בלאט 1 פון 1

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:15 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]יאנטעף[/tag]/ זייער שיין געשריבען.
יאנטעף האט געשריבן: זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן,

די אראבערס גלייבן אין די מעשה פון נח????

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:18 pm
דורך בשבילי!
מיינסט צו פרעגן צו מוסלימ'ס גלייבן , זיכער יא

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 7:18 pm
דורך היימישער ליטוואק
לענ"ד זעט ער נישט אויס ווי א 500 יעריגער נח.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 8:05 pm
דורך נהורא נפישא
אוואו איז דער פעלץ? מזאגט דאך נח איז געווען א צדיק אין פעלץ.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 21, 2013 12:04 pm
דורך גראדער
יאנטעף האט געשריבן:
עס איז נאך אלץ נישט זיכער ווי אזוי די פילם וועט ווערן געשניטן, און ווי אזוי די מעשה וועט אראפגעגעבן ווערן. פון איין זייט וויל דער דירעקטאר אז עס זאל זיך האלטען נאנט צו די טראדיציעס פון די תורה און להבדיל די קאראן, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אין א פילם אריינפילן אסאך דעטאל'ן וואס איז נישט דא אין די תורה ממילא מוז מען נוצן די פאנטאזיע.


איך וואלט אים געגעבן צו ליינען דעם מעשי בראשית, וואלט ער געזען אז יעדע פינטעלע איז מרומז אין די תורה...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:04 am
דורך kliger
איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 12:48 pm
דורך מ גפני
kliger האט געשריבן:איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

הילף פארן קינד איז אקער ניין?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 5:27 pm
דורך kliger
מ גפני האט געשריבן:
kliger האט געשריבן:איך הער אז זיי פגרן צו רעדן צו רבי ווייס פון די טעיפס, אז ער זאל זיי אראפלייגן די אלע דיטעילס וואס דארט האט פאסירט

אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

הילף פארן קינד איז אקער ניין?

גערעכט,איך געדענק נישט קנאפלער'ס בוך נאמען

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 10:56 am
דורך געפילטע פיש
kliger האט געשריבן:אויך קנאפלער פון א הילף פארן קינד איז שטארק involved

כ'גלייב נישט זיי וועלן קענען טרעפן אקיארן מיט אזעלכע גרויסע קעפ...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 11:19 am
דורך וועפערייזער
איך הער זיי האבן געבעטן א הילף פאר'ן קינד זאל זיי אראפמאלן א סקעטש פון וואס ס'איז געשעהן נאכ'ן ארויסקומען פון די תיבה. די "חם און נח" פאַרט...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 11:38 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:די אראבערס גלייבן אין די מעשה פון נח????

Noah in Islam

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 12:00 pm
דורך [NAMELESS]
אגב, נישט נאר די מונוטאיסטן ווייסן פון מבול, כמעט יעדע קולטור און ציוויליזאציע אויפן כדור הארץ האט זיך איר מבול (מיט איר נח, טיילמאל) ס'דא אין וויקיפידיע א טיילווייזע ליסטע. פון Mark Isaak איז דא א שיינע מסודר'דישע ליקוט פון אלע מבול'ס און נח'ס עד מקום שידו מגעת

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 8:24 pm
דורך kitov
Ive seen it and I give it a 2/10 rating

נשלח: מאנטאג מערץ 31, 2014 9:15 pm
דורך petergrifin
kitov האט געשריבן:Ive seen it and I give it a 2/10 rating


אפשר ביסטו אביסל מאריך פארװאס?

נשלח: דינסטאג אפריל 01, 2014 9:47 am
דורך kitov
petergrifin האט געשריבן:
kitov האט געשריבן:Ive seen it and I give it a 2/10 rating


אפשר ביסטו אביסל מאריך פארװאס?

First its not the story of Noah as we know it not even as the Goyim know it and also they added to much sci-fi like big monsters from rock helping him building the ark and a lot more but I don't like to type in English in a Yiddish form

נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:46 pm
דורך מי אני
איך וואלט געגעבען די פילם 9/10. ווי איך פארשטיי, איז אראנאפסקי'ס מטרה נישט געווען אזוי ווייט איבערצוגעבן די מעשה כמו שהוא, ווי ענדערשער [טעאלאגישע] פונקטן וואס קען אנבאלאנגען צו די סארט מעשיות (בפרט און ביבליקעל אנאלאסיס בכלל).

וואס איך האב אויפגעפאסט אין די פילם זענען געווען דריי פונקטן וואס לדעתי ברענגט ער מורא'דיג גוט ארויס, און האבן מיר באנומען און געגעבען חומר למחשבה (בפרט אלס איד):

1). ער איז שטארק ממחיש די געדאנק פון נדחה ממחיצות ה', און די לעכצונג אויף צוריק נתקרב צו ווערן. דאס זעהט מען אין דעם וואס ער ווייזט די צער פון די נפילים אז זיי זענען נדחה געווארן און וויאזוי זיי ווערן צוריק אנגענומען נאכ'ן זיך מוסר נפש זיין.

2). ער איז מבאר די ראציאנאל פון איינער [תובל קין אינ'ם פילם] וואס איז יודע רבונו ומתכוון למרוד בו, על אף דעם וואס ער זעהט נסים גלויים און ס'איז אים נישט קיין ספק אין מציאות ה'.

3). ער ברענגט ארויס די ambiguous פארם פון נבואה, און בפרט וויאזוי ג-ט לאזט נאך אלעם איבער די בחירה ביים מענטש. דאס זעהט מען אין דעם אין די מקום וויאזוי נח (אין די פילם) קען אויסטייטשען די נבואה צו ער זאל הרג'נען דאס קינד אויפ'ן תיבה צו נישט.

(בכלל, צו מיין מיינונג איז עס א rollicking good film. וגם את נח "באהבה"...)

Re: פילם "נח"

נשלח: פרייטאג מאי 17, 2019 5:28 am
דורך לולקע באנוצער
דאנקען פאר מר. @מי אני פאר'ן ארויפברענגען דעם אשכול, אזוי אז כ'בין געוואר געווארן פון דעם דראמא איבערגעפולטן פילם. כ'האב שוין געהאט אז פילמען זאלן מיר ברענגען טרערן, אבער ממש אויסליידיגן מיינע דמעות זאפאסן האט נאר נח דערווייל באוויזן.

כ'האב געהאט א שווערע צייט צו פארשטיין די אלע מחזות, רוב פרעימס פונעם פילם פארמאגן כמעט נישט קיין ליכטיגקייט און נח רעדט אויף עטליכע אקטאוועס נידריגער ווי מיכאל שניצלער, אבער דאס האלבע שעה דראמא פון נח'ס רציחה שאיפות האט מיר אפגעקויפט. איינער מעג ווען ארויסשניידן דעם חלק און פארקויפן פאר די זעלבע פרייז, אדער פאר טייערער.

דער הויכפונקט איז ווען שם'ס ווייב רעדט איבער נח צו הרג'נען די קינדער ערשט נאך וואס זיי שלאפן איין, און פון געוויין ארויס נעמט זי זיך זינגען א מאמישע ליד, איינשלעפנדיג אירע קינדער צום לעצטן מאל. און דאן ווען נאך עטליכע לאנגע מינוטן ציט נח צוריק און די מאמע ברעכט אויס אין א באפרייענדער געוויין/געלעכטער - אזא געפילן קאמבא האט דאס לעצטע מאל פאסירט ביי מיר ווען מיין ברודער האט מיר געקיצלט אינמיטן וויינען אלס קליין קינד.

בד"וו ווער נאך האט געווארט מ'זאל שוין ענדליך ווייזן די "השחית כל בשר את דרכו"? נע, די אבר מן החי האב איך מיר אליין געקענט פארשטעלן וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט, כ'רעד פון די אנדערע חלקים...

נשלח: זונטאג יולי 03, 2022 12:43 am
דורך מיד ווי א בוים
קען איינער לייגן א לינק עס צו קענען זעהן?

נשלח: מאנטאג יולי 04, 2022 2:27 am
דורך שמן למאור