בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
אחד העם האט געשריבן:הרב רויטע וואנצעס
אחוץ פון וואס כ'האב דיר געלייקט פאר'ן ברענגען די קליפ פון מרן החוזה, דארף איך דיר זאגען האסט מיר מחייה געווען און באין כאחד מיר געשטאכען און הארץ, די ערשטע מאל וואס איך זע דעם צורה פון דעם מלאך זיך רירען מקען זען זיינע תנועות, דער קאפ וואס איז אויסגשניצט פון רמבם און רשבא'ס דרייט זיך אויס צו דעם יונגען נשמת יהודי, און דער מויל וואס עס האט זיך געגאסן פון איר תורה, חכמה, מדע, פילוסופיה, פסקים און טיפזיניגע רפואה, רעדט צו א יונגאלע דברים של אהבה וחיבה, דער האנט וואס פון דעם האט זיך ארויסגעשריבען די טיפע שטיקלעך פון ספר חזון איש און מיט דעם מסיים און משלים געווען תורת הראשונים ליגט און די הענט פון א יונגען יידאלע, אבער די הארץ וויטאגט מיר כ'האב געוואלטאריינשפריגנגען אינעם ווידאו און שרייען רבי רבי שוין היינט א גאנצען טאג וואס איך מוטשע זיך פארשטיין א שורה פון דיין תורה, ילמדנו רבינו, רבי לייג צו נאך אפאר בריווען און קובץ אגרות ובדבריך הקילורין כזהר השמש ובהירין כעננים בשמים תאיר עיני וותבנה רוחי, לידע את הדרך אשר ילכי ואת המעשה אשר יעשה, ואיך להתמודד עם בעיות הזמן, נאך אפאר סימנים און אמונה בטחון וואלט אויך נישט געשאדט, און אזוי אויסגעבענדיג אלע מיינע בקשות, זע איך וואו די צווי דיימאנטין און זיין קאפ קוקען אויף מיר גאנץ שארפליך און מיט א האלבען שמייכעל זאגט ער צו מיר, גיי לערן מיינע ספרים וועסטו אלעס טרעפן דארט נישט דא קיין נושא וואס איך האב אויסגעלאזט אדער פארזען, הפך בה והפך דכולה בה...
אחד העם, דיין אהבת התורה און געגועין צום גרויסן ענק הנפש בעל חזון איש האט מיר באנומען, לבבתני!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:06 am
דורך רויטע וואנצעס
אלטע פילם פון באבא סאלי ביי א ברית. (מ'קען זעך לערנען צו זיין א מוהל אויך...)[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PxYCxYDTmw0[/youtube]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 1:16 am
דורך רויטע וואנצעס
הרב עובדיה יוסף, ראשון לציון.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:24 am
דורך טעפל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אלטע פילם פון רב שך אין ישיבת פאנאוויז איבער פופציג יאר צוריק. רב שך זעהט מען ערשט ביי 0:51
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0_aebiqQvRY[/youtube]
ביי 0:39 זעהט מען א בחורל כ'מיין ער הייסט ר' חיים ברמן ער זיצט נאך היינט דארט אויפן זעלבען פלאץ און לערענט בהתלהבות, געוועהן א כתבה אויף איהם אין משפחה יו"ט לעילא ולעילא..
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 4:33 pm
דורך רויטע וואנצעס
פילם פון חזן יוסעלע ראזענבלאט אין ארץ ישראל שנת תרצ"ג. ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל יענע יאר. פילם הייבט זיך אן 2:13
ס'הערליך שיין ווי יוסעלע זינגט א שטיקל אויף די פאסיגע מקום. למשל ביי קבר רחל זינגט ער רחל מבכה וכדומה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GsJm-KwgliE[/youtube]
נשלח: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:53 pm
דורך ונבנתה העיר
א גרויסן דאנק, וואנצעס, אלס א חזנות ליבהאבער האב איך נאך נישט געזעהן געוויסע חלקים פון דעם פילם, און אין אזא קוואליטעט אודאי נישט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 12:48 am
דורך רויטע וואנצעס
הסטארישע פילם פון קעניג פראנץ זשאסעף, די קעניג פון אוסטראה און אונגארן, פאר 103! יאר צוריק.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=X6EgdZ0gexM[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:21 am
דורך רויטע וואנצעס
ר' הערשעלע ספינקער אלץ אינגע בחור.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 10:34 am
דורך שמעקעדיג
זיס!!! (נחום, כ'מיין גארנישט)
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:46 am
דורך אחד העם
קוקט
דא א ווידאו פון הרב יוסף, ביי 14;00 זעט מען ווי ער דיסקוסירט עפעס מיט הרב גורן
סקוקט אויס ווי דאס איז און די רבנות
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:58 am
דורך רויטע וואנצעס
הכתרה פון הרב עובדיה צום רב הראשי פון תל אביב בשנת 1968. די קעפל פון די ווידיאו איז א טעות (אז ס'איז הכתרה לראשון לציון).
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=P-YN8g-iyoo[/youtube]
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:31 am
דורך רויטע וואנצעס
באקאנטע הערליכע פילם פון 1933 פון חתונה פונעם מנחת אלעזר'ס טאכטער. זעה צום סוף ווי ער (מיינט) רעדט צו אמאריקאנע אידן וועגן שמירת שבת.
(איינער א חכם האט געוואלט נעמען פילם פונעם רעבין אבער האט געוואוסט אז די מנחת אלעזר איז זייער א פרומער און וועט נישט לאזן, האט ער געדריקט דעם ריכטיג קנעפל און פארקויפט א בודם אז ס'איז TV און די רבי קען יעצט מוסר זאגן פאר די אנקעל סעם אידן. מ'זעט אויך אינעם פילם אז ס'איז שוין דעמאלסט אויך געווען "חסידים פאר בייקס")
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=m1zicG4tMDo[/youtube]
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:43 am
דורך רויטע וואנצעס
אז מ'רעדט פון מונקאטש, אפאר אינטערעסאנטע קליפס פון מונקאטש אין יענע יארן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=--TGDHt96sg[/youtube]
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:43 am
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=rOVJ8GSKHZ0[/youtube]
נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:45 am
דורך רויטע וואנצעס
תנועות הנוער הציוניות במונקאטש (קול וריקוד אשה)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XtVYGWyyd2M[/youtube]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 10:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
די היסטארישע מארש פון רבנים אין וואשינגטאן שנת 1943. איינער ווייסט אפשר וועלכע רב רעדט?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=pKQNHNdOmow[/youtube]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:50 pm
דורך דער (פינטעל) איד
געפאלן נעבעך אויף טויעבע אויערן, צו פארדאנקן דעם רעפארם ראביי ווייס ימ"ש שם רשעים ירקב.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 8:56 pm
דורך ונבנתה העיר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וועלכע רב רעדט?
דאס איז הרב
זאב גאלד, מראשי המזרחי בארה”ב, צווישן אנדערע איז ער געווען רב אין די שומרי אמונה שוהל אין ב”פ, פון די מייסדים פון תורה ודעת ומחותמי מגילת העצמאות.
אויף רעכטס שטייט ר' אליעזר סילווער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:28 pm
דורך פאריז
טעפל האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:אלטע פילם פון רב שך אין ישיבת פאנאוויז איבער פופציג יאר צוריק. רב שך זעהט מען ערשט ביי 0:51
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0_aebiqQvRY[/youtube]
ביי 0:39 זעהט מען א בחורל כ'מיין ער הייסט ר' חיים ברמן ער זיצט נאך היינט דארט אויפן זעלבען פלאץ און לערענט בהתלהבות, געוועהן א כתבה אויף איהם אין משפחה יו"ט לעילא ולעילא..
דא גייען רוב בחורים מיט א דאשיק אויפן קאפ אנשטאט א היט, שוין זאל מען מירוק טוישען צו די דאשיק'ליך
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:32 am
דורך דעת תורה
רויטע וואנצעס, די אלע קליינע קליפ'ס פון מונקאטש זענען נישט פערצופאל שטיקלעך פונעם לענגערן ניין מינוטיגן קליפ?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 11:33 pm
דורך איך אויך
שטייטזיך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 11:17 pm
דורך ונבנתה העיר
הה"ק מרימניץ ביי א חתונה, י"א אז די אודיא איז פון אן אנדערע מאהל, והכי מסתברא.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=t0lEqJNrMIw[/youtube]
נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 12:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
פילם פון די בעלזער רב, בריסקער רב, בית ישראל, טשעבינער רב, ר' מאיר קרליץ, לעלובער רבי ועוד.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EcbZp73AXic[/youtube]