פרשת נחוואו ליגט דאס לעבן אין א באשעפעניש?אין די בלוט. אזוי שטייט די וואך: אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו. ואך את דמכם לנפשותיכם אדרש. מער קלאר שטייט אין פרשת אחרי מות: כי נפש הבשר בדם הוא. און אין פרשת ראה: רק חזק לבלתי אכל הדם כי הדם הוא הנפש.
דאס ווארט נפש אבער צייגט אויף לופט, אטעם, ווי די מקור החיות. נפש איז א חילוף מיט נשף, נשפת ברוחך. נפש, רוח, און נשמה מיינען אלע דאס אטעם. אלישע האט געלייגט פיו אל פיו אריינצובלאזן חיות אינעם בן השונמית, כדוגמת ויפח באפיו נשמת חיים.
דער אבן עזרא אין אחרי-מות שרייבט אויף דמו בנפשו, "הוא דבק עם הנפש, כי ידוע שהגידים היוצאים מפאת שמאל הלב מחולקים בחצי לדם ולרוח כדמות שמן זית עם האור". ולא זכיתי להבין דבריו בבירור. כ'מיין דער פשט איז אז די ארטעריעס ברענגען לופט (כידוע לחכמי קדם) און וועינס ברענגען בלוט. ביידע מישן זיך אויס אינעם הארץ, די צענטראלע פון גוף, און דארט איז די רוח יונק פון די בלוט. נשמת חיים, לשיטתו, איז א צורה, ווי ליכטיגקייט איז א צורה. פון ווי קומט ליכט? פון פייער וואס איז יונק פון שמן. אזוי אויך רוח איז יונק פון דם.
דאס איז פשט יצר לב האדם, און בכל לבבך בשני יצריך, ווייל די צורה פון לעבן ליגט אין הארץ. און די צוויי חללים אין הארץ פעלט זיך אויס ווייל ס'דא צוויי סארטן רוחות, יצר טוב ויצר רע. (באמת זענען דא מערערע רוחות, רוח חכמה וגבורה, רוח עצה ותושיה, רוח דעת ויראת ה', אבער צוויי הויפט הפיכים זענען רע וטוב.)
די גריכן, להבדיל, האבן געהאט א טעאריע איבער
pnuema. א געמיש פון בלוט, לופט, און היץ. פארשטייט מען אפשר אלישע'ס ויחם בשר הילד.
חי, איז א טאאיסט טעאריע פון ווייטן מזרח.
בכל אופן, ליגט דאס חיות אינעם בלוט. שפיכת דמים איז טייטש רציחה.
ס'דא אן ענין צו צוריקשטעלן זאכן אין פלאץ. לגבי צוריקקערן דער גוף אין פלאץ שטייט: כי עפר אתה ואל עפר תשוב. ס'איז אויך דא אן ענין פון שריפה ביי אן איש רוח וואס קערט צוריק די רוח. ס'דא א שבט אינעם ווייטן דרום-מזרח וואס רופט זיך
Fore און זיי פלעגן צו אויפעסן זייערע מתים אלס א וועג פון צוריק ברענגן די נשמות אל חיק המשפחה. די נוצרים טרינקן וויין-בלוט וד"ל. להבדיל, אין קבלה איז דא אן ענין פון תיקונים דורך עסן. גלגול נשמות אין עסנווארג, אין פיש. דורך שחיטה איז מען מעלה נפש הבהמה.
בפשטות אין פסוק איז להיפוך. די תורה איז מזהיר קעגן עסן בלוט ווייל, כי נפש כל בשר דמו בנפשו הוא ואמר לבני ישראל דם כל בשר לא תאכלו. אזוי אויך די וואך, אך בשר בנפשו דמו לא תאכלו.
קוקט אויס ווי דער נפש קערט זיך אום אויף זיין ארט דוקא דורך נישט אויפעסן. דאס בעסטע איז צו שפריצן אויפן מזבח. דאן ווערט דאס א שלמים, די נפש ווערט מושלם דורך זיך אומקערן צו אלהי כל הרוחות. דערפאר איז בשר תאוה אסור, ווייל מען רויבט צו די שלימות וואס די נפש הבהמה קען ווען האבן. ס'ממש ווי שפיכת דמים, דם יחשב לאיש ההוא דם שפך. און דער עונש, סיי אויף אויף בשר תאוה (שחוטי חוץ בהלכה) און סיי אויף עסן בלוט איז מידה כנגד מידה ונכרתה נפש ההוא.
מ'קען אויך מתקן זיין א נפש דורך קוילען א בהמה אויפן פרייען פעלד וואו ס'בלאזן ווינטן, אזוי ווערט די רוח נקלט אינעם שטורעם ווינט, בבחינת נר נשמת אדם באור אין סוף. די תורה ווארנט אבער קעגן נוצן דעם שיטה פאר בהמות ראוי לקרבן, למען אשר יביאו בני ישראל את זבחיהם אשר זבחים אל פני השדה... ולא יזבחו עוד את זבחיהם לשעירים, מלשון כשעירים עלי דשא.
א מענטש קען אויך האבן א תיקון ווען זיין בלוט ווערט געשפריצט אויפן מזבח. יואב איז אנטלאפן קיין אוהל ה' ויחזק בקרנות המזבח און געסטראשעט כי פה אמות, אז שוין יא שטארבן זאל כאטש מיין בלוט דערגרייכן דעם מזבח. ס'שטייט אין משפטים: מעם מזבחי תקחנו למות, ווייל א רוצח במיזד קומט זיך נישט קיין תיקון (דאס גופא אז די נפש וואנדערט ארום איז א תיקון פאר חינוף הארץ בדמים ואכמ"ל). איז בניהו געווען אין פארלעגנהייט. האט שלמה געזאגט ס'מאכט נישט אויס, ווייל לויטן מצב און בזכות בית דוד וועט זיין בלוט נישט מאכן קיין שלמים, נאר לדוד ולזרעו ולביתו ולכסאו יהיה שלום.
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.