בלאט 2 פון 8

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 7:53 pm
דורך גורן האט''ד
על המחיה האט געשריבן:
סאו וואט האט געשריבן:


אותיות מחכימות ..

א רפו"ש דארף יענער זיכער טאקע..אויב ער האט עס געזאגט..
אבער דער "התלהטה רוחו של האדמו"ר הישיש וענה", דאס איז אן עקסטערע מומחה'שאפט צו קענען אראפלייגען, אן דעם וואלט די גאנצע מעשה נישט געהאט קיין טעם. און מען דארף ארויסברענגען די שבח פון די עורכי בחצר הקודש פאר די באזונדערע רייכע שפראך וואס זיי האבען ארויסצוברענגען נישט געשטויגענע געפיהלען און תיאורים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח אין אזא קליינע קאפ?

אבער דער זנב איז גרויס. פונקט אזוי ווי ביי א סקוויר'ל. מילא. דעם מוח עדשים בינעך שוין מוחל. אבער דאס רשעות, איז אומפארגעבבאר. :roll:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 5:35 pm
דורך שושן פורים
די ספרים שרייבן שוין אז עס איז דא 3 מינים מענטשן.
איינס איז א מענטש וואס איז א עניו סתם, זאגן די ספרים אז דאס איז נישט קיין מעלה בכלל ,סתם ווי מרופט עס low self confidence.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס אנערקענען אין זיך און צו וואס זיי טויגן , דאס איז גארנישט ראנג , עס הייסט אפילו נישט גאווה.

נאכדעם איז דא מענטשן וואס אנערקענען אין זיך זיי פאפן קיינעם נישט אבער דאך האלטן זיי זיך נישט גרויס דערמיט , דאס איז ריכטיגע ענווה.

לענינינו די גאנצע מהלך אין סקווירא אז אלעס איז די רבי אויף א משוגענע פארנעם און אן די רבי איז גארנישט דא , האט צוגעברענגט אז א מענטש האט פשוט מורא זיך אליינס צו פילן פראוד מיט וואס ער אליין האט געטון , יונגעלייט גיבן ארויס ספרים נאר אז עס זאל ליגן אינעם רביס ספרים שאנק , חשובע יודן וואס אין עני קהלה וואלטן זיי געווען דיינים אדער סתם שיינע יודן, אבער דאך די רגע וואס די פארקויפסט עפעס אייגנס ביסטו שוין אפגעפרעגט .
סאיז טאקע זייער שיין זייער חסד וואס זיי טוען , אבער דאס אז זיי נעמען נישט קיין קרעדיט?? דעס איז סתם א לאו קאנפידענס אישו

והמבין יבין

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 6:18 pm
דורך גאנצל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ווי אזוי פיט פיזיש אריין א מח אין אזא קליינע קאפ?


ס'איז א קליינע מח

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 7:11 pm
דורך zurich
די פארמאכטע סקוורא חסידים זענען צופרידן פונקט ווי די צפון קריער זענען צופרידן,און פונקט ווי די שטויקוילמע סינדראם זענען העפי אז ווען מען קימט זיי באפרייען ווילן זיי נישט אוועקגיין פון זייער פארכאפער די סקווירער מח ארבעט ווי א פראגרעם די רבי מיט זיינע יועצים שטעלן איין וויזוי די פראגרעם זאל טראכטן.

נעבעך נעבעך..

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 3:27 am
דורך דעת תורה
די סקווערע טענה'ן אז דער אדמ"ר הישיש לרפו"ש מיינט מען דעם ערלויער וועלכער איז סאם האו א פלאקערדיגער סקווערער חסיד.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2013 3:39 am
דורך הוגה
דעת תורה האט געשריבן:די סקווערע טענה'ן אז דער אדמ"ר הישיש לרפו"ש מיינט מען דעם ערלויער וועלכער איז סאם האו א פלאקערדיגער סקווערער חסיד.


אינטערעסאנט ווי די באבובער האלטן זיך גרויס אז די סקווירא האט מעיד געווען אז זייער רבי איז די רבי פון אלע רביס. (אויך מיר א ראיה.) און די סקווירא האלטן זיך גרויס אז די ערלויער האט מעיד געווען ווי מלאכי עליון יאווען זיך אויף א יעדע שיחות חולין פון זייער רבי. נו ווער האט מעיד געווען אויפן ערלויער??? :o

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:46 am
דורך ציבעלע-קיגל
ידען האט געשריבן:די אמת איז אז סע פעהלט נישט אויס צו שרייבען גאר נישט אויסער די נאמבער

206-666-9409

מען קען דא הערען פון איינעם די גרויסע זכי' וואס די סקווערע חסידים האבען אז די רבי קומט אריין צו זיי, ווייל עכט איז די רבי א גרויסע ריזיגע צדיק אז עס פעהלט איהם נישט אויס צו קומען צו די חסידים, און ער טוהט נאר א טובה פאר די חסידים אז ער קומט ארויס צו טוהן זיינע הייליגע עבודה צוזאמען מיט זיי.

און וואס ר' משה גרין האט געזאגט אויף די גרויסע צדיק די סקווערע רבי.

און אז א בעל הבית'שע איד האט איהם אמאל געזאגט אז ער האט געזעהן ביי די הקפות אז יעדע ריר איז אויסגערעכענט ביי די רבי.

און נאך א סאך אזאנע גרויסע זאכן פון די הייליגע רבי.

ווער איז דער דרשן? מנשה לוסטיג?


עס קימט דיר א גרויסען דאנק... דו האסט מיר ממש מחי' געווען

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:08 pm
דורך עמוס
איך פארשטיי נישט פארוואס דער עולם קוקט זיי אן פאר אזעלכע מצומצמים. פארוואס נאר אויפ'ן ריזשינער אדער אויפ'ן חוזה מעג מען שרייבן אז מלאכים ושרפים קוקן ארויס אויף יעדן ווארט פון זיין מויל, און אויפ'ן סקווערער טאר מען נישט? הצד השוה שבהן, קיינער האט קיינמאל נישט געזען קיין מלאכים און שרפים ביי קיינעם פון די דריי רבי'ס. דער מאדערן ארטאדאקסישער איד וואס ליינט א טיפישער חסידישע מעשה בוך און דער אטעאיסט וואס ליינט די תורה קוקט אונז אן פאר פונקט אזעלכע מצומצמים ווי מיר קוקן אן דעם סקווערער.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 5:14 pm
דורך איחוד פעלד
זייער גוט עמוס,

און יעצט פירט אויס, ווער פין די דריי איז גערעכט, אונז, דער מאדערן ארטעדאקס, אדער דער סקווירא?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:21 pm
דורך מנשה לוסטיג
אלא מאי?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2013 9:49 pm
דורך איחוד פעלד
אלא מאי מוז זיין אז מנשה איז גערעכט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2013 8:30 pm
דורך דעת תורה
מיסודו איז עמוס גערעכט, דער איינציגסטער חילוק צווישן א סקווערן און א נישט סקווערן איז אז דער סקווירא'ר האלט דעם רבי'ן פאר א הייליגן איד, מילא איז אלע קושיות תירוצים און אלע שקצ'ערייען העכערע זאכן. עס פאסט זיך נישט אריין די ווארט צמצום דא.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:54 am
דורך אויסדריקלעך
צמצום איז ווען מ'זעט נאר די הייליגע זאכן וואס ער טוט (כ'ווייס נישט ווען, אבער...) און אלע שמוץ וואס ווערט געטון אין זיין נאמען בעידודו המלאה זענען פון אפאר געמיינע יחידים...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 9:14 pm
דורך דעת תורה
דאס זאגט מען אפילו אין אזאלכע חסידות'ן וואס פאמפן זייער רבי פיל ווייניגער ווי סקווירא, אז דער רבי ווייסט נישט, און ס'איז די גבאים א.א.וו.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 11:46 pm
דורך berlbalaguleh
אויסדריקלעך האט געשריבן:צמצום איז ווען מ'זעט נאר די הייליגע זאכן וואס ער טוט (כ'ווייס נישט ווען, אבער...) און אלע שמוץ וואס ווערט געטון אין זיין נאמען בעידודו המלאה זענען פון אפאר געמיינע יחידים...

ניין. ער זאגט דאס אויך נישט. ער טענה'ט להד"ם. ער וועיסט נישט. בא אונז אין שטעיטל??? האביך געהערט אמאל פון א קלוגן איד. אז ער זוכט אזא רבי וואס וועיסט יא. נישט אזא רעבע וואס וועיסט נישט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:15 am
דורך ודי למבין
אמאל איז בעסער ווען מ'שרייבט גארנישט צו נאר מ'לאזט דעם בילד רעדן פאר זיך אליין

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:36 am
דורך דער (פינטעל) איד
וואס איז מיטן עצם מצות עונה לאזט דאס דע רבי צו ?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:48 am
דורך רויטע וואנצעס
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:וואס איז מיטן עצם מצות עונה לאזט דאס דע רבי צו ?


מצות עונה איז אסור בשבת אלס די גרויסע נחיצות און תועלת דערפון פון נישט פארפאסן דעם רעבינ'ס טיש.

אין יעדע פאל פון א ספק, איז וויכטיג אז מען זאל זיכער מאכן צו פרעגן "פארן טוען די מצוה פון עונה", די קלארע הוראות איבער דעם.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 12:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מיר דארפ'ן אלע מאכען א חשבון הנפש ביי זיך. טאמער מ'זעט אזא געמיינע צוגאנג צו אידישקייט און אמת און שכל, דארף מען קוקען ביי זיך צו זעהן צו ס'איז נישט אביסל צוגעקלעבט ביי אונז אזעלכע משוגעת'ן. פרעג איך אייך, ט'זענען אלע אונזערע גלויבונגען פעסט געבויט על אדני השכל והישרות? ט'ווייסען מיר אז די אלע וואס מיר לייגען אויף אונזערע מזרח וואנט זענען טאקע ראוי דערצו? אז מ'קוקט דורך זייערע ספרים ט'זע'ען מיר די גדלות וואס מיר פריידיגען צו אונזערע קינדער וועגען זיי? אדער גלויבען מיר אויך אין די באקוועמליכע גלויבונגען, אפילו מ'האט נישט קיין עכטע ראיות דערצו?
לאמיר אלע תשובה טוהן און אנהייבען לעבען די לעבען פון רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 2:57 pm
דורך מנשה לוסטיג
אני חסיד סקווירא, ואני יליד סקווירא וגאה בזה!!!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
ח חס חסי חסיד מסקווירא!!!

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:15 pm
דורך ודי למבין
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אני חסיד סקווירא, ואני יליד סקווירא וגאה בזה!!!




"דאס" איז איינס פון די גרעסטע פראבלעמען פון סקווירא