בלאט 2 פון 2
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 12:45 am
דורך יין שרף
ווייס איך פון א משפחה וואס האבן צאמגענומען געלט צו שרייבן א ספר תורה לע"נ זייער ראש המשפחה.
אינמיטן איז אנגעקומען א שווערע געלט פראבלעם ביי איינעם פון די משפחה, און טאקע לע"נ די ראש המשפחה האט מען אים אוועקגעגבן די גאנצע סכום!
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 5:46 am
דורך כוכב
סאיז נישט אויסגעהאלטן להלכה סיידן עס איז געווען פיקוח נפש.
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 7:51 am
דורך קאווע טרינקער
[tag]שמעקעדיג[/tag] פאר א מקווה וכדומה, וואס איז מקיים דעם "מפרסמין עושי מצוה" מיט גרויס הידור, און מ'שטעלט ריזיגע מצבות פון די נדבנ'ס יחוס, איז גרינג צו טרעפן געלט, משא"כ פאר פלעין צדקה..
מצד שני, וויפיל צדקה מ'וועט נאר געבן וועט דער פסוק כי לא יחדל אביון אייביג זיין גילטיג..
מצד שלישי, די צוויי מיליאן דאללער פון די מקווה איז געגאנגען פאר? חיים דער פלאמבער, ר' נטע דער בעל מכשיר, יואלי דער מענעדזער און פאר יצחק פון זופניק כולל פארן שרייבן די נוסחאות.
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 8:32 am
דורך שרייבער
petergrifin האט געשריבן:כעין זה האט רב יוסי מזרחי שליט״א גערעדט לגבי מענטשן װאס צאלן מינימום $40,000 פאר א ספר תורה
לע׳נ א קרוב און מײנען אז זײ טוהן אויף פאר די נשמה עפעס אויסער גװענליך װײל װאס קען זײן א גרעסער
זכות װי א ספר תורה. און ער שרײט אז ענדרעש געב די געלט פאר די ארגענזעישענס פאר בעלי תשובה
אדער ארויס העלפן מענטשן מיט געלט פאר עסן וכדומה. ספרי תורה זענען דא גענוג א יעדע שול האט
כאטש עטליכע ס׳ת װאס מען נעמט זײ ארויס נאר אויף צו טאנצען שמחת תורה.
איך ווייס נישט צו דו ביסט גערעכט, ס'איז דא א מצות עשה פון ועתה כתבו לכם את השירה הזאת
און פונקט ווי ביי א אתרוג וועסטו ענדערש קויפן אליין א אתרוג און נישט יוצא זיין מיט קהל'ס די זעלבע מיט דעם, פארשטייט זיך ווען מען האט, אבער צו זאגן ענדערש נוץ די געלט פאר בעלי תשובה וכו' איז בכלל נישט גערעכט, דער הרב מזרחי קוקט אויס רעדט פון זיין ביזנעס, נו חייך קודמין....
נשלח: דינסטאג יולי 15, 2014 1:36 pm
דורך יין שרף
כוכב האט געשריבן:סאיז נישט אויסגעהאלטן להלכה סיידן עס איז געווען פיקוח נפש.
איך בין געווען מיט די בני משפחה ביי זייער מנהיג -א פוסק, פרעגן. אין דאס איז געווען די ענטפער.
עס איז נישט געווען פיקוח נפש בגשמיות נאר ברוחניות.
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:47 pm
דורך שמעון וואלף
נעכטן טרעפט מיר א חבר אין ביהמ"ד און זאגט מיר שטילערהייט אז פלוני אלמוני מאכט בר מצוה, און האט נישט פון ווי צו נעמן ס'געלט. די מדת הרחמנות האט זיך גלייך אנגעצינדן און כ'קלער וויפול זיך משתתף צו זיין אז מיינס א באקאנטער זאל קענען פראווען די שמחה מיט הרחבת הדעת. ס'האט מיר נישט אינטערעסירט וויפול יענער דארף יעצט פאר די שמחה ווייל איך ווייס אז יענער האט א קינדער געבענטשטע פאמיליע און וויפול כ'על אים געבן, קען ער ניצן.
אזוי בשעת'ן טראכטן רעדט מיין חבר ווייטער און פאנגט אן אויסצורעכענען וואספארא הוצאות יענער האט. כ'האב נישט אלעס אויפגעכאפט אבער צוויי זאכן געדענק איך. 1. אז ער צאלט 4,000 רענט חודישלעך און 2 אז די תפילין פאר'ן בר מצוה בחור קאסט אים 2,500.
הערענדיג דאס האט זיך מיין רחמנות געפיל אביסול בארואיגט און כ'האב געזאגט פאר די עסקן אז איך גיב 100 דאללער. ער האט געטרייט פאר מער אבער איך האב געזאגט אז דאס איז עס און ער האט זיך באדאנקט. פאר ער איז אוועק געגאנגען האב איך אים געזאגט אז לדעתי איז בעסער אז ער זאגט נישט אז יענער נצרך שפענדט 2,500 פאר תפילין טאמער ווילסטי אז אנדערע זאלן געבן געלט, אבער דער עסקן האט געטעהנ'ט אז יעדער פארשטייט אז תפילין איז א זאך וואס מ'לאזט זיך קאסטן און מ'זיכט נישט צו שפארן. כ'האב געזעהן אז ס'נישטא מיט וועם צו רעדן, האב איך נישט רעאגירט.
פרעג איך אייך רבותי, בין איך טאקע דער איינציגסטער וואס האלט אז דער וואס קויפט צוויי אהאלב טויזענט דאלערדיגע תפילין מיט געשנארטע געלטער טוט א נישט ריכטיגע זאך?
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:50 pm
דורך טמיר
ע"פ הלכה אז ער האט נישט קיין געלט איז ער פטור פון תפילין. משום בושה קען ער קויפן פאלשע
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:53 pm
דורך טמיר
דא רעדט מען פון דעם ענין
viewtopic.php?t=10335
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 2:54 pm
דורך לית דין בר נש
שמעון וואלף וואס איז די מארקעט פרייז פאר א נארמאלע פאר פרשיות און פאר א פאר בתים און די רצועות?
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 5:39 pm
דורך שמעקעדיג
מען קען האבן שיינע מהודרים פאר ארום 1500, און מסתמא ביליגער אויב נעמט מען פון א"י (כך שמעתי ולא הבררתי הדבר).
נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 5:54 pm
דורך שמעון וואלף
יגעתי ומצאתי, תפילין פאר 4 מאות אויף
עמעזאן