בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:05 pm
דורך לבונה זכה
קול מחזיקי הדת
תרע"ג

ערב די ערשטע וועלט מלחמה דערקענט זיך אלס מער אן אלארם אינערהאלב דעם ארטאדאקסישן לאגער. די "אגודה" איז שטארק אויפן סדר היום, וואס דאס דארף האלפן קעמפן כלפי די משכילים און ציונים. אבער מ'זעט מער און מער ארטיקלעך וועלכע זאגן מוסר פארן היימישן ציבור. מ'זעט למשל אז דער ענין פון שער אשה איז געווען שטארק נפוץ. דא האט איר בלויז א קליינע אויסצוג.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:06 pm
דורך לבונה זכה
קול מחזיקי הדת
ט"ז תמוז תרע"ד

רייסט ארונטער די "חסידים" וועלכע שיקען נישט זייערע ערוואקסענע קינדער צו א שיעור ביינאכט. נו, כמה איכשר דרא.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:07 pm
דורך לבונה זכה
קול מחזיקי הדת
ט' תמוז תרע"ד

א ווינער איד אדווערטייזט זיין האטל און רעסטוראנט, אנגעבענדיג אז די ריזשענער אייניקלעך זענען אפטע געסט ביי עם.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:10 pm
דורך קינות גירושין
די ערשטע און צווייטע מעשה זענען העכערע זאכען סאיז נישט אזוי פשט
ר אביגדר מילר אין זיין ספר רעדט שוין פון דעם באריכות 

נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 4:17 pm
דורך לבונה זכה
דעת תורה האט געשריבן:לבונה, זייער א גוטע איידיע, נאך איינער צוויי ברויכן עפענען אזוינע אשכולות, (יאנקל האט אויך עפעס אזא אשכול) אפשר וועט די הנהלה מסכים זיין צו מאכן א עקסטערן פארום פאר די סארט אקטיוויטי. זעה נאר צו אפדעיטן אפטער ווי איך...

דער מחזיקי מיטן קול מחזיקי האבן זיך שוין געענדיגט ארום רייסן? איך האב עס אביסל אנגעהויבן ליינען (עס איז דא היינט אגב, אפגעדרוקט אין א ספעציעל ספר וואס איז לעצטנס ערשינען) אבער די כסדר'דיגע קעגנזייטיגע אטאקעס פון די צוויי צייטונגען (וואס האבן גראדע פארנומעןרוב פון די געציילטע זייטן פון א גליון) האבן מיר שיער געמאכט ברעכן, און כ'האב באשלאסן זיי צו לאזן זיך אויסקריגן צווישן זיך, איך ברויך נישט זיין פארמישט דערין.

איך בין שוין לאנג נייגעריג די היקף און די השפעה פון דעם צייטונג, אפשר באשרייבסטו עס אביסל. ווער און ווי גרויס איז געווען זייער קלייענטעל, וועלכע געגנט בעיקר האט עס גע'סערווד, האט דאס געהייסן פרעסטיזשפול, וואס זעהט מען אין אנדערע צייטונגען פון יענע תקופה די התייחסות צו דעם צייטונג, א.א.וו.

די סיבה ער קען שרייבן ברייטער ווי די היינטיגע צייטונגען, איז פשוט ווייל ער איז אויף לשון קודש און סערווירט נישט סתם דעם המון עם נאר די מבינים.


דעת תורה, יישר כחכם פארן זיין פון די נחשונים און מיר געבען א boost. איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין די inter-צייטונג פאליטיק. קען זיין אן אנדערע דא אין שטיבל ווייסט מער. מיר איז אינטערעסאנט בעיקר וואס זיי באריכטען און דער וועג ווי אזוי עס ווערט באריכטעט. ס'איז קלאר פון אלע מקורות אז די משכילישע צייטונגען זענען געווען פול מער פאפולער, מסתמא פשוט ווייל דער עצם מושג פון א צייטונג איז געווען פרעמד פאר רוב פרומען ציבור (זע אפילו ווי אזוי יצחק אבן'ס "אינעם רבין'ס הויף" רעדט איבער דעם חידוש פון "מחזיקי הדת."

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:25 am
דורך פאריז
יישר כח לבונה, מיר זענען אינטערסירט דערין, עס איז אינטערסאנט, גיי ווייטער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:58 am
דורך איש עברי
רבי אהרן לעווין איז טאקע געווען א אדם גדול משכמו ולמעלה, אבער למען האמת דארף מען צוצייגענען אז ער איז געווען גאר שטארק פארהאסט אין די חסידיש-קנאישע קרייזן, די קאלאשיצע רב וואס האט געוואוינט אין ריישע האט אויף אים שרעקליך געהאקט, טאקע צוליב זיין רעלאטיוו מער פארגעשריטענע סטיל פון הנהגה, דוכט זיך אז ער האט געשוואוירן ביי זיין בארד איז זיינע קינדער און אייניקלעך וועלן זיך שמד'ן, וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט.
אין כל חדש תחת השמש.

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:38 pm
דורך איך אויך
קיינמאל געהערט דערפון ,וואס איז דיין מקור?

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:50 pm
דורך איש עברי
יא אבער שוין דעמאלטס איז די "יהדות החרדית" נישט געווען געקנויטן פון איין טייג, די מחזיקי הדת האט טאקע פארטרויטן די פרומע, אבער אין די שטיבלעך האט מען געהאקט...

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 3:01 pm
דורך כוכב
די לעקעריי פאר פראנץ יוזעף און דאס בילד איז א דירעקטע פארלעצונג פון דעם לא תחנם פאבריקאציע לכבוד דער מערכה קעגן דעם שטערן.