סאו וואט האט געשריבן:איך קוק עס אן פאר נאך אן ארטיקעל. וזהו זה. אן ברענגן רעזולטאטען און פירות. בכלל, איז טאקע אזוי, אז מופען און קליינע שטעטלעך ווי מאנסי לעיקוואד ביליגער? ס'קאסט א קאר מיט געז, טעקס איז הויך, שכר לימוד איז טייערער, וכו' וכו' וואס ביי די ענד אויף דער דעי איז עס שוה בשוה מיט דו הויכע רענט בווילי און ב"פ.
פארוואס מ'קען נישט ארויסקומען פון דער באקס, און נישט וואוינען אונטער דער מאמע'ס פארטוך? חוץ וואס ס'ווערט זיין מסוגל צו בעסערע שלום בית, איז דער שמועס סתם אבי גע'שפייט, ווייל רוב מענער זענען יא וויליג צו מופען, נאר דער עזר כנגדו לאזט נישט, האסטו גארנישט פארן אהער שטעלן דער ארטיקעל דא, ענדערש וואלסטו עס געדארפט פאוסטען אויף imamother. נישטא.
@סא וואט די ביסט דאך שרעקליך סותר מיניה ושפיי, קודם שרייבסטי אז עס איז סתם אבי גערעדט, דערנאך אז עס איז שוה בשווה, דערנאך קרייסטע ווי א האן דעי אלע אבי גערעדט זאכן וואס מיר בליטיגן אויס דא, די מיזט מסדר זיין דיין מיינד פאר די רעדסט
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
diff You remind me of the slogan on my kids pajamas. "I'm in charge, until bedtime". קענסט רעדען און טענהן און ערקלערען און שרייען און פארענטפערען ביז די קיען לאזען זיך אהיים, ס'וועט גארנישט העלפען. אין די חסידישע וועלט הערשען די ווייבער אין גרויסען, און ווילאנג מ'לייזט נישט דער פראבלעם, איז נישט מעגליך קיין שום שכל'דיגע יישוב צו עפעס א פראבלעם אין די בריאה. אלס וועט זיין לפי הרגש ותאוה, ווייל די מענער קענען נישט זאגען די ווייבער וואס צו טוהן. אפשר וועט די אנטלויפען פונ'ם מאמע'ס פארטוך לייזען די פראבלעם אויך, ווער ווייסט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
צי זענען דען די ליטאים בעסער אין דעם פרט? און ווי איז אויב דער מאן איז - אויף אלע גוים געזאגט - נישט קיין בן תורה, איז אויך אזוי? דאס איז גאר א אינטערעסאנטע און מחודש'דיקע אבזערוואציע וואס ברויך א שטארקן הסבר - אויב אמת.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
ס'איז נישט מוכח אז ס'איז נאר דא איין סבה, ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז כמה סיבות ביחד.
דיין טענה אויף מיר איז נישט ממש ווי דו זאגסט. א חסידישע מיידעל פון א קרייז איז נישט קיין פארגלייך. טאמער כבוד הוד קדושת מרן הצדיק וכו' מניו סקווער\קאלאראש שליט"א זאגט א מיידל זי מוז פארען וואוינען קיין לאנדאן אדער לעיקוואוד אדער די הרי החושך (אדער די בער"ן יוני"ט אין שפיטאל) האט זי נישט קיין ברירה און מוז פאלגען, נישט ווייל די מאן פארלאנגט עס, נאר ווייל אזוי פאדערט דער הגמון וואס קומט פאר'ן מאן. דער שטוב איז פונקט ווי א סאטמארער שטוב. דער מאן קען נישט הייסען די ווייב וואס צו טוהן, און ער קען נישט אוועקשטעלען א סגנון אין שטוב. נאר דער רבי האט עפעס א כח אויף די מענטשהייט דארט וואס איך פארשטיי נישט פונקטליך.
איך האב נישט געזאגט אז ס'איז א חינוך פראבלעם. הצד השווה פון ווין, בנות חיל, צוויי סאטמאר'ס, באבוב, פאפא א.א.וו. איז אז די ווייבער ארבעטען נישט אינדערויסן פון שטוב, זיי האבען אסאך צייט אויף די הענט און אויך גיט מען זיי אלסדינג אויף א זילבערנע טאץ. זיי האבען קיינמאל נישט געארבעט פאר די דאללאר וואז זיי גיבען אויס אויף טייערע קליידער און מעבעל, און ווילאנג ס'איז אזוי וועט זי נישט אפילו שמועסען איבער טוישען איהר באקאנטע באקוועמע לעבן.
אחוץ דעם, אפילו ס'איז דא א גרויסע קולטורישען חילוק צווישען די אלע קרייזען וואס דו האסט געברענגט, מ"מ ס'איז דא א צורה אין דער וועלט פון א 'היימישע איד' וואס ער מעג און מעג נישט טוהן געוויסע זאכען, און סאטמאר פארמאגט רוב פון די כח אוועקצושטעלען וואס ס'איז אריין אין באטראכט און וואס נישט. דאס איז ביי די ווייבער אויך, און דעריבער ליידען אלע פון אן ענגליכע פראבלעם.
דיין סיבה איז אויך אמת, מ'האט מורא פון נישט געלונגען, די פסיכיאטער'ס ווייסען גוט פון דעם, און א מענטש אין טעראפ"י ווערט אויסגעלערנט וויאזוי זיך אויסצודרייען דערפון (נישט אז איך בין ח"ו געווען אין טעראפ"י, און נישט איינער פון מיין ווייטער משפחה האט אמאל אריינגעטרעטען אין אן אפי"ס פון אזא דאקטאר, נאר מיין שוועגערען האט געליינט אין א דאקטאר'ס אפיס אין די משפחה פעמיל"י פירס"ט עפעס וועגען פסיכיאטר'ס!) אבער דער נחשון דארף אייביג האבען א דרייסטקייט און א שטארקן פיפיק צו קענען אנהויבען מיט א זאך. אדרבה טראכט אריין וויאזוי איז די בעסטע עצה דאס דורכצופירן, אפשר לייג ארויף דיין פלאן אויף קאווע שטיבל פאר הערות מבחוץ, און לאז זיך ארויס אויפן וועג. טראכט גוט אריין וואס האבען אנדערע שטעט געטוהן, וואס איז זיי געלונגען און וואס נישט, צו מ'קען צולאזען א פיסטריט פאר די קרייזען וואס ווילען מאכן שבת פאר זיך, צו מ'זאל עס מאכען אויף אן אופן פון א רבי'סטיווע, אדער א קהלה פון פארשידענע סארט מענטשן ועוד ועוד. ס'וועט אסאך העלפן טאמער מ'ווייסט וואס איז מעגליך אבער הייב שוין אן צו טוהן אין דעם.
בודאפעסט, ביי די ליטאים איז בריסקער רב דער הגמון, וואס קען אויסשטעלן א שטוב. למעשה, איז די פרוי מער נכנע צום מאן ביי ענק ווי ביי אונז? (און וויאזוי קענען טאקע די דארטיגע פרויען מענעזשען צו פירן א שטוב מיט צען קינדער פלוס ארבעטן? וואס איז דער גייסטישער מצב דארט? עס איז זיכער אז עס איז שייך, ווייל אונזערע מאמעס האבן געקענט דערהייבן פיל מער ווי אונזער דור ווייל זיי האבן געהאט א ציל און א סיבה אין לעבן, זענען די לעיקוואדער פרויען מער רואיג, צופרידן, פילן א סיפוק אין לעבן, ווייסן וואס זיי טוען אויף די וועלט מער ווי די חסיד'ישע?)
פרישער טענה'ט א טענה אז מען דארף נישט קיין עסקנים און קיין שטעטלעך, נאר יעדער איינער זאל פרובירן פאר זיך זיך צו באזעצן ערגעץ ווי אין די יוריסרידיקציע פון התאחדות הרבנים (סיי ווי אין די ארה"ב וקאנאדא). און ער איז הייליג גערעכט, נאר ער איז מסביר אז למעשה ציטערן מענטשן צו זיין לוזערס. און ער איז מיט דעם אויך גערעכט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה האט געשריבן:פרישער טענה'ט א טענה אז מען דארף נישט קיין עסקנים און קיין שטעטלעך, נאר יעדער איינער זאל פרובירן פאר זיך זיך צו באזעצן ערגעץ ווי אין די יוריסרידיקציע פון התאחדות הרבנים (סיי ווי אין די ארה"ב וקאנאדא). און ער איז הייליג גערעכט, נאר ער איז מסביר אז למעשה ציטערן מענטשן צו זיין לוזערס. און ער איז מיט דעם אויך גערעכט.
האסט געקנאַקט דעים האָן אויפן מוח
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
יעצט בנוגע די עצם ארויסמופען על משמרתי הראשונה אעמודה, אז יא. די היינטיגע ווייבלעך זענען גאר א גרויסע עיכוב נישט אוועקצוגיין פון די מאמע. און זיי זענען די וואס האבען די דעה איבער דער מאן, בפרט ביי דער היימישע אויך. וויבאלד זיי זענען דער וואס ברענגען אריין די פרנסה אין שטוב, און ווער ס'האט די מאה האט די דעה.
דעס וואס דו זאגסט אז די מענער האבען די דעה, איז נאר ביי מיטל יעריגע, ווי דער מאן ארבעט שוין. אבער געווענליך זיי האבען שוין דירות און ממילא איז דער שמועס נישט אקטועל, משא"כ ביי די יונגע קאפעלס ווי די פרוי ארבעט, האבען זיי די דעה, לאזן זיי נישט מ'זאל ארויסמופען, ודו"ק והבן.
דעת תורה האט געשריבן:בודאפעסט, ביי די ליטאים איז בריסקער רב דער הגמון, וואס קען אויסשטעלן א שטוב. למעשה, איז די פרוי מער נכנע צום מאן ביי ענק ווי ביי אונז? (און וויאזוי קענען טאקע די דארטיגע פרויען מענעזשען צו פירן א שטוב מיט צען קינדער פלוס ארבעטן? וואס איז דער גייסטישער מצב דארט? עס איז זיכער אז עס איז שייך, ווייל אונזערע מאמעס האבן געקענט דערהייבן פיל מער ווי אונזער דור ווייל זיי האבן געהאט א ציל און א סיבה אין לעבן, זענען די לעיקוואדער פרויען מער רואיג, צופרידן, פילן א סיפוק אין לעבן, ווייסן וואס זיי טוען אויף די וועלט מער ווי די חסיד'ישע?)
איך ווייס נישט וואס איז דער שמייס פונ'ם בריסקער רב. ס'איז בכלל נישט אמת וואס דו זאגסט. אחוץ א גביר וואס האט טייער באצאלט פאר זיין שייכות מיט א גדול, איז נישט מעגליך פאר א נארמאלער לעיקוואודער אין נארמאלע אומשטענדן מ'זאל איהם איינרעדן אז רב שטיינמאן אדער רב סלומון צו איך ווייס ווער איז אזא גאט אויף צו קענען זאגען פארדרייטע זאכען צ.ב.ש. אז פארברענען א מענטש איז אויסגעהאלטען. דער ענין פון פאלגן א צדיק איז נישט גערעכענט ווי א מצוה ביי אונז, און הגם די שוואכע עלעמענט פרעגט אסאך ביי גדולים און גלייבט אין זיי, אבער דאס איז נאר אזוי פיל אז זיי קענען פושט זיין א ספק וואס מ'האט געהאט, אדער זיי קענען אוועקשטעלן דער גאנג וויאזוי מ'גייט צו צו א זאך אדער פסקנ'ען א מחלוקת צווישען צוויי צדדים, אבער נישט אויפן אופן פון א הגמון אזוי ווי אין די פארמאכטע קרייזען, וואס האבען ממציא געווען פונ'ם פינגער א מושג פון אמונת צדיקים, און געבאקען אפאר באבע מעשה'ס אז דער וואס פאלגט נישט וועט האבען קינדער וואס מ'זאגט נישט וואס איז געשען מיט זיי, און דערנאך זענען זיי פוסע על ראשי עם קודש מיט אט'דער געפאר איבערן קעפ פונ'ם תמימות'דיגע איינוואוינער. דער שקר איז נאך נישט אנגעקומען אין לעיקוואוד און אנדערע ישיביש'ע פלעצער (אפשר איז שוין דא אן עלעמענט אזוי אין בני ברק, אבער זיכער נישט יעדער איינער)
סתם אזוי, האסט דען נישט אביסל מורא צו רעדען מיט אזא חוצפה אויפ'ן בריסקער רב? איך פרעג סתם, ווייל איך האב מורא אז דו טראכסט אז ס'איז פונקט דער זעלבע זאך ווי דער הגמון אין קאלאראש. אפילו טאמער איך האב געמאכט א טעות ביים ויבחר בדוד עבדו, און ער איז נישט אזא שייגעץ, מ"מ איך האב נאר גערעדט אויף איינעם וואס, אויפן בעסטן אופן, איז ער א פשוט'ער איד, אבער דו רעדסט דאך אויף א תלמיד חכם און א גדול הדור. אביסל דרך ארץ וואלט דא געפאסט, ניין?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חלילה לי צו רעדן אויפן בריסקער רב. וואו האסטו געזען אין מיינע ווערטער א זלזול? כ'האב פארשטאנען אז דו רעדסט נישט נאר פון סקווירא, שרייבסט אז דער מציאות איז אזוי אין סאטמאר. אין סאטמאר איז נישטא עכט קיין לעבעדיגע רבי'ס נאר דער מאדעל, דער שטוב איז אויסגעשטעלט וויאזוי דער סאטמאר רב האט געוואלט, סעים גאוס פאר בריסקער רב ביי די ליטאים. די שאיפה, דער מאדעל פון א בחור / אינגערמאן איז דער בריסקער רב, הגם אפשר פארטייטשט זיך עס נישט אזוי שטארק אויף סתם ענינים אין די שטוב.
אבער נחזור לעניננו, כנראה איז דאס געווען א אי הבנה בדבריך און דו האסט זיך באצויגן צו די קרייזן ווי גור וכדומה וואס די חסידות קאנטראלירט ממש דעם בעדרום.
----
בנוגע דיין אטאקע אויף כרמי, פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט פון אים, ער ברענגט ארויס א לעגיטימע נקודה אז פרישער רעדט ווי א צולייגער אבער בתוך עמו הוא יושב און ער האט די זעלבע שוואכקייטן. הגם דאס איז נישט קיין טענה ווייל פרישער אליין לייקנט עס נישט, ער אבזערווירט נאר וואס עס גייט פאר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
מען קען נישט קיקן פערזעינלעך אויף קיינעם און זאגן טיל קורה מבין עניך, איז נישט שייך אז איך האב ספעציעלע סיבות אויב וואוין איך און וויליאמסבורג, אז אולי האב בין איך א רבי פון טויזענט חסידים, אולי האב איך א דירה און פראדזעקס, אדער בעדפארד גארדענס, אפשר בין איך א עושר מיט א דירה פון א מעלאנע. איך רעד פון דו טיפיקל עולם וואס איז על פי רוב נכלל און מיינע אויפרייסן.
איבעות אימא אז ווער זאגט אז איך בין א יוצא מן הכלל, אפשר בין איך אינעם זעלבען פעקל, ווער זאגט אז ווייל איך בין אין פעקל פארליר איך מיין קראפט צו אבזערווירן וואס דא קימט פאר.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
דעת תורה האט געשריבן:בודאפעסט, ביי די ליטאים איז בריסקער רב דער הגמון, וואס קען אויסשטעלן א שטוב. למעשה, איז די פרוי מער נכנע צום מאן ביי ענק ווי ביי אונז? (און וויאזוי קענען טאקע די דארטיגע פרויען מענעזשען צו פירן א שטוב מיט צען קינדער פלוס ארבעטן? וואס איז דער גייסטישער מצב דארט? עס איז זיכער אז עס איז שייך, ווייל אונזערע מאמעס האבן געקענט דערהייבן פיל מער ווי אונזער דור ווייל זיי האבן געהאט א ציל און א סיבה אין לעבן, זענען די לעיקוואדער פרויען מער רואיג, צופרידן, פילן א סיפוק אין לעבן, ווייסן וואס זיי טוען אויף די וועלט מער ווי די חסיד'ישע?)
איך ווייס נישט וואס איז דער שמייס פונ'ם בריסקער רב. ס'איז בכלל נישט אמת וואס דו זאגסט. אחוץ א גביר וואס האט טייער באצאלט פאר זיין שייכות מיט א גדול, איז נישט מעגליך פאר א נארמאלער לעיקוואודער אין נארמאלע אומשטענדן מ'זאל איהם איינרעדן אז רב שטיינמאן אדער רב סלומון צו איך ווייס ווער איז אזא גאט אויף צו קענען זאגען פארדרייטע זאכען צ.ב.ש. אז פארברענען א מענטש איז אויסגעהאלטען. דער ענין פון פאלגן א צדיק איז נישט גערעכענט ווי א מצוה ביי אונז, און הגם די שוואכע עלעמענט פרעגט אסאך ביי גדולים און גלייבט אין זיי, אבער דאס איז נאר אזוי פיל אז זיי קענען פושט זיין א ספק וואס מ'האט געהאט, אדער זיי קענען אוועקשטעלן דער גאנג וויאזוי מ'גייט צו צו א זאך אדער פסקנ'ען א מחלוקת צווישען צוויי צדדים, אבער נישט אויפן אופן פון א הגמון אזוי ווי אין די פארמאכטע קרייזען, וואס האבען ממציא געווען פונ'ם פינגער א מושג פון אמונת צדיקים, און געבאקען אפאר באבע מעשה'ס אז דער וואס פאלגט נישט וועט האבען קינדער וואס מ'זאגט נישט וואס איז געשען מיט זיי, און דערנאך זענען זיי פוסע על ראשי עם קודש מיט אט'דער געפאר איבערן קעפ פונ'ם תמימות'דיגע איינוואוינער. דער שקר איז נאך נישט אנגעקומען אין לעיקוואוד און אנדערע ישיביש'ע פלעצער (אפשר איז שוין דא אן עלעמענט אזוי אין בני ברק, אבער זיכער נישט יעדער איינער)
סתם אזוי, האסט דען נישט אביסל מורא צו רעדען מיט אזא חוצפה אויפ'ן בריסקער רב? איך פרעג סתם, ווייל איך האב מורא אז דו טראכסט אז ס'איז פונקט דער זעלבע זאך ווי דער הגמון אין קאלאראש. אפילו טאמער איך האב געמאכט א טעות ביים ויבחר בדוד עבדו, און ער איז נישט אזא שייגעץ, מ"מ איך האב נאר גערעדט אויף איינעם וואס, אויפן בעסטן אופן, איז ער א פשוט'ער איד, אבער דו רעדסט דאך אויף א תלמיד חכם און א גדול הדור. אביסל דרך ארץ וואלט דא געפאסט, ניין?
גערעכט. גערעכט. נאר חסידים זענען גרייט צו ברענען און שלאגן פאר זייערע רבי'ס. להבהרות הנושא: די דריטע אינטיפאדע פון פונביז' ווערט אוישסליסלעך אנגעפירט דורך חסידים.