסאך, זיי זענען נישט קיין סתם טיפשים, סאו וואס מיינט דאס???? טאקע וויל זייער נשמה פאדערט און מאנט פון זיי אזוי סאך פלאצט עס און מ'קומט אן דארט????

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 1:49 pm
דורך עסקן בדברים
קען זיין אזויווי דער ווילנער גאון אין חתימת היימישער ליטוואק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:04 pm
דורך טאמבל סאס
איז לאמיך פארשטיין, די אלע זענען גוטע מענטשן, האבן עס אמת'דיג געמיינט, געארבעט אויף זייערע מדות, אויפגעטוהן פאר אידישקייט, און דאס איז זייער שטראף וואס זיי באקומען? אז זיי פארן אפ פון אידישקייט??
פארוואס פירט נישט השי"ת צו אז דייקא די שלעכטע מענטשן זאלן אפפארן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:16 pm
דורך עסקן בדברים
אפשר מיינט דער גר"א אז די מינים און חוטאים ווערן נאכדעם גוט בטבע. און ער רעדט נישט פון מענטשן אזויווי ריינער האט גערעדט (ודלא כמו שכתבתי לעיל)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:22 pm
דורך יידל
ט"ס, איזה צואת שור. האסט פארגעסן פון בחירה? קומסט פאר ווי די מעלות פאריגן חודש, זייער תורה'דיגע שאלה איז געווען "וויאזוי האט מען מן שמיא צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא ר' עקיבא זאל נכשל ווערן אין בר כוכבא?". און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא אלישע בן אבויה זאל גיין OTD? און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער כה"ג ר' יוחנן זאל ווערן א צדוקי?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 2:23 pm
דורך סאשי פיש
ריינער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער ווען מ'קוקט צוריק זעהט מען אז זייער אסאך פון די וואס לאזן אונז איבער האבן א געוואלד מיט אינהאלט אין זיך, סיי די ניגונים וואס זי מרס, לאווען האט געמאכט, און ס'געווארן אזוי אויפגעכאפט ביי כלל ישראל, דאס ווייזט אויף עפעס. צו ליבי פאללאק וואס איז מלא מיט.. איך ווייס אליינס נישט וואס. צו שאולי גראסמאן וואס איך פערזענליך האט מיטגעהאלטן צוויי פון זיינע בחורישע יארן, ער איז געזיצן ביי א גמרא און געהאקט שטיקער, געווען פון די בעסטע בחורים אויב נישט 'די בעסטע ' בחור פון זיין שיעור. און נאך אסאך, זיי זענען נישט קיין סתם טיפשים, סאו וואס מיינט דאס???? טאקע וויל זייער נשמה פאדערט און מאנט פון זיי אזוי סאך פלאצט עס און מ'קומט אן דארט????

טאמבל סאס האט געשריבן:איז לאמיך פארשטיין, די אלע זענען גוטע מענטשן, האבן עס אמת'דיג געמיינט, געארבעט אויף זייערע מדות, אויפגעטוהן פאר אידישקייט, און דאס איז זייער שטראף וואס זיי באקומען? אז זיי פארן אפ פון אידישקייט??
פארוואס פירט נישט השי"ת צו אז דייקא די שלעכטע מענטשן זאלן אפפארן?

כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
אין די שמועסן איבער די מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל ועל ראשי שכינת אל אשכול האט מען דאס אויסגעשמועסט, די משמאלי גבריאל זענען זייער פרייליך אז זיי עסן גרויסע שטיקער בשר, האבן גרויסע טראקס, גרויסע באפוצטע ווייבער און גרויסע קרעדיט קארט בילס. זיי זענען איגנאראנט מוטער שטויסערס, זיי וואלטן נישט אנטלאפן פון טאהש, נאר אדער געווען א יוצר משרתים פאר משה ראטמאן אדער געקוקט מואוויס טאג און נאכט אין א בעיסמענט אין טאש, העכסטנס געמופט קיין אירמאנט. זיי זענען נישט קיין טראכטער, און בסך הכל זוכן זיי צו מאכן לעבן באקוועם, זיי מאכן נישט קיין ריזן טשעינזדש אין לעבן. דווקא ביי על ראשי שכינת אל אידן וואס זעענן אויף א דזשורני צו טרעפן די אמת, קען זיי איינפאלן אז זיי לעבן אין א אומאויסגעהאלטענע לעבנס שטייגער און זיין גרייט צו ליידן און מאכן א דראסטישע שווערע טויש צו אנגיין מיט די אמת זוכעניש אדער על כל פנים א לעבנסשטייגער וואס מאכט מער סענס.
פון נישט לערנען און בלויז ליגן אין טפשות וועט מען קיינמאל נישט וואקסן קיין תלמיד חכם, פון לערנען, נישטערן און זוכן וועלן זיבעציג פראצענט ווערן תלמידי חכמים, עטליכע פראצענט וועלן זייטן מציץ ונפגע, א געוויסע פראצענט וועט זיך כאפן ביים קאפ ביי די זעכציג און זיין אזא גוטזאגערישע משכיל צווישן די כולל יונגעלייט אמת זוכערס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 4:28 pm
דורך טאמבל סאס
יידל האט געשריבן:ט"ס, איזה צואת שור. האסט פארגעסן פון בחירה? קומסט פאר ווי די מעלות פאריגן חודש, זייער תורה'דיגע שאלה איז געווען "וויאזוי האט מען מן שמיא צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא ר' עקיבא זאל נכשל ווערן אין בר כוכבא?". און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער תנא אלישע בן אבויה זאל גיין OTD? און וויאזוי האט מען מן השמים צוגעלאזט אז דער געטליכער כה"ג ר' יוחנן זאל ווערן א צדוקי?

אבער פונקט די גוטע בטבע מאכן די שלעכטע בחירה, און די שלעכטע מאכן די גוטע בחירה?
נאך מער, ווען שאולי למשל איז געזיצן און פלייסיג געלערנט, איז אים דאך עס אויך שווער געווען, לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם דאס דעמאלטס האט ער געמאכט א גוטע בחירה כאטש ס'איז אים שווער געווען. פרעג איך אבער, וואס געשעט יעצט? ער מאכט א שלעכטע בחירה, כדי ער זאל באקומען אויבן נאך שלעכטס באצאלט??
דאס איז דאך ממש חוטא נשכר?!.

ווען דו זאגסט מיר אז די סיבה פארוואס זיי פארן אפ איז וויבאלד דאס איז א טריק פונעם יצר צו מטעה זיין תמימים נאך זיי, (און ס'וועט פארשטייט זיך דארפן צוגיין ווי עסקן בדברים זאגט אז, זיי ווערן שלעכט נאכדעם. וואס דערווייל קוקט מיר דאס נישט אויס, צו זיין די קעיס) פארשטיי איך. אבער אז אלעס געשעט כדי ס'זאל זיך ענדיגן מיט גיהנום פאר אים, בשעת ווען ער איז נאך א גוטע נאטור געווען, און שווער געארבעט אויף זיך זייענדיג אינווענדיג, דאס איז מיר שוין א פלא.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:51 pm
דורך קרעקער
"זיי זענען איגנאראנט מוטער שטויסערס"

לאוו דעהט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 6:54 pm
דורך טאמבל סאס
איך טראכט יעצט, ס'קען זיין דאס די תוכו אכל פון ר' מאיר איז אין קעגנזאץ מיט'ן גר"א; און אפשר וועגן דעם האט אים ר' מאיר אזוי געגליכן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:07 pm
דורך חזקיהו המלך
טאמבל סאס, כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, דער ס"מ פרובירט חאפען דארט ווי ס'דא זאפט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 8:12 pm
דורך סאשי פיש
חזקיהו המלך האט געשריבן:טאמבל סאס, כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו, דער ס"מ פרובירט חאפען דארט ווי ס'דא זאפט...

viewtopic.php?p=149758#p149758

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:19 pm
דורך ידען
עסקן בדברים האט געשריבן:Shifra Kreindel Lowen wrote many famous Yiddish songs which are still taught in the chasidish girls' schools, including "bas yisroel"

where can i listen to them?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 10:23 pm
דורך קאווע טרינקער
יוסף משה כהנא'ס טעיפ, אין אידיש.

דא רעדט מען שוין פון דעם
viewtopic.php?p=39207#p39207

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:26 am
דורך קאמענטירער
די מערסטע געפעלט מיר פון דאס וואס די פארוועטס שרייבט:
״זי פירט אפי׳ א בלאג״

וואספארא גליק אויף מיין קאפ.
אויף דעם זאגט די פסוק: אשרי מי שבלאג הבאלגאן הזה בימיו ואוי למי שבלע הבלאג בימיו

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:36 am
דורך [NAMELESS]
קאמענטירער האט געשריבן:אויף דעם זאגט די פסוק: אשרי מי שבלאג הבאלגאן הזה בימיו ואוי למי שבלע הבלאג בימיו

יא, עס איז א שארף פסוק קוק דארטן אין מצודות אויפן פלאץ, שארפע דיבורים בגנות המבאלגנים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:59 am
דורך יואב
עפעס א שייכות מיט די שטראף משמורת הכהנים "בילגה" האבן באקומען?