בלאט 2 פון 21

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 9:00 am
דורך אברעמעל
מומחה אויב פארשטיי איך דיין תגובה האסטו געמיינט צו זאגן, אויב איינער איז א עדווענסד יוזער זאל ער נעמען א ענדרויד, א סימפל יוזער זאל נעמען דעם אייפאון,
עם איי קארעקט?

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 9:12 am
דורך מומחה
יא, האסט עס גוט ארויס.

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:51 am
דורך in-Kolel
אהא איך הער סאו איי פאון איט איס

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 10:55 am
דורך chasid
ביי דיר אויף שמחות האט געשריבן:איינער וואס ווייסט פון א פילטער אויף א ענדרויד זאל ביטע שרייבן כ׳וואלט געקענט באשטיין צי לייגן א פילטער. איכא דרכא אחרינא.....

http://www.netnanny.com/mobile

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 11:43 am
דורך in-Kolel
לאמיך מער צילייגן די זאך
איך דארף דעם פאון בעיסעקלי פאר רעדן אין טעקסט אין זיך אביסיל ארומשפילן דערמיט
שוין געהאט דען אייפואן

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 12:04 pm
דורך משה רוקח
דעמאלס נעם א בלעקבערי.
בלעקבערי איז נאך אלס די בעסטע אויב וויל מען א פאון צו רעדן און טעקסטן.

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:02 pm
דורך in-Kolel
איך וויל עפעס מער פארגעשריטן אין איך קום פין א אייפאון

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 1:05 pm
דורך א איד
אויב ווילסטו עפעס מער פארגעשריטן
וועסטו מוזן ווארטן נאך א ביסל פאר די נייע פאונס

אדער ווי ברוין זאגט
ברוין האט געשריבן:איך וואלט געזאגט זאלסט אויסווארטן די גרויסע אסיפה און דערנאך באשלוסן צו דו ווילסט א גרויסע שווארצע מאטאראלע מיט די גראבע בעטערי אויפן דעקל. אדער א נעקסטעל פרי פרי..

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 6:22 pm
דורך אךשמח
איך מוז מחולק זיין מיטן מומחה, טראצדעם וואס איך בין נישט קיין מומחה...

אין אייוועלט האב איך שוין פיל געשריבן איבער דעם ענדרויד פלאטפארם און איך וועל דא צוגעבן וואס איך האלט יעצט בנוגע דעם ענין.

איך בין, ווי געשריבן, א קליינער מומחה און ווייט פון אן עדווענסד יוזער, און איך בין געווען גאר שטארק צופרידן פון דעם איווא 4G, די ערשטע אין די איווא משפחה. נאך עטליכע חדשים עס נוצן מיט גאר הויכע צופרידנהייט, האט עס געמאכט א קליינע פראבלעם און האבנדיג אינשורענס ביי ספרינט, בין איך געגאנגען עס פאררעכטן, און זיי האבן עס האלבוועגס פארראכטן, אבער ס'האט גאר שנעל ווידער אנגעהויבן מאכן פראבלעמען, בין איך צוריקגעגאנגען און דאן האבן זיי מיר געזאגט אז זיי מוזן באשטעלן א צווייטע, און האבן מיר געזאגט אז זיי האבן פונקט נישט אין סטאק קיין רעפורבישד איווא'ס און אויב איך בין מסכים צו נעמען דעם איווא טרי די, וואס איך האב מיט פרייד אנגענומען, און אזוי האב איך באקומען א שפעטערע און שנעלערער ענדרויד פאון.

נאכן נוצן דעם טרי די עטליכע חדשים, און ווערנדיג עלידזשיבל פאר אן אפגרעיד, האב איך באקומען א רייץ אויסצופרובירן דעם אייפאון, און פאר א צוויי מאות האב איך מיר דערזען מיטן אייפאון.

דער טרי די האב איך זייער געגליכן, און דעם אייפאון האב איך נישט געוואלט אנבינדן מיט ספרינט, און עס נאר געוואלט אויספרובירן, ווייל נאך אלעם קען איך דאך נישט שרייען אז ענדרויד איז די בעסטע סמארטפאון אן פרובירן זייער קאמפעטישאן.

אזוי האב איך מיר געדרייט מיטן אייפאון און עס גענוצט נאר אויף ווייפיי פאר א צוויי דריי מאנאטן, און עס זייער געגליכן.

דער ענדרויד פון די אנדערע זייט האט שוין אנגעהויבן ווייזן סימנים פון אלטקייט, נאכדערצו קעגן דעם נייערן אייפאון, האב איך צום סוף באשלאסן אז איך וועל אויפטוישן דעם ענדרויד מיטן אייפאון.

איינע פון די הויפט סיבות צו מיין באשלוס איז געווען אז דער אייפאון האט א בעסערע קאמערא. כאפט שנעלער בילדער און איז פיל קלארער און שארפער. פארגעסט נישט, דער טרי די האט א פינף מפ, און דער אייפאון אן אכט מפ.

דער אייפאון האב איך שוין זינט סוף יאנואר פון דעם יאר. איך מיין אז ס'גענוג צו האבן א שטיקעלע בליק אויף דעם שפילצייג, און איך בין קלאר נישט קיין חסיד פון דעם אייפאון.

עס איז זייער שיין און געשמאק און איז א סופער פאון, אבער איך מיין אז איך האב זיך טועה געווען ווען איך האב עס גענומען אנשטאט דעם סעמסאנג געלעקסי עס 2, וואס איז געווען אין מיין אויסוואל בעת איך האב דעם אייפאון איינגעהאנדלט.

דער אייפאון האט א געוואלד לימיטעישאנס. עס לאזט צב"ש נישט אנשטעלן דעם מפ פונעם קאמערא, וואס איז זייער א מאדנע זאך, אויך איז נישטא קיין בעק באטאן וואס איז א גרויסער חסרון.

די מעלה וואס הייסט SIRI האב איך נאך בכלל נישט ארויס, און זע נישט וואס דער עולם איז דערמיט ווילד.

איך האב געשריבן שנעל, און ס'שוין באלד שבת.

איך האף אז איך האב מיט עפעס ארויסגעהאלפן. פאר די וואס ווילן וויסן מער, זאלן אנפרעגן און איך וועל פרובירן צו העלפן מיט וואס מעגליך.

Re: ענדרויד

נשלח: פרייטאג אפריל 27, 2012 6:23 pm
דורך אךשמח
איין זאך מוז איך מוסיף זיין, אז איך גלייך ווען מ'פרעגט אן ברבים, ווייל אזוי קענען אויך אנדערע געניסן.

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:58 am
דורך דבילה
זייט איך דריי מיך מיט אייס קרים סענדוויטש קען 'יך אויף דעם קיין ברכה אחרונה נישט מאכן! די שנעלקייט וואס דאס ארבעט איז ממש א מחיה. מיין עפיק האט שוין אנגעהויבן אינטערקרייצן מיט די אינגבער, אבער דער אייזקרעם פארלאנגט א ביס איינס נאכ'ן צווייטן! די בילדער כאפן זיך גאר שנעל און ס'פליט אז ס'איז נישט צום גלייבן אז איך האלט אין האנט א טעלעפאן וואס האלט שוין מיט דריי אפדעיטס אונטערשטעליג.

די פראבלעם מיט דעם טעלעפאן איז נאר אז דאס קומט נאר מיט אינגבער אין מ'דארף זיין אביסל דרייסט און טויגליך דאס איבער צו טוישן צו די אייזקרעם מיט CM9. אבער ס'לוינט זיך!

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 2:57 am
דורך in-Kolel
דבילה האט געשריבן:זייט איך דריי מיך מיט אייס קרים סענדוויטש קען 'יך אויף דעם קיין ברכה אחרונה נישט מאכן! די שנעלקייט וואס דאס ארבעט איז ממש א מחיה. מיין עפיק האט שוין אנגעהויבן אינטערקרייצן מיט די אינגבער, אבער דער אייזקרעם פארלאנגט א ביס איינס נאכ'ן צווייטן! די בילדער כאפן זיך גאר שנעל און ס'פליט אז ס'איז נישט צום גלייבן אז איך האלט אין האנט א טעלעפאן וואס האלט שוין מיט דריי אפדעיטס אונטערשטעליג.

די פראבלעם מיט דעם טעלעפאן איז נאר אז דאס קומט נאר מיט אינגבער אין מ'דארף זיין אביסל דרייסט און טויגליך דאס איבער צו טוישן צו די אייזקרעם מיט CM9. אבער ס'לוינט זיך!

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט אבער איך שטעל מיר פאר אז איך וועל מיר דאס אויסלערנען איינמאל איך האב דאס
וואסערע פאון האט איר?

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 3:03 am
דורך פינטאו
in-Kolel האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס איר שרייבט אבער איך שטעל מיר פאר אז איך וועל מיר דאס אויסלערנען איינמאל איך האב דאס
וואסערע פאון האט איר?

א קניפ אין בעקל קומט זיך דיר. ממש אזוי! א כולל אינגערמאן מיט'ן גאנצן תמימות, אוי איז דאס זיס.

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 3:24 am
דורך in-Kolel
ייש"כ אייך מיסטער פינטאו באט באמת איי העוו נאו קלאו וואט סאו עווער וואס די אינגבער אין cm9 איז....

איך טראכט פין נעמען די געלעקסי 2 וואס זאגט איר?

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 12:20 pm
דורך משה רוקח
אין א חודש בין איך עלידשזיבעל פאר אן אפגרעיד מיט ספרינט.
יעצט האב איך דעם איווא טרי די. די שאלה איז וואס איך זאל נעמען נאכדעם.
אדער גיין צום אייפאון אדער ווארטן אויפן געלעקסי דריי וואס וועט 'אפשר' זיין מיט ספרינט.

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 1:44 pm
דורך מומחה
in-Kolel האט געשריבן:ייש"כ אייך מיסטער פינטאו באט באמת איי העוו נאו קלאו וואט סאו עווער וואס די אינגבער אין cm9 איז....

איך טראכט פין נעמען די געלעקסי 2 וואס זאגט איר?

אז דו ביזט גרייט צו לערנען נייע זאכן, דאן כאפ עס מיט ביידע הענט

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:40 pm
דורך in-Kolel
מומחה האט געשריבן:
in-Kolel האט געשריבן:ייש"כ אייך מיסטער פינטאו באט באמת איי העוו נאו קלאו וואט סאו עווער וואס די אינגבער אין cm9 איז....

איך טראכט פין נעמען די געלעקסי 2 וואס זאגט איר?

אז דו ביזט גרייט צו לערנען נייע זאכן, דאן כאפ עס מיט ביידע הענט

עס איז נישט פאר מיר , איטס פאר די אשת חבר מיין שאלה איז צי די עזרת נשים קען זיך דאס אויך לערנען אדיר איז בעסער צי סטיקן צום מער סימפל אייפאון
ווי אויך הערעך אז די געליקסי איז זייער א שוואכע פאון אין קעיס ס'פאלט אראפ

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:50 pm
דורך מומחה
שוין א שטיקל שאלה, ס'בעסטע איז אז דו קענסט עס אויספרובירן (בארגן פון א חבר) פון פריער. [ווארף עס נישט אראפ!]

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 4:57 pm
דורך in-Kolel
מומחה האט געשריבן:שוין א שטיקל שאלה, ס'בעסטע איז אז דו קענסט עס אויספרובירן (בארגן פון א חבר) פון פריער. [ווארף עס נישט אראפ!]

דאס איז וואס איך טראכט צי טוען מען קען דאך צירוקשיקן ביז דרייסיג טעג

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:02 pm
דורך אךשמח
משה רוקח האט געשריבן:אין א חודש בין איך עלידשזיבעל פאר אן אפגרעיד מיט ספרינט.
יעצט האב איך דעם איווא טרי די. די שאלה איז וואס איך זאל נעמען נאכדעם.
אדער גיין צום אייפאון אדער ווארטן אויפן געלעקסי דריי וואס וועט 'אפשר' זיין מיט ספרינט.

האסט געליינט מיין פריערדיגע תגובה?

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:14 pm
דורך אךשמח
ס'זעט מיר אויס אז מען האט נישט געליינט וואס איך האב געשריבן פריער, אבער סיי ווי אזוי, וועל איך שרייבן נאך אביסל אויב מען ווילן הערן.

צוערשט, די אייפאון קען פונקט אזוי אראפפאלן און זיך צוברעכן, און איז אפשר אפילו א גרעסערע פראבלעם ווי אנדערע סעלפאונס מיט דעם וואס ס'איז פון ביידע זייטן מיט גלאז. די אלע טייערע סעלפאונס לוינט צו קויפן א גוטן קעיס וואס זאל עס באשיצן.

געלעקסי 3 וועט כמעט זיכער קומען צו ספרינט, פארוואס טראכטן 'אפשר'?

א פאקט איז און איך פארשטיי נישט וואס מען האט אנגעלייגט אז ענדרויד איז פאר מומחים. קען זיין אז א מומחה וועט דארט קענען טון מער ווי ער קען אויפן אייפאון, אבער ביידע זענען געמאכט פארן געווענליכן באנוצער.

לאמיר צולייגן נאך עטליכע פונקטן פארוואס צו גיין מיטן ענדרויד, און וואס דער אייפאון איז געפערליך לימיטעד.

סיי וועלכע זאך וואס האט מיט גוגל איז ביים ענדרויד פיל פיל בעסער, צב"ש:

סיי ענדרויד און סיי אייפאון נוצן גוגל מעפס פאר זייער מעפ (יא, מען קען אויך נוצן אנדערע, אבער דאס איז אינסטאלירט מיטן סעל) אבער ביי ענדרויד קומט עס מיט נעוויגעשאן, וואס איז ווי א געווענליכע GPS און איך האב זיך שוין פיל באנוצט דערמיט אין צייטן וואס איך האב נישט געהאט מיין געווענליכע GPS מיט מיר, און איך מוז זאגן אז ס'כמעט ווי א געהעריגע GPS. ביים אייפאון איז עס נישט בנמצא.

גוגל טאלק איז פיל בעסער אויסגעשטאט אויפן ענדרויד מיט פיל מער פיטשעווקעס ווי די עפס וואס מען מוז קויפן ביים אייפאון כדי צוצונאגלען זיך צו גוגל טאלק, וואס אויפן אייפאון קען מען עס נישט געהעריג באקומען.

ווידעאו איז א שווערערע זאך צו זען אויפן אייפאון, צוליב די מאדנע מערכע וואס עפל פירט מיטן פלעש פלעיער, און עס אויסצוקרויזן איז א שווערע זאך, און בכלל נישט אזוי געשמאק ווי אויפן ענדרויד.

ווער עס וויל האבן 4G זאל בכלל נישט טראכטן פונעם אייפאון, דערווייל.

און אזוי איז דא נאך פילע זאכן וואס דער אייפאון איז צוריקגעבליבן פונעם ענדרויד, וואס האלט אלעמאל פיל פאראויס ווי דעם אייפאון.

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:19 pm
דורך in-Kolel
מענין לענין באותו ענין איך וול נישט פארדרייען דעם שמועס אבער אזויווי איך וייס נישט ווי זיך צי ווענדן שרייב איך עס דא
עס וואלט געווען כדאי צי עפענען א ספעציעלן טעכנילאגיע אפטיילונג עס זענען טאקע נאך נישט דא קיין סאך אשכולות איבר דעם אבער אז סוועט זיין א אפטיילונג וועט אטאמאטיש זיין מער
און אמת אלכס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אויף אייועלט אבער אסאך אינפא דארטן איז אלט

Re: ענדרויד

נשלח: זונטאג אפריל 29, 2012 5:24 pm
דורך אךשמח
דערווייל איז זיכער נישט כדאי צו עפענען.

קענסט דאך דערווייל עפענען סיי וועלכע אשכול דו ווילסט אין קאווע שטיבל, און ווען די מנהלים וועלן זען אז ס'דא א פארלאנג וועט מען זיכער מאכן אזא אפטיילונג.