בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:40 am
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:נטעי גבריאל די מעשה'לעך קאנסטו פון אים אפקויפן ווען ס'קומט צו הלכה דארף מען אים איבערקוקען
אבער דו האסט (מסתמא) נישט געקענט דעם "נטעי גבריאל" אלס בחור אין ישיבה. ס'נישט געווען נאך אזא מתמיד ווי ער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:19 am
דורך zurich
berlbalaguleh האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:נטעי גבריאל די מעשה'לעך קאנסטו פון אים אפקויפן ווען ס'קומט צו הלכה דארף מען אים איבערקוקען
אבער דו האסט (מסתמא) נישט געקענט דעם "נטעי גבריאל" אלס בחור אין ישיבה. ס'נישט געווען נאך אזא מתמיד ווי ער.
און דו יא??
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 1:22 am
דורך משה געציל
איך הער אז אין מילקשעיק האבן די לצים זיך אונטערגעהאלטן אויפ'ן חשבון פונ'ם גבאי. זיי האבן געשריגן און געשישקעט דער גבאי איז געווארן צומישט און פארחושט (פארגעסט נישט, אין חצר מילקשעיק האט מען מקפיד געווען נישט טועם צו זיין דעם צענטען...) און ער האט עס בטעות פארקויפט פאר ח"י פעמים צוה לברכו...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 4:09 am
דורך הדד בן בדד
ביינונז אין בית מדרש האט זיך מפטיר יונה פארקויפט פאר צוועלעף הונדערט, אבער פתיחה צו נעילה האט א איד געקויפט פאר זיין זוהן פאר צוויי אהאלב אלפים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 8:51 am
דורך outspoken
סאו וואט האט געשריבן:כ'מוז דו געבן קרעדיט אויטספאוקען, אז אויף אייוועלט ביים אשכול ווי איז דער מקור בידיעות התורה
האט איינער אן געפרעגט ווי איז דער מקור אז מפטיר יונה הוא מסוגל לעשירות, און קיינער האט זיך
נישט אנגערופן גלייך, נאר נאכדעים האט זיך איינער דערמאנט און נטעי גבריאל בשם חב"ד,
קוקט אויס ווי דער לומדים דא זענען סאך גרעסער..
א לייק פאר קאווא שטיבל
מ'קען ליידער זאגען 'אשרי מי שחושדין ואין בו' ,כ'בין ליידער ווייט פון א תלמוד חכם, פשוט א גרויס חלק פון מיין TRADE איז מאכען RESARCH (כ'זאג אלץ פאר מיין סעקרעטערי "פרעג GOOGLE ׂ) נעכטען האב איך דארעך געטון די סוגיא מעמיד דמעמיד אויף GOOGLE און כ'האב צומאלען א דיין.
דאס וואס שרייבסט
קוקט אויס ווי דער לומדים דא זענען סאך גרעסער.. נישט נאר אז ס'דרייען זיך דא גרעסערע לומדים, נאר אפילו בעלי דעת ומדע און בעלי שכל הישר דורך צו נעמען אן ענין געפינט מען דא אין
קאווא שטיבלאיין זאך וואס זיי זענען גוט און קענען אפשר נעמען קרעדיט איז HISTORY פון צדיקים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:21 am
דורך איטשע
איחוד פעלד האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:דער גר"א שרייבט בביאורו על שו"ע אז ער האט קיינמאל נישט געזעהן דער מענטש וואס איז נתעשר געווארן צוליב סנדקאות.
נו, שטייט דאך אין דער גמרא לא ראינו אינו ראי'.
כ'האב געמיינט דער יעב"ץ שרייבט עס אין זיין סידור.
די גר"א האט נישט געמיינט צו זאגן "לא ראינו", ער האט געכער געמיינט צו זאגן "ראינו שלא"!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:39 am
דורך דולה ומשקה
געווענדליך אין די גרויסע שוהל'ן איז שוין דא בדרך כלל א חזקה ווער עס קויפט עס, אדער לכל הפחות וועלעכע פיר פינעף מענטשען בידן איינעם דעם צווייטען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:16 pm
דורך outspoken
אסטראנאמישע $1,536,00.00 האט יונה הנביא באצאלט פאר דעם מפטיר יונה.
(מסכת נדרים לח א) יונה דכתיב (יונה א) ויתן שכרה וירד בה וא"ר יוחנן שנתן שכרה של ספינה כולה אמר ר' רומנוס שכרה של ספינה הויא ד' אלפים דינרי דהבא.
איצט לאמיר מאכען די חשבון.
דינר זהב = 25 דינר כסף
דינר כסף = 192 פרוטות
פרוטה = 8 pennies
25* 192 = 4800 פרוטות
4800 * 8 =38400 pennies
38400 * 4000 = 153,600,000 pennies
convert pennies to dollars
153600000 / 100 = $ 1,536,000
אויב 1 פרוטה איז נישט 8 pennies וועט די חשבון זיין אביסל אנדערשט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 3:23 pm
דורך משגיח
סאמאר מהרז"ל
Hanugid R' Yisroel Goldberger was Oilah Maftir Yona B'Beis Midrusheini KY, & Shnudered new Mikva TeHarah in KY! 3rd huge Binyan he donates!