בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 9:02 pm
דורך דעת תורה
די סאמע ערשטע פארזעצונג איז געווען איבער א ראולעקס זייגער, איך געדענק נישט פונקטליך וואס עס האט זיך גערעדט פון. דערנאך איז געווען איבער א לעיזער פוינטער וואס האט בלינד געמאכט א פילאט, דערנאך האט זיך אנגעהויבן א לענגערע פארזעצונג וואס איך האב געמוזט איבעררייסן אינדערמיט ווייל א פאר וואכן האבן עס די גראסערי'ס נישט פארקויפט צוליב'ן איסור פון ברך משה..

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 4:09 am
דורך אדוואקאט
דער בלאט האט אמאהל געהאט גאר געלונגענע שרייבער. ר' שמעון ראלניצקי, וואס אגב איז ער געווען דער ערשטער וואס האט זיך אידענטיפיצירט מיט זיין ארגיענעלער נאמען. ער פלעגט שרייבן נייעס אונטער זיין פען נאמען: ש.כהן, און העכסט דראמאטישע פארזעצונגען. און דער ארטיקל: ארום די לעצטע געשעהנישן. - דערנאך האט דארטן געשריבן דער מייסטער שרייבער ר' יצחק אייזיק שניצלער דער היינטיגער רעדאקטאר און שרייבער פון דער פרעסטיזשפולער "המספיק גאזעט". ער פלעגט וואך איין וואך אויס שרייבן דער העדליין און נאך פארשידענע באריכטן אונטערן פען נאמען אברהם ד. מיללער. און אונטער נפתלי א. שיף. - דערנאך האבן זיי געהאט דער פראפעסיאנאלער שרייבער ר' פינחס גלויבער אונטערן פען נאמען שמואל סאפיר.

ר' יוסי געשטעטנער איז געווען דער שרייבער פונעם פאליטישן ארטיקל "פון מיין פרעספעקטיוו" אונטערן פען נאמען: דוב שטרייכער. ער האט פארלאזט דער בלאט נאכדעם וואס זיינע אויבערהארן האבן אים געהייסן נידערן דעם טאן, און נישט שרייבן אזוי איינזייטיג נאכדעם וואס געוויסע ליינער דעמאקראטן האבן זיך געהאט אפגערעדט. אויף וואס יוסי האט געענטפערט אז ער קען נישט שרייבן פרעמדע מיינונגען ווען אין פאקט איז עס קעגן זיין אייגענע מיינונג און פארטיי. און ער וועט ליבערשט פארלאזן דער בלאט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 1:07 pm
דורך עס עפעס
אדוואקאט האט געשריבן:דער בלאט האט אמאהל געהאט גאר געלונגענע שרייבער. ר' שמעון ראלניצקי, וואס אגב איז ער געווען דער ערשטער וואס האט זיך אידענטיפיצירט מיט זיין ארגיענעלער נאמען. ער פלעגט שרייבן נייעס אונטער זיין פען נאמען: ש.כהן, און העכסט דראמאטישע פארזעצונגען. און דער ארטיקל: ארום די לעצטע געשעהנישן. - דערנאך האט דארטן געשריבן דער מייסטער שרייבער ר' יצחק אייזיק שניצלער דער היינטיגער רעדאקטאר און שרייבער פון דער פרעסטיזשפולער "המספיק גאזעט". ער פלעגט וואך איין וואך אויס שרייבן דער העדליין און נאך פארשידענע באריכטן אונטערן פען נאמען אברהם ד. מיללער. און אונטער נפתלי א. שיף. - דערנאך האבן זיי געהאט דער פראפעסיאנאלער שרייבער ר' פינחס גלויבער אונטערן פען נאמען שמואל סאפיר.

ר' יוסי געשטעטנער איז געווען דער שרייבער פונעם פאליטישן ארטיקל "פון מיין פרעספעקטיוו" אונטערן פען נאמען: דוב שטרייכער. ער האט פארלאזט דער בלאט נאכדעם וואס זיינע אויבערהארן האבן אים געהייסן נידערן דעם טאן, און נישט שרייבן אזוי איינזייטיג נאכדעם וואס געוויסע ליינער דעמאקראטן האבן זיך געהאט אפגערעדט. אויף וואס יוסי האט געענטפערט אז ער קען נישט שרייבן פרעמדע מיינונגען ווען אין פאקט איז עס קעגן זיין אייגענע מיינונג און פארטיי. און ער וועט ליבערשט פארלאזן דער בלאט.



יוסי האט פארלאזט דעם בלאט, ווי כהאב געהערט פון אים פערזענליך, "זייענדיג צו פארנומען" מיט קול מבשר און נאך זאכן (ליין: טוויטער קאמפן...)