בלאט 2 פון 5
חב''ד פאר דגה''ת
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 11:11 am
דורך נאר,,פרייליך
די חבד'סקע הייסען וועלן פאר דגה''ת בכדי די נצח'ניקעס זאלן אריינהייבען א מפלה פאר'ן פירען דעם קאמף קעגן זייער נשיא
זיי טענה'ן אז די היצטיגער סיטואציע איז א נבואה פון זייער רבי'ן וואס האט אלעס פאראויס געזאגט
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:41 pm
דורך שמו יגער
אלעד
די ספרדי'שע ש''ס פארטיי וועט היינט נאכט מאכן א כינוס צו שטיצען זייער קאנדידאט פאר ראש העיר צוריאל קריספל וואס לויפט קעגו ישראל פרוש בן ר' מאיר זיי וועלן דארט ברענגן די חברי מועצת חכמי התורה די רבני קהילות הספרדים פון שטאט אין חברי הכנסת פון די ש”ס פארטיי
ירושלים
משה ליאון וואס לויפט פאר ראש העיר קעגן ניר ברקת האט היינט געכאפט א קלאפ ווען די החרדי לאומי קרייז ווי “מרכז הרב”און”הר המור" האבן געזאגט אז זיי וועלן אים נישט שטיצען על אף וואס ער האלט זיך זייער נאנט מיט די קרייז
די יושב ראש פון די ש”ס פארטיי אריה דרעי איז היינט געקומען צום ראש הישיבה הרב שמואל אויערבאך אין זיין הויז אין שערי חסד אין ירושלים אין געבעטן אז חיים אפשטיין וואס לויפט מטעם די בני תורה פארטיי פאר ראש העיר זאל אויפגעבען. די מיטינג האט זיך געענדיגט מיט גארנישט.......
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 5:18 pm
דורך נהורא נפישא
ס'האלט און איין ארויסקומען פרישע בליציגע דברי חכמה פון הגאון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א , דאס לעצטע אז ער זאל האבן געזאגט אז הגאון ר' שמואל אויערבאך שליט"א האט דער דין פון א רודף און זיינע אנהענגער זענען עדת קורח
זעהט אויס אז דער כלל פון ת"ח כ"ז שמזקינין וכו' האט זיך אויך אירע אויסנאמען
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:07 pm
דורך [NAMELESS]
מען דארף עס לייגן אין פראפארציע. איך האב געזעהן די קליפ. עס זענען שארפע שנעלע ענטפערס פון רבי חיים גראדע גאנץ זיס בדרכו. מען זאגט אים די טענות פון אנשי אויערבאך אז זיי מעגן זיך אפטיילן זאגט ער נו עס איז נישט קיין נייעס,כל העדה כולם קדושים ומדוע תתנשאו. מען זאגט אים אז זיי טענה'ן אז זיי זענען נדרפים זאגט ער אפשר זענען זיי גאר די רודפים. עס איז נישט אזוי משוגע ווי עס זעהט אויס. און עס איז נישט מער משוגע ווי רבי חיים'ס אלע אנדערע וואזשנע שטיקלעך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:13 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין אויך אנטי עסטאבלישמענט, אבער די אויערבאך'ס קעגן דגל איז נישט אמסעלאם קעגן ש"ס נאר מער ווי נטורי קרתא - סיקריקים קעגן די עדה החרדית סטיל. די אוירבאך טעראריסטן האבן שוין אסאך חרוב געמאכט און זיי זענען שולדיג אין די מיאוס פנים וואס דער געוועזענער עם חכם ונבון טראגט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:26 pm
דורך היימישער ליטוואק
מי שלא ראה את
דרשת הג"ר ברוך מרדכי אזרחי שליט"א, לא ראה שטיקל יפה מימיו. (זיין 2 מינוט'יגע דרשה איז כמעט ביים סוף פון די וידיאו, באלד פארן מרן הרב שטינמן'ס ארויסגאנג)
כדאי לפתוח עליו אשכול מיוחד ב'אנשי שם'.
נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:09 pm
דורך היימישער ליטוואק
נצח - הדבר הכי קצרצר
פלס - הדבר הכי עקום
עץ - הדבר הכי נבול
בני תורה - הבחורים הכי בטלנים
באקומען אין אימייל.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:07 am
דורך יין שרף
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:35 am
דורך דער (פינטעל) איד
איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אלע פראקציעס. ווער איז נצח?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:36 am
דורך דער (פינטעל) איד
בכלל זענען גור וויזניץ און בעלזא איין פארטיי? און ווער איז אגודה
מכתב הגר''ח קנייבסקי שליט''א
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:20 pm
דורך נאר,,פרייליך
היינט האט מען פארשפרייט דעם בריוו פון הגר''ח קאניעווסקי ס'נישט פאראן נאך אזא בזיון התורה ווי נעמען אזא סארט יוד און מיט אים ווישען שמוץ
בעזה"י ערב הבחירות חורף תשע"דחובה גמורה על כל מי שיש לו זכות הצבעה להצביע אך ורק לרשימת יהדות התורה שסימנה ג' כפי שמורה מרן הגריא"ל שליט"א ואסור להמנע מלהצביע בשום אופן כי הנמנע ממעט בכבוד שמים.והנה בשנים האחרונות קמו אנשים מתוכינו ריקים ופוחזים בעלי מחלוקת ומקהילים קהילות ברבים ופוערים פיהם לבלי חוק בכל הקדוש והיקר לנו ומדברים סרה וזלזול על גאון ישראל קדש הקודשים, גדול דורנו מרן הגראי"ל שטיינמן שליט"א ומערערים על הנהגתו, ובאמת שכל כוונתם ומזימתם לכפור במושג שגדולי הדור ינהיגו את הדור כפי שהיה (ויהיה) בכל הדורות, ומכריזים ואומרים אין לנו חלק בדוד ולא נחלה בבן ישי איש לאהליו ישראל הישר בעיניו יעשה, ועתה הגדילו לעשות לפתוח מפלגה, אוי לנו שכך עלתה בימינו שכבוד התורה מושפלת עד שאול תחתית וסופה מי ישורנה, איך נכניס אהבת תורה לדור הצעיר.והנה העולם אינו הפקר וכבר אחז"ל כל המבזה ת"ח אין לו חלק לעוה"ב ואין רפואה למכתו, וצריך להתרחק מהם פן תספו בכל אשר להם ח"ו ולא לסייע ביד בשום אופן להיות שותף למבזי ת"ח ועאכו"כ לא להצביע בעדם כי בנפשם הדבר הזה ח"ו והשי"ת ישפות שלום לנו ונזכה לקדש ש"ש ולגאולה העתידה השלימה בב"א, וכל המצביעים לרשימת ג' יתברכו ברו"ג בבני חיי ומזוני
חיים קניבסקי
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:21 pm
דורך נאר,,פרייליך
,
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז אינטערסאנט ווי רבי חיים איז ממש פארקאכט אין הרב שטיינמאן, אין די כתב יד זעהט מען אז ער האט צוויי מאל געשריבן "קודש הקדשים" און נאכן באמערקן זיין טעות אז ער האט צוויי מאל געשריבן די זעלבע זאך האט ער עס אויסגעקרויזט, האט רבי חיים אמאל געשריבן אויף איינעם אזוינע טיטלען?
די ברוך שחלק מחכמתו איז אויך נישט אוועקצומאכן, רבי ברוך מרדכי אזרחי איז שוין זעכציג יאר א מרביץ תורה מחבר פון הערליכע ספרים און רבי פון טויזנטער תלמידים, בנוסף צו א כאריזמאטישער מענטש מיט א זאפטיגע סענס אף הומאר, מאכן אזא פייערדיגע ברוך שחלק בשם ומלכות איז זיכער א גאר היסטארישע געשעעניש.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:57 pm
דורך היימישער ליטוואק
קופערניקוס האט געשריבן:איך בין אויך אנטי עסטאבלישמענט, אבער די אויערבאך'ס קעגן דגל איז נישט אמסעלאם קעגן ש"ס נאר מער ווי נטורי קרתא - סיקריקים קעגן די עדה החרדית סטיל. די אוירבאך טעראריסטן האבן שוין אסאך חרוב געמאכט און זיי זענען שולדיג אין די מיאוס פנים וואס דער געוועזענער עם חכם ונבון טראגט.
איך מיין אז עס איז מער דומה צו דגל קעגן אגו"י, נאר נישט אזא גרויסער עולם.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 8:57 pm
דורך שמו יגער
לגבי ראש העיר אין ירושלים האט מען אין בעלזא היינט געהייסען די חסידים צו שטימען א ווייס פאפיר.....
אין גור האט די חבר הכנסת הרב יעקב ליצמן אויך איבערגעגבין די החלטה פון האדמו"ר שליט"א אז מען שטיצט נישט קיינעם
דער יושב ראש פון די ש"ס פארטיי אריה דרעי האט געזאגט בשם מרן הרב עובדי' זצ"ל אז מען זאל גיין וועלן פאר משה ליאון .
אין די צייטונג 'המבשר' האט מען צוגעברענגט א הוראה פון איינער פון די חבר מועצת גדולי התורה כ"ק האדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האט אויך געהייסין שטימען פאר ליאון ווארטזאגער פאר חסידות ברסלב האבן אויך געהייסין שטימען פאר ליאון
לויט ווי מען זאגט יעצט וועט ברקת לכאורה צוריק באקומען זיין בענקל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:14 pm
דורך הדד בן בדד
עני נייעס? לכאורה האט מען דאך שוין געענדיגט וואוטן דארט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:35 pm
דורך עוד מישהו
דערוויל איז נאך פארבליבן א קארגע האלבע שעה ביז ווען די שטום בודקעס מאכן זיך צו.
אין בית שמש זענען אכט מענטשן פון די שלומי אמונים פארטיי פארהאלטן געווארן דורך די פאליציי, אין צוויי דירות אין שטאט האט די פאליציי געטראפן אריבער 200 אידענטיפיקאציע קארטלעך.
אין אנדערע נייעס האבן הרב אויערבאכס מענטשן מענטשן פארשפרייט א געפעלטשטע בריוו פון הרב חיים קאניעווסקי, אז ער ציט צוריק פון זיין שטיצע פאר אגודה-דגל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:38 pm
דורך דעת תורה
בחדרי פארומ'ס איז שוין טויט א גאנצן טאג (ווייניגסטנס ביי מיר). יעצט איז די נייעס אויך דאון. איך שפעקוליר צי דאס איז נישט א אונטערגעשטעלטע זאך פון איין פארטיי קעגן א אנדערע.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 2:44 pm
דורך עוד מישהו
אין די חרדישע שטעט אדער געגנטער, זענען א גרויסע פראצענט וויילער ארויס צו די שטים בודקעס.
אלעד מיט די גרעסטע פראצענט איבערן טאג, איבער 50 פראצענט שטום בארעכטיגטע האבן אפגעגעבן זייער שטימעס
צווישן די אלגעמיינע באפעלקערונג איז די צאל וויילער היבש נידריג דאס יאר דערווייל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 4:40 pm
דורך לעמיל
יעצט הייבט אן אריין קומען די געווינערס
בית שמש -משה אבוטבול געוינען
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:01 pm
דורך היימישער ליטוואק
23:50 - ירושלים: 25 מתוך 767 קלפיות - ברקת: 84%, ליאון: 8%, אפשטיין: 6%.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:04 pm
דורך לעמיל
[tag]היימישער ליטוואק[/tag]
jdn שרייבט אז ליאון האט געווינען
23:43 • נאום ההפסד של מטה ברקת ראש המטה של ראש העיר ירושלים ניר ברקת – אייל ארד לווינט: “יש לנו כבר אינדיקציות על אי סדרים בספירה במספר קלפיות באזורים החרדיים.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 5:08 pm
דורך הדד בן בדד
לעמיל האט געשריבן:יעצט הייבט אן אריין קומען די געווינערס
בית שמש -משה אבוטבול געוינען
בוטבול שטייצעך, וואס טוט זיך מיט כח.