נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 3:51 pm
כ'פארשטיי נישט, ער דארף ארבעטן אומזיסט? וואס איז ער אנדערש ווי א געהעריגער דאקטאר? ער טוט פאר דיר ריסערטש, שוין צאמגעלערנט א וועלט, און ברענגט דיר עס כשולחן הערוך לויט די שפראך ווי א חסיד'ישער איד דארף הערן, ער וועט דיר זאגן וואס קוגל איז און וואס א בילקעלע איז, פארוואס מעג ער נישט באקומען באצאלט פאר דעם?
א מענטש וואס פירט כלל ישראל ביי די נאז דארף האבן קאנפידענץ. ביי אונזער סאסייעטי איז דא א מאדנע קרענק: אויב איינער איז נישט גענוג 'זיכער' מיט זיך, דארף ער גיין צו אלע קאורסעס כדי אים ארויפברענגען ביזן הימל הויך; און טאמער האט שוין איינער ענדליך דערגרייכט הויך טוט מען אים דערנידערן, ממש משפיל גאים עדי ארץ ומגביה שפלים עדי מרום... זינט ווען איז קאנפידענץ א פראבלעם? ער מעג נישט זאגן קלאר וואס ער האלט? מעגסט קריגן אויף אים, ער וועט נישט זיין ברוגז (און אפילו יא, מעגסטו אויך), אבער בארעדן א מענטש וואס האט שוין געהאלפן אומצאליגע אידן? ווען מען זאל נעמען די אלע פונטן וואס כלל ישראל האט פארלוירן א דאנק אים, וואלט מען געקענט בויען דערמיט א צווייטע מאונט עווערעסט. (אקעי, נישט ממש, אבער מאונט וואשינגטאן זיכער.)
רבותי, מיין נייע "פאזיטיוו" קאמפיין אין שטיבל וועט מוזן דערהערט ווערן, און שלאגן ווארצלען! פארוואס דארף אלעס גיין מיט קריטיק און נעגאטיוו? מצד אחד רעדט מען זיך דא כסדר אפ אז היימישע אינגעלייט האבן נישט קיין פרנסות, קיין דעגרי, ומצד אחר האט א פריוואטער איד געליטן פון דייעביטיס, און אנשטאט העלפן בלויז זיך אליינס האט ער געטון ריסוירטש און פרובירט מזכה זיין א וועלט דערמיט, ער האט אוועקגעגעבן אומצאליגע שעות, חדשים און יארן, די אלע טעלעפאן ליינס און אינטערוויואס איז אויך גענצליך אומזיסט, איז דאך נאר יושר אז אויב איינער וויל מאכן אן אפוינטמענט פון זיין טייערע צייט וואס ער העלפט אידן ארום די וועלט, אז ער זאל באקומען באצאלט דערפאר! גייט מען דא און מען רייסט אים אראפ?!
שותי קאווע, עד מתי תהיו נעגאטיוו? לאמיר אלע געבן טאמבס אפ פאר א געשמאקע חסיד'יש אידל, א גרויסער ת"ח, מיטן חסיד'ישן רבי'שן לבוש - סיי ער און סיי זיין ב"ב - וואס האט זיך ערווארבן אזא שיינע נוצבארע פרנסה וואס איז נאך נישט געווען! און ווייל מיר זענען געספויעלט מיט מעדיקעיד קומט אים נאך נישט קיין לגיונות און זלזולים!
טינק אבאוט איט!!