חג האסיף - באספך את תבואת הארץ
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
וואס איך האב קעגן מענטשן? גאר אסאך, כ'וויל אבער נישט אויסרעכענען מיין מגילה יעצט, ס'איז דאך זמן שמחתינו. אבער איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיט דיין פילזאפישע קשיות, דער פאקט איז אז רוב מענטשן שפירן א קשר צו נאטור במובן וואס די דיקשענערי איז עס מגדיר, און דער פאקט איז אויך אז אמאל איז מען געווען מער מקושר צו דעם נאטור אין דעם מובן. ממילא איז פשוט אן עצה טובה אז די אלע מענטשן וואס שפירן במשך די יאר אז זייער לעבן איז צו ראבאטיש און אנגעפילט מיט ראבאטישע מאשינען אז זיי זאלן זיך אין דעם צייט מער מתבונן זיין אין דעם קשר וואס דער מענטש האט מיט'ן נאטור.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך קען נישט דער פאקט, מענשטען האבען ליב שיינע נאטור און זיי האבען ליב שיינע אייפונס, זיי שפירען א קשר צו א שיינע בילד און צו דער שיינער סצענע וואס דער בילד לייגט פאר, די תורה כאילו עס איז דא נאטורליכקייט וואס דאס איז מער ריכטיג ווי די ראבאטישקייט דאס פרעג איך אפ סיי פילאסאפיש און סיי פראקטיש.
נעם א איד וואס לעבט אגאנצע יאר דארט ווי דו פארסט אויף וואקאציע וועסטו זעהן ער טוישט זיך גערן מיט דיר ער פארט אויף וואקאציע קיין מאנהעטען מיט די אלע ראבאטן. די יסוד פון ימים טובים און האלידעיס איז פשוט א טויש פון וואס מען איז געוואוינט, עס האט גארנישט מיט תורות וועגן נאטור און נאטורליכקייט. סתם מען זוכט א טויש. דאס איז טאקע א גוטע זאך.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אזא חילוק ווי עס איז דא צווישען ביווערס און די דעם וואס זיי בויען. ביידע זענען אנדערע השתלשלות'ן פון די בריאה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך כאפ נישט ווי איר פירט מיר, לגבי וואס? עס האט נישט קיין זין צו מעסטען וואס דער חילוק איז אן וויסען לגבי וואס. לגבי 'נאטורליכקייט', איז נישטא קיין חילוק. לגבי אסאך אנדערע זאכן יא (למשל, א מענטש טאר מען נישט הרגנ'ען, א קאמפיאטער מעג מען יא. וכו').
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ר' לעקוואד צו וואס זיך קאליע מאכן די פילפארביקייט פון געפילן.
די מאטיוו צו טראכטן מיטן קאלטן שכל איז אויך א געפיל
די מאטיוו צו טראכטן מיטן קאלטן שכל איז אויך א געפיל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יאיר, עס האט אבער נישט קיין שייכות. די 'נאטור' פון וואס איר רעדט מיינט נישט דווקא לעבעדיגע זאכען, נאר אויך טויטע זאכען, ווי ואסער, שטיינער, וואס א קאמפיאטער איז שוין מער 'לעבעדיג' ווי זיי. די הגדרה פון נאטור האט גארנישט מיט די הגדרה פון לעבעדיג. און אוודאי האט דאס נישט קיין קשר מיט מאראלישע הגדרות וואס ארבעטן אינגאנצען אנדערש.
עניוועיס, די טאקטיק פון מיר כאפען אויף עפעס א חשיבות וואס איך גיב אויך און איז נישט מוכרח און זאגען אזוי געבן אנדערע פאר אנדערע זאכען איז נישט קיין גרויסע חכמה. אם תקניטנו אז א קאמפיאטער מעג מען נישט הרגנ'ען פונקט ווי א מענטש און דאך וועל איך נישט לאזען הרג'נען מענטשען מיינט נאכנישט אז אויף איין אמונה קען מען בויען נאך אמונות, ערגעצוו שטעלט דאס די שכל אפ.
און דאס וואס דו ברענגסט אגאנצע צייט כאילו מענטשען פילען אזוי האלט איך עס איז נישט ריכטיג. נישט נאר דעם נאר עס איז זיך אליינס סותר. די מציאות איז דאך אז רוב מענטשען פארוויילען פיל מער צייט ביים קאמפיאטער ווי אין נאטור, נו איז דאך פון דעם מוכרח פארקערט, נאר דו קומסט בשם אן אידיאלאגיע וואס געוויסע מענטשען האבען, אז די פאר טעג וואס ער פארט אין נאטור איז עפעס מער ריכטיג ווי די קאמפיאטער און מאוויס, איז אויף אידיאלאיגע דינג איך זיך אידיאלאגיש.
נהורא נפישא,
איך האב גארנישט קעגן די געפיל, איך האב קעגן די אידיאלאגיע אז 'נאטורליך' איז עפעס מער ווי 'אומנאטורליך'.
עניוועיס, די טאקטיק פון מיר כאפען אויף עפעס א חשיבות וואס איך גיב אויך און איז נישט מוכרח און זאגען אזוי געבן אנדערע פאר אנדערע זאכען איז נישט קיין גרויסע חכמה. אם תקניטנו אז א קאמפיאטער מעג מען נישט הרגנ'ען פונקט ווי א מענטש און דאך וועל איך נישט לאזען הרג'נען מענטשען מיינט נאכנישט אז אויף איין אמונה קען מען בויען נאך אמונות, ערגעצוו שטעלט דאס די שכל אפ.
און דאס וואס דו ברענגסט אגאנצע צייט כאילו מענטשען פילען אזוי האלט איך עס איז נישט ריכטיג. נישט נאר דעם נאר עס איז זיך אליינס סותר. די מציאות איז דאך אז רוב מענטשען פארוויילען פיל מער צייט ביים קאמפיאטער ווי אין נאטור, נו איז דאך פון דעם מוכרח פארקערט, נאר דו קומסט בשם אן אידיאלאגיע וואס געוויסע מענטשען האבען, אז די פאר טעג וואס ער פארט אין נאטור איז עפעס מער ריכטיג ווי די קאמפיאטער און מאוויס, איז אויף אידיאלאיגע דינג איך זיך אידיאלאגיש.
נהורא נפישא,
איך האב גארנישט קעגן די געפיל, איך האב קעגן די אידיאלאגיע אז 'נאטורליך' איז עפעס מער ווי 'אומנאטורליך'.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז דו 'מוזט' לאגיש האלטן אזוי, כ'האב נאר געמיינט צו זאגן אז אויב דו זעסט עפעס א שינוי מהותי אין פראקטיק צווישן די צוויי איז בהכרח אז אין תוכן איז דא א שינוי מהותי, ממילא קענען שוין אנדערע מענטשן האבן די רעכט צו מאכן זייערע חילוקים.
לו יצוייר אז יאיר קומט זאגן אז רוב מענטשן זענען מער מחשיב זייער ווייב ווי זייער קאמפיוטער, קומט דערויף א געוויסער לעיקוואוד טענה'ן אז אין זיין אידעאלאגיע איז נישטא קיין שום חילוק צווישן א ווייב און א קאמפיוטער, ממילא קען דאס נישט זיין ריכטיג, און ער שרייבט:
וואס האלטסטו, איז יענער לעיקוואוד אין מיין משל גערעכט?
לעיקוואוד האט געשריבן:די מציאות איז דאך אז רוב מענטשען פארוויילען פיל מער צייט ביים קאמפיאטער ווי אין נאטור, נו איז דאך פון דעם מוכרח פארקערט, נאר דו קומסט בשם אן אידיאלאגיע וואס געוויסע מענטשען האבען, אז די פאר טעג וואס ער פארט אין נאטור איז עפעס מער ריכטיג ווי די קאמפיאטער און מאוויס, איז אויף אידיאלאיגע דינג איך זיך אידיאלאגיש.
לו יצוייר אז יאיר קומט זאגן אז רוב מענטשן זענען מער מחשיב זייער ווייב ווי זייער קאמפיוטער, קומט דערויף א געוויסער לעיקוואוד טענה'ן אז אין זיין אידעאלאגיע איז נישטא קיין שום חילוק צווישן א ווייב און א קאמפיוטער, ממילא קען דאס נישט זיין ריכטיג, און ער שרייבט:
די מציאות איז אז רוב מענטשען פארוויילען פיל מער צייט ביים קאמפיאטער ווי מיט זייער ווייב, נו איז דאך פון דעם מוכרח פארקערט, נאר דו קומסט בשם אן אידיאלאגיע וואס געוויסע מענטשען האבען, אז די פאר שעה וואס ער פארט מיט זיין ווייב איז עפעס מער ריכטיג ווי די קאמפיאטער און מאוויס, איז אויף אידיאלאיגע דינג איך זיך אידיאלאגיש.
וואס האלטסטו, איז יענער לעיקוואוד אין מיין משל גערעכט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
שוין, מיר טענה'ן זיך שוין ווי צוויי עכטע פילאסאפער, מיט ראיות און סברות, און איך געדענק שוין נישט ווי עס הייבט זיך אן.. טראכט אליינס די תשובה וואס איך קען שרייבען און די תשובה לתשובה וכו', והבוחר יבחר.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יאיר האט געשריבן:אבער איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט מיט דיין פילזאפישע קשיות, דער פאקט איז אז רוב מענטשן שפירן א קשר צו נאטור במובן וואס די דיקשענערי איז עס מגדיר, און דער פאקט איז אויך אז אמאל איז מען געווען מער מקושר צו דעם נאטור אין דעם מובן. ממילא איז פשוט אן עצה טובה אז די אלע מענטשן וואס שפירן במשך די יאר אז זייער לעבן איז צו ראבאטיש און אנגעפילט מיט ראבאטישע מאשינען אז זיי זאלן זיך אין דעם צייט מער מתבונן זיין אין דעם קשר וואס דער מענטש האט מיט'ן נאטור.
קוק וואס דו שרייבסט, און כ'מיין אז לעיקוואד וועט מודה זיין אז א מענטש וואס שפירט אזוי איז דאס פאר עם זיין ריאליטעט, און ער זאל טאקע פארן קיין פלארידע אויף וואקאציע, און דער פלארידאנער זאל קומען קיין מאנהעטען אויף וואקאציע און שלום על ישראל. אבער וואס איז אמת איז אמת אז דאס איז נישט מער ווי א שפור, און דער מענטש וואס בויעט מאשינען און קאמפיוטערס איז נישט מער ווי א פארגעשריטענע קאפי פונעם ערשטן האמאסעפיען וואס האט אנגעהויבן נוצן פרימיטיווע טול'ס אויף צו ארבעטן. און ווען די שפין פאמיליע קומט כאלעמויעד זען די מענטשען הייזער וואס די מענשטען בויען פאר זייער פאמיליעס, קוקן זיי צו ווי נאטורליך שיין ס'זעט אויס, אנדערש ווי זייער שפין געוועבעכצער וואס זיי בויען און פארפאטשקען די נאטורליכע לענדסקעיפ.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
וואטעווער...
די פוינט איז, מעגסט מאכן סיי וועלכע חגאות פייערונגען געדענקנישן און פארברענגנס כדי אפצוצייכענען סיי וועלכע אידעע עס איז ביי אייך טייער, חשוב אדער הייליג, אבער אויב ווילט איר אריינקוועטשן אין די ווערטער חג האסיף עפעס א ענין פון אייניגקייט מיט נאטור איז עס פונקט אזוי אומנאטורלי"ך אדער נאטורלי"ך (פיק יור פויזן) ווי מיין פשט איןחג האסיף.

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
הוגה האט געשריבן:אזוי ווי די אידן האבן דעמאלטס געפראוועט א גרויסע פארטי אזוי ווי איך האב שוין ערקלערט, האט די אייבישטער געזאגט ״זאלן זיי שוין דעמאלטס דאנקן פאר אנדערע זאכן אויך, זאלן זיי טון אביסל פאר רוחניות אויך. איר פריידט זיך מיט די ענדע פון די פארם-יאר, דאן פריידט אייך אויך מיט די ענדע פון די תורה. איר פריידט זיך מיט געוואוקס פריידט אייך אויך מיט די לולב און אתרג וואס זענען מרמז וכו'״.
די אייבישטער האט דייקא געוואלט אז די ימים טובים פון פסח, שבועות און סוכות זאלן coincide'ן מיט די זמן אביב, קציר און אסיף. די אייבישטער האט געוואלט אז ווען מיר פרייען זיך פאר די זאכן, ווען מיר האבן סייווי די התבוננות און אנערקענונג אין די גדלות הבורא ומציאתו בעולם, ווען מיר פילן זיך סייווי אזוי נאנט מיט אים, ווען מיר זענען אויף א high, טאקע דעמאלטס אין אזא צייט איז די בעסטע צייט צו פראווען די הייליגע סדר. דעמאלטס איז די צייט צו עסן אין די סוכה, שאקלן לולב און זאגן אתה הראת לדעת. דעמאלטס איז די בעסטע צייט צו פייערן די קבלת התורה. פארדעם זענען מיר נצטווה געווארן צו מעבר זיין די יארן, כדי די ימים טובים זאלן אלץ זיין אין די פרייליכע און פייערליכע תקופות.
די האסט מכוון געווען צום חינוך וז"ל במצוה שכד נטילת לולב:
וכמו כן מצות הלולב עם שלשת מיניו מזה השורש היא, לפי שימי החג הם ימי שמחה גדולה לישראל, כי הוא עת אסיפת התבואות ופירות האילן בבית, ואז ישמחו בני אדם שמחה רבה, ומפני כן נקרא חג האסיף, וצוה האל לעמו לעשות לפניו חג באותו העת, לזכותם להיות עיקר השמחה לשמו. ובהיות השמחה מושכת החומר הרבה ומשכחת ממנו יראת אלהים בעת ההיא, ציונו השם לקחת בין ידינו דברים המזכירים אותנו כי כל שמחת לבנו לשמו ולכבודו. והיה מרצונו להיות המזכיר מין המשמח, כמו שהעת עת שמחה, כי צדק כל אמרי פיו, וידוע מצד הטבע כי ארבעה המינין כולם משמחי לב רואיהם.
אויך אין מצוה לא מצות קידוש שבת בדברים חזרט ער איבער די נקודה:
ועל כן נתחייבנו לעשות המעשה עם היין, לפי שטבע האדם מתעורר בו הרבה שהוא סועד ומשמח, וכבר אמרתי לך כי לפי התעוררות האדם ומעשהו יתפעל אל הדברים לעולם. ומזה השורש אמרו זכרונם לברכה בגמרא [פסחים דף ק"ו ע"ב] שאם הפת חביב על אדם יותר שיקדש על הפת. כי אז מתעורר טבעו יותר למה שהוא תאב.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]לעיקוואד[/tag], איך האב ערשט יעצט געליינט דיין פערזענליכע דעבאטע מיט יאיר און כ'האב מיך מחיה געווען. א שאד כ'האב עס נישט געליינט אום יו"ט, ס'וואלט מיר געגעבן א ריכטיגע שמחת יו"ט לכבוד חג האסיף. עס ווינדערט מיר נאר וועלכע היטל דו האסט געטראגן בשעת'ן שרייבן די תגובות. שפילסט די ראלע פון קאנטרעריאן, קאמעדיאן אדער אוטיסטישע מאן?
א יעדער ווייסט אז נאטור בארואיגט, מאכט בשמחה, גיבט קלארקייט וכדומה. די מאוויס האבן דאס נישט מחליט געווען און מיר אלע טאנצן זיי נאך. נעם אזעלכע אקטיוויטעטן ווי שטיין אין רעגן, זיצן ביים וואסער (מיט א ציגאר), גיין צום חוף, שפאצירן אין פעלדער, וועלדער, בערג און טאלן. הערן די קולות פון פייגלעך און כוואליעס. ברענג דיין אנגעזעצטע ווייב בלומען און עס וועט טוישן איר מוט, נישט ווייל עס טעיסט אדער שמעקט גוט נאר ווייל.... איינער וואס פארשטייט דאס נישט לעבט אין אן אנדערע מציאות.
דאס איז בכלל נישט נוגע צו וואס איך האב געשריבן בנוגע חג האסיף, ס'נאר א נספח צו אייערע געשפרעך.
[tag]יאיר[/tag], צום צווייטע מאל אין איין וואך וועל איך מיר אוזר זיין מיט אן עזות דקדושה און זיין א תובע בפה. הראינו נא את כבודיך, ס'שוין אריבער דאס יו"ט ונאמן בעל החוב לפרוע. ביטע ענלייטען אונז פארוואס מיר זאלן בענקן און לעכצן נאך די געשמאקע ליכטיגע טעג, בישבינו על האילנות ביערי אפריקה מיט די באנאנעס אין די הענט, וואס וועט אונז זיין בעסער אלס עיפס? וועלן מיר קיינמאל נישט גלוסטן צו קאמיטען סואיסייד אלץ עיפס? תורה היא וללמוד אני צריך.
[/justify]
.
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
א יעדער ווייסט אז נאטור בארואיגט, מאכט בשמחה, גיבט קלארקייט וכדומה. די מאוויס האבן דאס נישט מחליט געווען און מיר אלע טאנצן זיי נאך. נעם אזעלכע אקטיוויטעטן ווי שטיין אין רעגן, זיצן ביים וואסער (מיט א ציגאר), גיין צום חוף, שפאצירן אין פעלדער, וועלדער, בערג און טאלן. הערן די קולות פון פייגלעך און כוואליעס. ברענג דיין אנגעזעצטע ווייב בלומען און עס וועט טוישן איר מוט, נישט ווייל עס טעיסט אדער שמעקט גוט נאר ווייל.... איינער וואס פארשטייט דאס נישט לעבט אין אן אנדערע מציאות.
דאס איז בכלל נישט נוגע צו וואס איך האב געשריבן בנוגע חג האסיף, ס'נאר א נספח צו אייערע געשפרעך.
יאיר האט געשריבן:וואס איך האב קעגן מענטשן? גאר אסאך, כ'וויל אבער נישט אויסרעכענען מיין מגילה יעצט, ס'איז דאך זמן שמחתינו.
[tag]יאיר[/tag], צום צווייטע מאל אין איין וואך וועל איך מיר אוזר זיין מיט אן עזות דקדושה און זיין א תובע בפה. הראינו נא את כבודיך, ס'שוין אריבער דאס יו"ט ונאמן בעל החוב לפרוע. ביטע ענלייטען אונז פארוואס מיר זאלן בענקן און לעכצן נאך די געשמאקע ליכטיגע טעג, בישבינו על האילנות ביערי אפריקה מיט די באנאנעס אין די הענט, וואס וועט אונז זיין בעסער אלס עיפס? וועלן מיר קיינמאל נישט גלוסטן צו קאמיטען סואיסייד אלץ עיפס? תורה היא וללמוד אני צריך.
![צומישט :?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
שוין, אז הוגה בעט זיך אזוי שטארק... סוף כל סוף איז שוין אריבער זמן שמחתינו, קען איך זיך ערלויבן אים אביסל צו מעצב זיין. וראיתם את פני בחימה ובקצף גדול.
אלזא, ניין, עיפס באגייען נישט קיין סואיסייד, זיי רייסן נישט אוועק קינדער פון זייער מאמען פאר כלומר'שט הייליגע צילן, די זכרים און נקבות האבן נישט קיין שלום בית פראבלעמען צוליב רעליגיעזע פרינציפן וואס זענען מכלומר'שט געבויט אויף שכל, לאגיק, און הויכע ווירדן, און ווען זיי צוטיילן זיך גייט זיך יעדער זיין וועג, און קיינער זוכט נישט קיין נקמה, זיי בארעכטיגן נישט קיין אכזריות'דיגע אקטן אין נאמען פון גאט, זיי לעבן נישט אין פאלשקייט, אונטער א שלייער פון מאראל און אמת בשעת'ן טון פונקט דאס פארקערטע טאג טעגליך, זיי רעדן זיך נישט איין אז זיי פארשטייען די סודות פון די בריאה, זיי געבן נישט אוועק זייער לעבן כדי צו געפעלן אנדערע עיפס, זיי האבן נישט קיין דאגות פון חתונה מאכן די קינדער און פון צאלן הויכע רענט וואס מען טוט נאר ווייל "יעדער טוט אזוי", און זיי עסן זיך נישט אויף ווען זיי זעען אומרעכטן, ביי זיך אדער ביי א צווייטן, און זיי זענען קיינמאל נישט מקנא די מענטשן. ואידך פירושא זיל גמור. און לאמיר ווידעראמאל ציטירן דעם חכם מכל האדם:

יג וְנָתַתִּי אֶת-לִבִּי, לִדְרוֹשׁ וְלָתוּר בַּחָכְמָה, עַל כָּל-אֲשֶׁר נַעֲשָׂה, תַּחַת הַשָּׁמָיִם; הוּא עִנְיַן רָע, נָתַן אֱלֹהִים לִבְנֵי הָאָדָם--לַעֲנוֹת בּוֹ. יד רָאִיתִי, אֶת-כָּל-הַמַּעֲשִׂים, שֶׁנַּעֲשׂוּ, תַּחַת הַשָּׁמֶשׁ; וְהִנֵּה הַכֹּל הֶבֶל, וּרְעוּת רוּחַ. טו מְעֻוָּת, לֹא-יוּכַל לִתְקֹן; וְחֶסְרוֹן, לֹא-יוּכַל לְהִמָּנוֹת. טז דִּבַּרְתִּי אֲנִי עִם-לִבִּי, לֵאמֹר--אֲנִי הִנֵּה הִגְדַּלְתִּי וְהוֹסַפְתִּי חָכְמָה, עַל כָּל-אֲשֶׁר-הָיָה לְפָנַי עַל-יְרוּשָׁלִָם; וְלִבִּי רָאָה הַרְבֵּה, חָכְמָה וָדָעַת. יז וָאֶתְּנָה לִבִּי לָדַעַת חָכְמָה, וְדַעַת הוֹלֵלֹת וְשִׂכְלוּת: יָדַעְתִּי, שֶׁגַּם-זֶה הוּא רַעְיוֹן רוּחַ. יח כִּי בְּרֹב חָכְמָה, רָב-כָּעַס; וְיוֹסִיף דַּעַת, יוֹסִיף מַכְאוֹב.
האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פון וואו האסטו גענומען די אלע פאקטן וועגן עיפס? האסט אמאל גערעדט מיט איינס אז דו ווייסט די אלע זאכען?
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
דרך אגב כ'האב געקלערט פאר תפילת גשם וויאזוי איז דער תפילה אקטועל אין קאנטעמפארערי צייטן ווען אגרוקולטור איז אינגאנצן נישט מער ווי א חלק פון די עקענאמישע פאקטארן, נישט ווי אמאל (אדער אפי' היינט אין די דריטע וועלט לענדער) אז ס'איז געווען א טריקעניש איז מען פשוט געשטארבן פאר הינגער משא"כ היינט אז ס'איז דא פראבלעמן אין פלארידע דאן קען מען נעמען פון קאלאפארניע און אז ס'איז דא פראבלעמן אין בראזיל דאן קען מען נעמן פון טשילע יא אמת די פרייזן הייבן זיך דאן און ס'האט עטוואס אן השפעה אויף די אלגעמיינע עקענאמיע אבער ס'איז נישט די וויכטיגסטע פאקטאר און אונזערע עקענאמישע צושטאנד, אלא מאי בין איך צוגעקומען אז אה"נ היינט צוטאג איז גשם נאר מעטאפאריש און טוט סימבלאזירן דער עצם עקנאמישער צושטאנד און מיט די תפילה בעהט מען אז די היינטיגע מאדערנע עקנאמיע זאל וואקסען און שפרודלן אין קומענדיגע יאהר.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
ס'האט דיר גענומען ביז גשם? וואס האסטו געטוהן ביי הושענה גורן מגזם?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
חג האסיף - באספך את תבואת הארץ
איבער די שמועס פון די אפיל פון נאטורליך ווס. ״אומ״נאטירליך (ווי אויך די חלק פון עוואלוציע וואס איז ערווענט געווארן) איז די קליפ מסביר אז די געדאנק וואס מאכט דאס אלעס צוגענגליך (ווס. אומצוגענגליך) פאר׳ן מענטש, איז מכח די שיינקייט און סימעטרי וכו׳ אין די זאכן (מיר טרעפן אין די יו״ט אן ענין פון ״הדר״, ווי אויך טרעפן מיר אין קהלת וואס מ׳ליינט אין יו״ט א רמז פון ״זה לעומת זה וגו׳״ [סימעטרי]); ווייל דאס איז אריינגעפראגראמט געווארן אין אונז מכח עוואלוציע.
https://youtu.be/-O5kNPlUV7w
https://youtu.be/-O5kNPlUV7w