בלאט 2 פון 5
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:10 pm
דורך זר זהב
בושה תכסה. אין ראדני נעכטן ביים שמחת בית שואבה האט דער עולם עפעס נישט אזוי לעבעדיג געטאנצן, האט דער זינגער אויסגערופן אז הגאון הרב עובדיה יוסף איז זייער נישט געזונט. און איבעריג צו זאגן ליידער, דער עולם איז ארויס פון די גלייזן און אנגעהויבן האפקענען וינועו אמות הסיפים, די טאנצערייען האט אנגעהאלטן ביז פארטאגס שעה'ן.
ישראל כשהן יורדין
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:17 pm
דורך חכם באשי
זר זהב האט געשריבן:בושה תכסה. אין ראדני נעכטן ביים שמחת בית שואבה האט דער עולם עפעס נישט אזוי לעבעדיג געטאנצן, האט דער זינגער אויסגערופן אז הגאון הרב עובדיה יוסף איז זייער נישט געזונט. און איבעריג צו זאגן ליידער, דער עולם איז ארויס פון די גלייזן און אנגעהויבן האפקענען וינועו אמות הסיפים, די טאנצערייען האט אנגעהאלטן ביז פארטאגס שעה'ן.
ישראל כשהן יורדין
אולי ווייסט מען דאס נישט, אבער ר' עובדיה איז נישט א ציוני, נישט היינט און נישט אמאהל. די עדההחרדית האט איהם געגעבן א כתב רבנות צו דינען אלס הויפט פון די עדה לכל מקהלות הספרדים וואס זיי האבן געוואלט גרינדען. ער האט עס אנגענומען, נאר זיין רביצין האט עס מבטל געוועהן, נישט לאזענדיג איר מאן חתמ'ענען אויף פאשקעווילן. ער האט פארשטייט זיך קיין הלל בברכה נישט געזאגט יום עצמאות, און ער האלט אפילו אין די תשובות אז מ'טאר נישט קובע זיין א יום טוב בזמן הזה, לולא וואס ידידו הגר"י ראטה אבד"ק קארלסבורג שרייבט לגבי כ"א כסלו אז מ'מעג יא קובע זיין א יום טוב בזה"ז...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:21 pm
דורך זר זהב
בלויז א וויץ געמאכט. --
איך גיי זאגן תהילים פאר חיים עובדיה יוסף בן גורג'יה לרפו"ש בקרוב עמו"ש
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 3:41 pm
דורך גאלד
איז נישט "יוסף" זיין משפחה נאמען?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:46 pm
דורך טעפל
גאלד האט געשריבן:איז נישט "יוסף" זיין משפחה נאמען?
ס'איז יא.
הרב עובדיה בן ג'ורגיה לרפו"ש.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:06 pm
דורך חכם באשי
.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 10:20 pm
דורך געפילטע פיש
zurich האט געשריבן:אונז אשכנזים מעיגן זיין אביסל באליידיגט אויף דעים גדול ווי ער דריקט זיך אסאך מאל אויס אויף אונדז אביסל מיט א זילזול..
זאל ער האבן א רפואה שלימה די דור דארף עם האבן!
די סיבה דערפאר איז ווייל ער האט פראבירט צו קאנטערבאלאנסירן די צווייטע קלאס ראסע אין א"י, די ספרדים, און זיי הייבן די מאראל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:03 pm
דורך park ave
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:07 pm
דורך חכם באשי
פריער אין יאר, אין שפיטאל. איזה התמדה!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:50 pm
דורך הערשי
וואס איז פשט פון צוגעבן חיים? ער איז א איד א זקן. ער גייט אויסמיידן דעם בית מעוד לכל חי?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:06 am
דורך חכם באשי
.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:53 am
דורך הערשי
חכם באשי האט געשריבן:הערשי האט געשריבן:וואס איז פשט פון צוגעבן חיים? ער איז א איד א זקן. ער גייט אויסמיידן דעם בית מעוד לכל חי?
ווייל אזוי שטייט אין שלחן ערוך יורה דעה הלכות ביקור חולים, אז מ'פירט זיך ציצולייגן א נאמען, לסימן טוב, ולשינוי מזל, און ס'שטייט נישט קיין חילוק צו ער איז א שכיב מרע פון 94 אדער א חתן ביום חופתו.
לייגט מען דען צו פאר אלעמען?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 2:45 am
דורך אביגדור
.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:54 am
דורך שעפטל
ווער נאך שליסט זיך אן?

- IMG-20130924-WA039.jpg (55.88 KiB) געזען געווארן 1623 מאל
אגב: איר דארפט עס נישט צוברעכן, שיקט דאס צו מיר און איך וועל זאגן 40 טעג תהילים מיטן כולל פאר חצות ביים כותל מיט מנין
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 11:59 am
דורך שושן פורים
פון אלע איזרעילי קול קורא'ס קומט אויס אז נאר אייפאן איז א פראבלעם ,קומט אויס אז ענדרויד איז מותר
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:00 pm
דורך שעפטל
חכם באשי האט געשריבן:פריער אין יאר, אין שפיטאל. איזה התמדה!
יעצט ווען די אראלים און די מצוקים רייסן זיך
בילד פארמעקט לבקשת החברים וכבוד התורה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
חוצפה וביזוי כבוד התורה להשים תמונה כזו
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 12:32 pm
דורך חכם באשי
היימישער ליטוואק האט געשריבן:חוצפה וביזוי כבוד התורה להשים תמונה כזו
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:03 pm
דורך הדד בן בדד
היימישער ליטוואק האט געשריבן:חוצפה וביזוי כבוד התורה להשים תמונה כזו
עוד יותר חוצפה ובזיון כבוד התורה לצלם תמונה כזו
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2013 1:33 pm
דורך [NAMELESS]
איך האלט אז די בילד איז פאלטש. איך גלייב נישט אז ער ליגט אין א שטיב מיט מער ווי איין בעט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 8:32 am
דורך אויס מענטש

- תיכף נאכן רעספערעיטאר געכאפט א גמרא
אשרי מי שעמלו בתורה - IMG-20130924-WA0158.jpg (48.05 KiB) געזען געווארן 1443 מאל
achment]
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 10:36 am
דורך חכם באשי
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2013 10:44 am
דורך נהורא נפישא
אין דער איד אדער בלאט רופט מען אים אן די ספרדישע גייסטישע פירער ווי ער וואלט געווען עפעס א דאלאי לאמא, מיט אזא חינוך וואס קענסטו ערווארטן.