בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:06 pm
דורך בן תמליון
יישר כוח חקרן יעדעס ווארט איז אמת ויציב. מען קען געבן נאך צענדליגער דגמאות ווי ער פארקויפט לאקשן פארן ציבור. דריוש המלך'ס שווערד וואס ער זאגט די מעט מיוזיום לויפט איהם נאך מיט א מיליאן דאלאר עס אפצוקויפן אבער ער האלט עס בשום אופן ביים פארקויפן. ער ווייזט אפילו פארן עולם גולם א בריוו מיטן אפער פון מעט. איך האב דערמאנט ווי ער בארויבט דעם ציבור תמימים מיט זעקס זשאנקער מטבעות פאר 600 דאלאר. מען דארף יא מפרסם זיין זיינע שקרים צו מציל זיין אידיש געלט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:09 pm
דורך חכם באשי
נישט געוואוסט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:19 pm
דורך בן תמליון
באשי ניכר הדבר אז איר זענט נישא באקאנט אין דעם פעלד ממילא ווייסט איר נישט וואס איר רעדט. לעאזנער איז בכלל נישט קיין שפילער אינעם אנטיק פעלד אלע עכטע דילערס שטייען אוועק פון איהם. ער לעבט פון זייגן דעם אומוויסנדן היימישן ציבור מיט שקרים און בלאף. אויב טוט איר נאר אביסל אינעם עכטן מארקעט און הערט און זעט וואס דער ליאזנער טוט גייט די בלוט ארויף אין קאפ.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 9:29 pm
דורך חכם באשי
בן תמליון,
דער ליאזנא ענטפערט און שמועסט לכל דורש ומבקש. איר קענט עפעס זאגן מער ווי סתם פלעטיטודס?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:34 pm
דורך berlbalaguleh
בן תמליון האט געשריבן:יישר כוח חקרן יעדעס ווארט איז אמת ויציב. מען קען געבן נאך צענדליגער דגמאות ווי ער פארקויפט לאקשן פארן ציבור. דריוש המלך'ס שווערד וואס ער זאגט די מעט מיוזיום לויפט איהם נאך מיט א מיליאן דאלאר עס אפצוקויפן אבער ער האלט עס בשום אופן ביים פארקויפן. ער ווייזט אפילו פארן עולם גולם א בריוו מיטן אפער פון מעט. איך האב דערמאנט ווי ער בארויבט דעם ציבור תמימים מיט זעקס זשאנקער מטבעות פאר 600 דאלאר. מען דארף יא מפרסם זיין זיינע שקרים צו מציל זיין אידיש געלט.
ס'איז מיר א חידוש אז ער פארקויפט נאכנישט די הערנער פון פרעה'ס קיען. (ראה תגובתי לעיל.) ער וואלט זיכער געהאט עטליכע קונים דערויף. אדער לכה"פ כאפן א פיקטשער מיט די הערנער. פאר א פאר דאללאר.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:02 pm
דורך סאו וואט
בשנים קדמוניות האב איך אמאל געליינט ווי אלד ווילי פון אייוועלט האט אפגעפרעגט זיין גאנצע אונטערוויו אויף קול מבשר
וועגן זיין געווינס מיט'ן טרעפן דער חלזון פיש, און אויף געוויזען אז ער איז סתם א בעל דמיון.
למעשה האב איך א פיקטשער מיט דער הערנער פונעם הירש וואס הענגט ביי זיין טיר און זיין ברענטש און סאוט פאלסבערג
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 1:35 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
“If a sponsor came along and helped us, we would not sell,” he admitted.
But doing a mitzvah won’t come cheap. “We’ll need a million dollars,” he noted.
די פאר שורות אין די ארטיקל זאגט מיר אז ס'איז א געים וואס ער האפט צו געווינען.
יעדע צווייטע מוסד שפילט די זעלבע געים און ס'געלונגט על פי רוב.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:10 pm
דורך פישלע העררינג
טאקע? א שאד.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 5:22 pm
דורך איך אויך
איך האב אמאל געגלייבט בתמימות וואס ער פארקויפט ,היינט בינעך אביסל עלטער און קליגער און איך גלייב עם נישט קיין ווארט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:18 pm
דורך [NAMELESS]
איין זאך איז זיכער, ער טויגט גוט צו מאכען פראפעגאנדע. קיק, אפילו די טיימס רעדט שוין פון אים
http://www.nytimes.com/2013/12/31/nyreg ... -time.html
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 3:33 pm
דורך איך אויך
איין נייע זאך האב איך געלערנט פונעם ארטיקל אז ר' שימי איז בעל הבית אויף דריי הייזער אויף יענע גאס ,הממ נישט קיין שלעכטע ביזנעס דער מוזעיום און די שבת פעקלעך וד"ל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 4:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
רב דייטש קלארט אויס פונקטליך וואס גייט פאר.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=LdvVX-5n77k[/youtube]
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 6:36 pm
דורך טעפל
א שאד כ'האב געוואלט נעמען מיין זון וויזען די חיות דארט, שוין כ'וועל מוזען גיין אין זו..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 8:51 pm
דורך דער (פינטעל) איד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=J-9rcrojWQo[/youtube]