בלאט 2 פון 28

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:19 am
דורך אכשיר דרא
חבקוק הנביא האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:הרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]


זעהט אויס די קענסטעם נישט, ממילא וואלט איך דיר געראטען האלט דיר ארויס פין דעם אשכול,

אז די נעמסט דיר אן פאר דיין אפגאט, נו מיילא, אבער זייט ווען ביסטע געווארען די סניגור פאר אלע געטשקעלעך ?

האסט דען א השגה וויפעל בלוט אין טרערן דער האט געקאסט פאר כלל ישראל, אין די געבסט דאס אזא וויש אוועק "ווייל די ביסט דארט געווען סוכות" ...... , סיג לחכמה שתיקה,

אויסער דעם וואס דאס עצם אהין גיין סוכות צינדט אן א רויט לעמפל.... :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:38 am
דורך שושן פורים
שמעקעדיג האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:נאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.


וואו האט מען אריינגעגעבן די מסירה? קאנאדא?
נעבעך אויף די מוסרים. זיי זענען פארשאלטן מיט כל מיני קללות ושמתות, אפילו התרת נדרים וועט זיי שוין נישט העלפן. אוי להם ואוי לנפשם.

זינט ער האט געעפנט זיין קהלה האבן מענטשן געהאלטן אין איין אנטלויפן פון דארט , אבער קיינער האט נישט געמסרט , צו אלס פחד אדער סתם ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג פרוף.
לעצטנס אבער איז זיין זון מיט נאך איינע פון זיינע נאנטע מענטשן אנטלאפן , און יענער האט מיטגענומען מיט זיך א גאנצע אוצר פון דאקומענטן און באווייזן , און ער האט אריינגעגעבן א מסירה ביי די קאנאדישע fbi(איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי סהייסט), און זיי האבן געעפנט א אינוועסטיגעישן אויף די זאך , און דער הייליגע רבי איז געווען געצוואונגען צו אנטלויפן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:28 pm
דורך סאו וואט
פארוואס פארופט ער זיך אלס רימינוב'ער רבי?

האט איינער א בילד פונעם כ"ק אדמו"ר מדיקטאטור שליט"א?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:34 pm
דורך שמעקעדיג
דאס האב איך געפינען ביים נישטערן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:53 pm
דורך סאו וואט
דו פיקטשער אית אמת'דיג?
איך פרעג וויבאלד ס'קוקט אויס זייער ענדליך צו רבי אהרן פון סאטמער מקרית יואל?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:54 pm
דורך בעל הבית
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 12:56 pm
דורך בעל הבית
.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:11 pm
דורך גאנצל
שוין אסאך געהערט איבער דעם העלבראנץ צווינגט חתונה האבן יונג און נאך אזעלכע רציחות קען איינער דא אראפ לייגן דעם פונקטליכן מצב מיט אים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:15 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט אים שוין אויסגעשמועסט בין כותלי הק"ש מערערע מאל, מיט זיינע שרעקליכע מעשים.
זעה דא:

viewtopic.php?f=42&t=708
viewtopic.php?f=3&t=133
viewtopic.php?f=3&t=455

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:53 pm
דורך איך אויך
בעצם האלט איך אז דער נאמען שלמה העלבראנץ איז שוין א עוולה ,זיין עכטע נאמען איז ארז שלמה אלבראנס א פרענק פארעך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:01 pm
דורך שושן פורים
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.
.

דער איינציגסטער רב וואס קוקט אפי' אויף זיין זייט איז ר יוחנן וואזנער סקווירא דיין אין מאנטריאל וואס כבודו במקומו מונח טאקע א ערליכע יוד , אבער זיין קליינקעפיגקייט גרייכט עד לב השמים ,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:12 pm
דורך איך אויך
שושן פורים האט געשריבן:אבער זיין קליינקעפיגקייט גרייכט עד לב השמים ,

א אקסימאראן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:26 pm
דורך דעת תורה
פארוואס רעדט מען נישט אין די אמעריקאנער, אדער לפחות היימישע נייעס סייטס איבער די פרשה?

קיינמאל קיין ערגערס, השי"ת זאל העלפן ווייטער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 4:58 pm
דורך קרני צבי
ברוך ה', קיינער איז נישט אנטלאפן.
אזוי ווי אלעס וואס די מוסרים זאגן איז אמת אזוי איז די נייעס אויך אמת.
די "מסירות" זענען שוין א קנאפע צווי יאר ביי די קאנדישע רעגירונג, און זיי ווייסן וואס איז אמת וואס איז נישט,
למזלנו האבן זיי אביסל מער שכל ווי די קאווע שטיבל שמיסערס
ישוב עמלם בראשם ועל קדקדם חמסם ירד.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 5:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
קרני צבי האט געשריבן:ברוך ה', קיינער איז נישט אנטלאפן.
אזוי ווי אלעס וואס די מוסרים זאגן איז אמת אזוי איז די נייעס אויך אמת.
די "מסירות" זענען שוין א קנאפע צווי יאר ביי די קאנדישע רעגירונג, און זיי ווייסן וואס איז אמת וואס איז נישט,
למזלנו האבן זיי אביסל מער שכל ווי די קאווע שטיבל שמיסערס
ישוב עמלם בראשם ועל קדקדם חמסם ירד.

כ'האב געשמעקט אז ס'די ידיעה איז לופט, ווייל ווי איך בין געווען אינפארמירט פון די נאנט, האט מען דערווייל עהם נישט געטראפן שולדיג מצד די קאנאדישע רעגירונג. מ'האט גוט אינוועסטיגעיט דעם ענין, און זיי האבן נישט געפונען קיין באווייזן.
אויסער די ישראל'ישע חברה וועט לכאורה קיינער עהם נישט מכניע זיין.
[ווער ס'וויל מיך באזינגען איז וועלקום..]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 5:26 pm
דורך קרני צבי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אויסער די ישראל'ישע חברה וועט לכאורה קיינער עהם נישט מכניע זיין.

אי"ה ער וועט מכניע זיין די אזוי גערופענע ישראל'ישע חברה.
אגב, ווער ס'זוכט אביסל ערנסטע סחורה און איז נאר בטעות אריין געפאלן אין קאווע שטיבל, קען רופן צו די ליניע דבר האמת
1718-557-7777
נישט רעקמאנדירט פאר לצים און פארביסענע, ס'קען זיי (חלילה) מאכן אן הארץ אטאקע, קיין רעספאנסביליטי.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 5:33 pm
דורך איך אויך
שוין ווייטער איז דער רבי אליינס דא ,פונעם רבין מיט מנאשקע צוזאמען וועט מען זיך גוט אונטערהאלטן.

כא כא כא, א בי דו פלאצץ

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 5:36 pm
דורך קרני צבי
שושן פורים שרייבט א הודעה
מוז מען דאך האבן א פורים רבי
(המן'ס איז שוין דא צו פיל)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 6:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
קרני צבי, טאקע א פאסיגע ניק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 8:56 pm
דורך הדד בן בדד
אינטערעסאנט אז יעדעס מאל וואס מ'באהאנדעלט דא דעם דיקטאטור, קולטיסט און קאנטראל פריעק ארז אלברנס, וואקסט אויס דא א ניק אדער צוויי, נייע חברה וועלכע שטייען און נעמען זיך אן בכל התוקף פאר דעם חי' בצורת אדם.

איך אויך, איך בין מיט דיר, ס'קוקט מיר אויס ווי דער רעבע רעב ארז אליינס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:04 pm
דורך שמעקעדיג
אויב קיינער דארט האט נישט קיין אינטערנעט עקסעס נאר רבי, טא מוז דאך זיין אז ער שרייבט דא אליינס בכבודו ובעצמו.

וויל איך אים נאר דא דערמאנען, אז אדם ניכר בכוסו בכיסו ובכעסו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:10 pm
דורך איך אויך
הדד ,אין א טאג ווי היינט ווי איך ווער באוואשן פון אלע זייטן איז דערפרישענד צו הערן אז איינער איז מיט מיר.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 9:27 pm
דורך רויטע וואנצעס
"הניק קרני צבי"
בגמטריא
"ארז העלבראנס" עה"כ