בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:38 pm
דורך עסקן בדברים
איחוד פעלד האט געשריבן:פין דער ביסל וואס איך האב געהאט שייכות מיט אים, קען איך זאגען אז קיין עילוי איז ער נישט, ער האט א מוח בינוני

he finished shas, dikduk seforim, calculus, and much more in his teens. Not your average beinoni

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 2:46 pm
דורך חכם באשי
עסקן בדברים האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:פין דער ביסל וואס איך האב געהאט שייכות מיט אים, קען איך זאגען אז קיין עילוי איז ער נישט, ער האט א מוח בינוני

he finished shas, dikduk seforim, calculus, and much more in his teens. Not your average beinoni

לויט'ן ספר התניא איז ער אפילו קיין בינוני אויך נישט לאור וואס איר רעכנט אויס...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:45 pm
דורך עסקן בדברים
are you trying to say he's a rasha for learning caculus or dikduk?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 3:47 pm
דורך חכם באשי
עסקן בדברים האט געשריבן:are you trying to say he's a rasha for learning caculus or dikduk?

I wasn't TRYING to say anything. What I wanted to say - I said.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 10:46 pm
דורך מאראנצןזאפט
אויב זיין שווער איז טאקע רבי ישראל טויב, איז ער ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך. א לינקער פונדעמענטאליסט נטורי קרתא איד וואס זיצן אין ווינקל, וואוינט אין דער פראזשעקטס, און קען ש"ס מיט'ן לשון, אבער אן קיין גימיקס. ער פלעגט אריינקומען יעדן זונטאג און רבי משה יאזעפאוויטשס כולל און זיך פארהערט מיט די יונגעלייט צוואנציג בלאט בעל פה וואך איין וואך אויס.
פאר די אלע וואס האבן טענות פאר'ן אים קאטאגראזירן אלס יא עילוי נישט עילוי. איך זי מיר צו באציען צו אזעלכע וואס האבן אייגנארטיגע אייגנשאפטן און כשרונות און קלאר אז ער געהערט אין דער קאטאגאריע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:18 am
דורך איחוד פעלד
אוי וויי א האלבער עילוי, ווי דער וועלט זאגט.

בעסער נישט אויפברענגען זיין ווייב.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:06 am
דורך עסקן בדברים
חכם באשי האט געשריבן:
עסקן בדברים האט געשריבן:
חכם באשי האט געשריבן: דער "עילוי" ארבעט מיט אזא לאגיק: מען מוז קומען אדער צו זיין בית דין, ווייל ער איז דאך ארענטליכער פון אלע אנדערע בתי דין וואס נעמען געלט ווי נארמאלע מענטשן


זיין לאגיק איז 100% ע"פ הלכה אז הנוטל שכר לדין דיניו בטלים

אנטשולדיגט מיר.... איר האט א בכורות משניות אינדערהיים? לערנט עס דורך ווי א מענטש, און לערנט דורך די סוגיא אין נדרים פון מה אני בחינם און שומר ילדים, און דערנאך עמיר רעדן.

די סעודה ווארט.... צום ווידערזעהן.


אבי געווארפן א מ"מ וואס האט נישט קיין שייכות. אויך אויב די ווילסט ממשיך זיין דער שמיעס ביטע לאמיר אריבערגיין צו די אשכל ווי דאס ווערט באהאנדלט וואס יואב האט צוגעשטעלט http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=2813

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:47 am
דורך חכם באשי
עסקן בדברים האט געשריבן:אויב די ווילסט ממשיך זיין דער שמיעס ביטע לאמיר אריבערגיין צו די אשכל ווי דאס ווערט באהאנדלט וואס יואב האט צוגעשטעלט http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=2813

שכויח, ר' יהושע. גיי'מיר אהין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:55 am
דורך עסקן בדברים
חכם באשי האט געשריבן: שכויח, ר' יהושע. גיי'מיר אהין.

ר' יהושע?????????? sorry, bad geuss

נשלח: זונטאג יאנואר 26, 2014 12:06 am
דורך מאראנצןזאפט
דער תחכמוני בלעטל האט ווידעראמאל אנגעהויבן ערשיינען, דאס מאל אלס א קאלום אין קול ברמה, אנשטאט דעם נארישן גרייזיגן הידעת.
די וואך האט ער בילדער איבער חצי נזק, כהאב אבער נישט געכאפט וואס ער וויל.
מיי לאס.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 3:27 pm
דורך ונבנתה העיר
דער היינטיגער 'תחכמוני' אין קול ברמה, כ'האף אז ער איז טאקע אן עילוי...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 4:03 pm
דורך כוכב
אמפרגינר, רעב לקרויט, נטעי גבריאל ספרים קלים.
א זיס לעכטיג יאר פאר אלע אידן.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 10:43 pm
דורך איחוד פעלד
זעהט אויס ווי אן עילוי צו שרייבען גארבידזש.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:57 pm
דורך בר דעת
עס איז נתפרסם געווארן א בריוו פון ראש בית דין גבעת המורה, הרב יהושע גליק ווי ער זאגט זיך אפ פונעם בית דין. גיי פארשטיי

הרב יושע גליק
מלפנים ראב"ד גבעת המורה

הנני בזה להודיע היות שנתרחש שלא ע"פ רצוני בשבוע העבר, מהב"ד, אין לי שום שייכות בזה,
ומאז והלאה אין לי שום אחריות מהב״ד הנ״ל וידי מסולקת מכל דין ודברים היוצא מהבי"ד גבעת המורה
ובזה יצאתי ידי חובתי.
ד' עוז לעמו יתן ד' יברך עמו בשלום
ע"ז בעה"ח ו' פרשת בא ג' שבט תשע"ה

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:51 pm
דורך קאווע טרינקער
סאו די 18,556 כתבי סירוב זענען מהיום כחספא בעלמא? ממש א יום שהותרו השבטים!! מזל טוב.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:57 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז נתרחש געווארן שלא ע''פ רצונו וואס דאס האט גורם געווען זיך מסלק צו זיין??

ווער זענען די דיינים אין די בי''ד?

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 9:53 pm
דורך סאו וואט
ביי דע וועי אז מ'האט ארויפגעברענגט זיין נאמען צום טיש. מענין לענין.

דער ריזען וסיבה וואס זיין מאמר האט אויפגעהערט צו ערשיינען און קול ברמה, איז וויבאלד ר' אלעזר הורוויץ פון ויואל משה ד'סאטמאר על רחוב 49 האט מוחה געוועהן.


חבל על דאבדין, כ'פלעג זיך באלעקען מיט זיינע מאמרים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 1:06 pm
דורך [NAMELESS]
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אויב זיין שווער איז טאקע רבי ישראל טויב, איז ער ווערט אן אפהאנדלונג פאר זיך. א לינקער פונדעמענטאליסט נטורי קרתא איד וואס זיצן אין ווינקל, וואוינט אין דער פראזשעקטס, און קען ש"ס מיט'ן לשון, אבער אן קיין גימיקס. ער פלעגט אריינקומען יעדן זונטאג און רבי משה יאזעפאוויטשס כולל און זיך פארהערט מיט די יונגעלייט צוואנציג בלאט בעל פה וואך איין וואך אויס.
פאר די אלע וואס האבן טענות פאר'ן אים קאטאגראזירן אלס יא עילוי נישט עילוי. איך זי מיר צו באציען צו אזעלכע וואס האבן אייגנארטיגע אייגנשאפטן און כשרונות און קלאר אז ער געהערט אין דער קאטאגאריע.

קען איך אויך גוט דעם רבי ישראל טויב שליט"א. היינט צוטאגס איז ער שוין האליינער רב פון ב"פ [נאכדעם וואס זיין טאטע איז אוועק פאריגע יאר חנוכה]. די וואס קענען אים ווייסן אז קיין בעסערע טיטל ווי 'עילוי' איז נישטא אויף אים.

ער איז א גאון נפלא בכל מיני מקצועות התורה, נאכמער פון זיין טאטע זצ"ל. אבער מער פון אלס איז ער א 'טשיקאווער' גאון. ער געבט הפלא'דיגע שיעורים פון צייט צו צייט, ווען ער ווייזט אביסל ארויס זיינע ידיעות. ווי זיין איידעם רבי יהושע, איז ער אויך א שטארקער מדקדק, און אסאך מאל ביים נוצן לשון קודש'דיגע ווערטער ביי א שיעור, וועט ער עס ארויסזאגן מיטן ריכטיגן דקדוק הלשון וואס קלעבט עפעס נישט מיט אונזער חסיד'ישער הברה...

ווי מאראנצןזאפט האט שוין אנגעמערקט, איז ער בשיטה א היבשער נטורא קרתא'ניק, ומצד שני בשיטה א היבשער ראדיקאלער לינקער מיט זיינע אידיאלאגיעס [גארנישט בשייכות מיט מדינת ישראל]. אמאל פלעגט ער רעדן שארף אויך, זאגנדיג זיינע שיטות בריש גלי. היינט איז ער אבער מער איינגעהאלטן, קענטליך אנערקענענדיג אז ער איז געקנאטן פון אן אנדערע טייג ווי סתם אנשים שבשוק.

אסאך שאלות אין הלכה וכו' האב איך אים שוין געפרעגט. ער איז א היבשער שליט ובקי בכל תחומי היהדות, און כ"ש וכ"ש ביי די תחומים וואס זענען אלפיים תחום מחוץ לעיר, וד"ל.

Re: עמדה לו חמה לרבי יהושע (עילוי #2)

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 6:21 pm
דורך moneyminded
סא די בית דין גייט שוין נישט אן?
בר דעת האט געשריבן:עס איז נתפרסם געווארן א בריוו פון ראש בית דין גבעת המורה, הרב יהושע גליק ווי ער זאגט זיך אפ פונעם בית דין. גיי פארשטיי

הרב יושע גליק
מלפנים ראב"ד גבעת המורה

הנני בזה להודיע היות שנתרחש שלא ע"פ רצוני בשבוע העבר, מהב"ד, אין לי שום שייכות בזה,
ומאז והלאה אין לי שום אחריות מהב״ד הנ״ל וידי מסולקת מכל דין ודברים היוצא מהבי"ד גבעת המורה
ובזה יצאתי ידי חובתי.
ד' עוז לעמו יתן ד' יברך עמו בשלום
ע"ז בעה"ח ו' פרשת בא ג' שבט תשע"ה


Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2019 11:19 pm
דורך אישתישבי
http://givashamorah.org/

וואס איז א חילוק?

נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 7:15 pm
דורך Meditation

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:54 pm
דורך Meditation

נשלח: דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:33 pm
דורך צקון לחש
איז דער בעל הפאדקעסט מקפיד צו פארבלייבן אנאנים? בכל אופן, ס'איז א געוואלדיגע זאך, יש"כ.