בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
די נייע 2015 לינאקלן נעוויגעיטאר

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:29 pm
דורך טריפל אי
שמעקעדיג האט געשריבן:די נייע 2015 לינאקלן נעוויגעיטאר

סא דאס גייט זיין דער נייער קאר פאר היי ענד טעקסיס און שווארצע דראג טראפיקער?

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 5:44 pm
דורך יין שרף
Police car in Dubai

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:19 pm
דורך שמעקעדיג
די שיינע אינטיריאר פונען נייעם 2015 שעווי סובורבען, מיט א פארגעשריטענעם טאטש סקרין
(דאס איז דער טאפ מאדעל, נישט אלע וועט זיין אזוי שיין)
באמערק אז עס האט נאך דעם אלטן סארט שיפטער אויפן סטירינג ווהיל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:38 pm
דורך שטילע אינגערמאן
[tag]שמעקעדיג[/tag] אזוי גערעכט, די אלטע שיפטער איז מיר קיינמאל נישט געפאלן, ס'איז עפעס אזוי אלט מאדיש. אין נישט באקוועם, מדארף בכפיה אויף הייבן די שיפטער אין עס אזוי איבער רוקען כאילו די שלעפסט א פערד אין וואגען.

נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
ביי די נארוואס פארלאפענע ניו יארק אויטא-שאו האט מען ווי געווענליך אנטפלעקט און געצייגט פאר די פארזאמעלטע די נייערע קארס און ווענס פונעם נאנטן צוקונפט.

צווישן אנדערע האט מען פארגעשטעלט - עס קען זיין אינטרעסאנט פאר אונזער היימישע ציבור - א נייער מיניווען וועלכע וועט ערשיינען ביז עטליכע חדשים אויפן מארק - דאס איז דער פריש איבערגעמאכטער 2015 קיע סעדאונע.
קיע איז אמאל געווען א פיעס אף גארבעטש (ווי איז [tag]גד החוזה[/tag]?) אבער זינט זיי האבן זיך צוזאמענגעשטעלט און געווארן קאמבאנירט מיט זייער שוועסטער "הייאנדעי" האבן זיי זיך גאר שנעל אנגעהויבן ארויפצוארבעטן בגדול, און זיי ערצייגן יעדע יאר נייע הערליכע הויכע-קוואליטעט אויטאס וועלכע טוט ערשטוינען אפילו די מבינים, און זייערע קארס היינט צו טאגס איז נישט קיין סאך הונטערשטעליג פון די אויסגעצייכענטע יאפאנעזער אויטאס (טאיאטע/האנדא/ניסאן/מעזדע א.א.וו.)

דער מיניווען איז א מאגערע מארקעט, עס ווערט פארקויפט דערפון בערך א האלב מיליאן פער יאר צווישן אלע קאמפאניס אינאיינעם (טאיאטע/האנדא/קרייסלער), בשעת דער טאיאטע קעמרי אליינס (בעסט-סעלינג מידסייז סעדאן) פארקויפט באלד אזויפיל שטיק. פונדעסטוועגן האפט קיע צו באקומען א פעטן ביסן פון די מארקעט.

עס וועט האבן אין זיך אלע מעלות וואס די אנדערע ווענס פארמאגן, און פארשפרעכט צו זיין א מושלם פון א כלי. א שיינע דעזיין וואס זאל אויסקוקן ענליך צו א SUV (צוליב וואס טייל גויים שעמען זיך צו דרייוון א מיניווען, ס'נישט גענוג COOL...), אויך אינווייניג וועט עס זיין הערליך אויסגעשטעלט ווי א לוקסעריעזע אויטא, עס וועט האבן ארט פאר 8 פאסאזשירן (די קרייסלערס האט נאר פלאץ פאר 7 זיצן), די מיטעלסטע זיצן וועלן האבן א "פוט-רעסט", און עס וועט מעגליך האבן א "סורראונד בעקאפ קעמרע", וועלכע לאזט דעם דרייווער זעהן א פולשטענדיגן בילד פון ארום דעם גאנצן קאר (טייל מערצעדעס און אינפיניטי'ס פארמאגן שוין אזא סיסטעם).

עס איז צום האפן אז די זעלבע שמחה וואס האט ארומגענומען דעם היימישן עולם ביי די ערשיינונג פונעם 2014 אדעסי, וועט ממשיך זיין ביי די נייע סעדאנע...

-

נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 2:02 pm
דורך שמעקעדיג
דא האט איר א בילד פון א סורראנד בעקאפ קעמרע, וועלכע גיט דעם דרייווער א בילד פןו ארום דעם גאנצן אויטא (זעה די רעכטע חלק)

.

נשלח: פרייטאג אפריל 25, 2014 4:21 pm
דורך ונבנתה העיר
ניסאן דעוועלאפד א קאר וואס ווערט נישט שמוציג.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UwoGsCAKsxU[/youtube]

נשלח: זונטאג אפריל 27, 2014 11:12 am
דורך שמעקעדיג
די אמאליגע צוקראכטע 15 פעסענזשער ווענס - א מארקעט וואס מען האט פארנאכלעסיגט פאר לאנגע יארן - ווערן צוביסלעך טראנספארמירט אין שענערע באקוועמערע טרעקלעך, ווי דער באקאנטער ספרינטער, און ניסאן'ס נייע ווענס (פאר פאסאנזשירן און קארגא, עטליכע סייזעס), און אלע אויטא מאנופעקטשורערס ארבעטן אויף נייערע און באקוועמערע ווענ'ס.

FORD -- וואס זיי האבן געהאט אלע יארן די טרויעריג-בארימטע "עקאנאליין" וועלכע האט טאקע געדינט איר פארפוס אבער האט אויפגעשאקלט אלע צוזאמענגעשטופטע פאסאזשירן אויף יעדן באמפ -- וויל ארויסקומען בקרוב מיט זייער "טראנזיט" ווען, מיט מערערע ווערזשאנ'ס, און איינע פון זייי וועט זיין א מלכות'דיג שטיקל מיט א האלצערנע פאדלאגע, גערופן "טראנזיט סקיי-ליינער". מיט אזא ווען וועט איר שוין איינמאל וועלן גיין צום עירפארט, איר וועט זיך שפירן ווי אין א ערשטע קלאס זיץ...

.

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 7:15 pm
דורך רויטע וואנצעס
וואס האלט די עולם וועגן א honda pilot. אויך איז עס א 7 אדער 8 פאסענזשער?

נשלח: זונטאג יוני 08, 2014 8:19 pm
דורך שמעקעדיג
קען אריינגיין 8, אבער אין די בעק איז די פלאץ טייט. אויך האט עס נישט אזויפיל לאגעדזש ארט אין די טראנק ווי א מיניווען.

עס דרייווט עוורידזש. רייד איז נישט זייער סמאד.

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 6:33 am
דורך שמעקעדיג
דאדזש גרענד קאראוואן. א מיניווען וואס טויזענטער אידן דרייוון שוין צענדליגער יארן. איינער גייט זיך בענקען דערנאך?

אפיציעל האט זיך געענדיגט דעם קאראוואנ'ס פראדוקציע. דאדזש מאכט מער נישט קיין מיניווען'ס. קרייסלער (צווילינג מיט דאדזש) וועט פארבלייבן די איינציגסטע אמעריקאנע מיניווען אויף די מארקעט. אינאיינעם מיט 4 אויסלענדישע, די סיענע, אודעסי, און ניסאן קוועסט פון יאפאן, און די קיא סעדאונע פון קארעא.

http://www.detroitnews.com/article/2014 ... 00033/1148

.

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 6:47 am
דורך ישמעאל הכהן
מ'הייבט זיך נישט אן מיט די אידן. א קאראווען האט געקידנעפט א איד, יעצט איז עס היסטערי


בדוו, מאזדא מאכט נאך אויך א מיניווען.

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 11:16 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מ'הייבט זיך נישט אן מיט די אידן. א קאראווען האט געקידנעפט א איד, יעצט איז עס היסטערי


בדוו, מאזדא מאכט נאך אויך א מיניווען.


אפשר ברענגסטו א בילד פון א מזדא מינו ווען , איך מיין אז די וועסט קיין בילד נישט קענען אפיר ברענגען ווייל זיי האבן נאך קיינמאל נישט קיין מינו ווענס פראדאצירט

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 11:24 pm
דורך ישמעאל הכהן
2012-Mazda5-front-hi-thumb-607x362-55721.jpg
2012-Mazda5-front-hi-thumb-607x362-55721.jpg (161.45 KiB) געזען געווארן 3773 מאל

נשלח: זונטאג יולי 13, 2014 11:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
פונקט געוואלט שרייבן וועגן מזדא. די וואך האב איך געזעהן אין בארא פארק אפאר אידעלעך מיט נייע מזדא מיני ווענס. איינער ווייסט מער איבער די prons and cons?

בד"וו די איטאליענער CEO פון קרייסלער/פיאט האט אויך געוואלט הארגענען די טאון און קאנטרי. אבער מ'האט געמאכט א ויצעקו אז אמעריקא וועט מער נישט מאכן מיני ווענס. (ווי כאילו ס'איז א אמעריקאנע קאר... א איטאליענער קאמפאני, וואס פרוצדירט די מיני ווענס אין קאנאדא, אינטער א באנקראטירטע אמעריקענער ברענד...)

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 12:02 am
דורך ישמעאל הכהן
די מאזדא איז נאר א 6 זיצער, א 4 צילנדער מאטאר. ס'איז געבויעט צו זיין א מיני מיני ווען, ס'נישט אזוי שטארק ווי די אנדערע.
אזוי ליין איך

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 12:52 am
דורך שמעקעדיג
זיי פלעגן האבן יארן צוריק די MPV, אבער עס איז שוין לאנג נישט אין פראדוקציע.

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 10:56 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: איך 'על עס קויפן ערשט אין יאר 2025 אדער , אויב די דעפט. אוו מאטאר וועהיקלס וועט מיך נאך לאזן דרייוון א קאר. . מיינע קארס זענען לכה"פ 10-15 יאר אלט. אויפ'ן וועיג צום דזשאנק יארד.2030... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: ;) :o

נשלח: מאנטאג יולי 14, 2014 11:00 am
דורך berlbalaguleh
הוגה האט געשריבן:שמחה גדולה ביים היימישע עולם! די נייע אדעסי 2014


.

הוגה: ס'איז מסתמא ביי די בעלזער חתונה. ווייל צו ליינען די נייעס איבער האנדא אדיססי 2014 דארף מען נישט גיין אנגעטון מיט שטריימל און בעקישע... :? 8-) :lol: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 6:00 pm
דורך שמעקעדיג
ישמעאל הכהן האט געשריבן:בדוו, מאזדא מאכט נאך אויך א מיניווען.

אויב דאס הייסט ביי דיר א מיניווען, דאן מאכט פארד אויך א מיניווען

http://www.thecarconnection.com/overvie ... #src=10065

נשלח: מיטוואך יולי 16, 2014 2:28 am
דורך petergrifin
באואינג באװײזט בײ אן עיר שאו װאס איר נײע און גרעסערע 787-9 עראפלאן קען מיט אפאר קונצן אין די
לופט און איז בעיקר לײכטער און פארנוצט 20% װײניגער פיול (fuel).

http://www.theverge.com/2014/7/14/58993 ... u-throw-up

פאר די שאו די פרעקטיס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GZRKm6PG918[/youtube]

בײ די שאו
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=vzr313wSY_Y[/youtube]

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 3:29 pm
דורך שמעקעדיג
די פרייד ביים היימישן עולם שטייגט צו די הויכע שטאפלען אז טאיאטע האט ערצייגט דעם 2015 סיענע, וועלכע וועט האבן קליינע פארבעסערונגען אקעגן די איצטיגע (בעיקר אינווייניג, אינדרויסן בלייבט עס גאנץ ענליך צום אלטן).

http://www.toyota.com/upcoming-vehicles ... les_Sienna