מאטעמאטיק: פריים נומערן
נשלח: פרייטאג מאי 15, 2020 10:32 am
ענליך צו דעם אלעם איז דאס די **** ספּיירעל. דאס איז אן ארכימידיען ספּיירעל [וואו די ווייטקייט פון איין רינג צום אנדערן איז די זעלבע, ועיין כאן] וואס יעדע דריי איז צו א פּערפעקט סקווער (2,4,9,16 אא״וו; אזוי ווי מ׳האט מסביר געווען פריער), און אינדערמיט זענען די אנדערע נומערס אייניג אויסגעשפרייט. דערנאך לאזט מען נאר איבער די פּריימס (אלס פּינטעלעך). אין דעם זעהט מען אויך פּאטערנס.
***
עס איז אינטרעסאנט צו וויסן אז עס איז דא א סארט פּריים נומער וואס רופט זיך א מערסען פּריים. דאס איז א סארט פּריים וואס איך נעם 2 און איך גיב דאס עפעס אן עקספּאנענט, און די נומער וואס איז איינס פאר די צאל איז די פּריים. למשל 2² איז 4 און איינס פאר דעם, 3, איז א פּריים. אזוי אויך, למשל, 2⁵ איז 32 און איינס פאר דעם, 31, איז א פּריים.
די גרעסטע ספעציפישע פּריים וואס מ׳ווייסט (ווייל כנ״ל בהאשכול איז דא אן אינפיניט צאל פון פּריים נומערן) איז א מערסען פּריים. עס איז איינס פאר די נומער פון 2⁸²⁵⁸⁹⁹³³ (די נעקסטע זיבן גרעסטע וואס מ׳ווייסט זענען אויך מערסען פּריימס).
בנוגע מערסען פּריימס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם געדאנק פון א פּערפעקט נומער. דאס איז א סארט נומער וואס אויב רעכען איך צאם די סומע פון אלע נומערן וואס קענען דאס דיוויידען אן א רימעינדאר (אן רעכענען דעם עצם נומער אליין), וועל איך צוריק אנקומען צו אט דעם נומער. למשל, 28 קען ווערן דיוויידעד אן א רימעינדאר דורך 1, 2, 4, 7, און 14. אז איך רעכען זיי אלע צאם קומט עס אויס צו 28.
יעצט, דער גרויסער מאטעמאטיקער לעאנהערד אוילער האט אויפגעוואוזן אז אלע איִווען פּערפעקטע נומערן גייען זיין אזעלכע סארט וואס ווען איך נעם א מערסען פּריים און איך מאלטיפּליי עס ביי די נומער וואס איז איינס מער פון איר און נאכדעם צוטייל איך דאס אין האלב, נאר אזא נומער קען זיין אן איִווען פּערפעקט נומער.
מען ווייסט נאך נישט צו עס איז דא אן אינפיניט צאל פון די סארט נומערן, ווי אויך ווייסט מען נאך נישט צו עס איז בכלל דא אן אַדד פּערפעקט נומער (מ׳איז נוטה אויף נישט).
ענליך צו פּערפעקטע נומערן זענען דא די עמיקעבּל נומערן. דאס זענען א פאר פון צוויי נומערן וואס די סומע פון די דיווייזארס פון איינע [די נומערן וואס מען קען איר דיוויידען ביי אן באקומען א רימעינדאר וכנ״ל] איז עולה די אנדערע, וכן להיפך. למשל, די קלענסטע אזא פּאָר איז 220 און 284. די דיווייזארס פון 220 זענען 1, 2, 4, 5, 10, 11, 20, 22, 44, 55, און 110 וואס צוזאמען איז זייער סומע 284. און די דיווייזארס פון 284 זענען 1, 2, 4, 71, און 142 וואס צוזאמען זענען זיי 220. ווי ווייט מען ווייסט וועט ביי אזא פּאָר אדער ביידע נומערן זיין איִווען אדער ביידע אַדד. מען ווייסט אויך נאך נישט צו עס זענען דא אן אינפיניט צאל פון עמיקעבּל נומערן.
טאמער איז די גרופע מער [למשל די סומע פון איינס איז די אנדערע, וואס די סומע פון יענע אנדערע איז צו א דריטע און נאכדעם ערשט איז עס חוזר חלילה (הגם אזא פּאָר פון דריי האט מען נאך נישט געטראפן; 4 יא)], דעמאלטס ווערט עס גערופן סאָשׁעבּל נומערן.
די סיקווענס (צו איינס ביי פּערפעקטע נומערן, צו צוויי ביי עמיקעבּל נומערן, צו מער ביי סאָשׁעבּל נומערן וכו׳) ווערט אנגערופן אן עליקאַט סיִקווענס. דער מאטעמאטיקער יוּדזשיִן-טשארלס קאטאלאן האט געקלערט אז יעדע עליקאַט סיִקווענס וועט זיך צום סוף ענדיגן מיט א פּריים, אדער 1 [וואס האבן נישט קיין דיווייזארס], אדער א פּערפעקטע נומער [וואס איז אליינס די סומע פון אירע דיווייזארס], אדער א פּאָר פון עמיקעבּל נומערן. עס איז נאך נישט אויפגעוואוזן געווארן.
***
אין דעם שמועס איז אויך אינטרעסאנט צו דערמאנען פערמאט׳ס קליינע טעארעם (לעומת זיין לעצטע טעאריע, באשריבן דא). דאס לויטעט אז יעדע פּריים, אויב מאך איך דאס די עקספּאָנענט פון עפעס א נומער, און דערנאך נעם איך אראפ פון דעם נומער וואס ס׳קומט אויס דעם נומער וואס איך האב אנגעהויבן מיט [דעם בּעיס], וועט די פּריים וואס איך האב גענוצט פאר׳ן עקספּאָנענט זיין א מאָלטיפּל דערפון [מיינענדיג איך וועל עס קענען דיוויידן ביי די פּריים אן קיין רימעינדאר].
לויט דעם טעארעם קומט אויך אויס (טאמער די בּעיס איז נישט קיין מאלטיפל פונעם פּריים) אז טאמער געב איך אן עקספּאָנענט צום בּעיס מיט איינס ווייניגער פון א געוויסע פּריים, וועט דערנאך אז איך נעם די נומער פון איינס ווייניגער ווי די נומער וואס ס׳גייט אויסקומען נאכ׳ן מאכן די עקספּאָנענשיעישאן, זיין א מאלטיפל פון די פּריים.
דאס קען גענוצט ווערן פאר א פּריימעליטי טעסט. דהיינו, אויב טוה איך דאס מיט א געוואוסע נומער אלס א פּריים (לגבי די עקספּאָנענט) און די ענדגילטיגע ענטפער איז נישט א מאלטיפל פונעם נומער וואס איך האב אנגענומען אלס פּריים, ווייס איך אז דאס איז זיכער נישט א פּריים.
***
אויך איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דערין בּערטראנד׳ס פּאַסטוּלעיט. דאס לויטעט אז פאר יעדע נומער גרעסער ווי 3, אויב איך קוק אויף צוויי ווייניגער ווי צוויי מאל די נומער, וועט אלס זיין צום ווייניגסטנס איין פּריים צווישן די נומער מיט וואס איך האב אנגעהויבן אין די נומער וואס איך בין צוגעקומען דערצו נאכ׳ן מאכן צוויי מאל וכו׳ כנ״ל. ווי אויך, סתם אזוי, אז פאר יעדע נומער, צווישן די נומער און דאפעלט די נומער איז זיכער דא כאטש איין פּריים.
***
אויך איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען דעם ווילסאן טעארעם. דאס לויטעט אז א נומער קען נאר זיין א פּריים נומער אויב ווען איך מאלטיפּליי אלע (פּאזיטיווע/געהעריגע) נומערן אונטער דעם און איך לייג צו איינס, וועט דאס קענען ווערן דיוויידעד דורך די פּריים נומער אן קיין רימעינדאר.