בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 7:05 am
דורך מנשה לוסטיג
אמאל איז געווען א יונגעלע, א יונגאלע א קליינס, די מאמע איז געגאנגען ...

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 8:57 am
דורך לעמיל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אמאל איז געווען א יונגעלע, א יונגאלע א קליינס, די מאמע איז געגאנגען ...

ויאזוי גייט די ווייטער די ניגון???

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 4:50 pm
דורך מנשה לוסטיג
.. די מאמע איז אוועק און נישט געקומען באלד..
גייען זיי און בלאנדשען זיי און פלוצלינג בלייבן שטיין, קומט ארויס א בערעלע און קריצט מיט די ציין. אוי בערעלע אוי בערעלע כ'בעט דיך עס מיך נישט אויף.. מיין מאמע וועט אהיימקומען, און מאכן קיכעלעך אויך.
גייען זיי און בלאנדשען זיי און פלוצלינג בלייבן שטיין.. וכו'..

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 5:30 pm
דורך לעמיל
קען איך נישט אפשר קען מען מאכען מ'זאל קענען ארוף לייגען וואיס נאטס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 10:49 pm
דורך מנשה לוסטיג
שופטים ושוטרים תתן לך, מיינע הינער קרייען קוקעריקו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:22 pm
דורך סאו וואט
ירעם הים, דער רבי איז א באם....ומלואו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 11:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
צער בעלי חיים צער בעלי חיים מ'טאר נישט מאכן א באבא....

השבת אבידה איז א גרויסע מצוה.....

ווייסטו וואס איך האב אין מיין טאש....

לשון הרע לשון הרע טאר מ'נישט ווייל ס'איז אן עבירה....

ווען איך וועל עסן קיינער וועט נישט זעהן אריין אין די גארבעזש וועט עס גיין...חלילה חלילה

ימים על ימי מלך שטותים.. שטוס הים קוק הים אט די דאר...

נח בויעט א תיבה א תיבה א תיבה...

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2015 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
מנשה לוסטיג האט געשריבן:.. די מאמע איז אוועק און נישט געקומען באלד..
גייען זיי און בלאנדשען זיי און פלוצלינג בלייבן שטיין, קומט ארויס א בערעלע און קריצט מיט די ציין. אוי בערעלע אוי בערעלע כ'בעט דיך עס מיך נישט אויף.. מיין מאמע וועט אהיימקומען, און מאכן קיכעלעך אויך.
גייען זיי און בלאנדשען זיי און פלוצלינג בלייבן שטיין.. וכו'..

מנשה האט מאדערנעזירט דעם אלטן ניגון, וואס איז אמאל זעכער יסודתו בהררי אררט, און כ'דריק אויס מיין הערצליכע מחאה דערויף. דאס איז דער דרך היצר, היינט פארדרייט ער דעם ניגון וואס מ'האט אפגעקויפט פון א דריי יעריג ציגאנער, ומחר אומר לו עשה כך וכך, ביז מ'דערקייקלט זיך רחמנא ליצלן צו זינגען התקוה ביים פסח טיש [רמז: באבוב פסח תשע"ה]...

און יעצט אז כ'האמיך שוין אפגעווישט די שווייס, אויסגעקלארט די שטימע נאכן שרייען אין מייק, און די שבת'דיגע טשאלנט רוהט שוין איין, עביך דא ברענגען דעם אריגינעלן נוסח פונעם הארציגן ניגון, וואס כידוע הרבה רזי תורה נרמזו בזה, ואין מגלין אלא לצנועין:
אוי בערעלע אוי בערעלע, דו זאלסט מיר גארנישט טאן... ווייל מיין מאמע וועט דיר אפבאקן א קיכעלע מיט מאָן.

והפך בה והפך בה דכולה בה, ומינה לא תזוע. ובדרך התורה והמסורה נלך באש ובמים, ולא נהנה משלחן איזבל ח"ו.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 12:38 am
דורך פלאוויוס
אדנירם, וואס איז געווען אין באבוב פסח תשע"ה?

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 1:02 am
דורך [NAMELESS]
כ'מיין אז ס'איז ראוי פאר אן אשכול בפני עצמה, ווייל ס'איז ביי מיר ברור כשמלה אז ס'וועלן זיך יאווען תגובות ווי שוואמען נאך א רעגן.

[tag]פלאוויוס[/tag], אלס גבאי הממונה זאג'זשע אויב כ'ברויך עפענען אזא אשכול אין צימעס אדער אין ק"ש איז אויך גוט.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:17 am
דורך שלמה המלך
אדנירם האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:.. די מאמע איז אוועק און נישט געקומען באלד..
גייען זיי און בלאנדשען זיי און פלוצלינג בלייבן שטיין, קומט ארויס א בערעלע און קריצט מיט די ציין. אוי בערעלע אוי בערעלע כ'בעט דיך עס מיך נישט אויף.. מיין מאמע וועט אהיימקומען, און מאכן קיכעלעך אויך.
גייען זיי און בלאנדשען זיי און פלוצלינג בלייבן שטיין.. וכו'..

מנשה האט מאדערנעזירט דעם אלטן ניגון, וואס איז אמאל זעכער יסודתו בהררי אררט, און כ'דריק אויס מיין הערצליכע מחאה דערויף. דאס איז דער דרך היצר, היינט פארדרייט ער דעם ניגון וואס מ'האט אפגעקויפט פון א דריי יעריג ציגאנער, ומחר אומר לו עשה כך וכך, ביז מ'דערקייקלט זיך רחמנא ליצלן צו זינגען התקוה ביים פסח טיש [רמז: באבוב פסח תשע"ה]...

און יעצט אז כ'האמיך שוין אפגעווישט די שווייס, אויסגעקלארט די שטימע נאכן שרייען אין מייק, און די שבת'דיגע טשאלנט רוהט שוין איין, עביך דא ברענגען דעם אריגינעלן נוסח פונעם הארציגן ניגון, וואס כידוע הרבה רזי תורה נרמזו בזה, ואין מגלין אלא לצנועין:
אוי בערעלע אוי בערעלע, דו זאלסט מיר גארנישט טאן... ווייל מיין מאמע וועט דיר אפבאקן א קיכעלע מיט מאָן.

והפך בה והפך בה דכולה בה, ומינה לא תזוע. ובדרך התורה והמסורה נלך באש ובמים, ולא נהנה משלחן איזבל ח"ו.

יאך האב געוואלט זאגן די זעלבע מיטן זעלבן מחאה! די ניגון איז ווי די זאגסט! נישט ווי די נייע "מאדע" פון פארדרייען די אלטע מעלאדיעס....

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
1) כל החוסים בך - כאפסט א שטויס אין בויך.

2) j j חאלאב ישראעל..

3) (חייב אינש) חיים וויל נישט גיין אין חדר -כסדר . ביז דער מאמע פראקט אום אן. און עס פאלט ארויס א צאן -און וויינען פאנגט ער אן (ויש שגרסו און ער קרייט ווי א האן. רוב החברים שרו בגירסה א' דלא ידעו מה זה 'האן' . אני ידעתי בשביל שהייתי בקי בשבילי דהכטפקויפט ..)

4) (קדשוהו-בעלז) קאטעטשיז רייסקריספיס ...

5) זלמן לייב שיק מיר א קושקע מיט א קויסלאו .. מיט א קאקא קאלע ,

6) (כהאב דיר ליב אן א שיעור - יונתן שווארץ) כהאב דיר ליב אן א שיך. אן א צאן. אן א נאז..

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 12:49 pm
דורך פלאוויוס
[tag]אדנירם[/tag], איך קען נישט ענטפערן אויף עפעס וואס כ'ווייס נישט פון וואס ס'האנדלט זיך. אויב דו פארשטייסט אז ס'האט צוטון מיט חסידישער פאליטיק געהערט עס מסתמא צו צימעס.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 5:03 pm
דורך מנשה לוסטיג
יעך האב געהערט אמאל, איינער זינגט, 'קודם אפאר מיליאן.. און מיטן באשעפער וועט מען שוין זען וואס צו טאן..

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2015 9:39 am
דורך ציבעלע-קיגל
און וואס איז מיט "טשאדעלע באדעלע"?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 2:16 pm
דורך א איד
אפטעמיסט האט געשריבן:טשעפענען טשעפענען טאר מען נישט ווייל ס'איז א נבירה, אוי! טפשענען טשפענען טאר מען ניייישט ווייל ס'איז א נבירה [emoji443] [emoji445] [emoji444]