[justify]אנטשולדיגט פארן קומען שפעט. וואס זאל איך טוהן אז איך האלט נאך נישט אויף אזא הויכע מדריגה אין
רוהיגקייט אזוי ווי [tag]הוגה[/tag], איך בין מער רוהיג ווען מיין סוכה וד' מינים זענען שוין גרייט עטליכע טאג פריער.
א שטיקל הקדמה איבער דעם ענין פון תיקון הכללי/ ציון רבי נחמן/ אומאן ראש השנה, דאס זענען דריי באזונדערע זאכן, און לאמיר אביסל קלאר מאכן די נושאים, אזוי וועלן זאכן זיין מער פארשטענדליך.
1) רבי נחמן האט געזאגט אז די צעהן קאפיטלעך פון תיקון הכללי זענען א תיקון פאר פגם הברית, דאס איז נישט געקומען אין איין טאג, עס האט אים גענומען פיר יאר, קודם האט ער געזאגט אסאך תורות וועגן תהלים בכלל אז עס איז מתקן פגה"ב, דערנאך האט ער עס מסביר געווען ווי אזוי עס נעמט זיך פון די צעהן לשונות פון תהלים א.א.וו. ביז ער האט געזאגט די פונקליכע צעהן קאפיטלעך וואס זענען מסוגל דערצו.
פארשטייט זיך אז קיינער מוז אים נישט גלייבן, ער האט אזוי געזאגט און ווער עס גלייבט קען עס זאגן און ער וועט האבן א תיקון. יעצט צו זאגן אז די גאנצע זאך פון קומען אויף ברסלב איז וועגן די תיקון הכללי איז זייער נאריש, פשוט ווייל עס פעלט בכלל נישט אויס צו זיין א ברסלבער דערצו, זייער אסאך אידן זאגן יעדן טאג תיקון הכללי און זיי האבן גארנישט מיט ברסלב, סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט פאר רבי יוסל אשכנזי ווען ער האט געדרוקט א תהלים אז ער זאל אריינדרוקן די קאפיטלעך פון תיקון הכללי פון אנהויב, און אזוי האט ער געטוהן. און אזוי איז געווען נאך אסאך גדולים וואס האבן גערעדט פון תיקון הכללי אן האבן קיין שייכות מיט ברסלב.
פארוואס דען נישט? שאדן קען עס נישט, אפילו על צד הספק לוינט זיך צו זאגן די צעהן קאפיטלעך, עס איז נישט אזא טייערע אינוועסטמענט.
2) רבי נחמן האט גענומען צוויי עדות (רבי אהרן דער רב פון שטאט ברסלב, און רבי נפתלי א תלמוד) און ער האט זיי געזאגט אז לאחר פטירתו ווער עס וועט קומען צו זיין קבר און געבן א פרוטה לצדקה לזכותו און זאגן דארט די צעהן קאפיטלעך פון תיקון הכללי, "נישט קיין חילוק ווי גרויס זיינע עבירות זענען, נישט קיין חילוק וואס ער האט אלץ אפגעטוהן, וועל איך זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט אים א טובה צו טוהן, ביי די פיאות וועל איך אים ארויס נעמען פון שאול תחתית".
דאס האט נישט צו טוהן מיט ראש השנה, נאר דאס איז סיי ווען אינמיטן יאר. און פארשטייט זיך אז ווי אויבן געזאגט ווער עס גלייבט פארט אהין כאטש איינמאל אין לעבן צו זוכה זיין אין די הבטחה, דאס איז שוין יא אביסל א טייערע אינוועסטמענט, אבער מענטשן פארן סיי ווי צו קברי צדיקים, מאכט מען א סטאפ אויך אין אומאן און מען זאגט דארט תיקון הכללי.
3) אומאן ראש השנה. ווי שוין געשריבן אויבן האט רבי נחמן גערעדט זייער גרויס פון זיין ראש השנה, ער האט געזאגט אז דער אייבערשטער האט אים געגעבן ראש השנה פאר א מתנה, און ווער עס גלייבט אין אים זאל קומען צו אים אויף ראש השנה און ער וועט אים ערלעדיגן א גוט יאר, ער האט געזאגט אז אפילו די מענטשן וואס ער קען נישט העלפן א גאנץ יאר קען ער ראש השנה אויך העלפן, און נאך אסאך דברים מופלגים אויף זיין ביי אים אויף ראש השנה.
אזוי ווייט אז ער האט געזאגט אז צו זיין ביי אים ראש השנה איז די גרעסטע זאך, "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן". איינער פון זיינע תלמידים האט זיך אפגערעדט פאר אים אז עס איז אים זייער שווער צו קומען אויף ראש השנה, ער האט נישט קיין נארמאלע אכסניא צו עסן און שלאפן, ער האט נישט די ישוב הדעת צו דאווענען געהעריג דארט, און עס איז אים פיל גרינגער צו קומען ענדערש אויף שבת שובה. האט רבי נחמן אויף דעם געענטפערט "יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
און ווי איך האב שוין געשריבן האט ער גערעדט פון קומען צו אים בחייו אויף ראש השנה, אבער ווי זיינע תלמידים האבן דעמאלט פארשטאנען פון אים, ובפרט אז דער עיקר וואס ער האט גערעדט פון דעם איז געווען זיין לעצטע ראש השנה ווען ער איז שוין געווען זייער קראנק און זיין לעבן האט געהאנגען אויף א האר, און ער איז טאקע נפטר געווארן עטליכע טאג שפעטער אום חול המועד סוכות, האט מען פארשטאנען אז ער האט געמיינט אויך לאחר פטירתו, און אזוי האבן זיך ברסלבע חסידים געפירט פון דעמאלט ביז היינט.
יעצט לאמיר זעהן וואס מען קען פארענטפערן וואס דער עולם האט געפרעגט.
[tag]איחוד פעלד[/tag] טענה'ט אז די גאנצע קומען אויף ברסלב איז נאר וועגן תיקון הכללי, בנוסף צו וואס [tag]הוגה[/tag] און [tag]לעיקוואד[/tag] האבן שוין מסביר געווען, האב איך דיר צולייגט נאך א נקודה, אז אפילו איינער וואס גלייבט אין תיקון הכללי (לאמיר זאגן בלויז ווייל ער זוכט א גרינגע וועג ארויס) דארף ער נאכנישט לכבוד דעם אננעמען דעם גאנצן ברסלבן מהלך, עס איז אים גענוג צו זאגן דעם תיקון און ער איז יוצא אויך אן ווערן א ברסלבער.
[tag]יאיר[/tag] פרעגט אויב רבי נחמן האט גערעדט פון קומען אויף ראש השנה בחייו אדער לאחר מותו, דאס האב איך אויך פריער אויסגעשמועסט (נומער 3), און אויף דיין צווייטע פראגע אויב נאכן זעהן וואס גייט פאר היינט אין אומאן צו ער וואלט נאך אלץ געהייסן קומען, איז די ענטפער אז יא. ווייל אזוי ווי ער האט געהאלטן אז ער איז בכח צו העלפן און מתקן זיין מענטשן וואס קומען צו אים, און דאס האט ער געוואלט צו העלפן מענטשן, גלייב איך אז היינט וויל ער עס נאך אסאך מער, צו העלפן די אלע מענטשן וואס קומען צו אים, און ווי אויבנדערמאנט האט ער אליין געזאגט "יא געגעסן נישט געגעסן, יא געשלאפן נישט געשלאפן, דער עיקר אז דו זאלסט זיין ביי מיר אויף ראש השנה".
עס איז דא א צוואה פון א צדיק וואס ער שרייבט אז ווער עס האט נאר איינמאל פוגם געווען זאל נישט קומען צו זיין קבר, אבער רבי נחמן האט געזאגט פארקערט, ווער עס האט פוגם געווען זאל קומען צו זיין קבר און ער וועט אים העלפן און פארעכטן.
[tag]קאווע טרינקער[/tag] פרעגט צוויי קשיות. איינס אויב איך זאג אז צו זוכן א צדיק און א רבי דארף גיין מיט חקירה, ווי אזוי ביניך געווארן א ברלסבער פון אריינפאלן איינמאל אין א ברסלבע שטיבל, איך וואלט קודם געדארפט דורכטוהן אלע רבי'ס החיים והמתים.
איך האב אנגעכאפט די נישט ריכטיגע אויסדרוק "חקירה", בעת וואס רבי נחמן זאגט דער לשון אז דאס דארף גיין מיט "דעת". דהיינו נישט נאכגיין א רבי בלינדערהייט ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוהן אדער ווייל דער רבי איז זייער גרויס און ער האט אסאך בנינים און חסידים, נאר קוקן וואס מען באקומט אין די האנט פונעם רבי'ן און לויט דעם אפמאכן צו ער איז געאייגנט צו זיין מיין רבי.
רבי נחמן נוצט א משל פון א זיגל, אויף א זיגל אליין קען מען גארנישט זעהן, די אותיות זענען פארקערט. ווי אזוי זעהט מען די שיינקייט פון א זיגל? ווען מען זיגלט עס אראפ אויף א פאפיר. און די זעלבע איז ביי א רבי, צו דער רבי איז גוט פאר מיר אדער נישט, דאס קען מען נאר זעהן נאכדעם וואס ער זיגלט אראפ אויף מיר, זעה איך צו ער האט מיר געהאלפן אדער נישט.
פארשטייט זיך אז מען רעדט נישט פון געהאלפן ווערן צו ליב באקומען די וויזניצע מנוחה ושמחה… נאר צו ער קען מיר געבן א מהלך החיים ווי אזוי דורכצוגיין די וועלט בשלום ברוחניות ובגשמיות.
איינער פרעגט מיר פון ווי איך ווייס טאקע אז רבי נחמן גייט מיר ארויס שלעפן פון שאול תחתית אויף יענע וועלט. האב איך אים געזאגט ווייל איך זעה אז שוין דא אויף די וועלט שלעפט ער מיר ארויס פון שאול תחתית, גלייב איך אז אויף יענע וועלט וועט ער עס אויך קענען באווייזן. ווי צדיקים זאגן אז צו העלפן א בעל בחירה איז גרינגער ווי צו העלפן א נשמה.
און ווי איך האב געשריבן פריער ביניך נישט געווארן א ברסלבער גלייך נאכן אריינפאלן אין שטיבל, נאר נאכן זיך דרייען דארט א שטיק צייט און זעהן וואס איך באקום דארט.
די צווייטע קשיא פרעגט קאווע טרינקער, פארוואס אין ברסלב איז דא אזויפיל משוגעים וואס קלעבן דארט. קודם עס איז נישט אזוי סאך ווי עס זעהט אויס, נאר איין משוגענער מאכט מער נויז ווי הונדערט נארמאלע.
און נאכדעם. ברסלב איז א שטח הפקר. יעדער משוגענער קען זאגן אז ער איז א ברסלבער און דו קענסט אים נישט אפפרעגן, אבער ביי מיר איז א ברסלבער נאר איינער וואס לערנט און לעבט מיט די לימודים פון רבי נחמן מברסלב.
והשלישית. צו האניג קלעבן די בינען. אויף א ברינקס טראק לאקערן אלע גנבים עס צו כאפן, א גארביטש טראק קענסטו לאזן אפען די טיר מיט די שליסל אינסייד.
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] וויל אז איך זאל באשרייבן מוהרא"ש. קודם קען איך דיר דאך נישט משיג גבול זיין… און בכלל האלט איך נישט פון רעדן פון מענטשן, אויב עפעס, איז נאר אינטערעסאנט צו רעדן פון די סחורה וואס דער מענטש פארקויפט, און פון דעם האב איך שוין אסאך גערעדט, ועוד חזון למועד.
איך מיין אז איך האב אלעס פארענטפערט. ווער עס האט נאך עפעס צו פרעגן זאל אויפהייבן די האנט.[/justify]