איך הייס נישט וועמען וואס צוטון, און איך הייס נישט מיין זון וואס צוטון, און איך גלייך וואס איך גלייך, און איך האלט וואס איך האלט, גראדע וואס איך האלט, איז די ריכטיגע הלכה אין שו''ע קעגן א מסור
פאר איך פיר אויס, וויל איך קלאר מאכן, קיינער האט מיך נישט געדינגען, און אויך איך האב אליינס מברר געווען די עכטע פאסירונג, פאר איך האב געשריבן אפילו איין אות. איך האב מיך נישט פארלאזט אויף קיינעמס אמונה און קלערענישן, מיין שכל האט מיך געשיקט נישטערן דא און דארט, ביז כ'האב פארשטאנען די עכטע געשיכטע. ובכן. די געשיכטע וואס די גאס האט גערעדט און רעדט נאכאלץ, איז שקר גמור. קודם כל קען איך ראטנבערג און שפיצער פון לאנגע יארן, ס'האט נישט געקלעבט די געשיכטע אין מיינע אויגן, סיי וויאזוי ס'איז נישט געלונגען און סיי וויאזוי ס'איז בכלל געקומען דערצו אז שפיצער ליגט אין שפיטאל אפגעברענט, און איז גאר שולדיג, און ראטנבערג לערנט פאר מוסר דרשות ממש א קורצע זמן נאכדעם, ווען א פארברענטע מענטש ווי ס'האט געצייגט די בילדער, קען נישט זיין וואך, צוליב די סכנה פון פארגיפטונג אין די בלוט פון אפילו א קליינע ברי אויפן האנט.
איך האב נישט געעפענט מיין מויל מיט מסקנות, ווילאנג כ'האב נישט דערגרונטעוועט די מעשה עד הסוף. וויבאלד די אמת איז נישט באקאנט,און מ'וויל עס ממילא נישט גלייבן, איז מיר א שאד צו ענטפערן אלץ ענה כסיל כאיוולתו. כשם שמצוה שלא לומר דבר שלא נשמע. און אויך א כסיל, ווייל איך קען אינסייד סטארי און אינסייד ביידע צדדים און רוב שרייבער און קלאגער קענען זיי נישט. דאך, שפיר איך א צורך יא צו פארציילן וואס איך ווייס. און נאכדעם קען מען פארזעצן מיט קללות נמרצות וואס וועט אוודאי ברענגען גרויסע וואונטשען פאר די מקללים ולזרעם אחריהם
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פאר איך פיר אויס, וויל איך קלאר מאכן, קיינער האט מיך נישט געדינגען, און אויך איך האב אליינס מברר געווען די עכטע פאסירונג, פאר איך האב געשריבן אפילו איין אות. איך האב מיך נישט פארלאזט אויף קיינעמס אמונה און קלערענישן, מיין שכל האט מיך געשיקט נישטערן דא און דארט, ביז כ'האב פארשטאנען די עכטע געשיכטע.
א שאד, מיט אמונה וואלסטו אנגעקומען מער אמת'דיג ווי דיין שכל.
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שפיצער איז געלאפן גלייך נעמען קארטאפל עס לייגן אויפן וואונד ווי דאס דארף העלפן אבער ס'איז געווען אסאך א שטערקערע ברי אז ס'זאל העלפן. לויט די בילדער פון ראטנבערג וואלט ער נישט שפאצירט היינט געזונט ווי א אקס, ס'ינשט מעגליך. אזוי האט מיר געזאגט א פעדאמעדיקס פון קרית יואל, ס'נישט מעגליך לויט די בילדער, ס'מוז זיין אז די בילדער זענען נישט נאטורליך. המשך יבוא
ס'איז שוין דא ערגעץ אן אשכול איבער קאנספיראציע טעאריעס.
מער פון אלעם בין איך פאראינטערעסירט אין די קארטאפל וואס שפיצער האט געלייגט אויף די וואונדן. איז מעגליך אז ראטענבערג איז געווען אזוי שנעל מתהלך בחוץ על משענתו צוליב דאס וואס ער האט געלייגט סיי קארטאפעל און סיי רעטעך יוצא צו זיין אלע מנהגים אין כרפס? וואס זאגן די פאראמאדיקס אין ק"י אויף אזא מעגליכקייט?
מנשה דו ענפערסט בכלל נישט ממין הטענה וואס זעט מען אויף די צלקות פארקערט ווי טשולנט האט פארציילט ? צלקות פון רוטענבערג קוקט אויס אנדערש ווי צלקות וואס איז געקומען פון זיך אליינס? דיין פארענטפערן שפיצער׳ן טראגט דער זעלבער פנים וואו עפעס אן אנדערן פארענפערונג דא אין אן אנדערן פארום... וליתר שאת עיין בחתימתי ...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves