בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:50 pm
דורך חכם באשי
זר זהב האט געשריבן:
חכם באשי האט געשריבן:איך בין נישט ווי דער געפעלטשטע ירושלמי, אדער ווי די ליאון, איך געב ארויס אין דער עפענטלעך דער כתב יד, שיהא הכל רואים ברור כשמלה.

אט האט איר.

יא טאקע פון יענעם ביבליאטעק האביך דאס אויך גענומען..

"או שהיה כתב ידו יוצא ממקום אחר"... טאקע א גוטע אשרתא!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:49 pm
דורך טעפל
חכמא דבשתא בוא נתכנס ביחדא ונתפלל בסוכתנו לרפואת מורינו ורבינו שיחיה עמו"ש בבריאות השלימות, אמן!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 9:40 pm
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:מתני': ירדו גשמים בחג למה הדבר דומה, לעבד שבא למזוג כוס לרבו ושפך לו קיתון על פניו.
גמ'': הני מילי בימיהם שלא היה להם שלאק, אבל האידנא דאית להם שלאק, שעולה יותר בטורח ובכסף מכל הסוכה, אדרבה הוי שפך לו קיתון על פניו כשטרח כל ערב החג על שלאקתו ולא ירדו גשמים כל החג.

ס'דערמאנט מיך א מעשה פון א היימישן איד וועלכער איז געווען פון די עשרה ראשונים אין אונזער שטעיטל בורא ד'פארקא זיך איינצוהאנדלען אן עס.יו.ווי. און ס'האט נעבעך נישט געשנייט א גאנצן ווינטער. דער איד איז איז ארומגעפארן איבער די גאסן בפחי נפש. :mrgreen:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:25 pm
דורך איך אויך
חכם באשי האט געשריבן: ר' עובדיה האט מצליח געוועהן צוליב א זעלטענע מיזוג פון גאסן שפראך ביי די דרשות און תורה ריז שפראך אין זיינע ספרים. - .

א אינטרעסאנטע באהויפטינג ,נאר כמובן אז דאס איז א מסוכן'דיגע צוגאנג און וואלט פונקט אזוי געקענט בעקפייערן למשל ווי אמנון יצחק וואס האט געהאט אלעס אין די וועלט און איז היינט א פערפעקט עקזעמפל פון א איזהו ... המאבד מה שנותנים לו ,ווייל ער האט געמיינט ער וועט אויך מצליח זיין מיט דעם מהלך (נישט אז איך גלייך צו אמנון'ס גלייכווערטלעך צו הרב עובדיה'ס תורה).