גאנצל האט געשריבן:
שיכון סקווירא איז אזוי ווי דו קויפסט אפ א הויז אין דיין הויז ביסטו בעה"ב ר' יעקב יוסף האט געקויפט די פלאץ צו פארקויפן פאר אנדערע און נאר פאר אזא איינעם וואס אים שמעקט אן
גערעכט אדער נישט אז נישט צייג מיר אן where im rong
גאנצעל אז די בעטסט וועל איך דיר ווייזען ווי ביסט ראנג,
1) דער פריערדיגער סקווירא רבי האט געשנארעט געלט פין אידען ווייל ער האט געזאגט ער וויל בויען א שטעטל פאר ערליכע אידען,
דאס איז די ערשטע פוינט, ס'איז געבויעט מיט פאבליק געלט, ס'איז נישט קיין פריוואטע אינוועסטמענט, אין דאס מיינט נאכנישט אז ער אדער זיינע קינדער זענען די בעלי בתים אויף יעדער וואס וואוינט דארט צי מאכען תקנות אין משוגאסען וואס האט נישט קיין שייכות מיט תורת משה,
2) סקווער האט נישט דער פריערדיגער סקווירא רבי אליינס געבויעט, ס'געווען אידען וואס זענען ארויס געקומען דארט וואוינען מיט מסירות נפש, נאך א האלב יאר צי וויפעל פאר ער איז געקומען, אין זייערע קינדער זענען די וואס זיין זוהן אין איינקלעך פייניגען מיט קנעכטשאפט,
3) לערען דיר אויס עפעס, מענטשען זענען נישט קיין בהמות, ס'נישט דא קיין געזעץ אז ווייל איינער האט געבויעט אדער געהאלפען בויען א פלאץ אז די אלע מענטשען וואס וואוינען דארט זענען זיינע קנעכט, יא ער קען וואטשען פאר וועם ער פארקויפט אבער טאמער ס'געלונגט עים נישט דאן איז טובעד,
דאס פלאץ באלאנגט פאר די מענטשען וואס וואוינען דארט אין
נישט פאר סקווירא רבי, אין זיי דארפען מאכען געהעריגע וואלען פאר מעיאר אין פארטיג, אין סקווירא רבי האט נישט קיין שום רעכט זיך צי אריין מישען אין יענעם פריוואטע לעבען,
- נישט צי איינטיילען אז מאן אין ווייב טארען נישט גיין ציזאמען אויפען גאס,
- נישט צי איינטיילען אז יעדער מיז דאווענען אין זיין שול אין קיינער טאר אפילו נישט מאכען א מנין פרייטיג צי נאכט'ס אין א לאנגער זוממער פרייטיג,
- נישט צי שיקען זיינע פראפעגאנדיסטען צי אנשרעקען די אינגעלייט אז אלע צרות קומען ווייל מ'מאכט חיבוק ונישוק שלא בשעת מצוה, וואס איז אין סקווירא נישט פאר חצות הלילה,
- נישט צי איינטיילען אז קיינער טאר נישט שיקען אין קיין שום אנדערע מוסדות, נאר דארט ווי מען פראפעגאנדירט די קינדער פין קליינווייז אן ווי א גרויסע צדיק ער איז, אין דארט ווי ווען מען זיכט א מלמד קוקט מען צי ער קומט צים טיש ....
- נישט צי אריינגעבען פסקים פאר מענטשען וואס נעמען איידעמער נישט פין סקווירא, (וואס לעצטענס טיילט ער פסקים רעכטס אין לינקס)
- נישט צי איינטיילען פאר מענטשען אז טאמער ווילען זיי אוועקפארען אויף א יו"ט מיזען זיי איבערלאזען זייערע בחורים, ווייל לפי דעתם טאר א בחור נישט אוועק פארען פאר א יו"ט פין "רבי'ן", כאילו די בחורים זענען עפעס זייערע פראפערטי .... אומגלויבליך הא ? אבער ליידער א פאקט,
בקיצור המעשה, ווען די אלע מענטשען מיט וועם דער אלטער סקווערער רבי האט געבויעט דעם דאזיגען שטעטעל וואלטען געוועסט וואס מען גייט טוהן מיט זיי, וואלטען זיי מסתם קיינמאל נישט מסכים געווען,
איז קודם איז די גאנצע זאך א מקח טעות, אין צווייטענס מענטשען זענען נישט קיין בהמות אין נישט קיין קנעכט, זיי זענען פארען היינטיגען סקווערער גארנישט שולדיג אין ס'נישטא קיין שום געזעץ אז ער קען זיי טיילען דעות מיט כל מיני חוקי סדום ועמורה,
אין די קומסט נאך בארעכטיגען די גאנצע זאך מיט אזא אומשילדיגע טענה, כאילו די פארשטייסט גארנישט וואסי שלעכט .....
יעדער דעוועלאפער קען דען איינטיילען פאר די טענענטס ווען זיי קענען יא אדער נישט קישען זייער ווייב, כ'מיין קאמאן וואס מישטע א קאשע, זיי קענען זיך אויסנעמען געוויסע נארמאלע זאכען ביים פארקויפען וזה הוא,
דאס וואס סקווירא טוט איז א עון פלילי, אין מארק מיי ווארדס, סקווירא גייט אינטערגיין עכ"פ די טווערסקי רביסטווע, ס'איז אזוי ווי ביי סדום אין דער באשעפער זאגט טאקע די וואך פר' לך לך : זעקת סדום ועמורה כי רבה וחטאתם כי כבדה מאד, די טווערסקי'ס מיינען אז זיי קענען טוהן וואס זיי ווילען, זיי האבען פארגעסען אז ס'דא א באשעפער אויף די וועלט,
אין דער באשעפער איז מאריך אף, אבער צום סוף איז וגבה דיליה, אין דער באשעפער קען קעיר נעמען אפילו פין אזא רבי וואס זיינע נאיווע חסידים שעמען זיך נישט צי שרייבען אין זייער שונד בלאט "בחצר הקודש" אז מלאכים אין שרפים ווארטען צי הערען א ווארט פין זייער רבי......, דער באשעפער האט שוין קעיר גענומען פין גרעסערע .....
די חורבן וואס סקווירא האט אנגעמאכט איז אין לשער אין נישט אזוי באוויסט צי די ברייטע מאסען, אויף סקווירא רבי קען מען זאגען אז
גדול עונו מנשוא, אבער די טאג פין PAYBACK איז שוין נישט ווייט,
לעצטענס האט ער שוין נישט קיין הצלחה, ער האט געוואלט בויען א נייע שטעטל אין ער האט געמאכט א ריזיגדע פראפעגאנדע מיטען הרחבת גבולי הקדושה, אין ס'האצעך ב"ה אויסגעלאזט א בוידעם,
נאכדעם איז געווען די מעשה מיט די שריפה וואס האט אויך זייער געקלאפט סקווירא, אין אזוי ווייטער,
אין מען קען ענדיגען מיטען פסוק פין די מגילה כאשר החילות לנפול.... נפול תפול.... אמן וכן יהי רצון.