בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:12 am
דורך אפטעמיסט
עולם הפוך ראיתי. זענען פארהאן מענטשן וואס זיצן און טערעראזירן א גאנצע כלל ישראל, צווינגען ארויף זייערע קרומע שיטות אויף יעדעם איינעם, זויפן דאס בלוט פון אנדערע כאילו מ'רעד פון עפל דזאוס, שרייען שפייען און פארדרייען. אבער די וואס פראטאסטירן און פארלאנגן רעכטן און ציוויליזאציע זענען גאר די שלעכטע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:18 am
דורך נאר,,פרייליך
רעכטן אין ציוויליזאציע קאנסטו גיין אנקלאפען ביים הויכגעשעצטער יר''ה אבאמא,
מיר אידען זענען יעדן טאג מברך בשם ומלכות שלא עשני גוי.

נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:12 pm
דורך געפילטע פיש
ציוויליזאציע איז פאר גוים! פוי!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:05 am
דורך פיטומי מילי
[tag]נאר ,,פרייליך[/tag]
סיריעסלי די האלסט באמת אז וואס מען טוט מיט כלל ישראל איז אידישקייט,
די האלסט באמת אז אידישקייט איז אן אדאפדיט רעליגיע פין איסלאם
די האלסט באמת אז עכ״פ די רע-בנים מיינען די אייבערשטנסט כבוד
די האלסט באמת אז אזוי האט אויסגעקוט כלל ישראל זייט מתן תורה ווי אזוי די רע-בנים האבן דיסיידיט
סיריעסלי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:02 am
דורך פארוואס?
בשםואין האט געשריבן:ס׳איז אוממעגליך פאר נארמאלער מענטש צו זיין ראדיקאל, ער קען נאר זיין ראדיקאל נאר טאמער ער ריקט אראפ דעם סוויטש און לעשט אויס זיין טראכטן און זיינע געפילן.

די גרעסטע מיינונגס פארשידענהייטן וואס א מענטש האט איז נישט צווישען זיך און אן אנדערן, ס׳איז מיט זיך זעלבסט, א מענטש האלט זיך אין איין איוואלווען, ער ווערט באאיינפלוסט פון וואס ער זעהט און הערט, איין טאג האלט ער יא פון עירוב איין טאג נישט, איין טאג אקעגן טויט שטראף און איין טאג נישט, ער וועט אבער נישט ארויסקומען אין פובליק זאגן אז ער האט געטוישט זיין מיינד ווייל ער האט מורא אז מ׳וועט אים באטיטלען היפאקריט, און דאס צווינגט מענטשן צו בלייבן ביי זייער ערשטע מיינונג.

איך בין נישט זיכער אז מיט יעדער מענטש איז אזוי, געווענליך דער עקסרעמיסט/קנאי איז פון די סארט מענטשן, וואס קענען נישט טראכטן פון א צווייטע מיינונג, איינמאל זיי זענען שוין איבערגערעדט געווארן צו אן אנדערע.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:03 am
דורך גנדי
די ערשטע דור רבנים פון נאכן קריג האבן געמיינט השי"ת און צו אויפבויען צוריק אידישקייט.

די צווייטע דור רבנים מיינען השי"ת און אויך זיך צו אויפבויען זייער קהילה, מוסדות, געלט, כבוד און פרנסה פאר די קינדער.

די דריטע דור רבנים מיינען נאר זיך, זיי רעדן אחד בפה ואחד בלב, מען ראדיקאלירט די עולם פאר צוויי סיבות 1) קאנטראל 2) קאמפעטישאן. ווייזען פארן ברודער אד"ג "איך בין בעסער און הייליגער". גארנישט צו טוהן מיט השי"ת אדער די טובה פון די מענטשען אדער כלל ישראל.