בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:37 pm
דורך קאווע טרינקער
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.
מן הסתם א טעסט צו ער האט שוין life
מ'ציפט זיך אליינס
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:40 pm
דורך הקטן
הוגה האט געשריבן:וויצן אין א זייט, כ'מיין אז מען דארף דא ארויס נעמען א וויכטיגע ערענסטע נקודה. עס איז זייער קינדעריש צו אריינגיין אין יענעמ'ס פערזענליכע אישוס אין מיטן א דעבאטע, אפגעזעהן אויב יענעמ'ס תגובה איז אנטאגעניסטיש, קינדעריש, או-טי-די'איש, ליבעראליש אדער זאלוניש. עס הארגעט אפ די פלוס פונעם שמועס, און עס ברענגט אראפ די גאנצע ניווא פונעם שטיבל.
לאמיר זיך אונטערנעמען אלעמאל צו האלטן אויסשליסלעך צום טעמע, און לאמיר איגנארירן די נימוכי השכל ואס פרובירן ברוב חכמתם צו פארדרייען די שמועסן און avoid 'ן די נושאים. ובא לציון גואל אמן!
איך זאג גארנישט
(just kidding)
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:41 pm
דורך יתרו
לעיקוואד אקעגן די אלע וואס זאגן אז איר זענט צופיל און שטיבל זאג איך פונקט קאפויער איר זענט נישט גענוג דא. די ניקים וואס שיקן אייך ארבעטען קענען באשטיין צו פארשטאפן דאס מויל פון זייער גרעסטע קעגענער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:44 pm
דורך קאווע טרינקער
[tag]לעיקוואד[/tag], אז דו פרעגסט אזא קלוגע איד ווי מיר, וואלט איך גע'עצה'ט זאלסט דיך אוועקציען פון לעיקוואוד... ס'איז א דיפרעסטע מקום. מ'יאגט זיך צו כאפן זמן תפילה, שקיעה, וכו'. לאדיך אפ, קום קיין וויליאמסבורג, מ'רעדט פון איין רבי און מ'רעדט אויף אלע רביס, די שלחן ערוך האט מען פארפאקט, און מ'האלט אן אויג אויף יענעמס אידישקייט.
קום לעיקוואוד קום, וועסט הנאה האבן. ס'נאך דא אידן וואס געדענקן נאך ר' שלום לעיזערעל און ר' משה אריה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:50 pm
דורך הוגה
[tag]הקטן[/tag], א לייק קומט דיר פארן איינפאל. אבער כ'מיין אז דו פארשטייסט אליין די חילוק ווען מען רעדט איבער א phenomenon און ווען מען רעדט איבער א פערזענליכע יחיד, ספעציעל ווען מען וויל עס נוצן אלץ א טאקטיק יענעם צו פארשווייגן אדער צו פארדרייען א שמועס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:56 pm
דורך יואליש
כ'מיין סעריעיסלי, אדער שמד'ן אדער get a life? ס'איז א false dichotomy. איז נישט דא א מהלך אמצעי? א שטייגער ווי גיין מחדש זיין די לבנה, זיכן א צענטען פאר אן אלוהינו, שעפן מים שלנו אדער בויען א תשעה באב בענקל? דאס לעבן קען זיין זיס, מ'ברויך נאר וויסן וויאזוי.
(דרך אגב, וויאזוי זאגט מען אין אידיש געט עי לייף, נעם דיר דאס לעבן?)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:22 am
דורך נצבד
קופער
גורן האטד איז אייגענס? נייס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:54 am
דורך סאשי פיש
לעיקוואד האט געשריבן:בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:לעיקוואוד איך האב אלעס פארשטאנען, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט: וואסי פשט פון זיך טעגן אליינס.
בבחינת אם אין אני לי מי לי, וד"ל.
אויך איז מיר אינטרעסאנט געווען אויב דאס ארבעט (יא, עס ארבעט..)
[tag]לעיקוואד[/tag]
אזוי ווי די מעשה מיט איינעם וועם מען האט געטראפען רעדען צו זיך אליין, פרעג אים איינער ביסט נארמאל? דו רעדסט צו זיך אליין?
זאגט ער אים קוים וואס איך האס שוין געטראפען איין נארמאלע מענטש צו וועם צו רעדען מאכט מען מיך שוין משוגע!!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:09 pm
דורך אויס מענטש
לעיקוואוד איך זעה נישט דיינע ספיקות. קענסט טון ווי פאלגענד.
1) גיי או. די. טי.
2) וועסטו מאכן א לעבן
3) און נאכדעם וועט קומען די נאכפאלגען ...
ואם שלש אלה לא יעשה לה ויצאה לחפשי חנם.
און די תוצאות וועלן געפראווט וועןר ערשט האנטיג לכאן צו לכאן.
סאיז פשוטער פון פשוט און פארשטענדליכער ווי פארשטאנד אליינס.
פארגעס אונז נאר נישט מיטצוטיילן די גאנצע צייט וואס טוט זיך מיט דיר, און ווי אזוי עס שפירט זיך.
צום ווידער זעהן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:17 pm
דורך איינגעמיירעט
הוגה האט געשריבן:[tag]הקטן[/tag], א לייק קומט דיר פארן איינפאל. אבער כ'מיין אז דו פארשטייסט אליין די חילוק ווען מען רעדט איבער א phenomenon און ווען מען רעדט איבער א פערזענליכע יחיד, ספעציעל ווען מען וויל עס נוצן אלץ א טאקטיק יענעם צו פארשווייגן אדער צו פארדרייען א שמועס.
איך ווייס נישט צו די וועסט דיך באציען צו מיין תגובה, יתכן איך בין פון די נימוכי השכל און דיינע אויגען,וואס מברויך איגנערירען.
אבער איך וועל דאך שרייבען,
צוויי נקודות, ראשית איך האף די פארשטייסט א ניק איז נישט קיין פערזענדליכע מענטש, סקען זיין אז ניק לעקוואד און ניק איינגעמיירעט שרייבען דורך דעם זעלבען קאמפיוטער, און שרייבען ארויס פון די זעלבע קאפ, ממילא צוזאגען דא ווארט פערזענדליך בא א ניק איז נישט און פלאץ לענ״ד.
שנית.
טרייען צו פארשטיין א מענטשעס מאטיווען איז זייער א איטרעסאנטע און באלערנדע סוגיא,
עפ״י רוב קומען די דיעות פון א מענטש געבויט אויף זיינע מאטיווען און אגענדאס, און מאטיווען און אגענדאס קומען פון א געמישעאכטס פון די מענטשענס תכונות און איבערלעבינישען, און פון זיין ערציאונגס שטייגער, און ממילא בעיני איז דאס די עיקר פון א וויכוח צוצוקומען צו די מענטשענס מאטיווען.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 12:23 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:33 pm
דורך הוגה
איינגעמיירעט האט געשריבן:צוויי נקודות, ראשית איך האף די פארשטייסט א ניק איז נישט קיין פערזענדליכע מענטש, סקען זיין אז ניק לעקוואד און ניק איינגעמיירעט שרייבען דורך דעם זעלבען קאמפיוטער, און שרייבען ארויס פון די זעלבע קאפ, ממילא צוזאגען דא ווארט פערזענדליך בא א ניק איז נישט און פלאץ לענ״ד.
איך קען נישט אלע דיינע ניקס, אבער ווען איינער אטאקירט "הוגה" מיין איינציגסטע ניק, איז עס פערזענליך. אבער נישט דאס איז געווען מיין נקודה. די נקודה איז געווען אז מ'זאל אויפהערן נוצן פערזענליכע אטאקעס צו sidetrack'ן פון די עיקר נושא וואס מען רעדט פון.
איינגעמיירעט האט געשריבן:שנית.
טרייען צו פארשטיין א מענטשעס מאטיווען איז זייער א איטרעסאנטע און באלערנדע סוגיא, עפ״י רוב קומען די דיעות פון א מענטש געבויט אויף זיינע מאטיווען און אגענדאס.
אדרבא, וויסן יענעמ'ס מאטיוון פארבלענדט די אמת. ממ"נ, אויב האסטו די זעלבע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש מסכים זיין, האסטו פארקערטע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש חולק זיין. למאי נ"מ וואס יענער האלט, ליין זיינע רייד און זעה אויב ס'ריכטיג אדער נישט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:38 pm
דורך ממרום שלח אש
איך האב אקארשט באקומען צוגעשיקט א טעלעגראמע ובתוכו א באמבעלע פון אונזער זיסע טאמבעלע (המכונה טאמבל סאס) וואס וויילט במקומות הרחצה משום טעמי בריאות אן קיין עקסעס צו די וועב, וז"ל
"זאג לעיקוואד'ן ער זאל זיך זעצן לערנען"
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 1:48 pm
דורך איינגעמיירעט
הוגה האט געשריבן:אדרבא, וויסן יענעמ'ס מאטיוון פארבלענדט די אמת. ממ"נ, אויב האסטו די זעלבע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש מסכים זיין, האסטו פארקערטע מאטיוון וועסטו אטאמאטיש חולק זיין. למאי נ"מ וואס יענער האלט, ליין זיינע רייד און זעה אויב ס'ריכטיג אדער נישט.
ס'נישט אייביג דא איין ריכטיג, ס'איז דא א מושג פון אלו ואלו, וואס געוויסע ספרי מחשבה זענען טאקע עוסק אין דעם, מבאר צו זיין מחלוקת ב"ש וב"ה וכדומה.
ממילא אז מ'רעדט פון א נושא וואס איז משתמע ומתפרד לכמה אופנים, איז מיר אינטערעסאנט צו פארשטיין די מאטיוו פונעם ניק.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:48 pm
דורך טעפל
איך גיי מיט קאווע טרינקער קום קיין וויליאמסבורג אז ביסט אין לעיקוואד קענסטו שוין גיין קיין סקווירא פאר די זעלבע געלט, קום קיין ווליאמסבורג וועסטו זעהן די ריכטיגע זיסע אידישקייט..
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 3:52 pm
דורך למדן
עס איז דא ריכטיגע אידישקייט און זיסע אידישקייט און עס איז דא אין וויליאמסבורג אויך. זוך שטארק וועסטו טרעפן