בלאט 2 פון 2

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 9:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיג האט געשריבן:כמיטב ידיעתי איז אין בריסק דער עיקר דער מאראקאנער אתרוג, און די באקאנטע מעשה 'אז מען האט ניט איז מען פטור' גייט אויף דעם.

איך האב פארשטאנען יענער מעשה אז אפילו פאר'ן שוואכ'ן מאראקאנער אתרוג האט ער אזוי בא'ארבעט.
לויט וואס איך קען זיי, ווען ס'איז נאר דא א ברירה פון איינס, וואלטען זיי גענומען א תימנ'ער.
איך האב יענער וואך געהערט אז ר' משה פיינשטיין האט גענומען דריי אתרוגים. והוא פלא.
אין לעיקוואוד ישיבה שטייט איינער מיט א גרויסע באקס פון כל מיני סארטען, און די פרומאקע'ס גייען צו שאקלען דערמיט. טאמער דער עולם איז מיר מתיר, וועל איך אפשר כאפען א בילד און ארויפלייגען. אבער מ'מוז מיר דערמאנען!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 10:26 pm
דורך [NAMELESS]
ער שטייט דארט בלויז יו"ט אדער חוה"מ אויך? אויב חוה"מ איז דאס א דבר האבוד.

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב איהם נאר געזען חוה''מ. דער 'בריסקער פון לעיקוואוד' דרייט זיך אין ביהמ''ד, און יעדער וואס די אויגען באגעגענען זיך, בעט ער צו שאקעל'ן זיין ד' מינים. איך וויל איהם טשעפענען היי יאר, נאר למעשה איז ער א ת''ח א חשוב'ער ערנסטער מענטש, האב איך אפשר מורא. די הלכה איז אז קנין הגבהה איז נאר דרבנן. דעריבער ווען מ'גיבט א גט, מאכט מען זיכער אז דער גאנצע פאפיער איז אינ'ם פרוי'ס האנט, ס'זאל נישט ארויסשטעקען, כמבואר בתורת גיטין. אז מ'וויל קונה זיין א לולב, ווי טוט מען עס? האב איך אן עצה. מ'זאל ליגען אויסגעשטרעקט אויף א באנק און אראפלייגען דער לולב אייפ'ן מאגען, אזוי וועט אלס זיין אויפ'ן גוף!
א נייע חומרא לכבוד יו''ט!
לך אכול בשמחה את לחמך ושתה בלב טוב.......

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
דאכצעך אז די בריסקע זענען מקפיד ביי קידושין קונה צו זיין די טבעת על כף היד ווייל קנין יד ארבעט נישט אויף די פינגער (פארוואס ווייס איך נישט, ווי אויך פארשטיי איך נישט אויב אזוי וויאזוי קען מען זאגן חצר מטעם יד), איז אלזא דיין כרס עצה (תרתי משמע) וועט גיבס ניט העלפן.

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געמיינט ווייל ס'איז נאר קונה די העלפט פון די רינגעל וואס איז אויב'ן, נישט וואס הענגט אראפ. קען מען מקיים זיין דער שמחת כרסו ברוב פאר והדר

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 29, 2015 11:45 pm
דורך [NAMELESS]
ס'הענגט דאך נישט אראפ ס'ליגט על גב היד (אצבע).

אויב איך געדענק גוט מיין חופה האט מיין כלה געהאלטן איהר האנט מיטן גב ארויף ויל"ע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 12:21 am
דורך שלום על ישראל
יאיר האט געשריבן:הוי, דאס איז דאך ממש א הארצווייטאג, צו זען כולל יונגעלייט וואס האבן נישט קיין לחם לאכול לאזן זיך קאסטן פאר טייערע אתרוגים וואס האבן נישט קיין שום מקום בהלכה ואגדה ומוסר. ברגע א איד דערנענטערט אן אתרוג צו זיינע אויגן זאלט איר וויסן אז ער איז ניטאמאל בגדר מחמיר ווען ער פארמאכט איין אויג איז ער א חסיד שוטה, און ווען ער נעמט ארויס א שפאקטיוו איז ער א הדיוט שבהדיוטות און א געשוואלענער עם הארץ. די לולבים איז א באזונדערע פרשה. איך שטוין ווי אידן שטייען און באטראכטן דערי לולבים אויב ס'איז 'גענוג' פארמאכט. וואס מיינט איר האבן די אידן געשאקלט בזמן הבית? דערי לולבים מיט אתרוגים פון א חזון איש פעלד און א הכשר פון התאחדות? הדסים משולש כולו ועוד יותר כשיעור הנודע ביהודה? עזרא האט זיי געהייסן אראפרייסן א גרויסן רייפן געלן אתרוג פון א ווילדער בוים, אזוינס מיט גרויסע שקיעות ובליטות און עטליכע גראבע ברוינע פלעקן, דערנאך האט מען אראפגעקנאקט אפאר צווייגן פון דעם טייטלבוים אין דעם בעק יארד, און היידא! אוי איז דאס געווען נענועים, ס'האט געשאקלט אלע וועלט!

דאס איז שוין א מנהג אבותינו בידינו, אז יעדער יונגערמאן מאכט די צוויי טעותים, אפילו מען ווארענט זיי פעם ועוד הפעם: מולטי-לעוועל מארקעטינג און רענט-לעוועל פרייזן פאר די ארבע מינים.

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געזעהן א ספר/בוך וועגען דער השתלשלות פון דער יחוס פון אתרוגים, דוכט זיך מיט'ן ציל אוועקצונעמען דער רוה''ק פלעק פון חזו''א אתרוגים ,געדרוקט יעצט תשע''ה. איך געדענק נישט דער נאמען פונ'ם ספר.

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:33 pm
דורך ירא שמים
סאיז ארויס היי יאר צוויי ספרים אויף דעם איינס פון לוי יצחק סופר וואס האט געשריבען די מאמרים אין קובץ אור ישראל און נאך א ספר שאיני זוכר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:41 am
דורך געוואלדיג
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין לעיקוואוד ישיבה שטייט איינער מיט א גרויסע באקס פון כל מיני סארטען, און די פרומאקע'ס גייען צו שאקלען דערמיט. טאמער דער עולם איז מיר מתיר, וועל איך אפשר כאפען א בילד און ארויפלייגען. אבער מ'מוז מיר דערמאנען!

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] איך דערמאן דיר.

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 5:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אבער קיינער האט נאך נישט מתיר געווען!

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 12:23 pm
דורך ירא שמים
מותר לך מותר לך מותר לך

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געדאווענט היינט אין ב.מ.ג. איך קען עס נישט אויסשרייבען יעצט, אבער ליהוי ידוע אז מ'האט זיך געשטעלט אכט אזייגער און גע'ענדיגט פינעף נאך צען
בילד

Re: זענען טאקע רוב אתרוגים אויפן מארקעט קוים כשר ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 4:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאך בילדער
בילד
בילד