בלאט 2 פון 9
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 7:09 pm
דורך מנשה לוסטיג
באמת ווען כ'וויל אראפמאלען דעם ריכטיגער בילד פון מיין טאטן שליט''א, איז עס אנדערש ווי איר לייענט ביז אהער.
אלע אין אונזער סביבה, אין שול אין גאס, און יעדער וואס קען מיין טאטן, ווייסט אז ער איז דער סימבאל פון בעלי חסד אין שיכון סקווירא.
אלע יארן! איז מיין טאטע געווען דער אדרעס פון טון חסד, בכל רמ''ח ושס''ה, פאר קינד און קייט.
און עד היום טוט ער נאך אנגרייטן די שלוש סעודות אין שוהל, און טראגן עלטערע יודען פארטאגס אין שול, און נאך א גאנצע רייהע פון מתן בסתר און באהאלטענע אקטיוויטעטן, וואס ער פארנעמט זיך 'א שיינעם חלק פונעם טאג'.
און דאך בין איך נישט געוואנדן צו גיין אין זיינע דרכים!
פארוואס? וועל איך אט מסביר זיין.
ווייל צו גוט איז טייטש שלעכט!
נישט חלילה אכזריות, אבער אז מ'איז צו גוט, שלאגט עס אויס ערגעץ אנדערש, אדער אין שטוב, אדער אין טאש, אדער אויפן אייגענעם זכות החיים.
אז מ'לאזט זיך טרעטן ווערט מען צעטרויטן, און מ'קען צומאל טון יענעם א חסד אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער, און צומאל זיין יענעם א ערב, און יענער נוצט עס גוט אויס, אבער דער בעל חסד וותיק וועט נישט קענען זיך ארויסדרייען, ווייל ער שפירט ער איז בוגד אינעם חיוב החסד וואס ער מוז טון.
מ'טאר נישט רעדן אויף יענעם, מ'טאר נישט נוקם זיין, מ'טאר נישט אויפהערן צוטון חסד אפילו איינער וואס ניצט דיך אויס ווי א גרוגרות דר' צדוק.
ממילא, בין איך קיינמאל נישט גרייט געווען, זיך צו לאזן קלאפן און מאכן אויפן קאפ, ווייל דאס טייטש חסד. ניין, איך האלט נישט אז דאס דארף אזוי זיין, און טאמער וויל ער יא אזוי זיין, זאל ער עסן די פירות וואס זענען ווי כ'האב ערקלערט, אז אויסער אויסניצן ווייסט מען נישט פון יענעם ביום צרה.
מיין טאטע זאל זיין געזונט, האט אין זיין היסטאריע א ריזן ליסטע פון מצוות ומעשים טובים וואס ער האט אלץ געטון, יומם ולילה בלי הפסק.
ווען אונז זענען געווען קינדער, איז געווען לאנגע תקופות וואס ער האט זיך אפגעגעבן מיט בעלי תשובות, איינער איז געווען האלב משוגע א צווייטער א 'געזונטער' אויסניצער, און מיין טאטע האט זיך ממש אוועקגעגעבן אויסצולערנען יידישקייט און 'מענטשליכקייט' פאר די באים מארץ אשור ומארץ מצרים..
אייניגע זאכן האב איך יא נהנה געווען דערפון, אז ביי אונזער שבת טיש איז נישט געווען אמאל די מושג פון קאלער סאדע, און איבריגע געווירצן צו די מאכלים, כאטש מיין מאמעס מאכלים, ספעציעל שבת, איז געווען היימיש – בשיטה היימיש! און זייער געשמאק.
אבער די נושאי כלים, קעטשאפ כאריין פיקעלס סאדע און נאך פון די סארט תענוגים, איז נישט געווען, ביז יענעם טאג, ווען מיין טאטע האט אריינגענומען א ארחי פרחי, צוזאמען מיט יענעם מאמע.. אין שטוב, און זיי האבן זיך געלאזט מכבד זיין, נישט סתם.
אזוי האבן מיר אויך געלעקט א ביינדל!..
זיי האבן זיך נישט געלאזט מיט תירוצים, אז ס'נישט געזונט, ס'צו שפענדעריש, און ווייסעך וואס אלע תירוצים וואס מיין מאמע ניצט שוין היינט ווידער..
זיי האבן פארלאנגט וואס ס'האט זיך זיי געגלוסט צום סעודה מיט א פוהלע מויל, און גארנישט באהאלטן אונטערן צונג, נאר געפאדערט!
פון די אלע מצוות ומעשים טובים האב איך זיך אויסגעלערנט, אז מ'קען טון חסד, אבער מיט א גבול, נישט יעדער איז אומשטאנד מקריב צוזיין אלעס, און איבערדרייען א שטוב און סביבה פאר א בעל תשובה, צו פאר א נצרך, כאטש מ'קען אמאל טון יותר מכפי היכולת, אבער אמאל! נישט טאג און נאכט, און נישט ווען ס'גייט אויפן אייגענעם הויקער און איבער די כוחות.
באמת די אלע גוטע זיטן, די חסד ומעשים טובים ודרכים ישרים, שטאמט פון מיין זיידן – מיין טאטנס טאטע ע''ה, וואס ער איז געווען א גיבור הרוח און האט באוויזן די אלע סארט אקטיוויטעטן ברוב אונים.
אבער ביים זיידן איז עס געווען א אנדערע הלכה, קודם כל איז ער טאקע געווען א יוד פון די גאר פריערדיגע יאר הונדערט, וואס האט זיך ווייניג געקימערט מיטן היינטיגן הלוך ילך, נו וואס האט מען געקענט ערווארטן פון עהם, אין חינוך וואס איז פאסיג פאר די היינטיגע 'דעליקאטע' מוחות..
און צווייטענס האט ער זיך נישט געלאזט קלאפן פון כאטשיג ווער, א טובה איז א טובה, אבער די ביטחון עצמי בלייבט אייגנארטיג, וואס איך האלט אז מיין טאטע האט דעם ביטחון עצמי מקריב געווען למען הזולת עד היום הזה.
און אז כ'רעדט פון מיין זיידן ע''ה, וואס ער איז מיר געווען א שטארקע וועג ווייזער אין מיין הילוך החיים, איז כדאי צו דערמאנען עטליכע זכרונות פון עהם, כאטש ס'דא זייער אסאך, וועל איך דערווייל נישט מאריך זיין דערין נאר אייניגע עפיזאדן.
ער האט געטון גוטע הנהגות און דאס איינגעפירט ביי זיינע יוצאי חלציו מיט אמונה פשוטה, און איינע פון זיי, אז פאר יעדע מצוה אדער ברכה, האט ער ווי א יהי רצון, מקדים געווען עטליכע ווערטער.
'קודם תשובה מינדען קי' – דאס טייטש פון אונגאריש, מ'טוט תשובה פאר אלעמען..
פאר מ'טוט א מצוה, פאר מ'מאכט א ברכה, פאר מ'מאכט קידוש און מ'איז מעיד שמים וארץ, טוט מען תשובה פאר אלעמען, און מיין טאטע זז''ג טוט די סארט מנהגים נאכטון מיט א תמימות, און ס'איז טאקע זייער ערליך און גוט.
און איך האב אויך אסאך געגעסן און פארברענגט סעודות שבת ויום טוב ביי מיין זיידן ע''ה, [אגב, געדענק איך פון יענע יארן, ווי מ'פלעגט סערווירן צום טרונקען 'ווישי וואסער' – עפעס א געזונטע מינעראל וואסער, וואס האט געהאט א פאומענע לעבל אויפן גרינעם באטל.]
- אויך מיין זיידע האט געזאגט די אלע זמירות און דרשות וואס מיין טאטע רעכט אן, אויך געטון, אבער אסאך אסאך שנעלער, און ס'געווען עפעס מער געשמאקער, [אפשר נאר אין זיינע עלטערע יארן..] אבער ווען ס'געקומען ביי אונז אינדערהיים האב איך פארלוירען די נערווען צו דעם אלעם.
וויפיל איך טראכט אריין, פארוואס טאקע? קום איך צום החלטה, אז ווען מ'דאווענט הויעך פארן אייבירשטען שטערט עס נישט אזוי די שכנים וואס גלייכן נישט אלץ קיין קולות, ווי איינער וואס וויל מאכן יעדן דאווענען מיט זיינע קולות..
מיין טאטע האט נאכגעמאכט די זיידע און האט געוואלט אונז ווייזן נאכצומאכן, וואס דאס האב איך נישט געוואלט, איך האב אליינס געוואלט בוחר זיין וואס איז פאר מיר געשמאק אין עבודת השם.
און דאס איז אויך א עיקר נקודה אין חינוך, על פי דרכו, אז אמת מיין זיידע איז געווען היבש אקסטרים, אבער ס'געווען 'מיין בחירה' עהם נאכצוגיין און נאכטון.
מיין זיידע איז אמאל נישט געגאנגען מיט א בארד, ווי די אויבערלענדישע יודען, און פלעגט זיך פירן געונג מנהגים ווי אמאל, ווי צום ביישפיל לייגן תפילין אום חול המועד, ער האט מיר אפילו אליין געזאגט אמאל שטיל, איך האב היינט שוין געלייגט תפילין בצנעה, ווייל איך בין אויפגעוואקסן מיטן לייגן תפילין חול המועד, אבער ענק נישט.
ממילא כל זמן איך האב מיר געקליבן דעם דרך, און כ'האב עס געטון מרצוני הטוב, איז מיר עס געווען אזוי זיס און געשמאק און ס'האט מיר געלערנט אויפן לעבן.
איך האב אסאך מאל ווייניג פארשטאנען זיין האלב אונגאריש דויטשע יודיש, ער פלעגט רעדן צו מיר אסאך מאל אומפארשטענדליכע זאצן, 'ברעג מיר די צודאקל'.. ס'האט געמיינט 'ציצית' וואס דעקט צו די קערפער..
און נאך ענליכע זאצן, אבער כ'האב זיך מיט עהם פארשטאנען, ווייל כ'האב געוואלט! כ'האב געוואלט מרצוני הטוב.
מיין טאטע האט געפירט זיין ביזנעס יענע יארן, מיט טעקסטיל סחורה, שווים הויזן, און דאס גלייכן, וואס ער האט פארקויפט פאר קאמפאניס.
מיין זיידע איז דאך געווען א געלונגענער שניידער, און האט מיט דעם אויפגעהאדעוועט די קינדער, און ממילא איז מיין טאטע אויך געווען א געבוירענער 'קאטער' הייסט עס, איינער וואס קען שניידן ריזן רייהעס מיט ווארע אן קיין טעותים.
די זיידע האט גענייעט קאפלעך און קאשקעטלעך, [וועגן דעם האב איך געמוזט גיין מיט א קאשקעטל..] און די פעטער ר' חיים לעפלער האט גענייעט און פארקויפט מענער מלבושים, און מיין טאטע האט גענייעט דעמאלטס אנדערע סארט קליידער.
פלעגט מיין זיידע קומען זייער אפט באזוכן אין די ביזנעס, און 'אויספאסן' אויף די ארבייטער..
מיין טאטע האט געהאט צענדליגע ארבייטער דארט, רוב פון זיי שווארצע גוים, און געציילטע יודישע באבעס וואס האבן געקליפט די פעדימער וואס זענען געבליבן פונעם נייען אויף די קליידער.
און מיין זיידע איז געווען א גבר אלים, מיט עהם האט מען זיך נישט געקענט אמפערן.. און איינמאל האט ער געהייסן א שווארצע גוי אין די ארבעט, צו טון עפעס – כאטש ער איז געווען דארט א גאסט, ווייל נישט ער איז געווען דער באלעבוס אין ביזנעס, דאך האט ער געגעבן שטרענגע באפעלען..
דער גוי האט זיך היסטעריש צעלאכט און עהם אנגעפיפן..
מיין זיידע האט אנגעכאפט א האמער! און מיט קולי קולות ארויסגעיאגט דעם ערל פון די פעקטארי..
מ'האט געהערט קולות אויפן גאס, ווי מ'האט געזען דער ערל לויפן פאר זיין לעבן, און מיין זיידע איז עהם נאכגעלאפן מיט א האמער ביז אינמיטן גאס!!! און אזוי האט ער געשריגן אויף יודיש:
א גוי לאכט פון יוד?? די רשע! גיידיר אהיים פון דא..!!!
קוקט אויס דער ערל האט פארשטאנען.. אבער דאס איז געווען מיין זיידע! א גיבור פון איין זייט און א הארציגער בעל חסד פונעם אנדערן זייט מטבע, און דאס האב איך פון עהם געלערנט, יודישע שטאלץ און יודישע רחמנות.
צווישן די גאר חשובע יודענעס וואס האבן געארבעט דארט, איז געווען מרת שטיינער לאורך ימים ושנים, און זי, אזוי געדענק איך האט מיין טאטע מאמע פארציילט, האט אזוי געהיטן יעדע רגע וואס זי האט געארבעט, און געציילט די פעניס וואס זי האט באקומען פארן ארבעט, ווייל זי האט נישט געוואלט גאנבענען..
זי האט אנגעהויבן ציילן ווען זי האט אנגעהויבן ארבעטן, נישט ווען זי איז אנגעקומען, און זי האט אויפגעהערט ציילן, ווען זי האט אויסגעלאשן די מאשין צו אראפגעלייגט די שערל, נישט ווען זי האט אנגעטון די מאנטל אהיימצוגיין.
דאס טייטש אמאליגע טיפ פון ערליכקייט און ישרות, און דאס איז אונז געווען א ריכטיגע שיעור אין חינוך, וואס אלץ פלעגט מיין מאמע דאס אריינבאקן אין אונז, און עס איז געבליבן ביי אונז געשוויסטער איינגעווארצעלט.
אז יענעמס פעני איז טרייף, פון גניבה דארף מען זיך היטן ווי פון די ערגסטע, ווייל אין הימל איז מען זייער מדייק אויף גניבה אפילו א שווה פרוטה.
מיין מאמע פלעגט נישט אויסלאזן קיין איין טאג, ביים איינפאקן די ריסעס פעקל, צוצושרייבן א צעטל, נישט פארגעסן צו מאכן א ברכה, אויב מ'מאכט נישט א ברכה איז עס ווי גניבה פונעם אייבירשטען.
- דאס איז א מזונות, דאס איז א האדמה דאס איז א שהכל, נישט פארגעסן!
דאס איז באמת געווען א ריכטיגע מעטאד פון חינוך, כאטש גענוג זאכן וואס קומען פון די באבע תורות זענען לעכערליך, ווי למשל אז די ברוינע 'באנאן' – בענענע איז האניג.. און אז מ'גייט מיט א שירעם ווען ס'רעגענט נישט גייט רעגענען ביים חופה..
- אבער וואס איז אמת איז אמת, אז מ'לערנט אויס זהירות פון ריכטיגע מצוות, איז עס יא א גוטן טאהט פון חינוך וואס געבט זיך אריין אין קינד אויף אייביג, גם כי יזקין לא יסור ממנה.
אבער ווען מיין מאמע האט געגעבן עפעס צו עסן, און כ'האב עס נישט ליב געהאט, האט זי געשטעלט פאר אויגן מיט פראגעס.
דו ווייסט וויפיל משפחות וואלטן זיך מחיה געווען מיט נאך ווייניגער פון דעם? אין לאגער ביים מלחמה וואלט מען זיך געפריידט מיט דעם.. דו פארשעמסט די עסן..
און אז מיין טאטע האט נאך געהערט פון דיינינג רום, אז איך פארפיר.. אוי האב איך אריינגעהערט א פסוק ביזן סוף..
אקעגן זאגן א מאמע?.. ברויט פוטער און מילעך דארף זיין גענוג, און אז די ווילסט נישט קענסטו שוין גיין שלאפן.. דארפסט נישט שפילן דארפסט נישט עסן.. קענסט גיין אויפן גאס!
ער פלעגט נאך צולייגן הייסע מפרשים.. 'מיין טאטע אז ער האט געהערט אז מ'זאגט אקעגן א ווארט פארן מאמע, האט ער געקענט פאכענען מיט א געז פייפ העכער מיין קאפ.. [וואס האב איך געדארפט טראכטן ביים הערן אזעלכע הייליגע הנהגות..]
וואס מיינסטו? ביזט עפעס א בן יחיד? ס'גייט מיך נישט אן, וועסט אויפעסן, אפילו וועסט ברעכן.. פאטעטא טשיפ עסטו גאנץ גוט..
און די יסוד איז געווען, 'ווייל אזוי האב איך געזאגט'.
[טאקע אט דער יסוד איז ביי מיר אפגעפרעגט!
ווייל פארוואס ווען מ'קען מסביר זיין מיט שיינעם, פאר א קינד, אז ער זאל וועלן מיט אפעטיט עסן, פארוואס עהם גורם זיין איבל און שרעק? און פאר בחינם, נאר צו ווייזן און באזיגן.. אז איך האב געזאגט וועסטו פאלגן..
אגב, איך געדענק א שטארקע געדאנק און מהלך וואס מיין ווייב ע''ה אט מיר געזאגט.
דאס קינד וויל נישט עסן? עפעס אנדערש האט ער נאכנישט געגעסן, נו, ווען ער וועט באמת זיין הונגעריג, וועט ער שוין עסן.. און זי איז געווען גערעכט.]
איך האב מיך געשפירט זייער אפגעפרעגט נאך אזא הייסע שיסל מוסר.. אז מיין טאטע האט געזאגט אזוי! האב איך געוואוסט אז די ברירות זענען אויסגעלאפן..
אבער ווען כ'האב געטראפן א רגע ווען די גארביטש קען איז געווען נאנט און מיין מאמע ווייט, האב איך עס גע'פטר'ט אין א אויגן בליק..
- נו? ומאי אהני רבנן בתקנתיה?
כ'געדענק אז אמאל האט מיין טאטע מיר 'געהייסן' אנכאפן א דיקע אייזן, מיט די פוס, ביז ער שניידט עס אדורך.
און כ'האב אזוי לאנג געהאלטן ביז מיין נערווען האט געפלאצט, און כ'האב געטוישט פוס.. און געלייגט די צווייטע פוס אויף דעם, אבער פלוצלינג פון דעם טויש, האט זיך די אייזן אריינגעריקט אין מיין טאטענס שטערן, און ער האט געכאפט א שטארקע זעץ!
כ'האב געמיינט אז איך בין פארטיג! אבער ניין.. ער האט געצויגן די פנים פון ווייטאג, אבער איינגעהאלטן די אטעם און געזאגט, געב אכטונג נעקסט טיים..
כ'האב זיך אזוי שטארק אויסגעלערנט דעמאלטס, אז נישט נאר אין שול קען מיין טאטע פארבייסן די ליפן אויף גרוינעם געצלס עוולות.. נאר איך קען אויך מאכן א טעות, אפילו כ'בין זיין 'אייגן' חפץ..
איך דערמאן זיך אויך.
אז אמאל בין איך אהיימגעקומען זייער שפעט פון חדר, מיין מאמע האט מיך שוין אפגעווארט ביים טיר, און געזאגט, טאטי איז אויפן טעלעפאן פאר דיר!
ווי בין איך טאקע געווען?
ס'געווען א יונגערמאן וואס האט געגליטשט פון יודישקייט, און איז געווען דעמאלטס אויסגערופן אלץ שטאטס שייגעץ, ער איז געקומען צו זיין משפחה אין שטעטל, און איך און נאך קינדער האבן געכאפט מיט עהם א 'לאנגע' שמועס, וויאזוי ער איז אזוי געווארן..
יענער האט געזאגט, ווייל זיין כיתה אלף רבי האט עהם ממש גע'הרגעט מיט מכות.. [קען זיין.. אדער יא אדער נישט.. א גוטע תירוץ, צו זיין א שייגעץ צוואנציג יאר שפעטער.]
יעצט, מיין טאטע פרעגט אויפן אנדערן זייט טרייבל, ווי ביסטו געווען ביז יעצט?..
איך האב תמימות'דיג עהם פארציילט די אמת, איך האב געשמועסט מיט יענעם..
ווא....א...ס???? מיט יענעם האסטו געשמועסט???
'איך האק דיר אראפ דעם קאפ'.. די רגע גיי אריין אין בעט אן נאכטמאל, אז איך קום אהיים און דו שלאפסט נישט ווייסעך נישט וואס איך טו דיר..
די קולות קלונגען נאך אין מיינע אויערן.. ער איז געווען כשר גערעכט, אויב ער איז אזוי מדקדק מיט מיר אויף נישטיגע זאכן, און פלוצלינג טרעפט ער מיר אין א מציאות פון שמועסן א לאנגע שמועס.. מיט די ערגסטע וואס ער קען זיך נאר פארשטעלן..
אבער דאס איז היסטאריע..
וואלט ער נישט געקענט זיך אראפזעצן און מיר מסביר זיין די טיפע עוולה? אבער די חינוך האט געהאט אנדערע מעטאדן בימים ההם.
[המשך יבוא בעזהשי''ת]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 7:10 pm
דורך מנשה לוסטיג
באמת ווען כ'וויל אראפמאלען דעם ריכטיגער בילד פון מיין טאטן שליט''א, איז עס אנדערש ווי איר לייענט ביז אהער.
אלע אין אונזער סביבה, אין שול אין גאס, און יעדער וואס קען מיין טאטן, ווייסט אז ער איז דער סימבאל פון בעלי חסד אין שיכון סקווירא.
אלע יארן! איז מיין טאטע געווען דער אדרעס פון טון חסד, בכל רמ''ח ושס''ה, פאר קינד און קייט.
און עד היום טוט ער נאך אנגרייטן די שלוש סעודות אין שוהל, און טראגן עלטערע יודען פארטאגס אין שול, און נאך א גאנצע רייהע פון מתן בסתר און באהאלטענע אקטיוויטעטן, וואס ער פארנעמט זיך 'א שיינעם חלק פונעם טאג'.
און דאך בין איך נישט געוואנדן צו גיין אין זיינע דרכים!
פארוואס? וועל איך אט מסביר זיין.
ווייל צו גוט איז טייטש שלעכט!
נישט חלילה אכזריות, אבער אז מ'איז צו גוט, שלאגט עס אויס ערגעץ אנדערש, אדער אין שטוב, אדער אין טאש, אדער אויפן אייגענעם זכות החיים.
אז מ'לאזט זיך טרעטן ווערט מען צעטרויטן, און מ'קען צומאל טון יענעם א חסד אויפן חשבון פון די אייגענע קינדער, און צומאל זיין יענעם א ערב, און יענער נוצט עס גוט אויס, אבער דער בעל חסד וותיק וועט נישט קענען זיך ארויסדרייען, ווייל ער שפירט ער איז בוגד אינעם חיוב החסד וואס ער מוז טון.
מ'טאר נישט רעדן אויף יענעם, מ'טאר נישט נוקם זיין, מ'טאר נישט אויפהערן צוטון חסד אפילו איינער וואס ניצט דיך אויס ווי א גרוגרות דר' צדוק.
ממילא, בין איך קיינמאל נישט גרייט געווען, זיך צו לאזן קלאפן און מאכן אויפן קאפ, ווייל דאס טייטש חסד. ניין, איך האלט נישט אז דאס דארף אזוי זיין, און טאמער וויל ער יא אזוי זיין, זאל ער עסן די פירות וואס זענען ווי כ'האב ערקלערט, אז אויסער אויסניצן ווייסט מען נישט פון יענעם ביום צרה.
מיין טאטע זאל זיין געזונט, האט אין זיין היסטאריע א ריזן ליסטע פון מצוות ומעשים טובים וואס ער האט אלץ געטון, יומם ולילה בלי הפסק.
ווען אונז זענען געווען קינדער, איז געווען לאנגע תקופות וואס ער האט זיך אפגעגעבן מיט בעלי תשובות, איינער איז געווען האלב משוגע א צווייטער א 'געזונטער' אויסניצער, און מיין טאטע האט זיך ממש אוועקגעגעבן אויסצולערנען יידישקייט און 'מענטשליכקייט' פאר די באים מארץ אשור ומארץ מצרים..
אייניגע זאכן האב איך יא נהנה געווען דערפון, אז ביי אונזער שבת טיש איז נישט געווען אמאל די מושג פון קאלער סאדע, און איבריגע געווירצן צו די מאכלים, כאטש מיין מאמעס מאכלים, ספעציעל שבת, איז געווען היימיש – בשיטה היימיש! און זייער געשמאק.
אבער די נושאי כלים, קעטשאפ כאריין פיקעלס סאדע און נאך פון די סארט תענוגים, איז נישט געווען, ביז יענעם טאג, ווען מיין טאטע האט אריינגענומען א ארחי פרחי, צוזאמען מיט יענעם מאמע.. אין שטוב, און זיי האבן זיך געלאזט מכבד זיין, נישט סתם.
אזוי האבן מיר אויך געלעקט א ביינדל!..
זיי האבן זיך נישט געלאזט מיט תירוצים, אז ס'נישט געזונט, ס'צו שפענדעריש, און ווייסעך וואס אלע תירוצים וואס מיין מאמע ניצט שוין היינט ווידער..
זיי האבן פארלאנגט וואס ס'האט זיך זיי געגלוסט צום סעודה מיט א פוהלע מויל, און גארנישט באהאלטן אונטערן צונג, נאר געפאדערט!
פון די אלע מצוות ומעשים טובים האב איך זיך אויסגעלערנט, אז מ'קען טון חסד, אבער מיט א גבול, נישט יעדער איז אומשטאנד מקריב צוזיין אלעס, און איבערדרייען א שטוב און סביבה פאר א בעל תשובה, צו פאר א נצרך, כאטש מ'קען אמאל טון יותר מכפי היכולת, אבער אמאל! נישט טאג און נאכט, און נישט ווען ס'גייט אויפן אייגענעם הויקער און איבער די כוחות.
באמת די אלע גוטע זיטן, די חסד ומעשים טובים ודרכים ישרים, שטאמט פון מיין זיידן – מיין טאטנס טאטע ע''ה, וואס ער איז געווען א גיבור הרוח און האט באוויזן די אלע סארט אקטיוויטעטן ברוב אונים.
אבער ביים זיידן איז עס געווען א אנדערע הלכה, קודם כל איז ער טאקע געווען א יוד פון די גאר פריערדיגע יאר הונדערט, וואס האט זיך ווייניג געקימערט מיטן היינטיגן הלוך ילך, נו וואס האט מען געקענט ערווארטן פון עהם, אין חינוך וואס איז פאסיג פאר די היינטיגע 'דעליקאטע' מוחות..
און צווייטענס האט ער זיך נישט געלאזט קלאפן פון כאטשיג ווער, א טובה איז א טובה, אבער די ביטחון עצמי בלייבט אייגנארטיג, וואס איך האלט אז מיין טאטע האט דעם ביטחון עצמי מקריב געווען למען הזולת עד היום הזה.
און אז כ'רעדט פון מיין זיידן ע''ה, וואס ער איז מיר געווען א שטארקע וועג ווייזער אין מיין הילוך החיים, איז כדאי צו דערמאנען עטליכע זכרונות פון עהם, כאטש ס'דא זייער אסאך, וועל איך דערווייל נישט מאריך זיין דערין נאר אייניגע עפיזאדן.
ער האט געטון גוטע הנהגות און דאס איינגעפירט ביי זיינע יוצאי חלציו מיט אמונה פשוטה, און איינע פון זיי, אז פאר יעדע מצוה אדער ברכה, האט ער ווי א יהי רצון, מקדים געווען עטליכע ווערטער.
'קודם תשובה מינדען קי' – דאס טייטש פון אונגאריש, מ'טוט תשובה פאר אלעמען..
פאר מ'טוט א מצוה, פאר מ'מאכט א ברכה, פאר מ'מאכט קידוש און מ'איז מעיד שמים וארץ, טוט מען תשובה פאר אלעמען, און מיין טאטע זז''ג טוט די סארט מנהגים נאכטון מיט א תמימות, און ס'איז טאקע זייער ערליך און גוט.
און איך האב אויך אסאך געגעסן און פארברענגט סעודות שבת ויום טוב ביי מיין זיידן ע''ה, [אגב, געדענק איך פון יענע יארן, ווי מ'פלעגט סערווירן צום טרונקען 'ווישי וואסער' – עפעס א געזונטע מינעראל וואסער, וואס האט געהאט א פאומענע לעבל אויפן גרינעם באטל.]
- אויך מיין זיידע האט געזאגט די אלע זמירות און דרשות וואס מיין טאטע רעכט אן, אויך געטון, אבער אסאך אסאך שנעלער, און ס'געווען עפעס מער געשמאקער, [אפשר נאר אין זיינע עלטערע יארן..] אבער ווען ס'געקומען ביי אונז אינדערהיים האב איך פארלוירען די נערווען צו דעם אלעם.
וויפיל איך טראכט אריין, פארוואס טאקע? קום איך צום החלטה, אז ווען מ'דאווענט הויעך פארן אייבירשטען שטערט עס נישט אזוי די שכנים וואס גלייכן נישט אלץ קיין קולות, ווי איינער וואס וויל מאכן יעדן דאווענען מיט זיינע קולות..
מיין טאטע האט נאכגעמאכט די זיידע און האט געוואלט אונז ווייזן נאכצומאכן, וואס דאס האב איך נישט געוואלט, איך האב אליינס געוואלט בוחר זיין וואס איז פאר מיר געשמאק אין עבודת השם.
און דאס איז אויך א עיקר נקודה אין חינוך, על פי דרכו, אז אמת מיין זיידע איז געווען היבש אקסטרים, אבער ס'געווען 'מיין בחירה' עהם נאכצוגיין און נאכטון.
מיין זיידע איז אמאל נישט געגאנגען מיט א בארד, ווי די אויבערלענדישע יודען, און פלעגט זיך פירן געונג מנהגים ווי אמאל, ווי צום ביישפיל לייגן תפילין אום חול המועד, ער האט מיר אפילו אליין געזאגט אמאל שטיל, איך האב היינט שוין געלייגט תפילין בצנעה, ווייל איך בין אויפגעוואקסן מיטן לייגן תפילין חול המועד, אבער ענק נישט.
ממילא כל זמן איך האב מיר געקליבן דעם דרך, און כ'האב עס געטון מרצוני הטוב, איז מיר עס געווען אזוי זיס און געשמאק און ס'האט מיר געלערנט אויפן לעבן.
איך האב אסאך מאל ווייניג פארשטאנען זיין האלב אונגאריש דויטשע יודיש, ער פלעגט רעדן צו מיר אסאך מאל אומפארשטענדליכע זאצן, 'ברעג מיר די צודאקל'.. ס'האט געמיינט 'ציצית' וואס דעקט צו די קערפער..
און נאך ענליכע זאצן, אבער כ'האב זיך מיט עהם פארשטאנען, ווייל כ'האב געוואלט! כ'האב געוואלט מרצוני הטוב.
מיין טאטע האט געפירט זיין ביזנעס יענע יארן, מיט טעקסטיל סחורה, שווים הויזן, און דאס גלייכן, וואס ער האט פארקויפט פאר קאמפאניס.
מיין זיידע איז דאך געווען א געלונגענער שניידער, און האט מיט דעם אויפגעהאדעוועט די קינדער, און ממילא איז מיין טאטע אויך געווען א געבוירענער 'קאטער' הייסט עס, איינער וואס קען שניידן ריזן רייהעס מיט ווארע אן קיין טעותים.
די זיידע האט גענייעט קאפלעך און קאשקעטלעך, [וועגן דעם האב איך געמוזט גיין מיט א קאשקעטל..] און די פעטער ר' חיים לעפלער האט גענייעט און פארקויפט מענער מלבושים, און מיין טאטע האט גענייעט דעמאלטס אנדערע סארט קליידער.
פלעגט מיין זיידע קומען זייער אפט באזוכן אין די ביזנעס, און 'אויספאסן' אויף די ארבייטער..
מיין טאטע האט געהאט צענדליגע ארבייטער דארט, רוב פון זיי שווארצע גוים, און געציילטע יודישע באבעס וואס האבן געקליפט די פעדימער וואס זענען געבליבן פונעם נייען אויף די קליידער.
און מיין זיידע איז געווען א גבר אלים, מיט עהם האט מען זיך נישט געקענט אמפערן.. און איינמאל האט ער געהייסן א שווארצע גוי אין די ארבעט, צו טון עפעס – כאטש ער איז געווען דארט א גאסט, ווייל נישט ער איז געווען דער באלעבוס אין ביזנעס, דאך האט ער געגעבן שטרענגע באפעלען..
דער גוי האט זיך היסטעריש צעלאכט און עהם אנגעפיפן..
מיין זיידע האט אנגעכאפט א האמער! און מיט קולי קולות ארויסגעיאגט דעם ערל פון די פעקטארי..
מ'האט געהערט קולות אויפן גאס, ווי מ'האט געזען דער ערל לויפן פאר זיין לעבן, און מיין זיידע איז עהם נאכגעלאפן מיט א האמער ביז אינמיטן גאס!!! און אזוי האט ער געשריגן אויף יודיש:
א גוי לאכט פון יוד?? די רשע! גיידיר אהיים פון דא..!!!
קוקט אויס דער ערל האט פארשטאנען.. אבער דאס איז געווען מיין זיידע! א גיבור פון איין זייט און א הארציגער בעל חסד פונעם אנדערן זייט מטבע, און דאס האב איך פון עהם געלערנט, יודישע שטאלץ און יודישע רחמנות.
צווישן די גאר חשובע יודענעס וואס האבן געארבעט דארט, איז געווען מרת שטיינער לאורך ימים ושנים, און זי, אזוי געדענק איך האט מיין טאטע מאמע פארציילט, האט אזוי געהיטן יעדע רגע וואס זי האט געארבעט, און געציילט די פעניס וואס זי האט באקומען פארן ארבעט, ווייל זי האט נישט געוואלט גאנבענען..
זי האט אנגעהויבן ציילן ווען זי האט אנגעהויבן ארבעטן, נישט ווען זי איז אנגעקומען, און זי האט אויפגעהערט ציילן, ווען זי האט אויסגעלאשן די מאשין צו אראפגעלייגט די שערל, נישט ווען זי האט אנגעטון די מאנטל אהיימצוגיין.
דאס טייטש אמאליגע טיפ פון ערליכקייט און ישרות, און דאס איז אונז געווען א ריכטיגע שיעור אין חינוך, וואס אלץ פלעגט מיין מאמע דאס אריינבאקן אין אונז, און עס איז געבליבן ביי אונז געשוויסטער איינגעווארצעלט.
אז יענעמס פעני איז טרייף, פון גניבה דארף מען זיך היטן ווי פון די ערגסטע, ווייל אין הימל איז מען זייער מדייק אויף גניבה אפילו א שווה פרוטה.
מיין מאמע פלעגט נישט אויסלאזן קיין איין טאג, ביים איינפאקן די ריסעס פעקל, צוצושרייבן א צעטל, נישט פארגעסן צו מאכן א ברכה, אויב מ'מאכט נישט א ברכה איז עס ווי גניבה פונעם אייבירשטען.
- דאס איז א מזונות, דאס איז א האדמה דאס איז א שהכל, נישט פארגעסן!
דאס איז באמת געווען א ריכטיגע מעטאד פון חינוך, כאטש גענוג זאכן וואס קומען פון די באבע תורות זענען לעכערליך, ווי למשל אז די ברוינע 'באנאן' – בענענע איז האניג.. און אז מ'גייט מיט א שירעם ווען ס'רעגענט נישט גייט רעגענען ביים חופה..
- אבער וואס איז אמת איז אמת, אז מ'לערנט אויס זהירות פון ריכטיגע מצוות, איז עס יא א גוטן טאהט פון חינוך וואס געבט זיך אריין אין קינד אויף אייביג, גם כי יזקין לא יסור ממנה.
אבער ווען מיין מאמע האט געגעבן עפעס צו עסן, און כ'האב עס נישט ליב געהאט, האט זי געשטעלט פאר אויגן מיט פראגעס.
דו ווייסט וויפיל משפחות וואלטן זיך מחיה געווען מיט נאך ווייניגער פון דעם? אין לאגער ביים מלחמה וואלט מען זיך געפריידט מיט דעם.. דו פארשעמסט די עסן..
און אז מיין טאטע האט נאך געהערט פון דיינינג רום, אז איך פארפיר.. אוי האב איך אריינגעהערט א פסוק ביזן סוף..
אקעגן זאגן א מאמע?.. ברויט פוטער און מילעך דארף זיין גענוג, און אז די ווילסט נישט קענסטו שוין גיין שלאפן.. דארפסט נישט שפילן דארפסט נישט עסן.. קענסט גיין אויפן גאס!
ער פלעגט נאך צולייגן הייסע מפרשים.. 'מיין טאטע אז ער האט געהערט אז מ'זאגט אקעגן א ווארט פארן מאמע, האט ער געקענט פאכענען מיט א געז פייפ העכער מיין קאפ.. [וואס האב איך געדארפט טראכטן ביים הערן אזעלכע הייליגע הנהגות..]
וואס מיינסטו? ביזט עפעס א בן יחיד? ס'גייט מיך נישט אן, וועסט אויפעסן, אפילו וועסט ברעכן.. פאטעטא טשיפ עסטו גאנץ גוט..
און די יסוד איז געווען, 'ווייל אזוי האב איך געזאגט'.
[טאקע אט דער יסוד איז ביי מיר אפגעפרעגט!
ווייל פארוואס ווען מ'קען מסביר זיין מיט שיינעם, פאר א קינד, אז ער זאל וועלן מיט אפעטיט עסן, פארוואס עהם גורם זיין איבל און שרעק? און פאר בחינם, נאר צו ווייזן און באזיגן.. אז איך האב געזאגט וועסטו פאלגן..
אגב, איך געדענק א שטארקע געדאנק און מהלך וואס מיין ווייב ע''ה אט מיר געזאגט.
דאס קינד וויל נישט עסן? עפעס אנדערש האט ער נאכנישט געגעסן, נו, ווען ער וועט באמת זיין הונגעריג, וועט ער שוין עסן.. און זי איז געווען גערעכט.]
איך האב מיך געשפירט זייער אפגעפרעגט נאך אזא הייסע שיסל מוסר.. אז מיין טאטע האט געזאגט אזוי! האב איך געוואוסט אז די ברירות זענען אויסגעלאפן..
אבער ווען כ'האב געטראפן א רגע ווען די גארביטש קען איז געווען נאנט און מיין מאמע ווייט, האב איך עס גע'פטר'ט אין א אויגן בליק..
- נו? ומאי אהני רבנן בתקנתיה?
כ'געדענק אז אמאל האט מיין טאטע מיר 'געהייסן' אנכאפן א דיקע אייזן, מיט די פוס, ביז ער שניידט עס אדורך.
און כ'האב אזוי לאנג געהאלטן ביז מיין נערווען האט געפלאצט, און כ'האב געטוישט פוס.. און געלייגט די צווייטע פוס אויף דעם, אבער פלוצלינג פון דעם טויש, האט זיך די אייזן אריינגעריקט אין מיין טאטענס שטערן, און ער האט געכאפט א שטארקע זעץ!
כ'האב געמיינט אז איך בין פארטיג! אבער ניין.. ער האט געצויגן די פנים פון ווייטאג, אבער איינגעהאלטן די אטעם און געזאגט, געב אכטונג נעקסט טיים..
כ'האב זיך אזוי שטארק אויסגעלערנט דעמאלטס, אז נישט נאר אין שול קען מיין טאטע פארבייסן די ליפן אויף גרוינעם געצלס עוולות.. נאר איך קען אויך מאכן א טעות, אפילו כ'בין זיין 'אייגן' חפץ..
איך דערמאן זיך אויך.
אז אמאל בין איך אהיימגעקומען זייער שפעט פון חדר, מיין מאמע האט מיך שוין אפגעווארט ביים טיר, און געזאגט, טאטי איז אויפן טעלעפאן פאר דיר!
ווי בין איך טאקע געווען?
ס'געווען א יונגערמאן וואס האט געגליטשט פון יודישקייט, און איז געווען דעמאלטס אויסגערופן אלץ שטאטס שייגעץ, ער איז געקומען צו זיין משפחה אין שטעטל, און איך און נאך קינדער האבן געכאפט מיט עהם א 'לאנגע' שמועס, וויאזוי ער איז אזוי געווארן..
יענער האט געזאגט, ווייל זיין כיתה אלף רבי האט עהם ממש גע'הרגעט מיט מכות.. [קען זיין.. אדער יא אדער נישט.. א גוטע תירוץ, צו זיין א שייגעץ צוואנציג יאר שפעטער.]
יעצט, מיין טאטע פרעגט אויפן אנדערן זייט טרייבל, ווי ביסטו געווען ביז יעצט?..
איך האב תמימות'דיג עהם פארציילט די אמת, איך האב געשמועסט מיט יענעם..
ווא....א...ס???? מיט יענעם האסטו געשמועסט???
'איך האק דיר אראפ דעם קאפ'.. די רגע גיי אריין אין בעט אן נאכטמאל, אז איך קום אהיים און דו שלאפסט נישט ווייסעך נישט וואס איך טו דיר..
די קולות קלונגען נאך אין מיינע אויערן.. ער איז געווען כשר גערעכט, אויב ער איז אזוי מדקדק מיט מיר אויף נישטיגע זאכן, און פלוצלינג טרעפט ער מיר אין א מציאות פון שמועסן א לאנגע שמועס.. מיט די ערגסטע וואס ער קען זיך נאר פארשטעלן..
אבער דאס איז היסטאריע..
וואלט ער נישט געקענט זיך אראפזעצן און מיר מסביר זיין די טיפע עוולה? אבער די חינוך האט געהאט אנדערע מעטאדן בימים ההם.
[המשך יבוא בעזהשי''ת]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2013 5:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
און ווען מ'קוקט היינט אן די מהלך החינוך, איז עס אזוי אנדערש פון דעמאלט, און כ'מיין אז כאטש מ'האט פארענדערט פון זייער וועג, איז מען נישט אנגעקומען אזוי שלעכט.
ווייל באמת יעדע דור האט זיך זיין מצב, מ'קען נישט גיין מיטן שטריימל וואס מ'איז געגאנגען אין די צייטן פונעם בעל שם, קען מען נישט גיין מיט? די זעלבע סארט מהלך החיים פינאנציעל, אזוי קען מען נאר די סאמע עיקרי יסודות האלטן, אבער נישט די אופן החינוך פון דעמאלט.
אמאל האט מען אסאך מער געשמיסן ווי אפילו אין מיינע צייטן, אבער ס'געווען א אנדערע סארט התחברות אויך, און די שפראך איז געווען א צווייטע בכלל.
היינט קען מען קוקן דעם מציאות אין פנים, און זאגן זייער קלאר, ווען א טאטע איז מכבד זיין קינד, איז דער קינד מכבד די טאטע.. אסאך וועלן דאס נישט אראפשלונגען.. אבער מיטן מציאות המצב שלאגט זיך נישט איינער וואס האט שכל אין קאפ.
איך געדענק, אז ווען כ'פלעג בעטן ביי מיין טאטן עפעס, ווען כ'האב שוין געבעטן.. אלץ האט ער מקדים געווען דעם איינעם פזמון.
'וועסט דיך באפלייסן?'
אפילו כ'האב געבעטן א חומש פארן נייעם יאר, געלט פאר א חפץ וואס מ'האט פארלאנגט צו די לימודים אין חדר, אדער ווען מ'איז געגאנגען קויפן נייע שיך אדער הויזן. וועסט דיך באפלייסן אין לערנען??..
כ'פלעג באמת טראכטן שטיל, ווייסטו וואס, געב מיר גארנישט, און כ'קען דיר נישט צוזאגן אז כ'וועל מיך באפלייסן..
ער האט אפילו נישט געווארט אויף מיין אנטווארט, פשוט צו לאזן הערן, אז ער וויל כ'זאל לערנען פלייסיג, אבער איך האב עס אויסגעטייטשט ווי א אומדערטרעגליכע עול, פאר יעדע פיצי זאך ווי א ספר, א פאר זאקן, אפילו א נייע טוי.
און ווי געשריבן, אז גענוג זאכן וואס עלטערן האבן פארלאנגט, אדער געפאדערט דרך ארץ און מענטשליכקייט, האט מען צומאל אין א שוואכע מינוט געקענט זען די פארקערטע ביי זיי אליין.
וואס, אויב וואלט דער קינד געווען נאנט מיטן טאטן, וואלט ער געקענט שטעלן מה נשתנה פראגעס, און פילייכט באקומען דערהערבארע אויפריכטיגע ענטפערס, און אזוי ארום נישט זיין מלא ספיקות אויף אלץ און אלעמען.
האט מען דאך געציטערט צו שטעלן פראגעס, איז מען געבליבן ווי אונטער א רעזשים פון 'אזוי האב איך געהייסן'..
אויב אונז האט מען אלץ געלערנט, דרך ארץ ביים עסן ביים שפילן, ביי יעדע זאך, און פלוצלינג זעט א קינד ווי די עלטערן צע'מאלישן א עפל, מיט איין בייס רייסן זיי אריין דערין ביז איבערן קנה און וושט, און מיט די קערלעך און געדערים פונעם עפל, על ראשו ועל קרבו, שלונגט מען עס אראפ..
צו עלטערע נעמען זיך צו די ביינער פון א מאכל, און מ'זויגט ארויס די מארך פון די ביינער, מ'לעקט אויס דעם שיסל 'מיטן טאטע פינגער'..
וויאזוי דארף יעצט דאס קינד אכטונג געבן ביים עסן, צו זיין 'מער' מענטשליך..
אז דער טאטע הייסט א קינד אוועקווארפן אלע זיינע דזשאנק פון טאש, פון לעדל, אין זיין באזיץ, ווייל 'דו פאקסט אן דיין טאש דיין לעדל מיט דזשאנק און חמץ און ווייסעך וואס..
און דער טאטע אליין לייגט אוועק יעדע סקרול וואס ער טרעפט, יעדע הארטע פלעסטיג טעלער.. יעדע שטריק אדער שטיקל אייזן און סחורה, ווייל אפשר נעקסטע קידוש החמה וועט עס זיין נוצבאר.. הייסט עס טאטי מעג און איך נישט?
אויב דער טאטע מעג זיך נוקם זיין ווען ער וויל מיט וועם ער וויל, פארוואס זאל דאס קינד 'קיינמאל' נישט טון נקמה.. פארוואס זאל דאס קינד קיינמאל נישט בארעדן דעם און יענעם פון זיין קלאס צו סתם אזוי, ווען דער טאטע ווען ער איז אין א כעס'דיגע מינוט וכדומה, לייגט עס נאך אריין אינעם בחינה פון הישמר והיזהר 'למען השם' מיט יאנקי מיט משולם מיט מעכיל זאלסטו נישט האבן שייכות, ווייל ער איז א בהמה, זיין טאטע איז א גנב.. וכדומה.
און אז דאס קינד וואלט נישט מורא געהאט צוריק צו פרעגן, טאטי כ'האב געמיינט מ'טאר נישט? און דער טאטע וואלט ווען געענטפערט, אדער, ביסט גערעכט! כ'האב געמאכט א פעלער.. אדער מסביר געווען אז באמת להלכה מעג מען אזא פאל דאס און דאס טון, און מסביר געווען פארוואס די מציאות איז אנדערש, אדער אז למשל ס'איז א מצוה צו עסן, אדער כ'האב מורא ס'וועט איבערבלייבן.. ווייסעך וואס א תירוץ מ'קען האבן, אבער אבי מ'האט א שפראך מיטן קינד, נישט 'אין לך רשות להרהר'..
ווייל אויב כ'מעג נישט פרעגן, וועל איך שוין האבן אליינס די ענטפער וואס 'אייביג' די נעגאטיווע ענטפער.
איך וועל פארציילן א מעשה שהיה מיט מיר.
ס'געווען ל''ג בעומר, און כ'האב ארויפגעשאסן פיילן אין די לופט, און צוויי פיילן זענען געפלויגן אויפן דאך פון אונזער הויז, וואס איז צוויי שטאק הויעך, און איז געבליבן דארט..
'זעסט? דו געבסט נישט אובאכט וואס דו טוסט..'
איך האב מיך גלייך אנגערופן, מ'קען נעמען א לייטער און עס אראפנעמען..
אזוי?? מיין טאטע נעמט א לייטער און זאגט מיר, קריך טאקע ארויף און נעם עס אראפ..
איך קלער נישט קיין צוויי מאל, און נעם זיך ארויפקריכן אויפן לייטער, און ביים זעקסטן טרעפל, וואס איז שוין געווען נעבן די שיעפקייט פונעם דאך, האב איך געזען ווי שרעקעדיג ס'איז צו וואקן אויפן שיעפע דאך.
ניין ניין.. איך קען נישט מער..
ניין ניין דו מוזט! האט מיין טאטע באפוילען האלב געגעבן קוראזש.. אבער יענס קוראזש אז כ'האב נישט געקענט זאגן כ'קען נישט, און כ'וויל נישט, ווייל ער האט מיך נישט געלאזט אראפקומען פון די דאך ווילאנג כ'ברענג מיט די צוויי פיילן..
ס'האט נישט געהאלפן קיין טרערן און בקשות, כ'האב געמוזט קריכן און קלעטערן מיט שרעק, ביז כ'האב דערגרייכט די פיילן און זיי גענומען מיט זיך, און געשפירט כ'ראל מיך אראפ פון די הויעכע דאך יעדע ליאדע אויגן בליק.
א ענדליכע מעשה האב איך געהאט אויך, אז מיין טאטע האט געברענגט אמאל א 'היילאו' און געוואלט כ'זאל זיך ארויפשטעלן אויף דעם, אויף א האלץ, און ער וועט עס ארויפ'פירן העכער דעם עפל בוים נעבן אונזער הויז, ווייל ער וויל כ'זאל מיך אויסלערנען נישט מורא האבן און אראפקלייבן עפל לכבוד שבת גאר..
ממילא ער האט מיך אויפגעהויבן פינעף פוס אינדערהייעך, ס'געווען פאן.. פלוצלינג צוביסלעך הייבט ער מיך אויף דרייסיג פוס הויעך.. און שרייעט פון אונטען, נו רייס אראפ עפל און יאג דיך צו..
כ'האב זיך געשעמט צו וויינען, אבער ער האט געהאט זיין טענה, אז זיין טאטע פלעגט אויך עהם אויסלערנען אזוי, געוויסע זאכן..
און אז זיין טאטע האט עהם געצוואונגען זיך שטעלן אויפן קאפ, ממילא דארפן אלע דורות אחריו הייסט עס זיך שטעלן אויפן קאפ אין די לופטן מיט צונג ארויס..
נישט אז כ'האב געקלערט אז ער איז שלעכט, פשוט, ער האט מיך נישט געפרעגט און נישט רעספעקטירט מיינע אייגענע רעכטן, און כ'האב מיך נישט דערוואגט אקעגן זאגן, ווייל אויב יא איז עס ממש פריקת עול מלכות שמים.. אקעגן די עשרת הדיברות..
כ'וועל מודה זיין אז גענוג און נאך זאכן, זענען פאר זיך געווען שיינע זאכן, ווי למשל ווי ער פלעגט זינגען אלץ מיט אונז ניגונים אויפן וועג אהיים פון שול, טאקע געווען שיינע ניגונים, ער האט טאקע געהאלטן אז ס'איז שיין און לכבוד שבת, אבער איך האב מיך פראבירט צו פארשטעקן פאר בושה, ווען יעדער גייט אריבער און קוקט אונז אן, און מיין טאטע הייסט מיר זינגען הויעך און שיין..
כ'בין ממש דערשטיקט געווארן פון בושה, אבער זינג שיין מיט.. לויף נישט פאראויס כאפ אן די הענט און שלעפ נישט די פוס ביים גיין, זינג שיין הויעך.. ווי איינער זאגט די גאס איז מיינס, דו ביסט מיינס, נאר טאטי איז נישט דיינס..
און דערפאר האב איך די ערשטע געלעגנהייט געמאכט פליטה און געלאפן אין מיין אייגן וועג.. אמאל צום זיידן, אמאל סתם זיך פארשלעפט – דווקא.. און זיך פארשטעקט.
איך האב גראדע ליב געהאט די ניגונים, אבער נישט אז איך זאל עס זינגען ווייל ער האט געהייסן..
איך האב מיך נישט געשעמט צו זינגען אליין אויפן גאס, ווען איך גיי אליינס.. פארקערט, די אלע ניגונים און מעלאדיעס וואס מיין מאמע פלעגט אונז איינוויגען אויפן 'ראקער טשער', סיי פון יו''ט ערליך, סיי פון ניגונים וואס זי האט געברענגט פון אירע קינדער יארן, פלעגן אונז כאטשיג ווען אליין זיך צעזינגען.
אבער ווען אונז האט געשמעקט, נישט ווען כ'מוז.. ס'איז א מצוה!
כ'רעדט פון ניגונים, דערמאן איך זיך די עפאכע פון רעקארדס און קאסעטעס פון יענע צייטן.
איך האב נאך פארכאפט די דור וואס האט געהערט ווי עס שפילט 'דער רעקארד פלעיער'.. ווי מ'פלעגט זאגן, ער זינגט ווי א צעבראכענע רעקארד פלעי'ער.. ווען ס'האט זיך אפגעשטעלט ביי איין פונקט און איבער און איבער געשפילט [ווער ס'ווייסט וויאזוי ס'האט געארבעט מיטן נאדל און פלאטע].
שפעטער די גראבע טעיפ ריקארדערס און טעיפס, וואס האבן זיך כאטשיג ווען פארהאנקערט און זיך געלאזט שלעפן די ברוינע גלאנציגע ריבן, וואס האט אזויפיל עגמת נפש אנגעמאכט, אויף געלונגענע קאסעטעס וואס זענען געגאנגען לאיבוד.
און אונז קינדער האבן אזוי ליב געהאט אריינצורעדן און כמעט יעדע טעיפ..
אוי האבן מיר אויסגענוצט דעם כלי, און ס'האט זיך שוין דעמאלטס געטון מיטן אפטייפן יעדע חתונה יעדע זאך.
אין די אלטע קאסעטעס וואס ליגן היינט ערגעץ אפ אין א סטארעדש, הערט מען די סטיל פון די אלטע חתונה מוזיק, ס'נישט געווען בכלל דעמאלטס אזא זאך ווי א 'וואן מען בענד', און אויך נישט די אלע קלאפער געצייג און בום באקסעס..
פשוט א כאפטע קלעזמער ווי מ'זאגט, אמאל א פאר מען בענד, אמאל א פייוו מען בענד, א טראמפייטער, א דראמער, א פייפער און א פיאנא שפילער, און א רייכערע חתונה – וואס איז געווען אסאך אזעלכע אין יענע צייטן, איז געווען א אכט מאן בענד, אויך א פידלער א גיטאריסט, אזא מין פייפער און אזא מין דראמער..
און אז כ'זאג א רייכע חתונה, לאוו דווקא אז ס'געוען געלט, אבער ס'נאך געווען פון די משוגעת'ן פון מ'מוז עס האבן.. אלע טוהען אזוי, ס'פאסט זיך אזוי..
ווען איך בין אויפגעוואקסן, איז הערשט ארויסגעקומען די סידי פלעי'ער, די נושאי כלים נאכדעם.
אזוי אויך די קאמפיוטער, איז געווען ביי איינצעלנע מענטשן פאר עפעס א מין ביזנעס, כ'ווייס אליינס נישט וועלכע.. אבער ס'נאכנישט געווען קיין מייקראסאפט, און ס'נישט געווען וואס צו שפילן, האבן עס אפילו טאטעס נישט געזוכט צו באקומען און ס'כמעט נישט געווען צו באקומען.
פרעג איך אייך, איז היינטיגע צייטן ווי אמאל? בכלל נישט! ס'געווען א אנדערע אטמאספער דורכאויס.
קוים וואס מ'האט געמעגט טאטשען די טעיפריקארדער, אבער ס'האט געשפילט ביי אונז אינדערהיים טאג און נאכט, די זעלבע טעיפ, אז אונז געשוויסטער, וואס אונז זענען פון געבוירן אויס אקטיארן און פאנטאזירער.. האבן יעדע טעיפ אויסגעשפילט אין סצענעס און אקטן.
מיר זענען אליינס געוווען די אקטיארן און די אוידיענץ צושויער אויך..
פון מיין טאטעס סחורה ביזנעס האבן מיר געהאט לאנגע 'טאָטאָ'ס.. דאס איז געווען די פייפערס, און די בעזים די גיטאר, און די שבת לייכטער די טראמפייטער, און די קאך לעפל און גארביטש קען די פויקען..
ס'האט געקלונגען ביז די גאס, יעדע פארטאגס.. ווען מיין מאמע בעט זיך מ'זאל איר נאך לאזן שלאפן.. דעמאלטס פלעגן מיר אויפשטיין זייער פרי אליינס, און ווארטן ביז מיין טאטע גייט אין שול, אויפ'פיקן זיידעס און זיי טראגן אין שול, און ווען מ'האט געהערט מיין טאטעס קאר אוועקפארן, איז געווארן אור במושבותם..
אינעם אונטערגרונד האט מען דעמאלטס שוין געהערט די 'גארביטש טראק' וויינען מיטן קוויטשעדיגע נאכ'שטימע, ביים צעקוועטשען די גארביטש און זיך אפשטעלן ביי יעדע הויז.
אויך דעמאלטס פלעגן מיר זיך רייצן און קלאפן אויפן פענסטער צו זיי, און אויך די פייגעלעך פארטאג האבן צוגעגעבן צום הארמאניע, דאס ראוב פויגל האט מען געהערט 'האא האא' ווי כאילו שאא שאא.. מ'שלאפט נאך..
דער גארביטש טראק האט זיך געהערט ווי ער געניצט און 'יאוענט' מיטן מידע פארטאגס..
צומאל האט אויסגעבראכן א געשלעג צווישן די פייגעלעך און מאוקאשעס אויף די שיריים פון די גארביטש קענס, און אויך צווישן אונז געשוויסטער האט זיך געמאכט גענוג און נאך, געשלעגן און דראמאס ממש צום געדענקן..
געדענקן מיינט, אז אונז געשוויסטער האבן זיך נישט געשלאגן אויפ א ציפ און א שטויס אין יוצא געווען.. ניין!
ביי אונז א געשלעג, ווען ס'פלעגט פארקומען איז עס געווען ערנסטע מלחמת גוג ומגוג..
מ'פלעגט טאנצן אויפ די בעטן און ווען איינער האט זיך פארזינדיגט דעם צווייטן, האט אנשטאט קושענעס געקענט פליען הארטע חפצים..
[כ'וואלט מסביר געווען דעם ווילדן התנהגות, לויט ווי איך פארשטיי, אז ווי מער מ'איז אין אלגעמיין איינגעצוימט, אלץ מער ווען מ'איז פריי, לאזט זיך עס ארויס אויף א ווילדע מאס אן קיין שום פאפארץ. אזוי ביי די סובסעטוטס אין חדר בימינו בימים ההם, אזוי צווישן זיך אינדערהיים, אז ס'געווען א פרייע מינוט אן א שטרענגע השגחה איז געגאנגען קלעפ מיטן גאנצן קראפט.]
איינמאל האט עס טאקע גאר ערענסט פאסירט, אז מיין שוועסטער וואס איז דעמאלטס געווען א 'גיבורה'.. האט מיר דערלאנגט כמו שכתוב, און איך האב פשוט פאר אויפברויז געכאפט א אייזערנע שערל, און איר געווארפן, מיטן שפיץ אין שטערן.
זי האט געכאפט א טיפן שניט אין שטערן, און מיין טאטע איז געקומען צו פליען פון שול, און פארבינדן איר קאפ מיט אפאר שמאטעס פון די פעקטארי, איך בין געווען פארשטעקט פאר פחד.. און כ'האב נאר געזען פון באהעלטעניש ווי זי פארט אוועק מיט מיין טאטעס קאר אין שפיטאל..
אזעלכע ענליכע מעשים האבן פאסירט נאך אפאר מאל, ווען איך בין גראדע געווען א צווייטע מאל דער צוביילטער..
אבער ווען ס'האט זיך געהאצקעט, איז עס געווען פונקט מיט אזא התלהבות און ברודערשאפט..
יא, מיר האבן זיך ליב געהאט אויך.. און די אינצידענטן איז געווען א אויסנאם פון 'צופיל ליבשאפט'.. חחח
[המשך יבוא בעזהשי''ת]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 5:26 pm
דורך מנשה לוסטיג
איי זכרונות זכרונות..
די מחשבה ביי א קינד אין קאפ, איז גאנץ אנדערש ווי ביי דערוואקסענער, אבער כ'מיין אז געוויסע זאכן איז עס וואס אפילו היינט מיט מיין עלטערע פארשטאנד, וואלט מיר עס אויך געשטופט צו שרייבן א מאמר דערוועגן.
עס איז געווען אין אונזערע צייטן, 'יענע יארן' אין די 'מ' יארן, די גרופעס וואס האבן געהייסן 'היפיס'. זיי זענען געווען באוואקסענע מיט לאנגע האר און נישט געשוירענע בארד.
מ'זאגט אז א שיין חלק פון זיי זענען געווען נעבעך יודישע אפשטאמיגע, וואס בדרך כלל האבן זיי זיך אזוי דערקייקלט וואס זיי זענען געבליבן יתומים, צו לעבעדיגע יתומים פון צעבראכענע שטובער, און זיי פלעגן גרופעס ווייז, זיך האלטן און מאכן א לעבן.
גראדע ווי ווילד זיי האבן אויסגעקוקט, זענען זיי נישט געווען אזוי שעדליך, אונז האבן מער מורא געהאט פון די שחורים ווי פון זיי.
הכלל, איז געווען איינער פון דעם סארט, וואס מ'האט עהם גערופען 'דער מלאך המוות'..
ער פלעגט זיך באשעפטיגן מיטן שניידן ביימער, און אין אונזער שטעטל איז כמעט יעדע בוים וואס האט געדארפט ווערן אראפגעשניטן, האט 'דער מלאך המוות' דערמיט זיך אפגעגעבן, און עס מסדר געווען ביזן ווארצל..
דער מלאך המוות האט געהאט א 'מלאך המוות טראק'.. אוי! טראק האט נאך געווארפן א גרעסערע פחד, ווי זיין פרצוף אליין, און נאכמער ווען די טראק איז געפארן.. די מאטאר זיינע האט אזוי געגריצעלט און גע'קולות'ט, אז ס'האט געדאכטן אז ס'פארט אויף באקסעדיגע רעדער..
דער מלאך המוות האט זיך ספעציעלירט מיטן ארויפקריכן אויף די דיקסטע און העכסטע, ביז די שיפעסטע ביימער, און מיט געשיקט'קייט, צו אפשר ווילדקייט, עס גיך אין האנט נעמען, ער האט געטון ווילדע שריטן, אבער די ביימער האבן זיך קוקט אויס פאר עהם שנעל מכניע געווען.
ער האט צו 'קיינעם' נישט גערעדט! אפגעטון די ארבעט, און גענומען באצאלט און מארגן געקומען צו א פרישע סכנה'דיגע בוים.
ס'געווען אין שטעטל אסאך ביימער דעמאלטס, ממש רוב שטעטל איז געווען באוואקסען מיט וועלדער, און די קליינע חיה'לעך האבן געהאט גענוג פלאץ ווי זיך אויסצובאהאלטן.
יעדע ווינקל אין שטעטל האט זיך געהאט זיין נאמען און זיין שארט-קאט, האלב פון די פלעצער האבן זיך צומאל די שכנים ערקלערט פריוואטקייט און עס אפגעשלאסן שלא ברצון חכמים.
אזוי איז געווען 'פראנקס בארג' – אסאך העכער ווי ס'איז היינט, און מער שרעקעדיגער פון די מאדנע וואלד דערנעבן, ווי דארט העכער איז געשטאנען די אמאליגע עלעקטעריק זוילען, וואס האבן אריבער געפירט ווייערס ווייטע מיילען.
אויף יענע בארג פלעגן מיר קינדער חלומ'ן אין חדר, אז יענס איז הר המוריה.. און ווער ווייסט וואס נאך..
ס'האט אמאל געהייסן אז ס'גייט ווערן דארט געבויעט די נייע שול, אבער ס'איז נישט געווארן, אבער היינט איז עס שוין א ליידיגע פלאץ, ממש דורכזיכטיג.
אזוי אסאך פלעצער אין שטעטל וואס איז אמאל געווען כאילו א סכנה אריבערצוגיין מפחד בלילות, איז היינט שוין לער און אויסגעהאקט פון ביימער און שאטען, פון נעסטן און דוכטעניש.
דאס האזל דער ראקון, די סקאנק און קעצל, מאוקאש און גראוינד-האק, האבן מער ווייניגער פארלוירן זייערע היימען פון לכאורה א שיינע פאר דורות למיניהם.
אויך די פארשידענע סארטן פייגלעך האבן נישט געטראפן צופיל פאסיגע פלעצער צו פאלאצירן זייערע נעסטן, נאך וואס די 'נ' יארן האבן אריינמארשירט אין דינסט, און אויסגעהאקט רוב פון די וועלדער און זייערע ביימער.
באמת א האלב פונעם שטעטל היינט, איז נאך דעמאלטס נישט געווען בלויז וואלד און אומבאקאנטע וויסטעניש, און די 'אלט סקווער' האבן מיר געקענט יעדן שטיין אויפן נאמען..
ס'פארגעקומען נאכאנאנדער מצוות 'שילוח הקן', נישט דווקא אויף טויבעלעך.. נאר אויך סקאנקס און ראקונס און ווייסעך וואס נאך, האט מען דערקוטשעט און געטריבן.. געכאפט אין קעידזשעס און שווער געארבעט פטור צו ווערן פון זיי אומערמידלעך.
גראדע, מיין טאטע האט מיר נישט געלאזט גיין דורך געוויסע שארט-קאטס, וואס עד היום הזה ווייסיך נישט פארוואס.. אבער ס'נישט געווען צו ערווארטן אייביג א תשובה אויף א באפעל.. אז כ'האב יא גענומען דרייסט און געפרעגט, און אמאל איבערגעפרעגט, כאילו ער האט נישט געהערט.. האב איך אנשטאט א ענטפער געהערט ווי ער זינגט זיך אונטער און פארקוקט זיך איבעראל נאר נישט אין מיין געגנווארט, און קיין ענטפער איז נישט געקומען.
אפילו היינט קלער איך צוואנציג מאל פאר איך גיי יענע שארטקאט, ווייל כ'ווייס נאך אלץ נישט, אפשר איז עס א סכנה אפשר גניבה, אפשר ווערט מען קרעציג.. לא יודע!
הכלל, פלעגן מיר זיצן געשוויסטער ביים פענסטער, אסאך מאל ווען ס'שוין געווען טונקל אינדרויסן, און צוזען ווי די גאסן לאפ ראנגעלט זיך מיטן חושך.. אמאל איז געפאלן א שניי, אין די זומער איז געווען כאילו א וואלקען פון פליגן און מאסקיטאס וואס האבן געשוועבט ביים לאמפ, און געמאכט אונזערע חלומות גאר היפנאזירט.
איינמאל א נאכט, די מאמע איז נישט געווען אינדערהיים און מיר האבן זיך נישט געיאגט צו גיין שלאפן, און אונז הערן א ווידער קול, ווי מ'שנייד ביימער..
אונז האבן געוואוסט אז דער מלאך המוות טראק קען ארבעטן ביז שפעט אין די נאכט, און אויך פון דעם האט ער נישט מורא..
אבער אונז זעען נישט קיין לעקטער אקעגן איבער אין טיפן וואלד, ווי שנייד ער?
אקעגן אונזער הויז, איז דעמאלטס געווען ליידיג, א טיפע וואלד האט מען געזען, ביז אריבער דעם וואלד האט מען געקענט זען אין די חושך – פינקען בליטשקענען נאכאנאנדער.
דאס זענען געווען די לעקטערס פון קארן, וואס פלעגן אריבער פארן דארט, ווי די 'פאלעסיידס' איז אריבערגעלאפן, און יעצט דוכט זיך אונז אז מיר הערן דארט ווי איינער שנייד ביימער דארט..
מ'זעט גארנישט, זולתי קול..
אבער פלוצלינג שיסן מיר אלע אויס אין א קינדערישע געלעכטער, לא דובים ולא יער.. ס'נישט דער מלאך המוות, און מ'שנייד נישט קיין ביימער..
אונטער אונז האט געוואוינט א חסידישער יונגערמאן, א פלאם פייער, וואס פלעגט פראווענען עבודת השם לאנגע שעות, און קוקט אויס ער האט געלערנט און געזונגען, און איז א גאנצע צייט איינגעשלאפן.. און ס'האט זיך אונז געדוכטן און געהערט, כאילו איינער שנייד ביימער אין די מרחקים..
דער זעלבער יונגערמאן, ווען ער פלעגט מאכן שבת קידוש, וואס מיר האבן שוין דעמאלטס געהאלטן אינמיטן די סעודה, און די הויז האט געציטערט פון זיין געשריי. יום השישי!!!!!!!
א ערליכער און עובד השם, וואס האט אונז גאר געמאכט באוואונדערן, און ס'איז אונז געווען א זכיה אז ער וואוינט אונטער אונז.
און אז מ'רעדט שוין פון יענע וואלד, דערמאן איך זיך ווי עס האט אמאל אויסגעבראכן א מעכטיגע פייער דארט, און דאס איז געווען איינס פון די אומצאליגע פייערס, וואס איך געדענק פון אלץ קינד, וואס זענען געשען אין שטעטל, און זענען אריין אין מיין זכרונות קעמערל למשמרת.
פארוואס ברעכט אויס א פייער פלוצלינג?
הע הע.. אז אונז האבן דארט געוואוינט, איז שוין געווען גענוג סיבה.. ווייל די גאנצע וואלד האבן מיר קינדער זיך ערקלערט בעלי בתים, כאטש מ'האט זיך נישט דערוואגט צוגיין צו טיעף.
מיין מאמע זז''ג פלעגט אונז הייסן אויסגיסן די אלטע זופ צו טשולענט, אריין טיפער אין וואלד, און אויך ווען מ'פלעגט פארברענען חלה צו סתם גארביטש, פלעגן מיר עס מאכן מער נענטער צום וואלד געדעכטעניש, און אמאל האבן מיר פארזען צו פארלעשן די פייער גענצליך, האבן מיר געהאט סחורה נאך נאכטמאל.. ווען די 'וואלד טראק – פייער לעשער' איז געקומען.. און ס'געווען לעבעדיג אין שטעטל..
זיי האבן אזוי סאך געשפריצט וואסער – כדרכם, אז ס'האט געקענט ווערן דארט א טייכל פאר תשליך און מים שלנו און וואס נישט..
און פייערס געדענק איך עטליכע, וואס האט אונז גוט דערשראקן אין די נאכט, און ווי זאגט יענער, אז מ'בריעט זיך אפ פון הייסן, בלאזט מען שוין אויף קאלט אויך..
איינמאל חנוכה האט ביי אסטרייכער, קארנער וואשינגטאן לינקאלן אויסגעבראכן א מעכטיגע הויז פייער, פון א מנורה פארנאכלעסיגקייט.
איינמאל בדיקת חמץ נאכט, האט אראפגעפלאקערט א ריזן טייל פון א קאמפלעקס פון הייזער, ביים ערשטן הויז אויף טעפט לעין, ווען משפחת שיף האט געזוכט לאור הנר עפעס.. און ס'געווארן אור האבוקה..
בעיקר גאר שוידערליך איז געווען א פייער, ביים הויז פון די דעמאלטסדיגע בעלי בתים, ר' זושא פריזל ר' מרדכי שמואל קארן – אויך א גרויסע קאמפלעקס פון דירות, וואס נאר די זייט פונעם הויז האט אפגעברענט, און נישט כאטשיג ווען, נאר א האלבע שעה נאך לעכט צינדן פרייטיג צונאכטס.
- און נישט סתם שאדן, נאר אין קעלער איז געווען א גרויסע געשעפט פון שפילצייג און הויז געברויכען, וואס איז אלעס געגאנגען אין אש!
די ווייטאג וואס האט געפאטשט אין פנים ביי יענע סצענע, וועל איך נישט פארגעסן! די משפחות זענען ארויס נקי מכול! אן קיין רעכטן העמד, ווייל מ'איז ארויסגעלאפן פונעם פייער מיטן נשמה אין האנט.
כ'געדענק, אז ביידע משפחות פריזל און קארן, האבן זיך זייער שווער ערהוילט פונעם שאדן, און זענען געווארן בלוטיגע נצרכים אין איין שטונדע.
מיין טאטע זז''ג האט ברוב חסדיו – ווי אייביג אין אזעלכע מצבים, אריינגענומען משפחת פריזל צו זיך אין דירה אונטן, און א לאנגע צייט האבן זיי געוואוינט דארט, [ווער ווייסט אויב נישט בחינם..]
כ'געדענק נאר, אז ווען איינמאל האט אונז איין יונגעל פון משפחת קארן געשפעט, 'יעפיע'.. אנשטאט לעפלער.. האב איך עהם פון דעמאלטס נאכגעשריגן.. 'פארברענטע קארן'..
אויך אין אונזער חדר ווען איך בין געווען אין כיתה אלף, איז אמאל געווען א פייער, און מ'האט פאלאצירט די קינדער אין די סקול בילדינג, האבן די מיידלעך געהאט וואקאציע אפאר וואכן..
אבער די פייער וואס האט פאסירט אין שול, איינמאל [צווישן קלענערע פייערס..] איז געווען א מעכטיגע פייער פון די דרייער, וואס האט געזאלט טרוקענען די מקוה האנטוכער, מ'האט יענעם דרייער אנגעשטאפט ווי א גאנז פארן שחיטה, האט זיך דער מאטאר נוקם געווען, און אויסגעפלאצט און חרוב געמאכט דעם קעלער, למען ישמרו ויראו..
א אנדערע מאל האט פאסירט א פייער אויספלאץ, פונעם מצה בעקעריי, וואס איז געווען אויך אינעם קעלער פונעם בית מדרש.
דעמאלטס פלעגט 'ארי שמעלצער' הייצען דעם אויווען, און ער איז געווען א געלערנטער גיבור, און האט געקענט באוועגן דעם שווערן אייזן וואס מ'האט גענוצט צו צעזייען די האלץ קוילען אינעם ציגל אויווען.
ער האט אמאל א מוצאי שבת, א טאג פאר מ'האט געדארפט אנהייבן ניצן דעם אויווען, עס אנגעהייצט ביז די מאסימום, און פארגעסן צו עפענען די דעקל פונעם קוימען אויפן דאך!
און פלוצלינג האט גאנץ סקווער געוואוסט פון א גערוך צלי אש ומצות..
[המשך זכרונות פון מיין יוגענד יבוא בעזהשי''ת]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
אזויווי נעכטן איז נפטר געווארן הרה''ח ר' משה יעקב בן שמואל זאנוויל סיגלער ע''ה, וואס כ'האב שוין געשריבן פון עהם פריער.
וועל איך אבער מוסיף זיין נאך אפאר שורות לזכרו הטוב.
ער איז געווען אין סקווירא דער 'ארץ ישראלדיגע יוד', וואס מ'האט מכבד געווען מיט ארץ ישראלדיגע ניגונים, סוכות ביי שמחת בית השואבה, און ער פלעגט טאקע זינגען 'יבנה בית המקדש יבנה', אויפן פיוט פון 'אבן שתיה' פון די הושענות יום ב' של סוכות. און אויך גאנץ סוכות ביז נאך שמחת תורה איז ביי עהם געווען 'הויעך יום טוב'..
ער פלעגט זיך אנטרונקען שמיני עצרת און שמחת תורה, ביי קידוש וואס איך געדענק ער האט מיין טאטן און מיך אויך גערופן צו זיך אהיים, ביים הפסקה נאך די הקפות שמחת תורה, אוי איז ער געווען בגילופין און געזאגט תורות און פרייליכע געדאנקן.
האב איך געהאלטן ביים שילדערן די סביבה אין סקווערע שטעטל, אין מיינע יונגע יארן.
פאר איך פארגעס נאך, פונעם באקאנטן פעדלער – שעלי [עליו השלום].
שפעטער האט מען עהם גערופן די 'פעמפער מען', ווייל ער האט פארקויפט פעמפערס פאר ביליג, און ער פלעגט מאכן גורלות על הסדר, און די אלע האנדלעריי האט עהם געקאסט כוחות הגוף והנפש.
וויבאלד ער איז געווען א רונדעכיגער, און היבש אינטערעסאנט אויפן שיינעם שפראך, האבן זיך די קונדסים צוגעכאפט צום פעט ביינדל, און געמוטשעט אויף זיינע שוואכע קענטעניסן.
נעבעך ער פלעגט זיצן אין שול צו אויפן גאס, און ווייזן זיין אויסשלאג אויפן פוס, אז מ'זאל רחמנות האבן אויף עהם און קויפן זיין 'ראפל'.
די לייטן וואס האבן נישט געוואוסט וואס מיינט ליידן, האבן פון עהם געמאכט 'קאסאך'.. מ'פלעגט עהם זאגן אז קינדער טאטשן זיין קאר, איז ער געלאפן אויפן די גראבע פוס כמעט ביז א הארץ אטאק, אויס מורא אז מ'גייט 'צעקראצן' זיין נייע קאר.
איין שיינעם טאג הער איך אז ער איז נעבעך שוין נישט בין החיים, נאך א געפלאגטע נשמה האט קוים זוכה געווען צו א מנוחה נכונה.
אויך איז געווען דער 'ראג מען', עהם האט מען גערופן אמאל יאסל, אמאל א אנדערע נאמען, און ער פלעגט אריינהאנדלען די תמימות'דיגע פרויען זאלן ביי עהם קויפן ראגס און טעפיכער אין די לאנגע ראלן.
די נאמען יאסל האט מען צו סאך גענוצט, איינער האט געהייסן יאסעלע גנב, איינער יאסל די שלעפער, און עפעס יענע יארן האבן זיך געקלעבט קאליקע שנארערס צום שטעטל ווי בינען צום האניג.
ס'געווען אפילו חזקות, תשעה באב נאכמיטאג איז עפעס געקומען יעדע יאר א בלונדער זיידע, וואס האט געהאט א בערן שטימע, און פלעגט אויסרופן, 'געבט צדקה פאר בלינדע בלינדע קאליקע..' און די מבינים האבן אלץ אויספראבירט זיינע קענטעניסן און שווער באשטעטיגט צו ער איז טאקע באמת בלינד, צו איינפאך געלד גייציג..
ווי קען מען פארגעסן, פון 'חכם שלום' [חאכאם שאלאום], געווען א טיפ יוד אין גלות, וואס האט געהאט א היסטאריע אונטער זיך נישט קיין גלאטע.
באמת האט ער געהייסן ר' שלום גאלדרינג, פון ירושלים און ממקור פון אונגארן, און איז געווען א היבשע תלמיד חכם, און ידען נפלא, מיט א פארצווייגטע משפחה און א רייהע חסד אקטיוויטעטן.
די אגדה פארציילט אויף עהם, אז ער האט עפעס אמאל געשאלטן איינעם און ס'איז ליידער מקוים געווארן, האט ער זיך אונטערגענומען גלות מיט אלע פרטים.
ער האט נישט גענעכטיגט אויף איין פלאץ צוויי נעכט, און נישט גענומען קיין כבוד 'בכלל', און נישט געטוישט די וועש און זיך געלאזט מבזה זיין אויף א גאר שרעקליכע שטייגער, אזוי האט ער אפגעראכטן גלות מיט צרות א דאזען.
און אונז אלע זענען עדות אויף דעם, ווי ער האט געליטן בושות און דערנידערונג, צוליב זיינע מאדנע הלוך ילך.
ער האט געשטונקען נישט סתם, נאר ווי מ'זאגט בדווקא! ער פלעגט ארומגיין נאך געלט, מיט א סאמעטענע בעקיטשע און האלב רעביש האלב ווי א חכם.. און מ'פלעגט עהם נאכזינגען און באגלייטן..
ער פלעגט קענען נודזשענען, און נישט איינמאל איז ער ארויס א חצי נזק דערפון..
כ'געדענק אז ס'האט איינער עהם געגעבן פרישע וועש, און געבעטן ער זאל קומען צו זיין קינדס חתונה דערמיט בכבוד.
ער איז געקומען, מיט די פרישע וועש [נישט אפוואשנדיג זיך חלילה..] און מיטגעברענגט די אלטע וועש אין האנט.. צו ווייזן אז ער האט געטוישט!
ער האט דאס דווקא געטון צו ליידן בושות און אפקומען דערמיט.
איינמאל האט ער געמוטשעט מיין זיידן ע''ה פאר צדקה, און מיין זיידע האט נישט פארשטאנען פארוואס ער מאכט זיך אזוי נאריש, און האט עהם געשריגן, שלום מאך דיך נישט ווי קיין חכם, און זיי נארמאל וועט דיר גוט זיין..
און מיין זיידע איז ארויפגעקראכן אויף א לייטער צו בויען, כדרכו בקודש ווי ער פלעגט אלץ זיין באשעפטיגט מיטן בויען האקן און אויפטון..
חכם שלום האט געשאקעלט די לייטער, און ארויפגעשריגן, לעפלער באטשי רעדט נישט אזוי סאך און געבט מיר געלט..
ווי נאר ער האט עהם ארויסגענומען פון די כלים, ביים שאקלען די לייטער, האט מיין זיידע עהם נאכגעיאגט א האלבע גאס מיטן האמער.. און ר' שלום איז געלאפן פאר זיין לעבן.. און געשריגן 'יודען.. שיצט מיך.. באשיצט מיך..
יארן שפעטער האב איך געהערט אז זיין זון אין ארץ ישראל האט נארמאל אוועקגעשטעלט זיינע מעשי חסד, ווי מ'געבט צו עסן א גרויסן קאך פאר הונגעריגע משפחות, און ווי ער האט זיך אזוי געלאזט מבזה זיין אלע יארן, מ'זאל עהם נישט מכבד זיין.
יהא זכרו ברוך.
כ'ווייס נישט ווי אלע מאדנע באשעפענישן זענען עפעס פלוצלינג פארשוואונדן.. אבער דאס איז איינמאל זיכער, אז דעמאלטס איז געווען א שפע פון זיי, ממש אין יעדן ווינקל..
נישט די מענטשן און נישט זייערע ניגונים זענען פארבליבן, ווען געווענליך האט יעדער שלעפער געהאט א ניגון צו זיין טראגע, און די נאכלויפענדע קינדער האבן דאס אדאפטירט אלץ כבוד נרדף..
יעדע שטיין אין שטעטל פלעגט פארציילן סיפורים, וואס זאל מען טון אז מ'האט שוין איבערגעדריידט די שטיינער און זיי זענען שוין נישט די זעלבע, נאר מער אפדעיטעט און פארגעשריטן.
אמאל א טעלעפאן, האט מען גענוצט מיט א אנדרייער! מ'האט גענומען דעם טרייבל אין האנט און מיטן שפיציגסטן פינגער אנגעדרייעט א רעדל וואס האט געהאט נומערן, ביז יענע נומער האט מען געדרייעט יעדע מאל באזונדער, ביז אכט נומערן, און נאך א האלבע מינוט דרייען, איז מען געוואויר געווארן אז ס'געווען א טעות ביי איין נומער.. אדער ס'האט זיך נישט גוט געדרייעט, אדער ס'איז ביזי, אדער ס'מער נישטא אזא נומער, אדער אדער אדער.. נאך זאכן, וואס איז געשען נאכן לאנגער פראצעדור 'דיילען'..
ביז מ'האט געקענט שעלטן אז יענער הייבט נישט אויף, האט גענומען א פינעף צען מינוט.. היינט נאך איין רידייל באטן, צוויי מאל, שעלט מען און מ'איז שנעלער אנגעצויגן ווי דאס פערד וואס לויפט שנעלער ווי דער רייטער..
אמאל א רעקארד אינעם פלעיער, א קאסעטע אינעם ריקארדער, אפילו א טעלעפאן א פרידזשידער און יעדע מאשין, האט מיט איין קלאפ פארשטאנען אז ער זאל נישט פוילעצען און זיך גענומען ווייטער ארבייטן פלייסיג.
ס'געווען קוקט אויס געבויעט אזוי.. לויטן דעמאלטסדיגע חינוך..
היינט איין קלאפ בטעות איז א עבירה געווען די הוצאות, ווייל ס'איז א סיומא דלעלם..
קלוגע מאשינען, הייקל און נערווירענד, און אז ס'ארבעט פאר צען מינוט בלי הפסק איז עס גן עדן געוואונס! א גאון און תענוג ביז ס'כאפט א טעכנאלאגיע קרענק.. און ס'איז נישט מוציא שנתו..
היינט קען מען זינגען, כאפט אריין סערוויס, ווילאנס די סעלפאן לעבט נאך, ווייל מארגן וועט עס מער נישט גיין..
בכלל, אמאל האט מען געקענט אפטון א גניבה א שטיקל, און נעלם ווערן, היינט פארן בטעות דרייען די נאז, ביסטו פאראנטווארטליך פאר די גרעסטע באשולדיגונג..
נאר וואס דען? די זיידעס האבן געהאט צען נעמען און נישט אויסגעגעבן א פעני.. היינט איז מען צען מאל שפענדעריש פאר איין גוטן נאמען..
אמאל האט מנשה געהייסן א פאר'רעטער און א חסר דעה.. היינט איז ער א קאמידיען און א אויפגעקלערטער שרייבער..
[המשך יבוא]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:35 pm
דורך פרישער
אוי וויי איז מיר @מנשק ווען איך האב וועין צייט צו ליינען, שרייב איך וועין אליין, דו שרייבסט דאך אזוי זיס, אזש דו געפילסט מיינע ציפיצלט, מען קען דאך קריגן קארפל טונל סינדראמער נאר פון לייקן אזעלכע שיינע ענינים, כה לחי גא אן מיר שלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט, אבער איך בין נאך סטאק ביי דיר און חדר ערגעץ, איך קריך פין דארט נאך נישט ארויס.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 8:55 pm
דורך מנשה לוסטיג
פון חדר קומט נאך.. האלט אייך געשפאנט!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 10:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'וועל שילדערן אביסעלע זכרונות פונעם סביבה ארום אינעם שטעטל, ווי כ'בין אויפגעוואקסן מיט א תמימות, און נאך פארכאפט א שיין ביסל זקנים וזקנות, מיט זייערע טיפן און הלוך ילך.
אז מ'הייבט אן פארציילן, קומען די שכנים די ערשטע אויפן רייהע.
אבער ווען כ'וועל זאגן מיינע שכנים, אינעם שפראך פונעם שטעטל בימים ההם, פאר אריבער דרייסיג יאר צוריק, איז עס אנדערש ווי מ'זאגט היינט א שכן מימין ומשמאל.
ווייל איך למשל האב געוואוינט אויף פערציג ראזעוועלט, ארונטער דעם בארג [שוין נישט יענע בארג וואס אמאל..] און ביז ארויף די גאס, כאטש ביז פינעף זעקס הייזער, האט געהייסן שכנים.
ארויף די גאס איז די מיידל שולע, וואס האט געהייסן נאנט, און היינט הייסט עס א גאס אוועק..
למעשה, אונזערע נאנטע שכנים ממש, זענען געווען קוים איין הויז, ווייל אונז האבן געוואוינט ממש אפגעזונדערט און ארומגענומען פון דריי זייטן מיט וואלד!
פון איין זייט די וועג וואס פירט צום בית החיים, וואס ווען ס'געווען א לויה צו וואס נאר נייעס צווישן די טויטע, האב איך עס מיטגעהאלטן צו כ'האב געוואלט צו נישט..
אגב, געדענק איך, אז עטליכע מאל האבן שקצים פון די אנדערע זייט בית החיים אריינגעשפרונגען, און געמאכט חורבנות דארט.
איינמאל האבן זיי גלאט אנגעצונדן דעם אוהל פונעם רבי'ן ז''ל, אין סאמע טאג שבת קודש, און ס'געווען א איבערדרייעניש, ווי ווידער האבן מיר געהאט נייעס אין אונזער טויט שטילע סביבה.
נעבן אונזער הויז, איז געשטאנען א סטענד, מיט א רייהע פושקעס און בעיקר צדקה פאר חברה קדישא, די סטענד איז געווען ארויפגעקלאפט אויפן גאר דיקן בוים, וואס האט פארשטעלט דאס רוב פונעם סצענע צום בית החיים – כאטש גענוג ווייט פון דארט.
אום יאר תשמ''ה, איז געווען א היסטארישע האריקעין, יענע יאר זענען געפלויגן די שטערקסטע ביימער און הייזער, און אויך יענע בוים איז געפאלן א גאנג! און די גאנצע סצענע צום בית החיים איז געווארן אפען, און אויך יענע טאג איז ליידער נסתלק געווארן אין מאנסי, הרה''ג ר' שמעלקא טויבענפעלד זצ''ל.
די אנדערע זייט פון אונזער הויז, איז געווען א היבש גרויסע הויז, ווי עס האבן געוואוינט דעמאלטס די זיידע און באבע פעלבערבוים - ר' דויד פעלבערבוים ע''ה, כ'זאגט ר' דויד מיטן יוד, ווייל ס'געווען נאך א פעלבערבוים זיידע און באבע אויפן זעלבן גאס ארויף, און אמאל האט מען זיי גערופן – אונזער שכן דער רויטער פעלבערבוים, ווייל ער האט געהאט א רויטע בארד, און די אנדערע די שווארצע..
אבער איך געדענק זיי ביידע מיט ווייסע בערד, און אונז פלעגן זיי רופן, די 'געילע פעלבערבוים' פון ארויף די בארג, וואס וואוינען אין א געילע הויז, און די 'שיך סטאר פעלבערבוים', ווייל אונזער שכן צו רעכטס, האט געפירט דעם שיך געשעפט, און זי – מרת פעלבערבוים זכורה לטוב, איז געווען א ספעציעלע וואוילע נשמה, און פלעגט באזארגן יעדן מיט א שיכל, מיט געטריישאפט.
איר שפראך האבן אלע קינדער געקענט, 'דאס איז א פיין שיין שיכל – שעפעלע'.. מיין משה יוסל טראגט דאס אויכעט.. [איר עלצטע אייניקל הייסט משה יוסף פעלבערבוים (ווער ס'קען עהם..)] און מיט געטריישאפט אנגעפיטעט אונז אלע שיינע שיכלעך אויף געזונטע לאנגע יארן..
ער ר' דויד איז געווען א דייקן, ער איז געווען א יודע ספר, און א תלמיד מובהק פונעם אלטן קאסענער רבי'ן – דער 'אור מלא' זצוק''ל, און פלעגט זיך האבן זיינע חומרות, און איז געווען א שטארקער כאראקטער, און זיך געהאלטן ביי זיין ווארט און זיין מיינונג גאר שטארק.
למשל ערב פסח צו ערב יו''כ האט ער צומאל אנגעטון א פלאכע ביבער הוט, ווען א גאנץ יאר איז ער געגאנגען מיטן אונגארישער טשולענט טאפ..
אגב, מיין טאטע פלעגט אויך גיין מיט אזא שטאפענע הוט, ביז איך בין געווען בר מצוה, און נאך האבן געטוישט צו א סאמעטענעם הוט, אין יענע יארן.
לכתחילה האט ער געוואוינט איין הויז ארויפצו, און האט זיך שפעטער אריינגעצויגן אינעם הויז נעבן אונז, ווען ר' מעכל רובין ע''ה איז געקומען אויף די עלטער, וואוינען אין שטעטל מיט זיין וואוילע יודענע, און האט איבערגענומען יענעם הויז, זיי ביידע זענען געווען שטילע באשיידענע גוטע יודען, און ער פלעגט טיילן ברכות.. פלעגט זי טון חסד למעשה.
דעמאלטס ווען ר' דויד האט געמופט, האט ער צוזאמגערופן אלע קינדער וואס האבן געוואוינט אויף אונזער גאס, און דאס מיינט 'אלע שכנים' – פון נאנט און ווייט, און אלע האבן אין א רייהע אריבערגעטראגן זיינע ספרים צום נייעם דירה, ער האט נישט געהאט דרייסיג ספרים, ער האט געהאט א בית מלא ספרים, כ'מיין מסתמא טויזענט ספרים.
ס'האט גענומען א לאנגע צייט אריבערצוטראגן דעם פארמעגן מיט ספרים, און פארשטייט זיך מיר זענען באלוינט געווארן פארן העלפן, אבער ס'איז געווען כאילו א אקטיוועטי פאר אונז קינדער, אז אונז האבן אריבערגעמופט דעם אלטן זיידע און באבע פעלבערבוים צום נייעם דירה.
אין יענעם הויז נעבן אונז האט געוואוינט דעמאלטס משפחת ר' יוסף יושע קעניג הי''ו און משפחת ר' הערשל יארעסלאוויטש – ביידע איידעמער פון ר' דויד ע''ה.
אונטען אין קעלער איז געווען 'יארעסלאוויטש'עס סקול סופליי סטאר', און גאנץ אויבן האט געוואוינט ח''א ראטנבערג שר''י [אותו זמן כשר היה].
און מיט די שכנים פלעגן מיר זיך גענוג און נאך פאטשען און שלאגן, און צומאל זיך יא באפריינדן ווען מ'האט געמאכט פלעי'ס און געימס, אבער ווען ס'האט געפייערט א געשלעג, האבן די עלטערן און זיידעס און באבעס מיטגעהאלטן און אנגעפירט מיטן קריג..
יא! אינעם גאנצן שטעטל איז דעמאלטס געווען דעם שטייגער, אז א זיידע האט נקמה גענומען פאר זיינע אייניקלעך און אייניקלעך פארן זיידן..
כ'מיין אז דאס גאנצע שארית הפליטה האט געליטן פון דעם שיגעון, ווי מ'האט אויסגעמישט די דורות וואס האבן שוין אזוי אויך געהאט פארשידנארטיגע לעבנס שטייגערן.
נישט ווייט פון אונז האט געוואוינט משפחות דאנציגער, קינדער און אייניקלעך פון די אלטע זיידע און באבע דאנציגער.
באבי דאנציגער האט געדרייווט א קאר, א זעלטנהייט אין שטעטל, ווי צוויי באבעס האבן געדרייווט, זי און אויך באבע האלצלער, ביידע זאלן דערלעבן משיח'ן..
מ'פארציילט אז די באבע – מיסיס שרי האלצלער האט אמאל אריינגעקראכט אין ר' דניאל גאלדשטיין, און זי האט געזאגט אוי! איי עמ סורי.. האט ער געזאגט, איי עמ דניאל..
אזא לעגענדע איז ארומגעפארן צווישן אונז קינדער..
און באבי דאנציגער האט געהאט א שטעקן אין קאר.. און זי פלעגט סטראשענען אז וועלכע יונגעל ס'וועט פארן אינמיטן גאס, ווען א קאר קומט, וועט זי שלאגן..
די זיידע – ר' שלמה האפמאן דער גבאי פונעם שוהל בימים ההם, און זיין ווייב – ביידע גוט פוילישע יודען, האבן אויך געוואוינט דארט אויפן גאס, מיטן זוהן – ר' מענדל האפמאן, וואס האט אלץ געהאט די הצלה אמבולאנס געפארקט ביי זיין הויז, ווייל ער האט געפירט די הצלה דעמאלטס.
די באבע האפמאן האט אונז געווארענט נישט צו טאטשען די פייפ וואס איז ארויסגעקומען פון זייער סעלער, ווי ס'האט אלץ געפאמפט וואסער, און איינמאל האט זי מיר אפילו געכאפט ביי די מעשה און געזאגט, אז די קומענדיגע מאל גייט זי אפהאקן מיינע ביידע הענט.. אוי האב איך געציטערט פון דעמאלטס אן.
איך דערמאן זיך יעצט, מיין טאטע איז אויך געווען אין די הצלה א מעמבער, און דאכט זיך ער איז געווען געלערנט ספעציעל אויף פעלער פון 'טשאויקינג' און דערטרונקען ה' ישמרינו.
מיין טאטע האט א רעפוטאציע פון אסאך וואס ער האט געראטעוועט ממש, און אפילו עטליכע אין גאר ערענסטע מצבים.
איך געדענק, אז דעמאלטס האבן די מעמבערס נאר געמעגט האבן א גרינע לעמפל, היינט מעגן זיי שוין א רויטע און ווער ווייסט וואס נאך.. אבער מיין טאטע האט עס קיינמאל נישט גענוצט, ווייל ער איז נישט געווען קיין וויכטיג מאכער, נאר עס געטון לשם מצוה ממש.
עטליכע עפיזאדן געדענק איך, ווי ער האט געהאלפן און געראטעוועט, עטליכע מאל קינדער וואס האבן זיך דערטרונקען אין מקוה, וואס וויאזוי מ'האט נישט אכטונג געגעבן דעמאלטס אויף קינדער, פרעגטס מיך נישט..
מיטן קליינעם פינגער האט מיין טאטע ארויסגעשלעפט אמאל א קינד, און אן רחמנות ארויסגעקלאפט די וואסער פון עהם, ביז ער איז געווען פולקאם ביים אטעם.
א קינד האט געהאט א טעמפער און פלעגט אפט חליש'ן פון וויינען פון עקשנות אויס, מיין טאטע פלעגט ניצן דעם איר אלטן וועג, מיט איין פראסק אין פנים האט דאס קינד זיך אויפגעוואכט! חח יענס געלעכטער אבער ער האט דערמונטערט אסאך יודען אין רגעים, אסאך מאל מיט די אייגענע הענט אנע כלים דערצו.
ווען דער אלטער מערמלשטיין האט נעבעך פארלוירן זיין זון, א טאטע מיט א גרויסע משפחה – ר' יוסף בנימין מערמלשטיין, איז אויך מיין טאטע געווען וואס האט פראבירט עהם צוריקצוברענגן, אבער ליידער איז עס נישט געלונגען, אבער איך געדענק נאך, אז כ'האב קוים געווארט מיין טאטע זאל אמאל ניצן שוין דעם גרינעם לייט, און יענע מאל האב איך עס געזען ארבעטן, ווען ער איז געפלויגן צו יענע 'קאויד וואן' קאל.
וועגן די דאנציגער משפחות, איז נאך דא אפאר שורות צו פארציילן..
זיי האבן געהאט א קאזין משפחת פאזען, וואס פלעגן וואוינען נישט ווייט פון די שול, און ממש בשכינות פונעם רב - ר' משה ניישלאס זצ''ל.
און ווען זיי האבן געוואלט מאכן א קליינע סווימינג פול פאר די קינדער, האט זיי דער רב נישט געלאזט דארט מאכן, זענען זיי געקומען אויף אונזער גאס מיט די דאנציגערס פראווענען זומער..
אין יעדע גרויסע משפחה מיט קאזינס איז דא ענליכע נעמען, און אויך אין די משפחות פלעגן זיי זיך שרייען פון פארטש צו פארטש, ''קאזען.. קאזען!!!'' וואס איז די חילוק פון רופען נארמאל ביין נאמען? פרעג זיי..
און אז אונז זענען געווען שכנים מיטן סקול, ווי די חתונות פלעגן פארקומען כסדר, האבן מיר זיך געשפירט הויפט מחותנים.. און פלעגן שטיין ביים פענסטער פונעם זאל, לאנגע שעות.
אונז האבן שוין געקענט יעדנס יחוס, יעדע גראמער יעדע מוזיקאנט, און יעדענס מנהגים און משוגעת'ן.
ס'נאך דעמאלטס נישט געווען די וואן מען בענד, נאר גרעסערע בענדס מיט שפילערס, איינס האט זיך גערופן, 'קול מצהלות' איינס 'נגינה' איינס 'פרייליך', און אונז זענען געווען די גרעסטע מבינים, ווער ס'איז די בעסטע, ווער האט די בעסטע דראמער, און וועמענס דראמער איז א חיה.. און ווער ס'שטאמט פון וואו..
אלעס האבן אונז קינדער געוואוסט, וואס מ'האט נישט עכט געמעגט וויסן.
און אז אונז זענען געווען שכנים מיטן סקול, איז די נעבנדיגע פיש סטאר – אויף אדאמס לעין, אויך געווען שכנים.. שוין אביסל ווייטערע שכנים..
'קופערמאנס פיש סטאר' איז געווען איינע פון אונזערע סטאנציעס, ווי אסאך סחורה איז דארט פארגעקומען..
קודם כל, איז יענע גאס געווען א פארמאכטע גאס מיט א וואלד, דארט ביים פיש סטאר האט זיך עס געענדיגט, און מיט די יארן האט מען עפעס געעפענט א פורהאנג, און ס'געווארן א נייע סקווער! א בארג אראפ, און א רייהע גאסן מיט נייע פענימער אויף די הייזער, אויף די גאסן.
כ'זאג נישט! די קעצעלעך דארט וואוינען שוין אינעם סביבה זינט מ'האט געפאנגען דעם ערשטן פיש!.. אבער דאס זענען פילייכט געווען די עלטער עלטער זיידעס פון די היינטיגע קריכערס..
אזויווי אסאך הייזער האבן נאך געפעלט דארט, אויפן ארט ווי היינט איז באוואקסן מיט הייזער ווי מ'געבט זיך א קער, אזוי איז געווען מער וואלד, און מער נאטור.
היינט קוקן אויס די הייזער, ווי אונטער יעדע מילעך צאן וואקסט א באק צאן.. אונטער יעדע באבע הויז שטייט א קאמפלעקס מיט דירות אין די הייעך און אין די ברייט, פון די צאצאי צאצאינו.. צו סתם פריש לעכטיגע דורות מיט נחת.
אין יענע וועלדעלע נעבן די פיש סטאר און צווישן די הייזער, האבן מיר בייגעוואוינט סצענעס..
דארט שיעף אקעגן איבער, איז געווען די בודקע פון ר' מאיר צבי גרינוואלד – דער ציצית מאכער, וואס איז אגב געווען איינע פון די אויספלוגן, פאר די גאר יונגע קינדער, אין די טריפ וואכן.
איינמאל האבן מיר בייגעוואוינט ווי די ראזען ברודער למשפחת קופערמאן, שפילען דארט א ערנסטע שפיל וואס האט זיך כמעט געענדיגט מיט פעטש.. ווי איינער האט אריינגעשפארט דעם צווייטן אינעם בודקע דערנעבן, און דערויף האט דער צווייטער דעם צווייטן ארויסגעשפארט..
איינמאל האט פאסירט א שרעקעדיגערע עפיזאד.
איינער פון די משפחה פון די שכנים דארט, האט זיך פארגלוסט צו שיסן חיה'לעך אינעם וועלדל.. כ'ווייס נישט פונקטליך וואס ער האט געגלוסט, ווייל קיין כשר'ע בעלי חיים האט מען דארט נישט געפאנגען.. אבער מאכט זיך א פאל, און דער שיסער האלט א רעוואלווער – אזאנס וואס שיקט א ציפעדיגן פליק פארן באטרעפענדע בעל חי.
ער רופט אויס שנעל - צו אלע קינדער וואס שטייען און קוקן אויף זיין ווילדן שוואול טאג, אז יעדער זאל אנטלויפן, ווייל ער גייט שיסן..
און כרגע כמימרא פליעט א בולעט – אריין אין א יונגעלס פוס..
יענער לויפט אהיים מיט א געוויין, און דער טאטע קומט שוין צו לויפן מיט אנגעשמירטע וואנצן פון נאכטמאל, און קרייעט מיטן העכסטן טאן!
די רוצח!!! געב אהער דעם שיסער.. איך רוף די פאליציי.. די רוצח!!!
מיט דעם האט זיך עס געענדיגט, מיט א קורצן קאנפליקט און ווערטער אויסטויש, ווייל יענער האט זיך נישט דערשראקן און קיין פאליציי איז נישט געקומען, אבער ווי ס'פאלט איין איינעם צו שיסן אן אחריות, דעם פראגע הענגט מיר נאך אין געדאנק אן א ענטפער, אויב ס'בכלל פארהאנען..
[המשך יבוא בעזרת ה']
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווען איך דריי מיך צוריק אין אונזער בעק יארד, דערמאן איך זיך נאך זכרונות, פון די פארעם וואס מיין טאטע האט דארט געהאט, סיי פון פלאנצונגען, טאמעטאס און נאך ירקות, הינדעלעך, ציגעלעך, און אפילו פישעלעך, ווי איך האב מיר געפארעט אסאך, און געמאכט יום טוב אין די וואכן.
פון אונטער אונזער הויז, איז פארהאנען א שארטקאט, וואס מ'קומט אן אהין קיין מאנראו לעין, דארט אריבער וואוינט ר' טובי' צימענט דער געוועזער אויסנאמליכער ישיבה קעכער פאר לאנגע יארן.
ס'פלעגט אמאל זיין עטליכע העלצער פאר א סימן, כאילו זייער לאט גרייכט ביז אינמיטן שארטקאט, אבער כ'מיין זיי האבן פיין פאנטאזירט, ווייל אונזער מלוכה פירט אריין אין גרויסע שטחים פון אלע זייטן, [דאס איז שוין גאר א היסטארישע חילוקי דיעות, אריבער צענדליגע יארן, ואין אני המכריע..]
אבער פון די געפאשעטע גרויסע הינער, דערמאן איך זיך עפעס אינטערעסאנט.
צווישן די הינער האבן זיך געפונען עטליכע גרויסע רוסטערס.
א רוסטער – דאס איז א זכר האן, מיטן קאלירטע קלייד און הויעך שטאלצע קרוין, ווען ס'האט געטאגט ביים עלות השחר, האט ער זיך אויסגעצויגן דעם העלדזל, ווי איך געדענק גוט, און ארויסגעלאזט הויעכע תנועות מיט אזא ביטחון עצמי..
קורערי.. קו..קו!!! קורערי..קו...קו!!! עטליכע מאל, וואס די באדייט פון דעם געשריי אין לאטייניש, ווייסיך נישט, אבער ס'האט אנגעזאגט א פריש נייעם פרימארגן מיט געזונטע טוי און לעבהאפט.
מ'האט איינמאל גערופן מיין טאטן און געבעטן, אז מ'דארף האבן לעבער פאר שבת ביים רבין, און ס'איז עפעס א מאנגעל יעצט, אויב מיין טאטע וואלט געלאזט שעכטן א 'רוסטער' פארן רבינס וועגן לכבוד שבת קודש.
יא, מיין טאטע איז אייביג דא פאר יענעם, און ער האט מיך מיטגענומען צום רבינס הויז, מיטהאלטן ווי מ'גייט עס שחט'ן.
מ'קומט אן צום איינגאנג, איז געווען דעמאלטס אזוי אלע ערשטע הייזער פונעם שטעטל, אז אריינצוגיין צום קעלער, האט מען געעפענט צוויי גרויסע אייזערנע דעקלעך, און דערנאך האט מען ארונטער טרעפן געקענט עפענען דעם טיר אריינצוגיין.
די שווארצע דעקלעך האט מען פארשלאסן מיט א גראבן שלאס, פרעג מיך נישט פארוואס מ'האט געברויכט דעם שווארצן מאדנעם איינגאנג, און די איינפאכע טיר שלאס איז נישט גוט געווען.
אבער פלוצלינג זע איך דעם אלטן שוחט, הרה''ח ר' משה יצחק גרינוואלד ע''ה, דאס איז געווען א שוחט מיטן גאנצן קנאק און אויסזען..
ער איז געווען א רויטער היציגער, און מיטן פלאכע ביבער הוט אנגעטון האט ער געהאלטן דעם 'חלף' צווישן די ציין.. און ארויסגעזייעט זיינע ווערטער.
כ'מיין אז א הינדעלע וואס האט עהם געזען, האט שוין געקענט כאפן א הארץ אטאקע נאך פארן שפירן א מעסער.. אבער אונזער 'רוסטער' דער שטארקער זכר האן, האט מען געדארפט האבן כח אנצוהאלטן און בייקומען.. און דער שוחט האט דאס געדארפט קענען, און האט דאס געקענט!
ס'האט גענומען א אויגען בליק, און דער ווילדער האן איז געווען מאכטלאז, מ'האט עהם גע'שחט'ן לכבוד שבת, און די בלוט באזאלצן נאכן באשיטן מיט האלץ שטויב.
דאס איז נישט געווען סתם א שחיטה אויף א הינדעלע א קליינס, נאר א מלחמה מיטן טאטע האן, און כ'האב עס מיטגעהאלטן און גוט געדענק ר' משה יצחק – מיטן חלף..
גראדע איז דעמאלטס געווען אין בוטשער, בהמה פלייש וואס דער זיידע געלבמאן האט פארקויפט, און האט נישט געדארפט זיין פונעם סקווערע שחיטה, ווייל ס'אפילו נישט געשאכטן געווארן בימים ההם אין סקווער קיין בהמה פלייש.
היינט מיט דרייסיג יאר שפעטער ווערט פארקויפט און געגעסן בהמה פלייש לרחצה, אבער אין אונזער צייטן האב איך זעלטן געזען פאר די אויגן א שטיקל בהמה פלייש, און מ'האט עס ממש נישט געהאט אינדערהיים ביי אונז.
די בוטשער מיטן גראסערי מיטן קליידער סטאר מיט די איבריגע סטארס, אלעס איז געווען אינעם רויטן שאפינג סענטער, וואס יעדע טיר האט געפירט צו א צווייטע באלעבוס מיט זיינע סחורות, יעדע באלעבוס מיט זיינע קריאזע קאפריזן אין פארעם פון דיסציפלין.
אין גראסערי ווי ר' יוסל גראזינגער האט גערעכענט, עפעס געדענק איך אויך אז ר' משה נפתלי ברייער האט געהאט א פאזיציע דארט פון א פענסטערל וואס ער האט געמאכט ריווח צווישן די הויעכע פאליצעס ווי ס'זענען געלעגן די קינדער ווינדלען.
און שאולי ראזנבלום האט געפירט דעם געשעפט, און ער האט שוין געוואוסט פונקטליך וואס מיין מאמע דארף יעדע וואך און טאג פון גראסערי.. ווייל טאמער האבן מיר עפעס פארגעסן, האט ער געפרעגט מיט זיין שטילע שטימע, 'היינט דארפן ענק נישט קיין טשיז'?...
[זאל ער האבן א גאנצע רפואה ברמ''ח אברים ושס''ה גידים במהרה]
כ'געדענק אז ווען מ'האט געשניטן ברויט אין א 'סלייסער מאשין', איז איין צענדל געוען צעבראכן, איז אלץ געווען 'איין' גראבע ברויט..
ביים וועש סטאר האט געקלונגען א גלעקל ביים אריינקומען, און דער זיידע ר' מאיר ברוין ע''ה, האט געקלאפט מיטן האנט רעכענער, און ס'נישט געווען קיין געלעגנהייט זיך קווענקלען און שפילן, געקויפט באצאלט און א גוטן טאג..
כ'רעדט פונעם גלעקל, דאס איז געווען א ליבע שפילצייט אבער כ'האב דאס זוכה געווען צו ניצן נאר פורים.. אויך דעמאלטס ווען ר' דוד שטיינער זאל זיין געזונט, האט געקלעקעלט און געשנארעט צדקה פאר נצרכים.
א גאנצע יאר, האבן מיר אליינס געמאכט כלי זמר, דאס האט נאך מיין טאטע געהאט אלץ קינד, אויסגעשפיצט א מאנדל שאלאכטץ און דאס גלייכן, און ס'געווארן א פייפער פאר רפואה..
און מיט דעם האט מען געזונגען אלע מאדנע ניגונים וואס שטאמט פון אלע ערליי מקורות..
אנגעהויבן פון די לידער וואס די מאמע האט אונז געוויגט דערין, פון יו''ט ערליך און פון ברכות השחר אויף יידיש, וואס בשעת מיין מאמע האט געמישט די גריס אינדערפרי האבן מיר זיך אויסגעלערנט די לידער וואס זי האט מיטגעברענגט פון אירע יונגע יארן.
פול מיט אמונה וביטחון, 'איך גלייב מיט מיין גאנצע אמונה אז משיח וועט קומען, כאטש ער טוט זיך פארזוימען.. דאך וועט ער קומען, גלייב איך מיט מיין גאנצע אמונה..
און נאך פון די לידער וואס ליגן אונז אין די נשמה טיף איינגעווארצעלט, און אינטערעסאנטע לידער פון 'פעטער שלמה האט געהאט א פארעם'.. און נאך אסאך.. וואס מיין מאמע האט געהאט א גאנצע ביכל אפגעשריבן פון די סארט לידער, פון אמאל.
אונז קינדער האבן פאברעצירט פרישע ניגונים, נישט אייביג אזעלכע חשובע ניגונים, אבער ס'דאך געבליבן א זיכרון פון יענע יארן..
מ'פלעגט זינגען, 'חאכאם שאלאום, פון פדן ארם.. מיט ר' שמעון בוים, האט א פלוים, ער געבט א דראם..'
ווער חכם שלום איז געווען האב איך שוין געשריבן, און ווער ר' שמעון בוים איז געווען, וועל איך יעצט שרייבן.
ר' שמעון בוים האט געוואוינט אין שטעטל א משך יארן, און איז געווען א מלמד מיט אסאך שאיפה אז מ'זאל קענען חומש רש''י מיט אלע מפרשים, אבער היות ער האט געארבעט מיט א ווילדן מוח, איז ער געווען א געשמייכל ביי די יונגע און עלטערע..
און אסאך סיפורים האט ער געלאזט נאך זיך, פון יענע יארן צום שמייכלען.
[כ'וועל אויסזאגן א סוד, די קליפ שרה וואס איך האב געמאכט, איז עהם נאכגעמאכט..]
קינדער האבן אלץ אריינגעשטעקט די נאז אין יעדענס פריוואטע לעבן, און מיר האבן געקענט יעדנס לעבנס שטייגער קליפ און קלאר, ר' שמעון בוים האט געהאט ביי אונז קינדער א זאטע בלעטל..
און אז כ'רעדט שוין פון אונזערע שפילערייען און פארוויילען, פלעגן מיר כאטשיג ווען זיך פארשטעלן און טאנצן אין די גאסן, פאר עטענטשען.
ווי האבן מיר געהאט פארשטעלעכץ אויסער פורים טעג?
צווישן די חסדים פון מיין טאטע, האט ער אריינגענומען פאר לאנגע פעריאדן, געוויסע משפחות עלטערע, צו איינזאמע יודען, צו וואוינען אין די דירות אונטער אונז.
איינער פון די תושבים, האט געהייסן ר' יאנקל מאליק ע''ה, ס'איז דא אין מיינע זכרונות נאך א יאנקל מאליק, ער לעבט נאך אבער.. און זיין היסטאריע שפינט זיך נאכאלץ..
אבער יאנקל מאליק וואס האט געוואוינט ביי אונז, האט געארבעט ביי מיין זיידן אין קאפל פעקטארי, און ער האט שפעטער איבערגעלאזט א שפע פון הוטן, נעקטייס רעקלעך און נאך קליידער,און דאס האבן מיר גענוצט יעדן טאג א צווייטע..
איך געדענק אז שפעטער פלעגט ער קומען נאר אויף ימים טובים און ראש השנה יום כיפור, און ווען ער פלעגט עסן ביי אונז די סעודה, פלעגט ער מיך נעמען אויפן שויס, און געזינגען א זמר'ל..
'לערנען לערנען, לערן מיר כסדר.. לערנען גמרא, חומש מיט רש''י, פרעגן מיר א קשיא..'
אזא זמר'ל פלעגט ער אלץ מיט מיר זינגען, און געבן גוטע זאכן מיט ליבשאפט, קוקט אויס אז ער האט נישט געהאט קיין משפחה און קיין קינדער נאך זיך.
דער צווייטער יאנקל מאליק, איז א פלאמבער, א תמימות'דיגער יודל, וואס נאך יענע יארן האט ער געהאט געשלאגן היסטאריע און מיט זיינע ארבעטס קליידער דערמאנט ער פון דעם יודל וואס דער בארדיטשובער רב האט געטראפן שמירן די רעדער פונעם וואגן, און דאווענען..
'געב א קוק באשעפער.. אפילו אינמיטן ארבעטן דאווענט ער'.. האט דער סניגורן של ישראל געלערנט א מליצה..
איך מיין יענער איז געווען יאנקל מאליק..
און אין א שפאציר היינט אין שטעטל סקווער, איז עס גאר אנדערש פון אמאל, ווען נאכן גאס פונעם שול, סוף טרומאן, איז דעמאלטס געווען א גרויסער שטיק זומפ! קאטשקעס האבן געשווימען צווישן די סכך זאנגען און וואסער פלאנצונגען.
היינט איז עס א גאנצע נייע שטעטל דארט ארויסעבויעט, און דאס זומפ האט מען קונצליך פארפירט ערגעץ אנדערשוואו.
איין זאך איז נאך ממש ווי אמאל, די 'ברינעם', ווי מ'שעפט יעדע מוצאי שבת פארן רבינס הבדלה פאר 'בארה של מרים', און ביי מים שלנו פאר די מצות, ביי ר' ישעי גבאי'ס הויז.
מ'פארציילט, אז א אלטע בחור האט מען אמאל געטראפן זיצן אויפן ברינעם דריי אזייגער פארטאגס, און ער האט געזאגט, אז דער זיידע יצחק, דער זיידע יעקב, אויך דוד המלך האבן געפונען זייער זיווג ביים ברינעם.. ווארט ער אויך אויף איר..
די שול אליינס האט אנדערש אויסגעזען און פארגעגעבן, אויף א קלענערע מאסשטאב ווי היינט, און מ'האט דעמאלטס געקענט אין א ווינטער שניי, אראפגליטשן פון פראנקס בארג, גראד ביזן טיר פונעם שול מיט איין גזירה שווה..
אז א דערוואקסענער האט זיך פארגלוסט צוגיין אויפן גלוטשיגע בארג ווען אונז האבן געגליטשט, איז ער געווען אומשטאנד מיטצופליען מיטן שליטן אונזערע, ביזן שול..
די ישיבה וויפיל איך געדענק, איז געווען אנדערש געקנעטן ווי היינט, פארשטייט זיך, אויף אסאך קלענערע פארנעם ווי היינט, און דאס האף איך צופארציילן מער ווען כ'וועל זיין שפעטער אין די ישיבה יארן.. בעזרת ה'.
אויך נעבן די שול, איז געווען דעמאלטס פארקירט אסאך באסעס, אויף 'בעיבי אייזעהאויער' ווי מ'פלעגט עס רופן.
אויפן שטח ווי ס'איז היינט נעבעך נאכאמאל וויסט.. ווי ס'געווען נישט לאנגע צוריק די שריפה פון ר' משה מנחם טויבנפעלדס הויז, און פון דארט פלעגט מיין טאטע אנווארעמען די באס יעדע פרימארגן און מוצאי שבת נאכן זמן.
איי די באסעס..
זאל איך אנהייבן רעדן וועגן יענע צייטן?
[נעקסט טיים! בעזרת ה', א גוט שבת אלע לייענער!]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 5:12 pm
דורך מנשה לוסטיג
ווען דאס שטעטל איז נאך געווען אין די 'מ' יארן, האט זי געהאט אויסצושטיין צרות אינעם הינזיכט פון די 'סקווערע באס' וואס איז געגערונדעט געווארן פאר די ארבעטס יודען וואס זענען דערמיט געפארן צו די ארבעט.
ס'געווען א קאמפאני 'מזל' וואס האט זיך געגרינדעט אקעגן דעם, און כ'געדענק באמת נישט גארנישט נאר וואס כ'האב דעמאלטס קוים געהערט, אז ס'איז געווען שווערע געפעכטן און שאדענס, ביז מ'האט אדורכגעלעבט יענע קאשמארן.
מיין טאטע זז''ג איז אריין אינעם קאמפאני ארבעטן, בערך פון יאר תשמ''ה – ווען חיים לונגער זיין נעפיו, וואס האט געהאט די בעלות אויפן קאמפאני, שוין דעמאלטס מיטן נייעם נאמען 'מאנסי טרעילס', איז עהם זיין ווייב געשטארבן ל''ע, און מיין טאטע זעענדיג ווי ער איז זיך מייאש פונעם ביזנעס לויטן גייסטישן מצב זיינע נאך דעם טראמא, האט מיין טאטע איבערגענומען די לייצעס.
א רונדע פון צען יאר האט מיין טאטע מקריב געווען גאר אסאך ענערגישע קרעפטן, לטובת דעם קאמפאני, און דערמיט דערהאלטן דעם ביזנעס אויף גאר א הצלחה'דיגע שטאנד, ממש א גאלדנגרוב וואס עס האט זיך אנטוויקעלט.
פון פארטאגס גאנץ פרי,ביז שפעט אין די טיפע נאכט שעות, האט ער פארברענגט דארט, נישט נאר מיטן זיצן ביים דעסק און קאפ ארבעט, נאר מיטן פארשמוציגן די הענט און קליידער פארן ארבעט אין די קאמפאני וואס עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, אין יעדע אפטיילונג.
די קאמפאני איז באמת געווען אין די משפחה, ווען די זיידע ע''ה אט אסאך מיה אריינגעלייגט צו העלפן, און אויך די איבריגע משפחה מיטגלידער, אז חיים זאל מצליח זיין און שטייגן מיטן קאמפאני וואס האט זיך טאקע אנגעזען אין די הצלחות, און אויך אין די קינאה פון אנדערע דורכאויס די קומענדיגע יארן.
כ'האב נאך א בינטל עפיזאדן פון די חדר לעבן בימים ההם, און כ'וויל עס פארציילן און דערמיט פארענדיגן יענע קינדערישע תקופה און אריינטרעטן אינעם קומענדיגע תקופה אין מיין לעבן – מיין בר מצוה יארן.
אין די עלטערע חדר יארן, האבן מיר דאך געהאט נאך סדרים אינעם טאג, ווי 'משניות' און נאכער 'ענגליש און חשבון' לימודים סוף טאג, און ממש צונאכטס, אין חדר שני פונעם שול, איז געווען סדר 'מתמידים'.
די משניות מלמדים זענען געווען א געשיכטע פאר זיך.
רוב פון זיין נישקשה פיינע יונגעלייט, וואס האבן געזאלט אויסלערנען די מסכתות משניות פון סדר מועד און קדשים, ווי מיר האבן אדורכגעלערנט, מגילה, ראש השנה, יומא, סוכה, זבחים, מנחות, וואס אויסער די פיקטשער משניות האבן מיר צומאל געהאט אסאך פאן אויך..
ס'געווען מער וואוילע מלמדים ביי משניות, ווי למשל, האבן מיר געהאט א משניות רבי – ר' יואל אשר פישל הי''ו, וואס האט געמאכט זיכער כמעט יעד פאר טעג צו וואך, אז ס'זאל זיין עפעס א סיום..
ווען ער האט געהאט – צו ווען ער האט געברענגט לכתחילה, נאש און טרונקען, האט ער אויסגעארבעט א סיום אויף עפעס..
ניסלעך און פאפקארן וואס ער האט פארמאגט אסאך – כ'ווייס נישט פון וואו.. זענען געווען די הויפט סיבה וואס האט גורם געווען אז ס'זאל פארקומען א סיום גאר אפט.. און מיר האבן עהם זייער געגליכן, סיי וואס קיין פעטש איז נישט געווען קיין רעדע ביי עהם, דאגעגן אנדערע וואס האבן יא געשפארט דעם סיום אויף סוף יאר, און האבן יא גענוצט קנסות און קרבנות..
מ'דארף אינאכט נעמען, אז אונז זענען דעמאלטס געווען גרויסע קלאסן פון דרייסיג קינדער אין א קלאס, וואס מ'האט געדארפט האבן ריכטיגע געדולד אונז צו האלטן אין די ראמען נאך א טאג חדר.
צו ענגליש האב איך געהאט א פריוועליגיע, אז מיין זיידע ע''ה איז עפעס געווען געפערליך אקעגן לערנען ענגליש, און האט מיך נישט געלאזט בלייבן ביי דעם סדר, אבער ווען מ'האט דעמאלטס געמאכט אויך די סדר פון לימוד חשבון, וואס מ'האט געלערנט לסירוגין, איין טאג ענגליש איין טאג חשבון, האב איך זיך שוין נישט געקענט ארויסדרייען, און כ'האב געמוזט בלייבן ביים חשבון לערנען.
איך קען זאגן, אז ס'נישטא קיין איינער וואס האט זיך פולקאם אויסגעלערנט ענגליש אדער אפילו חשבון, דורך די לימודים און סדרים, ווייל נישט גענוג אז די מלמדים און טיטשערס ביי די סדרים האבן אליינס נישט געקענט קיין רעכענען און קיין פרעמדע שפראך ווי עס געהער פאר איינער וואס ברויך זיין דער לערער, נאר אפילו די הלוך ילך איז געווען א בדיעבד'דיגע ממש אויף א גאר קרומע שטייגער.
דער פרינציפעל פון די לימודים האט יעדן טאג געכאפט אפאר מחוצפים און זיי משנה צורה געווען.. אז ס'האט מיר געשיינט, אז אויסער דרך ארץ און דיסדיפלין, האט מען גארנישט אויפגעטון דארט, און אפילו דאס אויך נישט..
אין כיתה ו' האט מען מיר אריבערגעטוישט צו די פאראלער קלאס, כ'ווייס נישט עד היום הזה פארוואס.. הכלל האבן זיי די קינדער דארט געהאט עפעס א מאדנע מנהג, זיי פלעגן אין די ווינטער 'באקן עפעל' אויפן פארשטונקענעם גרויסן שטויביגער 'סטים'.
ס'האט געשטונקען און צומאל געשטערט די ריינע לופט אין קלאס, און אפשר פארדעם האבן זיי עס געטון, גיי קריך אריין אין די מוח פון קונדסים..
אבער די זעלבע חברה לייט האבן דעם מנהג ממשיך געווען אין ישיבה קטנה אויך, ממילא בין איך נישט קיין מבין אויף יעדענס געבוירענע שיגעונות.
די סטימס אין חדר זענען געווען אזעלכע אנטיקן, ס'האט געליעקט יעדע פאר וואכן, און געמאכט אזעלכע גערידער אז צווישן די הונדערטע זאכן וואס דער מענדיטשער האט באזוכט אין קלאס, איז ער געווען מלא חמה אויף די עפל באקען אויך, וואס מ'איז מקטיר אין אונזער כיתה אויף 'זיין' סטים..
מ'פלעגט זיך ווערטעלן צווישן אונז קינדער, אז די חדר בילדינג איז צוזאמגעקלעבט פון 'סקאטש טעיפ'.. ווייל יעדן טאג איז עפעס אנדערש געשען, אמאל געפלויגן א פענסטער אמאל געשיילט די ווענט אמאל לעכער אין די פייפס אמאל לעכער אין די דאך.
ס'איז באמת געווען א אלטע בילדינג פון א שפיטאל, ביז מ'האט עס אפגעקויפט מיט עטליכע יאר פאר איך בין געבוירן.
ווען מ'האט נאר געבויעט עפעס דארט, און די רויעך האט פאר'רייכערט אביסל, איז באלד געווארן יום טוב.. די פייער בעל האט זיך געלאזט הערן מיט פאניק, און מיר זענען געלאפן אויפן גאס אראפ פיר שטאק, כתינוק הבורח מבית הספר..
אויך ווען די 'אינספעקטורס' זענען געקומען אין חדר, האבן מיר זיך באלעקט מיטן מצב, ווייל מ'האט 'געמוזט' געבן אלע גוטע זאכן וואס די שטאט האט פארלאנגט, ווי צום ביישפיל אראנדש דזשוס און אלערליי ירקות און פארשידענע סארט פרישטיג, סיי טונא סיי אייער סיי גריס.. דאס איז פאר אונז געווען א מחי'..
אלע קינדער האבן דעמאלטס באקומען קליינע באטלעך מילעך אין די קארטענס, און מ'האט הנאה געהאט צוזען ווי די מענידזשמענט פראבירט געפעלן די הויעכוויקסיגע 'אינספעקטארס' וואס דארפן צו קלערן אז יעדן טאג איז עס אזוי, וואס טאמער האבן זיי געהאט שכל צוקאפענס, וואלטן זיי געזען אונזער שמייכל ווי איינער וואס איז יעצט באפרייט געווארן פון א הונגער לאגע..
ווי הונגעריג מ'האט געקענט זיין, ביך איך אליין געווען אסאך הונגעריגער.. איך האב געהאט א אפעטיט אויפן צונג.. און כ'געדענק איך פלעג זייער ליב האבן די וועטשטיבעל סאלאט, ווייל רוב עסן דעמאלטס איז געווען גוט פאר הונט און קעץ – אפשר אויך נישט..
סאלאט איז נאטורליך געוען געשמאק, און כ'האב צוזאמגעגאסן פון עטליכע קליינע טעלערס – וואס מ'האט געטיילט, צו איין אנגעשטאפטע טעלער, און עס מיט פלייס אראפגעשלונגען מיט די וועלטס הונגער..
איינמאל האט מיין מלמד באמערקט ווי איך שלונג אזוי.. און ער פרעגט מיר, וויפיל טעלערס האסטו גענומען? איך בין זיך מודה, זיבן טעלערלעך!
הא הא הא.. קראכט ער אויס אין א סארקאסטישן געלעכטער, און מאכט שטיל דעם לאנטש רום, און הייבט אויף די זיבן טעלערס וואס ער טרעפט, און צייגט פאר יעדן, דער יונגעל קען עסן זיבן טעלערס פאר מיטאג!!!
איי, ס'זענען געועון קליינע טעלערלעך כ'וואלט געזאגט גלעזלעך.. און אויך נישט קיין אנגעפולטע, אבער צו מאכן צושפאס א קינד, האט געשיינט צוזיין זיין נחת און אפעטיט.
גראדע, האבן מיר עטליכע יאר געהאט א גאר גוטע קעכער, האט ער געהייסן ר' יודל דאסקאל, ער האט געקאכט מיט הארץ און געפיל, און אפילו געגעבן יעדע ערב שבת און יעדע ראש חודש, טשאקאלאד מיט מינד, פאר אלע קינדער, זיין טשולענט און זיין זופ איז געווען באמת א מחי' אז כ'שפיר עס נאך צווישן די גוימען..
ער פלעגט שרייען אסאך.. 'האסטו געהערט א קושיו פאיע נעקי..' גייטס אוועק פון דא קינדער.. שושנת יעקב..
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס די סלאגענס האבן געדארפט מיינען, אבער ער איז געווען זייער א פיינער קעכער, בעסער ווי דאס ווארט פיין איז..
נאך עהם איז אריינגעקומען א פרעמדער קעכער פון מאנסי, נישט קיין אונזעריגער..
ער איז געווען א פארשטונקענער קעכער, א קארגער ווי לוט'ס ווייב.. ער האט געקארגט אויף פלעסטיגע עסצייג, און אליין געטיילט די עסן ווי מיר וואלטן געגעסן ווי מייזלעך.. אזוי האט ער געקוועטשט מיטן האנט יעדע הויפן און געלייגט אין די פלאטערדיגע פעיפער טעלערס, וואס די חדר האט באקומען פאר ביליג..
צו דעם איז ער באקאנט געווארן אלץ א פארשוין מיט לויזע הענט.. וואס די עלטערע קינדער האבן פון דעם געמאכט א קאשע..
זיי האבן געבונטעוועט קעגן עהם, און ביז דער מנהל האט זיי מתיר געווען נקמה צונעמען פון זיינע חזערישע מעשים, און איין טאג האבן מיר קינדער געזען ווי די כיתה ט' קינדער [וואס האבן יענע יארן געטראגן א מאכט ווי די ווערמאכט פונעם חדר, וואס אפילו מלמדים האבן געהאט פאר זיי פארכט..] זיי זענען געלאפן מיט ריטן און כלי מלקות, און מ'האט דעם קעכער געגעבן – לפי השמועה, גוטע מכות אויף די זייטן.
יענע כיתה ט' קינדער, זענען געווען אין אונזערע אויגן גיבורים.. יא, די היינטיגע זיידעס פון יאר תשע''ד זענען געווען יענע כיתה ט' קינדער.. איך געדענק זיי ווי היינט, מיט די קינדער הויזענס ווי ס'האט אראפגעהאנגען א שטרענגל שליסלעך מעשי משה גרויס..
לכאורה האבן יענע שליסלעך נישט געהאט קיין גרויסע ניצן, ווי מיר אלע ווייסן דאס פון אלץ קינדער.. אבער ס'האט געמאכט דעם רושם, אונז זענען די גרויסע קינדער.. די באלעבאטים פונעם חדר!
און אונז קליינע ראצערס פלעגן זיי נאכזינגען, 'כיתה טית כיתה פרעס'.. ווייל זיי האבן געהאט די פריוועליגיעס פון די מלמדים, וואס האבן אויך געהאט באזונדערע גוטע שפייז ווען זיי האט געשמעקט, ווי למשל 'לויזע אייער' אדער אייערשפייז, אדער געבראטענע צוויבל.
אונטער דעם גרויסן מחיצה, ביים עק עס-זאל, איז געועון די ווינקל ווי די מלמדים פלעגן זיך גוט אנעסן מיט כל טיב וטוב, און ביים אפווישען די שנויצען מיט זעטע, האבן זיי זיך גענומען רעאגירן אויף אונז, אויפצועסן די ארעמע הארטע ברויט, און אויסגטרוקענטע לאקשן קוגל צו ווייסעך וועלכע חפצים וואס זענען נישט געווען ראוי לאכילת כלב.
שפעטער אין מיינע עלטערע קינדער יארן, איז אריינגעקומען א נייע קעכער א היימישע – ר' יצחק סורקיס הי''ו.
אוי ווי מיר האבן עהם געקושט די זוילען.. די פיינע עסן און רחבות וואס ער האט צוריקגעברענגט, איז געווארן א שם דבר, ווי כאילו מ'האט געעפענט דעם אייזערנעם פורהאנג..
מ'פלעגט אלע יארן ווארטן ביים טיר פון די צווייטע שטאק, ווי די לאנטשרום און קינדער שול איז געווען, און ווען דער לאנטש רבי האט געעפענט די אויבערשטע שלאס, האט מען געשריגן - אפע...ן!!!! און ס'האט אריינגעשטראמט קיין עין הרע הונדערטע קינדער, און הונגעריג ארויפגעפאלן אויף די ווארעמע פרישטיג.
און ווען יצחק סורקיס איז געווען קעכער, איז ער ארומגעגאנגען מיט א ריזן שיסל אויפן פלייצע, און געשריגן 'ווער דארף רעיטעך? ווער דארף נאך טאמאטעס..? ס'געווארן א שנת שובע..
און ווי מ'זאגט אז ווען ס'רעגענט גיסט.. ס'דעמאלטס אויך אריינגעקומען א נייע פיקסער מען.. ר' לייבוש דאנציגער הי''ו, וואס צו יעדע זאץ! האט ער געהאט א גראם אויפן פלאץ!
כ'האב שוין דעמאלטס אנגעהויבן זען אביסל ליכט אין לעבן.. ס'האט זיך מיר דעמאלטס שוין אנגעהויבן שפירן אביסל לוסט אין לעבן, דאס עסן און דאס מענידשמענט איז געווארן בעסער, אויך א נייע מנהל האבן מיר באקומען אין די עלטערע קלאסן, וואס כ'קען קלאר זאגן, וואס אנדערע האבן אויסגעטייטש אויף עהם שטרענג, האב איך דווקא אונטערגעשטראכן אלץ איש היושר!
פארדעם איז געווען א גרויסע קאראפציע פון פראטעקציע, און אסאך קינדער זענען געווען נרדפים פון די הנהלה אליין, דאגעגן ביי דעם נייעם מנהל, וואס האט געהאט פאר די אויגן צוויי הויכפונקטן, וואס דערויף האט ער געשטראפט, דאס זענען געווען 'חוצפה און ליגענט'.
מ'האט געציטערט פון עהם, אבער איך האב זיך מיט עהם מחיה געווען, ווייל יושר האט געדינט גלייכבארעכטיג, און ס'נישט געווען קיין אויסנאם פון קרובים און רייכע, אלע זענען די זעלבע באהאנדעלט געווארן, א שקרן און א עזות פנים האט פארלוירן די מוט, זיך צו האלטן גרעסער, ווי ס'געווען בעפאר.
מ'פלעגט זאגן א ווערטל, אז יעדע זאך האט ער מלבש געווען אין די צוויי, אז ס'ליגענט אז ס'נישט חוצפה.. אבער נישט געווען מער ווי א ווערטל, ווייל איך האב געשפירט גאר מוצלח און געשעצט און גלייכבארעכטיגט זייט דעמאלטס.
איך פלעג די יארן פארדעם דארפן ניצן פרייוועטס, וואס האבן געמאלקן פון מיין טאטן די סכומים על לא דבר, ווייל כ'האב מיך גארנישט אויסגעלערנט, אבער גארנישט מיינט גארנישט.. ס'געווען א עבירה די געלט ווי מ'זאגט.
און נאך אלע מעשיות האב איך קיינמאל נישט געקעט ביים פארהער, ס'פלעגט זיין א ספעציעלע פארהערער פאר די שוואכערע, ר' יעקב גרשון ראזנפעלד ע''ה, איך בין קיינמאל נישט ארויסגעקומען קיין הונדערט פראצענטיגער מצוין.
אפילו איינמאל וואס כ'האב געהאט א פארקלעבטע צעטל פון יעקב גרשון, וואס כ'האב געזאלט געבן דעם מנהל, און כ'האב עס בגניבה געעפענט אין טוילעט און געליינט..
דארט איז געשטאנען אז כ'האב גאנץ גוט געקענט, אבער.. נישט בשלימות! און שפעטער ווען דער מנהל האט געגעבן די מארק פארן בחינה, איז געווען קלאר און דייטליך 'נישט געקענט' [!].
עפעס ביים נייעם מנהל, האב איך נישט געדארפט מער קיין פרייוועטס, כ'האב פלוצלינג מצליח געווען, און געענטפערט די זעלבע שטייגער ווי אייביג, און ארויסגעקומען א געקענטער.. א פלא!
יא, דער נייע מנהל ווען ער האט אראפגעלאזט א פראסק פאר א מחוצף, האט עס געקלונגען פון וואנט צו וואנט, ס'געווען טאטע פעטש! אבער ס'האט זיך אויפגעהערט די קאראפציע, און אפילו די כח פון 'כיתה ט' האט ער מבטל געווען, און איינגעפירט רעכטע דיסציפלין און דרך ארץ אינעם חינוך און אינעם חדר.
איך גלייך יעצט צו גיין א טרעפל העכער, און אנהייבן א נייע תקופה אין מיין לעבן, אין די יאר פון מיין בר מצוה ווערן.
ס'געווען שנת תש''ן ווען כ'בין געווען צוועלעף און א האלב יאר אלט.
ס'האט דעמאלטס אויסגעבראכן די היסטארישע 'גאלף וואר' – די 'איראקער מלחמה' דורך 'סאדאם כוסעין' ימ''ש, וואס האט געהאט אין טרוים איינצונעמען דעם מיטל מזרח און בעיקר דעם הייליג לאנד, אונטער זיין באזיץ.
ס'איז עהם נישט געגאנגען פונקטליך ווי גע'חלומ'ט, ער האט זיך באלד אנגעשטויסן מיט א קעגן קריג פון די וועלט מאכטן, אבער ס'געווען א הייסע מלחמה!
די מצב האט אנגעזייעט אין אונזערע הערצער טעראר און פחדים, טאג און נאכט, יענע גאנצע זומער, האבן מיר געהערט נאכאנאנד ווי די מלחמה גייט שטערקער און שטערקער.
שפעטער אינעם ווינטער פון תשנ''א, איז די מצב געווארן מער און מער אנגעצויגן, אז זייער אסאך האבן זיך מתיר געווען צוצוהערן די ראדיא 'בקביעות'.
אויך צייטונגען האבן אריינגעדרינגען אין שטעטל מיט דעם היתר – שלא ברשות, און ס'דעמאלטס אויך ערשינען א צייטונג 'די חרדישע טריביון' וואס איז אנגעקומען אין די פאסט, און האט פורץ געווען דעם גדר אין שטעטל, ווי צייטונגען האבן נישט פארנומען קיין ארט, און ראדיא אוודאי נישט.
דא, משום פחד המלחמה, איז הותרה הרצועה בגדול, און ס'געווען א שווערע געפיל עס אפהאלטן צוליב די שרעק און נייגער צו וויסן ווי די מצב האלט, ביי אחינו בני ישראל בארץ הקודש.
ס'געפלויגן פון איראק, א צאל פון פערציג סקאד מיסעלס, צו וויכטיגע צילן אין ארץ ישראל, וואס רוב פון זיי האבן נישט געשעדיגט קיין ערליכע מקומות, און מ'איז דארט אפגעקומען מיט פחד מוות, אנגקליידענדיג 'גאז מאסקעס' און שיצענדי זיך אין פולע בונקערס מפחד אויב.
מיין זיידע ע''ה, א יוד וואס איז שוין אריבער אין זיין לעבן גאר אסאך געפארן, ער איז געווען א זעלנער ביים ערשטן וועלטס קריג, אום יאר תרע''ד, ווי ער איז געשטאנען מיטן פנים צום שונא, אפגעריקט אינגאנצן צוואנציג מעטער!
א פליט פונעם האלאקאוסט – פארלירנדיג א ווייב און צען קינדער אויפן בלוטיגע ערד אין אייראפע, און היינט תשנ''א א יוד פון 92 יאר, האט געציטערט, ממש געשיווערט! וואס דא וועט זיין, און ער האט מיך געזאגט דעמאלט.
איך האב נישט קיין כח פאר נאך א וועלטס קריג.. ס'נישט פאר מיינע נערווען.
ער האט נישט דערלעבט צו זען די גוטע ענדע, יענע יאר פורים, ווען מ'האט באזיגט דעם שונא 'טיילווייז', און אראפגעקלאפט דעם קריג ביזן גרונד, פאר כאטש צוויי צענדליג יארן.
איך געדענק אז די אויפגעקלערטע זענען געווארן בעלי דרשנים און פארציילט וואס זיי האבן אלץ געוואוסט פון די ראדיא טעלעווישן און ווייסעך וועלכע צייטונגען וואו זיי זענען געשווימען דארט טאג און נאכט, ווי צום ביישפיל, איז געווען איינער פון די ענגליש טיטשערס – אותו האיש ראטנבערג שר''י, וואס האט אסאך פארציילט פאר די תמימות'דיגע קינדער וואס עס טוט זיך אפ אינעם איינגענומענעם געביט 'קאוועיט' דורך די איראקע מערדער מיט גרויס אכזרות.
אונז קינדער אליין האבן גאנצע נעכט גע'חלומ'ט פון די שרעקעדיגע עפיזאדן און ווי גרויס די שרעק אלץ גרעסער איז געווען די שמחה ביים הערן די מפלה פונעם שונא אום פורים תשנ''א, מיט גרויס פייערונג.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 8:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
טייערע לייענער, איר וועט מיר מוזן פארגעבן. איך האב נאך עטליכע שורות צו פארציילן פון די פריערדיגע יארן, און כ'וויל זיי יעצט משלים זיין, פאר איך בין ממשיך, כדי עס זאל נישט אויסגעלאזט ווערן.
כ'וועל עס יעצט שרייבן דא, כאטש ס'איז נישט על הסדר, אבער בבוא היום און כ'וועל עס איבערארבעטן על הסדר, וועט עס כאטש נישט זיין פארגעסן, בעזרת השם ית'.
מקודם, פון די ערשטע זכרונות מיינע פון די גאר יונגסטע יארן, איז מיין חומש סעודה, וואס איז בימים ההם געווען אנגעפירט דורך דעם באקאנטער מחבר פונעם 'אלף בינה' – ר' חיים פריד ע''ה.
ר' חיים איז דווקא נישט געווען מיין מלמד, אבער ער איז געווען 'דער כיתה אלף מלמד' אויף אלע הינזיכטן, סיי מיטן אויסלערנען די ריכטיגע דרך הלימוד, כאטש נאך אויף א שטרענגע שטייגער, אבער אויף א קונצליכע וועג, וויאזוי ס'זאל אריינדרונגען די הייליגע אותיות אינעם ריינעם קעפעלע פונעם קליינעם מתחיל.
כ'געדענק אז ער פלעגט זיצן אויף א סטעיטש [טריבונע] אין זיין קלאס, און מזמן לזמן פאר'רייכערן א ציגאר, און די רויעך און זיינע שטרענגע אויגן, און הויעכע שטימע האט אונז פארטריבן פון שטיין און קוקן אריין אין זיין קלאס ביים פירן זיין כיתה, כאטש ס'האט געצויגן מיט נייגער, ווען ער האט אלץ געלאזט די טיר אפען, און ער איז געווען דער 'חדר פירן רבי' פאר אלע קינדערלעך.
מ'האט דעמאלטס נאך געזאגט אקוראט דעם נוסח וואס ער האט געברענגט פונדערהיים, מיטן מנהג טוב פון א חומש סעודה, און כ'געדענק מיר זענען געשטאנען אויף צפון זייט פונעם אלטן היכל, נעבן די הויעכע שויבן פון די חדר שני, און מ'האט געזאגט הויעך 'אליהם – צו זעי..' פון א אויסגעצויגענע מגילה אין גרויסע בוכשטאבן.
אלע קהילות און מוסדות האבן נאך עהם נאכגעמאכט דעם מנהג פון חומש סעודה, אבער שוין נישט אויף דעם גענויע שטייגער.
און אז מ'רעדט פון ר' חיים וואס איז געווען א מייסטער אין נגינה, און בכלל א איש האשכולות, איז כדאי צו דערמאנען פון מיינע זכרונות ווען זיין זון ר' יחיאל שמואל האט אנגעפירט די קאפעלע, וואס פון חנוכה געדענק איך גוט, איז עס געווען מיטן גענויע קנייטש – און בעל כרחו אויסגעהאלטן..
ס'איז געווען שטרענג געהאלטן דעם תנועה, און א מארטש איז געווען ווי ממש אין א קריג.. ס'האט געקלאפט ווי א שווייצע זייגער, כ'בין נאך געווען קליין, אבער דעם טאקט און שטרענגע קאפעלע מייסטער האב איך אריינגענומען אין זיכרון קעמערל..
ער האט נאך דעמאלט געהאט א פעך שווארצן בארד, און זיין פאטריכאלישער אויסזען האט געפאסט פאר א מארטש פירער, און אסאך גרויסע און קליינע טעיפריקארדערס זענען געליגן צופיסעס פונעם כא''ר, וואס האבן מיט אינטערע אפגעכאפט יעדע נאכט פון די חנוכה מסיבות ביים רבין, די פארשידענע געזאנגען און געבעטן.
רעדענדיג פון טעיפריקארדערס, וואס איז היינט כמעט א פארגעסעניש, בליצט מיר אויף אין געדאנק די 'קארדלעס פאוינס' מימים ההם, וואס ווען מ'האט געהאט א טעלעפאן קאל, האט מען געדארפט עפענען, א לאנגע לאנגע דינע הארן אויף ארויף, און אזוי רעדן..
יא ר' אליעזר פאזען אונזער מנהל אין די מיטעלע קלאסן אין חדר, האט כאטשיג ווען אינמיטן פארהער ארויסגעצויגן דעם אויסנאמליכער קארדלעס פאון, און באהאנדעלט מצבים מיט ערנסטקייט.
מ'פארציילט א ווערטל, וואס איז אמת, אז גאנץ אנהייב צו ביים יוגענד פונעם 'סעליולער פאון' האט דאס פאסירט, אז נאר די גאר רייכע ערלויבט דעם פראדוקט, קודם איז עס געווען א 'קאר טעלעפאן', און אז מ'האט זיך מיט עושר איינגעהאנדעלט אזאנס, האט מען געדארפט האבן מזל אז אלע זאלן וויסן און אריינקלונגען ווען אלע זעען..
איז אמאל געזעצן אזא עושר ביים וואסער, און ס'קלונגט עהם אין די בגדים די 'הייליגע טייערע סעליולער'.. ער לויפט מיט איין אטעם, און הייבט אויף מיט גרויס פרייד דעם חפץ של עשירים.. און מ'הערט ווי ער שרייעט און בעט זיך און ווארענט..
יו אר שור.. יו אר שור יו העוו א ראנג נאמבער? ביקאז איי עמ מיסטער בערגער – איף יו לוקינג פאר מי..
נעבעך געווען א ראנג נאמבער..
אויך די קאמפיוטער איז מתחילה געווען זייער תמימות'דיג, און נאר גרויסע קאפ ארבייטער האבן עס גענוצט, ווייל עפעס אנדערש איז עס בכלל נישט געווען דעמאלטס נוצבאר, כ'געדענק אז איינער אין סקווער האט עס געהאט, און מ'האט געזאגט אז ער ארבעט אויס דעם נייעם סקווערן סידור, עס מגיה צוזיין און דאס גלייכן, מיטן קאמפיוטער..
זע איך שוין ווי ער האט געארבעט דערויף, ווייל ס'האט גענומען נאך צוואנציג יאר ס'זאל ערשיינען, און וכולי האי ואולי האט יענער געהאט א שוואכן האנט אינעאם פראדוקציע.
נאך אפאר שפרענקלעך פון מיינע יונגע זכרונות, איז ווען 'גאווערנאר קאומא דער ערשטער' איז געקומען אין שטעטל און להבדיל געגראבן דעם ערשטן שאוועל, פאר די קאומא בילדינג קאמפלעקס, ער האט גערעדט מיט חנופה און אונז אויפגעהאלטן אונטער די הייסע זון פאר שעות.
כ'געדענק אז א צווייטע מאל וואס א גאווערנאר איז געקומען, האט מען אונז אויסגעלערנט שרייען לכבודו, 'וועלקאם גאווערנאר'.. און דער אלטער גאווערנאר האט זיך אזוי געפרייד.. ווי מ'וואלט געגעבן א צוקערל א תינוק בן יומו..
ס'האט דאן אויסגעבראכן א רעגן, האט מען עהם פארבעטן אין שול אריין, דער שמש ר' בנציון ליכטער האט עס נישט געשמעקט, האט ער זיך אנגערופן מיט ביטול, אם פגע בך.. משכיהו לבית המדרש..
איי די בית מדרש.. כ'וואלט געוואלט שנעל אויס'משל'ן די אמאליגע אויסזען פונעם שול, וואס יעדע שטיינדל האט געהאט דערויף חזקה פלעצער.. און האט געהאט פינגער אפדרוקן און אסאך צו פארציילן..
אין פארענט פונעם שול איז נאך געשטאנען די לעקטער געביידע, וואס האט אריבער געפירט הויעכע דראטן פון ווייטע שטרעקעס אויף נאך ווייטער, און אונטער דעם פלעגן מיר שפילן אסאך געימס, וואס ס'איז גראדע געווען א היבשע סכנה, בפרט ווען ס'האט געדריזעלט און גערעגענט, ווי מ'האט געקענט שפירן לייכטע עלעקטעריק שאקס.
צום פאליש איז מען אריינגעגאנגען ביים הויפט איינגאנג וואס האט געהאט דריי פלאכע טרעפן פון שטיק שטיין, מ'זאגט אז אונטער יענע טרעפן איז געווען באהאלטן די אלטע חלקים פונעם פארברענטע שול נאך פאר מיינע צייטן.
העכערן איינגאנג איז געווען א ריזן ווייסע טאבע – א באל וואס האט געדינט אלץ שיינע לעקטערל, ווי אין זוים פונעם טאבע האט מען קלאר געזען די זאץ.. פון פליגען און קריכערס וואס האבן געטראפן זייער אייביגע רוה נאך א געראנגעל אין די לעקטער אין חושכ'דיגע נעכט.
דריי קופערנע טירן האבן אריינגעפירט צום שול, וואס מ'האט געדארפט אכטונג געבן אז ס'זאל זיך נישט צוקלאטשען אויפן האנט.. און די פאליש אליין איז געווען א שיינקייט, מיט הערליכע פארבונגען אויפן דאך און ווענט, ממש א שאד אז מ'האט עס צעקלאפט.
כ'געדענק ווי די בילדהאויזער האט שטייטלעך צענומען די דעם אלטן איינגאנג, אפאר יאר שפעטער, ווען מ'האט געבויעט דעם נייעם שול דערנעבן, און אזוי קוקנדיג ווי ער נעמט אראפ די ציגעלנע אנליינערס ביים שול איינגאנג, דארט פלעגט ר' יאנקל אויסטערליץ ע''ה זיך אנליינען און זאגן וויצען, וואס איך קליינע ראצער האב קיינמאל נישט משיג געווען..
- איז ביים צונעמען יענע חלקים, איז געשטאנען נעבן מיר ר' מיילעך זילבער הי''ו, און געלאזט טרערן.. ס'האט געשטאכן ווי מ'לאזט פרייוויליג צוהאקן דעם אלטן שול..
אונטער יענע אנליינער איז געווען שיעף אראפ א גרוב ווי ס'האט ארויסגעשפארט אלץ א פארע פון די מקוה האנטוכער וואש מאשין, און עפעס א פינקע געמויזעכץ פון וואטע פלעגט ווידמען דארט, אפשר ווייל ס'געווען רוב האנטוכער פינקע.. געדענק איך שוין נישט..
אבער העכער יענע פארע איז געווען די ספרים שטוב פענסטערס, און אינעווייניג איז מען אנגעקומען מיט א שפאן נאכן קאווע צימער, צום ספרים שטוב ווי שוין באשריבן פריער.
די לינקע זייט פונעם פאליש איז געווען די פאבליק טעלעפאן און א טיר צום מאנטל צימער ווי שוין געשילדערט וועגן יענעם צימער פריער.
די פאליש ווענט האבן געהאט אזעלכע מאדנע מודעות פון זקנים ונערים גם יחד, פונקט ווי די פאבליק טעלעפאן מיט אירע מאדנע פארלאנגען, א שטייגער היינט וואלט מען שוין לאנג נישט געדולדעט אזא טעלעפאן און ס'עקזעסטירט טאקע שוין נישט..
דהיינו, ווען ס'נאר געווען עפעס אין שול, האט מען געהאלטן אין איין קלונגען פון יעדע הויז אין שטעטל, און מיר ליידיגער האבן אויפגעהויבן די טרייבל און צומאל יענעם צושפאס געמאכט.
דער רבי איז שוין אריין? דער רבי האט שוין געצינדען? דער רבי געבט נאך לחיים? ווען איז די זמן? ווען עפענט מען די מקוה? ווען דאס ווען יענס.. א מאדנע סערוויס..
טאקע ווען עפענט מען די מקוה? היינט איז עס אומפארשטענדליך, אז ס'געווען א ספעציעלע זמן, ווען מ'האט געעפענט די מקוה פארן ציבור, ווען פארדעם איז עס געועון אפען 'נאר' פאר אלטע זיידעס בני שמונים..
פרעג מיך נישט פארוואס..
לאמיר אייך פירן ארונטער די טרעפן, פון די פאבליק פאון צום מקוה אין סעלער.
אבער פארדעם איז געווען נאך עפעס, אקעגן דיר איז געווען די זיידע טוילעט, וואס צו האבן די שליסל איז געווען א מציאה וואס מ'האט נישט זוכה געווען פאר סיי וועלכע פרייז, און טאמער האט זיך איינער אריינגעכאפט דארט, און א זיידע האט עהם געטראפן, אוי האט ער באקומען פארדעם, גנבענען די זיצן פונעם זיידע קלאס..
ווי נאר א שטעיגל איז געווען א שענקל.. אדער פאר צרכי ציבור אדער פאר צרכי גבאי..
און ווען מ'איז אראפ די טרעפן צום סעלער, איז געשטאנען אויפגעשריבן אויף די ווענט ווי א מנהג, 'נישט גליטשען די טרעפן, בל תשחית פאר די שיך.. און עטליכע מאל איז עס געווארן איבערגעשריבן נאכן איבערפארבן די ווענט, אמאל אין קורצן – 'הייב שיך! בל תשחית..'
דאס האט מיין זיידע לעפלער ע''ה געשריבן, און כ'וועל זיך היינט מודה זיין, אז נאך אין די יאר פון זיין פטירה ווען מ'האט איבערגעפארבט די ווענט, האב איך עס איבערגעשריבן.. חחחח
אין קעלער איז ווידער געוען שענק מיט שענק מיט שלעסער.. און לינק איז געווען די חדר השיעורים, ווי די שלום זכר'ס פלעגן זיין.
רעכטס איז געווען קהל'ס טוילעטס, מיט עטליכע לעכער שפאלטן אין דאך צום אויבערשטע היכל, וואס איז טיילווייז געווען פארקלאפט, אלץ אמאליגע עפענונג אלץ צוואת ר' יהודה החסיד זצוק''ל.
מיר פלעגן אויבן אלץ זעצן אויף דעם, דער זיצער אונטן האט מסתמא געכאפט די מיחושים פון דעם..
נאכער אין קעלער, איז געווען די שטוב מיט די וואש מאשינס און די ריזן בוילערס, און מיר זענען אויפן וועג צום מקוה.
די מקוה האט געהאט א הויכע הענטל אז קינדער זאלן נישט קענען עפענען די מקוה טיר, און דערנעבן איז געליגן אפאר וועגענער צעפליקטע שמאטעס וואס האט געהאט א נאמען 'האנטוכער'..
כ'רעדט שוין נישט פון דעם, וואס טאמער איינער ווייסט נישט, אז אמאל ניצן א האנטוך, איז געווען ממש א צייכן פון קאלטקייט אין יודישקייט.. כאילו עפעס א מעשי חסידות ווייל אזוי פירן זיך כאניאקעס, און עפעס ווי היינט איז נאך די שטייגער אריינגיין אין מקוה אן א שויער..
טעג וועלן קומען און מ'וועט דאס אויך נישט גלייבן..
און פונקט ווי אין שול אויבן איז געווען חזקות, אויף יעדע שטאנג און ברעטל, אזוי אין מקוה איז געווען יעדע הענגער און קליינע פלאכע שטח, א מקום מיוחד פאר א צווייטער גברא רבה..
און פיר שויערס פאר קרוב צו אכט הונדערט נפשות, האט געמאכט א טרעפיק בערבי שבתות, נאכמער ווי אויפן טעפענזי בריטש אין די חגאות..
סתם אזוי יום טוב שני איז געווען א שוויץ באד און ס'געווען בעסער נישט קוקן ווי איידער זיך ארומזען ווי די יודען אין אוישוויץ אן די בגדים.. אבער מ'האט עס איבערגעלעבט, מ'האט שוין פארבעסערט און פארברייטערט ב''ה די גאנצע מצב, און גראדע האט מען זיך דעמאלטס אויך א עצה געגעבן אן א מקוה טרייבער און נערווען קריכער.
ווייל די זקנים און מויל מאכער האבן אלץ אנגעשראקן ווי די פאליציי אויפן הייוועי.. 'מאכטס אויף' לאטס אדערעך.. און יעדער האט זיך טובל געווען און געכאפט וועש כאטש א צווייטענס, און מוצאי יום טוב איז געווען א לאנגע רייהע צעטלעך, 'פארטוישט זאקן מיט א קאפל, און א שטריימעל מיט.. נישט מיין סייז.. ווייל אויב יא דיין סייז איז עס דאך בסדר גמור..
כ'מיין כ'האב שוין צופיל מאריך געווען, און מ'וועט פארציילן עפעס אנדערש.
אין חדר השיעורים פלעגט פארקומען 'חברת תהילים', כ'מיין אז אין מיין יאר איז עס פריש נתחדש געווארן דורך ר' אייזיק האלפערט הי''ו.
ר' אייזיק האט עס ערנסט אנגעפירט, אבער מיר האבן עהם ערנסט דעם קאפ אראפגעדרייעט.. ער האט זייער געוואלט טיילן מתנות פאר די וואוילע קינדער וואס זאגן שיין, אבער ער האט אזאנס נישט געפונען.. אלע האבן עהם אויסגעטיילט יענס קאפוויי.
ענדליך נאך לאנגע וואכן, ווען ער האט אדורכגעשטופט אפאר חדשים און אינצווישענצייט מצליח געווען צוענדיגן זאגן גאנץ תהילים מיט אונז, האט ער ערקלערט יום טוב! דהיינו ער גייט מאכן א סיום ביי זיך אין דיינונג רום, פאר אונזער קלאס.
כ'געדענק ווי כ'האב דעמאלטס די ערשטעמאל געגעסן 'קאלטע פרוכט זופ' ס'געווען זייער פיין, און מ'האט עהם נישט נאר איבערגעלאזט א איבערגעקערטע שטוב, און אויך א צעבראכענע לעקטער אויפן דאך, נאר נאך עפעס היסטאריש..
מיר האבן עהם געזאגט, אז נאכן בענטשן וועט מען עהם איבערגעבן א מתנה בשם כל הכיתה.
נאכן בענטשן האבן די בעטשארס עס איבערגעגעבן.. א איינגעפאקטע ספר אין א גרויסע קאך האנטוך.. וואס? א צעריסענע סידור פון שול..
אוי די כעס און אויפברויז זיינע, איז געווען העכער יעדע נומער, מיר האבן אזוי געלאכט, אבער כ'קלער היינט, כ'ווייס נישט וויאזוי מיר האבן געקענט זיין אזוי שלעכט.
און ער האט זיך פון אונז נישט מייאש געווען, ער איז מיטגעקומען מיט אונז אין די שפעטע זומער, אויף א שבת טריפ אין קעמפ אויף די קעטסקילס בערג.
יענע טריפ איז געווען אזא קאראפציע פונקט ווי די גאנץ יעריגע חדר געפירעכטס, ווייל ס'געווען נאך פאר ס'האט איבערגענומען די לייצעס דער נייע מנהל וואס כ'האב דערוועגן געשילדערט פריער.
מ'האט פראבירט צו מאכן עפעס א קאלערוואר, און נאך שטותי שטותים, וואס קיין גוטע זכרונות איז מיר פון דעם נישט געבליבן בכלל.
אבער ר' אייזיק איז מיטגעקומען, און האט אליינס געקויפט פון זיין געלט, פלעשלייטס און מתנות פאר אונזערט וועגן.
כ'וואלט יענע פאר יאר אריינגעלייגט אין א גרויסע מיסט זעקל און עס געווארפן אל ארץ גזירה..
בעסערע זכרונות זאל מען האבן..
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:03 pm
דורך ישמעאל הכהן
איך האף אלעס אפצוליינען, ס'ליינט זיך גרינגער ווען ס'איז נישט אזוי לאנג נאר ענדערש שטיקלעך אין באזונדערע תגובות.
אגב, איך האב געהערט שמועסן אז דער ראטענבערג פון סקווירא גרייט זיך ארויסצוגעבן א בוך: "די (שיעור נישט) ענדע פון מיין לעבן", כ'ווייס נישט צו אויף אן אמת אדער נאר אן הלצה.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 9:06 pm
דורך מנשה לוסטיג
אן די איינגערינגעלטע..
עס געבט זיך ארויס בקרוב 'די ענדגילטיגע סוף צו זיין לעבן'
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:22 pm
דורך מנשה לוסטיג
דור הולך ודור בא, אבער עפעס געוויסע ווערטער וואס שטאמען משיטה לא נודע למי.. איז געבליבן און ווי איבערגעגעבן מדור לדור..
כ'האב פשוט מיך דערמאנט די מאדנע לשונות וואס אומ'באהאווענטע מחנכים פלעגן נוצן קעגן קינדער אין כיתה, וואס מ'פלעגט זיך דערמיט אונטערהאלטן אויף עפעס א נעבעכדיג קינד וואס האט זוכה געווען צו זיין דער אויסגעקליבענער שעפעלע פארן ברוטאלן שפיל.
איך אליין האב געדינט גענוג און נאך אלץ אויסגעקליבענער, און די צו נעמען פלעגן אמאל נעלם ווערן מיט די צייט אבער אמאל איז עס געבליבן קלעבן ווי א ליימענעם זיגל אויפן לעבנס בלאט.
בכלל איז די דזשאויק פון רעדן 'פלעמיש'.. געווען די צייכן פון די מבול מכות וואס האט נישט געשפעטיגט צו קומען, און באגלייט געווארן מיט בייזע און דערנידערונג ווערטער.
די 'חולם גולם'! ממש א 'פאטעטא קאפ' האסטו..
זיצט און 'פוילעצט' א גאנצע טאג, דו 'פאנפערס' לעצטענס און קענסט נישט קיין איין ווארט!
דאס הייסט 'געקעקעצט'.. דאס הייסט 'געכיפערט'.. רעדסט אונטערן נאז..
און אז ס'האט אויסגעפעלט – האב איך געהאט א מלמד א אכזר, וואס פלעגט אויפהענגן אזעלכע שילדן אויפן באשולדיגטן קינד, זאלן אלע זען זיין שאנד און עהם לאכן אין פנים.
און צומאל איז עס נאך געגאנגען טיפער, אז מ'האט יענעם ארומגעטראגן ווייזן פאר אלע קינדער, מ'האט דעם קינד געזאגט אז אלע זעען וואס ס'שטייט דערויף אויף דיר, אבער מ'האט נישט געלאזט יעדן קוקן און לייענען.. א אויסגעצייכענטע שטייגער פון פאטשען מיט צוויי הענט..
און פון די סארט אקטיוויטעטן האבן מיר געדארפט אהיימקומען צופרידן פון חדר.. מיט א שמייכל.. ס'גוט צו לערנען..
אוי ס'איז א ציטער צוריקצוטראכטן פון יענע ביטערע יארן.
כ'זאג נישט, וואו נישט וואו האט זיך אמאל דורך די יארן אנגעקלעבט עפעס א גוט ווארט, וואס איז מיר געבליבן אין זיכרון לטובה אויך.
ווי למשל, האב איך געהערט פון איינע פון די מלמדים א טייטש, 'ייאוש שלא מדעת' ווער ס'איז זיך מייאש איז א צייכן אז ער האט נישט די ריכטיגע שכל..
נו א גוט ווארט וואס כ'האב נישט פארגעסן, אבער די שלעכטע חלק וואס האט איבערגעוואויגן רוב פון די יארן דאס וואלט איך זייער נישט געוואלט איבערלעבן, און נישט געוואונטשן פאר מיינע קינדער חלילה.
ממילא, אז מ'זאגט 'איי די גאלדענע קינדער יארן'.. לייענט זיך עס ביי מיר אין די אויגן ווי עפעס א משל אן א נמשל..
און ווי כ'וויל נאר מקצר זיין און פארזעצן מיטן לעבנס געשיכטע אינעם נעקסטן תקופה, אלץ דערמאן איך זיך נאך און נאך עפיזאדן, כ'האף נאר אז ס'איז אייך טייערע לייענער נישט לאנגווייליג, ווייל כ'האב נישט קיין ברירה מיר איז עס דעמאלטס געווען אסאך מער לאנגווייליג..
כ'געדענק אז ווען א קינד האט געכאפט א 'באל' אין קאפ, א קלאפ אין קאפ אויב איר ווייסט נישט וואס כ'מיין.. צו א שניט צו ס'האט עהם גע'בלוטיגט די נאז וכדומה, אלץ האבן געוויסע אלט ערפארענע מלמדים געהאט עצות פון די באבעס קאץ, וויאזוי עס צו היילן, אבי נישט די נארמאלע וועג..
איין מלמד פלעגט הייסן דער 'מומחה'.. אויף א באל אין קאפ, פלעגט ער צודרוקן א לעפל צו קאפ מיט שטארקע קראפט, כדי צוריקצושטופן די באל.. חח
די נאז בלוט? מ'דארף ליגן מיטן פוס ארויף און די קאפ זאל הענגן..
א ספלינטער – וואס איז געווען א נארמאלע צייכן אז מ'איז היינט געווען אין חדר, און געזעצן ביי די שטעכעדיגע האלצערנע טישן וואס האט געווארפן שפענדלעך אין קינדער מיט יעדן ריר, און די מלמדים די בלוט זויגערס האבן געגליכן אזא ארבעט, פון ארויסציען שפענדלעך און דאס קינד זאל קרייען..
פרעגסט מיך וויאזוי דען וואלט ער עס געדארפט טון? פונקט ווי דו וואלסט עס געטון פאר דיך אליינס.. מיט 'אביסל' מער פארזיכטיגקייט און דעליקאט, נישט ווי מ'קוועטשט אויס די בלוט פון א קרבן אויפן מזבח וואנט.
איך דערמאן זיך נאך א מעשה אין חדר פון די גאר יונגע יארן, איינמאל האט מען ארויסגערופן אלע קלאסן אין די האל, און אויסגעשורה'ט אין די לענג, ס'איז פארגעקומען א חקירה ודרישה..
וואס מיינט איר, וועלכע סקאנדאל איז שוין ווידער געפאלן אויף אונז?
איין מלמד האט געברענגט א בעג מיט 'ענימעס'ס – ער האט געברענגט 22 ענימעמס פאר זיין קלאס וואס האט געהאט 22 קינדער פונקטליך! און עס פעלט איינס..
ווער האט גע'גאנבעט די 22'סטע ענימעם..?
יגעת ומצאת תאמין.. מ'האט דעם גנב געכאפט.. און יענעם גוט מבייש געווען ברבים, יענער האט זיך מתיר געווען עס צוטון, ווייל דער מלמד איז געווען זיין פעטער, און ער האט געשפירט ביי זיך זיכער אז ער מעג טאטשען זיין לעדל ביי ריסעס.. אבער דער מנהל איז נישט געווען זיין פעטער.. און ער האט עהם נישט געשוינט..
אזא מעשה??
יעצט וויל איך פארציילן אפאר געשיכטעס פון די וועג אהיים פון חדר, און כ'האף מיט דעם שוין פארצוזעצן ווייטער, און שליסן דעם טרויערדענקענדיגע תקופה..
ווען מ'איז שוין ענדליך אהיים פון חדר, נאך יארן.. אזוי האט עס אויסגעקוקט.. האט מען דאך געזוכט סחורה, ווי א פייגל וואס ווערט באפרייט פון פאנג.
קודם כל, וואס קינדער פלעגן זען, האבן זיי באלד קונה געווען מיטן קוקן, און ס'געווארן זייערס..
איך פלעג אפילו אנדערש נישט פארשטיין, ווי למשל כ'געדענק אז כ'בין אראפ די בארג וואס איז געווען ביים דרייוו'וועי צום חדר, דארט האט געוואוינט משפחות ביסטאן און שווייצמאן, און כ'זע א רינדעכיגע לאנגע שטעקן, און ס'מיר געפאלן.
און אהנע טראכטן קיין רגע שלעפ איך עס שוין..
נישט אהיים, ווייל דארט וועט מען עס מיר פארהאלטן, און כ'האב עס פארשטעקט ביי די 'ברוק'.. ווער ס'ווייסט נישט וועגן די ברוק אין סקווער, וואס איז א חלק פונעם אויפבליה אין שטעטל..
דארט האט מען אסאך זאכן פארשטעקט און דארט האט מען אסאך געשעפט וואסער און געקראכן אין די בלאטע און גע'רודפ'ט די פרעש..
נישט לאנג האט גענומען, און די שווייצמאנס זענען ארויף אויף מיינע שפירן, און מ'האט מיך אויפגעפיקט פון מיין הויז און געהייסן שטרענג ארויסגעבן ווי כ'האב פארשטעקט זייער האלץ שטעקן..
כ'האב אלץ געקוקט מיט שנאה אויף זיי, הלמאי איך האב עס געטראפן, טאקע ביי ענקער הויז, אבער איך האב עס געטראפן.. ווייל דו ביסט עלטער און שטערקער איז עס דיינס?..
אזוי איז געגאנגען מיין הילוך המחשבה בימים ההם.. א קשיא אויף א קינד..
גראדע אויפן וועג אהיים פון חדר, פלעגן מיר אהיימשלעפן אלעס וואס מ'האט איינגעהאנדעלט ביי לאנטש טיים אין חדר הויף.
די חדר האט געהאט נישט א הויף נאר שטחים.. נעבן די בילדינג אויפן רעכטע זייט, איז געווען א פארמאכטע געיט, וואס איז געווען פאר די גאנץ קליינע קינדער, אבער דארט פלעגן מיר מאכן שליח הקן.. און יעדע פאר טעג אהיימטראגן פייגעלעך און אייער, [ס'איז אפילו נישט געווען קיין כשר'ע..]
די חדר האט געהאט צוימען, אין פראנט פונעם בילדינג צו די דרויסן פונעם שטעטל האט מען חלילה נישט געמעגט גיין, און ס'דערמאנט מיך, אז אין די זייטיגע שטחים אריבער די וואלד נעבן די חדר, איז געווען א גויאישע קעמפ בימים ההם, היינט איז עס שוין א חלק פונעם נייעם שטעטל.
מ'פלעגט פארציילן שרעקעדיגע סיפורים וואס מ'האט דארט אמאל געטראפן.. און ס'איז א סכנה אהינצוגיין..
אדער יא אדער נישט..
אינעם סעלער פון די חדר אויף די רעכטע זייט, איז געווען דעמאלטס א גרויסע 'חסד קאך', און אויסער די פיינע גערוך פון די געקעכצן, [פאר חולים ונצרכים און עלטערע לייט], האבן מיר נישט געהאט גארנישט צו נאשן פון דארט..
עכ''פ מ'גייט אהיים פון חדר, האט מען אוודאי געמוזט מאכן א סטאפ ביי 'ברוינס גראסערי' נישט ווייט, און פרעגן די גראסערי מענטש טויזענט קשיות אויף קענדיס וואס מ'האט אפילו נישט קיין געלט צו קויפן..
נישט ווייט פון דארט, איז געווען די באס גאראדזש און נעבן דעם א געז סטעישאן, 'שלאומאו'ס געז סטעישען – א ספרדישע האלבע יוד..
און וויבאלד מיין טאטע האט געארבעט אין די באס קאמפאני פלעג איך זיך מתיר זיין צו פאשענען אין יענע געגענד, און צוזען ווי מ'בויעט די 'פרענקל בילדינג' – היינט די רפואה העלט סענטער, וואס זייט כ'בין געווען זיבן יאר אלט איז עס געשטאנען רוי, בלויז ביינער אן הויט, שטאלענע בימס אן גארנישט, ס'האט געהייסן ס'גייט זיין א מיידל שולע אבער קוקט אויס אז אסאך פלענער זענען געשטארבן פריצייטיג.
אקעגן איבער די באס גאראדזש נעבן די חדר, איז אמאל געווען א ווייץ פעלד, און ס'פלעגט נאך וואקסן עפעס ווייץ, אבער מ'האט עס נישט גענוצט אין מיינע צייטן.
יעדע פייערלעשער אדער מאדנע טראק האט איבערגעדרייעט די שטעטל.. אלע קינדער זענען עס נאכגעלאפן און געבעטן א 'ביזנעס קארד'.. פון די פאסט טראק פלעגט מען נאכלויפן און בעטן: 'גימי א ראבער בענד'..
גראדע האט מען שוין דעמאלטס אנגעהויבן אויסשעפן די ריזן זומפ נעבן טרומאן, און גאר אסאך זאמד טראקס האבן זיך באוואויגן אין שטעטל און אנגעזייעט שטויב מיט שטארקע גערידער, און כ'געדענק אז ו' חוקת האט מען אונז געווארנט קינדער, נישט צו גיין נעבן די טראקס ווייל ס'איז א סכנה'דיגע טאג..
מ'פלעגט ווייזן פאר די זאמד טראקס אויך פאר די גארביטש טראקס, אז ער זאל פייפן מיטן טראמפייטער זיינע.. מ'פלעגט שרייען 'מעיק די האנק'..
כ'וועל נישט אזוי שנעל פארגעסן די ביטערע טראגעדיע וואס האט פאסירט יז' אדר תשמ''ז, ווען הילד יצחק שמעון בן אביגדור אסטרייכער איז טראגיש איבערגעטרעטן געווארן דורך די חדר באס – צו טויט! רח''ל.
ס'געווען א שווארצע באס דרייווער, וואס דעמאלטס פלעגט מען ניצן די איסט רעמעפאו באסעס און זייערע דרייווערס, און מ'איז געגאנגען צו א קרישמע לייענען..
אוי יענע קרישמע לייענעס.. ווען מ'האט נאך געטיילט נארמאלע פעטע פעקלעך מיט אלעס גוטס, נישט א לאלי מיט א פאטעיטא טשיפ און יוצא געווען.. אדער א פאקסי פאפ און א טשאקלעד מיט א 'טשו טשו' טשונגאם..
כ'געדענק אז אונז פלעגן פילן א חיוב צו שעלטן די דרייווערס ווייל זיי האבן ממילא נישט פארשטאנען, און זיי האבן געמיינט אז מ'באדאנקט זיך..
זאלסט שטארבן היינט נאכט.. און ער פלעגט ענטפערן 'יו טו'..
נעבעך יצחק שמעון איז אראפגעגאנגען פון באס אויף קארנער דזעקסאן וואשינגטאן, צוזאמען מיט יבדל לחיים טובים ארי קאהן, ביידע זעקס יעריגע קינדער און האבן זיך אנגעכאפט, און די דרייווער האט נישט אכטונג געגעבן אז זייער שאל האט זיך פארהאנקערט אין די טיר, און איז ווייטער געפלויגן.. ביז.. נעבעך. ער האט זיי געשלעפט און צע'מזיק'ט.
ארי איז ארויס בלויז מיט וואונדען, און ס'האט אנגעכאפט א שוידער אין געוויסן פאר גאר א לאנגע צייט.
כ'געדענק יצחק שמעון איז געווען דריי יאר יונגער פון מיר, ער איז געווען א שטילע וואוילע יונגעל, ער האט געהאט א צייכן אויפן שטערן ביי די האר, און אזוי איז ער מיר געבליבן אין זיכרון מיט שרעקעדיגע זכרונות.
כ'פלעג אסאך זיך אויפהאלטן אויפן וועג אהיים, ווייל אהיים איז נישט געווען אינטערעסאנט.. כ'פלעג בעסער לויפן אסאך מאל צו מיין זיידענס הויז, און אסאך מאל צו 'לייזער ליפא'ס הויז..
אונזער באקאנטע ליפא שמעלצער פלעגט צוזאגן מתנות פאר קינד און קייט, ווער ס'וועט עהם געבן א גוטע זאך וועט באקומען פופציג סטיקערס.. אדער צוואנציג קארן טשיפס..
זיין טאטע האט געארבעט אין פאסט אפיס, און פלעגט אמאל אמאל אהיימברעגען אזעלכע טאשן מיט א סטיקער, וואס מ'לייגט אויף פעקלעך, און ער האט צוגעזאגט יעדן טאג אויף דעם חשבון, איינעם הונדערט טאשן, איינעם טויזענט..
זיין מאמע האט געארבעט אין גראסערי, און ער האט אויף איר חשבון צוגעזאגט סופער סנעקס מיט טשיפס מיט אלעס, נאר אז מ'זאל עהם געבן וואס ער בעט..
און אונז זענען געווען זייער תמימות'דיג און געווארט אויפן טאג ווען ער וועט אונז ברענגען די בערג הבטחות.
ער האט אייביג פארגעסן.. אדער האט זיין טאטע אדער מאמע פונקט פארגעסן.. אבער ס'קיינמאל נישט אנגעקומען, נאר איין מאל א יובל פאר איינס צוויי קינדער..
איין טאג האבן אונז עהם באלאגערט אין חדר און ממש געמאכט א הפגנה אויף די ריזן הבטחות וואס ער האט אונז אויסגעשפילט שוין לאנגע וואכן און חדשים.
דער מנהל זכור לרע.. וואס האט געהערשט דעמאלטס אין די עלטערע קלאסן, האט איין שיינעם טאג, מודיע געווען ברבים, אז אלע הבטחות זענען בטל ומבוטל, און ווער ס'גייט נאך איינמאל מוטשענען ליפא וועגן א טאש אדער טשיפ, גייט כאפן פעטש..
דאס איז ממש געווען על אפם וחמתם פון אלע קינדער אין אונזער קלאס.
אבער ס'האט זיך אפגעצאלט, ווען ס'געווען א סעזאן ווען מ'האט עפעס אנגעפראקט א מנין קינדער אויף א שוידערליכע אופן, און צווישן די געפראסקעטע איז געווען אין יענע תקופה אויך ליפא, וואס האט געהאט א עבירה פון מאכן א פאני קאל צו די מנהל'ס הויז, און ברבים האט ער געכאפט פראסקעס און מ'האט געזען אז נישט דער מנהל שוינט עהם, נאר האסט אונז אויך..
כ'מיין אז מיט דעם טרעט איך שוין ארויס פון יענע יארן, און מ'גייט אריבער א קלאס..
כיתה ח' כיתה ט'..
המשך יבוא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
מ'ווערט דאך נישט יונגער.. פון אזוי סאך שרייבן ריקן זיך שוין די יארן.. און כ'ווער באלד בר מצוה.
אבער א רגע, כ'בין נאך צוועלעף..
ווי געשריבן מתחילה, האב איך ביי דעם עלטער שוין אנגעהויבן שפילן א שטיקל ראלע פון משמח, אנשטאט עפעס א פאני יונגעל.
מ'האט אנגעהויבן שמעקן א אנדערע סארט לופט, ס'האט זיך מיר געטוישט די מצב, און כ'בין געווארן פארלאנגעריש, כ'האב נישט פארשוינט ווער ס'האט פראבירט צו מאכן פון מיר ביליג, און אזוי ארום האב איך אינדערהיים באקומען א צונאמען, 'בן יחיד'.. דו מיינסט ביסט א בן יחיד..
מ'האט מיר אינדערהיים ערקלערט אלץ איינער וואס פראבירט צוזיין קלוגער פון די מצב, און מיין טאטע האט זיך נאכגעפרעגט ביי יעדע דריטער וואס האט זיך פאר'רופן מחנך, וואס מ'טוט דאס מיט מיר, אז כ'זאל אנהייבן ווערן ווי מ'זאגט ערנסט און ערוואקסן.
איין טאג איז מיין טאטע אהיימגעקומען מיט די שטילע נייעס, אז ער האט זיך נאכגעפרעגט גוט, און מ'גייט מיך שיקן לערנען קיין ארץ ישראל אין ישיבת חתם סופר! עפעס אזא פלאן..
א מאדנע פלאן, ווייל א קינד פון צוועלעף יאר, זאל פלוצלינג פארן קיין ארץ ישראל לערנען אין א ישיבה, ווען כ'בין קיינמאל פארדעם נישט געווען אוועק פונדערהיים אפילו אויף איבערנאכט.
אין מיין מוח האט שוין אנגעהויבן ווירבלען פרייליכע מחשבות, פלענער און גאלדענע פאנטאזיעס, ווי איך גיי קיין ארץ ישראל און כ'גיי לעבן אין גן עדן אליין..
אלעס איז מיר געווארן גלאנציג, און כ'האב געציילט די טעג און וואכן, ווען מ'גייט מיר שוין פאקן די געפעק און מ'גייט לעבן..
ס'איז שוין אריבער א חודש צייט, און כ'האב מיר נישט דערוואגט צו פרעגן איבריגע פראגעס, אבער פון מיין מאמע האב איך פראבירט ארויסצובאקומען ווען די פלאן ווערט ערנסט שוין.
אבער וואס? לא דובים ולא יער.. זיי האבן געזאגט אזא פלאן, אבער האבן מיר נישט פארציילט אז ס'געבליבן גלייך ביים פלאן און נאך אפאר טעג אויס פלאן..
כ'בין געווארן זייער אנטוישט, מיינע גאלדענע חלומות האבן אנגעהויבן פלאצן אין רגעים, און כ'האב אנגעהויבן מוטשענען מיין מאמע, היתכן, פארוואס האט מען אויפגעגעבן דעם פלאן.
מיין מאמע האט אנגעהויבן מיט א טוץ אויסריידן, אז ס'נישט גוט פאר מיר דארט, די עסן איז צו שארף אין ארץ ישראל, די מענטשן זענען צו ווילד, די ישיבה איז צו שטרענג, אויב כ'וואלט געפארן וואלט איך נישט געקענט אהיימקומען פאר אפאר יאר..
אזעלכע אויסגעזויגענע תירוצים האב איך באקומען, און כ'בין געווארן זייער זייער אנטוישט, און אזוי געוואלט מאכן א דראסטישע טויש אינעם עתיד, כאטש אוועקפארן אין א אנדערע חדר, אין שטאט אריין, נאנט צו ווייט, אבער נישט אינדערהיים מער.
די מציאות האט געלאכט צו מיר אין פנים אריין, און כ'בין געבליבן אינדערהיים.. צוריק אין די אלטע חדר, צוריק צו די חברים – יענע סארט חברים, וואס קיין חברותא האט קיינער נישט געוואלט זיין מיינע, ווייל איך בין א קלאצי.. און מ'זוכט בעסערע חברותות איבערצו'חזר'ן די גמרא.
נאך א זאך וואס האט מיר גוט וויי געטון.
ס'געווען א גרופע קינדער, וואס פלעגן יעדן טאג גיין לערנען אין אווענט, אין הויז פון ר' משה שפוטץ הי''ו, עפעס משניות וכדומה.
ס'האט געהייסן אז נאר קינדער מצויינים ווערן דארט אנגענומען, אבער עכ''פ, איך נישט..
נישט אז כ'האב געוואלט שטארק לערנען.. אבער די עצם זאך אז איך בין פסול פון צוזיין פאר'רעכענט אויף די עליטע דרגה פון 'גוטע קאפ' האט מיך גענוג און נאך געבורטשעט אין געדאנק.
אין די פריערדיגע יארן האט זיך עס אויף שוין אנגעהויבן, אמאל האבן עס קינדער אליינס אראנדזשירט, און ס'האט געהייסן 'בית לימוד', ווי מ'האט געלערנט ביי מיטאג צייט, אבער מ'האט עס מבטל געווען, ווייל מ'האט פארשטאנען אז מיטאג דארף מען זיך אויסלופטערן.
אונז האבן געהאט אין אונזער קלאס, אזויווי אלע קלאסן יענע צייטן, א הויפט, אדער הויפטן פון די קלאס, דאס זענען געווען אליינס געקעניגטע קינדער, וואס האבן געוועלטיגט אויף יעדן אין קלאס, כרצונם.
אבער אויך האבן מיר געהאט צוויי פאהר 'דרילינגס' אין אונזער קלאס. איינס – 'די שפוצקעלעך' און איינס 'די ליכטעלעך', פון משפחת שפוץ און משפחת ליכטער..
דעמאלטס ווען די 'ליכטעלעך' האבן עס אנגעפירט, האבן זיי געהאט די תקנה.. אז וועלכע יונגעל האט פארפירט, די פערטע מאל פארפירן, 'סירחון רביעי' האבן זיי עס גערופן, האט מען ארויסגעשיקט פון די גרופע..
כ'האב פארגעסן צו שרייבן וואס מיר האבן אלץ געלערנט די לעצטע כיתות, מיר האבן געלערנט מסכתות בבא מציעא, בבא קמא, מסכת מכות – וואס די מסכתא האט איבערגעלאזט ביי מיר א שווערע רושם, ווען כ'בין גע'פסל'ט געווארן ביים גרויסן פארהער, אז כ'האב נישט געקענט.
אזויפיל געדענק איך, אז מתנות האט מען געטיילט נאר פאר ווער ס'האט געקענט 'די בעסטע', אבער פעטש? איש אחד יחטא, ועל כל העדה תקצוף.. איין יונגעל האט געדארפט גיסן וואסער, און ווען די מלמד האט געכאפט די מעשה, האט די גאנצע כיתה באקומען פעטש, אויף ביידע הענט פלאכן, מיט די גאנצע כח, און באשטימטע סכומים פעטש..
די ווייניגסטע פעטש פאר א יחיד, איז געווען צוועלעף פעטש, האלב פון שם הוי''ה – פלעגט מיין רבי זאגן.. און אויב די גאנצע קלאס האט געכאפט, איז עס געווען כאטש צוויי פעטש א קינד..
ווערטער זענען איבריג..
עכ''פ א יאר פארן בר מצוה האב איך אליינס זיך גענומען אין די הענט אריין, זיך נישט פארלאזט אויף די נארישע געלד גייציגע פרייוועט רעבעס.. איך האב עפעס געהערט א פלאן, כ'דענק נישט פון וועמען, צו נעמען דעם פעדער אין האנט, און אפשרייבן וואס כ'וויל גוט געדענקן.
האב איך פשוט גענומען א בלאט גמרא, און עס אראפגעשריבן אויף יודיש, אזוי קלאר ווי כ'האב עס פארשטאנען, און אזוי די וואך שפעטער, נאך א בלאט, און אזוי האב איך איינגע'חזר'ט אפאר אין צענדליגע בלעטער, און כ'האב מצליח געווען עס צו קענען אויפן צונג אויסענווייניג אפילו אינמיטן שלאף.
כ'האב אנגעהויבן באקומען א טעם אין גמרא, און כ'האב אנגעהויבן דערמיט צו באקומען א גוטע אפעטיט אין לעבן!
אמאל פארדעם, פלעג איך שטילערהייט וויינען צו מיר, וואס קען איך טון אז מ'זאל רחמנות האבן אויף מיר.. וואס איז די עצה כ'זאל קענען שמייכלען פאר א סיבה, נישט סתם זיך משוגע מאכן ווי כ'פלעג אייביג ליב האבן צו טון..
למעשה האב איך אנגעהויבן אליין שפירן אז כ'ווער דערוואקסן און כ'הייב אן דערגרייכן גוטע צילן.
א יאר פארן בר מצוה פלעגט מען גיין שוין מיט א ווייסע העמד, און אלע בגדים אויסער הוט, פונקט ווי אין ישיבה, און כ'האב דערמיט מחדש געווען נאך א זאך.
כ'האב מיר פאר'פרומט, און אנגעהויבן שוין פאר די בר מצוה צו צוזאם קניפן אויף א קביעות, סקווערע פיאות.
מיין טאטע מאמע האט עס נישט געשמעקט, איך ווער עפעס זעלבסטשטענדיג, כ'ווער פרום אויף זאכן וואס זיי האלטן נישט כ'דארף טון.
אלץ האב איך דעמאלטס געהערט, 'ביסט נישט דער רבי.. דארפסט נישט אלעס טון וואס דער רבי טוט..'
איך האב מיך אינעווייניג אין הארצן אויסגעלאכט, וואס איך שפיר איז גוט פאר מיר, זאל מיר קיינער נישט איינטיילן אז ס'איז טא מאטש.
דעמאלטס האב איך אפציעל אויפגעגעבן אסאך קינדערישע תענוגים, אויסגעגאסן פון טאש די דעקלעך און שמאנצעס וואס קינדער סעיווען אלץ פאר א טאג וואס קומט קיינמאל צוניץ..
די אמאליגע קינדער לידער און שפילערייען, די קינדער טעיפס פון דעמאלטס 'רץ כצבי' און 'עוד יוסף חי', די שפילערייען, בערעלע מאך אויף די טיר.. רייט אווער, באהאלטן, רבנים, האט מען איבערגעלאזט פאר די יונגערע..
אנשטאט דעם, פלעגן מיר זיך פאטשקענען מיט שיצן חיות, כאפן פרעש און היישעריקן, און פלאנצן און האקן האלץ אין בוים.. די היציגע יארן האבן זיך אנגעהויבן..
מיר האבן דאך געוואוינט אין קאנטרי סייט, סקווירא איז נאך געווען אסאך מער באוואקסן מיט ביימער און נאטור, מיר האבן געאטעמט די קלארע לופט, און געהאט אפענע קעפ, פאר הייליגע זאכן.
אגב, איך האב נאכגעהערט, אז אלט זייענדיג גאר יונג, פלעגט מיין משפחה פארן זומער צו 'סאני קרעפט' נעבן קרית יואל אין מאנראו, אבער איך געדענק גארנישט פון דעמאלטס, אזויפיל געדענק איך, אז אלץ קינד פלעג איך אויסטרונקן די וויין ביי די צייטן ווען די עלטערע האבן נישט געמעגט טרונקן.
למשל אויך ווען מיינע צוויי ברודער, פנחס און יואלי, [פנחס איז געבוירן פרשת פנחס, און יואלי הייסט נאך דער אלטער סאטמארע רב זצ''ל], ביידע ברית'ן זענען געווען שבעה עשר בתמוז, מיט צוויי יאר אפגערוקט, און איך האב געטרונקן די וויין נאכן ברית.
כ'האב געשריבן מיר האבן געהאט אפענע קעפ פאר הייליגע זאכן.
איז כדאי צו פארציילן, אז די אלע פאליטיק, וואס די וועלט האט גערידערט מיט זיי דעמאלטס, און וואס היינט אפילו קענען קינדער מיטהאלטן, אויב זיי ווילן נאר, אבער אין אונזערע צייטן האט מען נישט געוואוסט פון די אלע שטותים, פון די אלע מחלוקת'ן וואס טוט זיך ארום און ארום, אפילו נישט וואס טוט זיך אין סקווירא הויף אליינס אונטערן טיש..
ס'געווען זייער באשיידן און שטיל, און מ'האט נישט גערעדט קיין פאליטיק און קיין וועלטליכע נייעס כמעט, אויסער די גאר היסטארישע וועלט מלחמה, און נייעסן פון ארץ ישראל וואס האט פארלאנגט קאפיטלעך תהילים, נאר דאס האט מען אונז פארציילט.
ס'געווען א מחי'!
אך ווי עקלדיג ס'איז היינט ווען מ'הערט זיך צוזאם יעדנס בויך וויי, אין איין מינוט פארשפרייט זיך יעדנס בויך וויי בכל קצוי תבל אין די ריינע קעפ פון אומשולדיגע יונגע חדר תלמידים, ממש א שאד.
נאכמער פון דעם. די ווארט 'ציונים' האב איך נישט געוואוסט וואס עס מיינט בכלל, ביז כ'בין געווארן בר מצוה!
מ'האט נישט געפאטשקעט מיט די אלע נישטיגע זאכן, די קאפ איז געווען ריין און קלאר, רוף עס מצומצם.. אבער בעסער ווי אנגעשטאפט מיט דברים שמה בכך.
מ'האט געוואוסט פון אייגענע סחורה אין שטעטל, אז 'בנימין לייזער סופר' פיקסט זייגערס.. און מאיר צבי גרינוואלד מאכט ציצית, דער זיידע לעפלער נייעט קליידער און פארקויפט קאפלעך, ווען מ'האט געקענט פארדרייען די קאפ פאר די חברה.. איז עס געווען סחורה..
כ'רעדט פון ר' בנימין אליעזר סופר לאיוש''ט, ער איז געווען דער בעל תפילה, ווען מ'האט זיך געיאגט און מ'האט געוואלט שנעל ענדיגן די דאווענען.. אזוי אויך איז זיין גאנצע שפראך געווען זייער שנעל גערעדט. און פלעגן עהם משוגע מאכן, מיטן פרעגן וויפיל ס'קאסט צו פיקסן א זייגער..
פיף דרייסיג... וואס? דריי ניש קאפ.. פיפ דרייסיג... ווילסט עפעס??
ס'געווען גוט אויף צו שטופן און לאכן..
איך דערמאן זיך א עפיזאד וואס איך האב געהאט אין יענע יארן.
אין מיינע אוועקגעלייגטע ארכיווען.. האב איך איין טאג געפונען א אלטע 'קרעדיט צעטל' פון חדר.. ס'פלעג זיין, אז ווער ס'האט געלערנט שעות אין די יו''ט און חוה''מ טעג בין הזמנים, האט עס פארצייכענט אויף א ספעציעלע טאוועל, וואס מ'האט צוריקגעברענגט אין חדר נאך יו''ט.
מ'האט באקומען א 'קרעדיט צעטל' פונעם מנהל, און מיט דעם האט מען געקענט איינקויפן ביים ספרים סטאר, ביז א געוויסע סכום וואס איז געווען פארצייכענט אויפן קרעדיט צעטל.
איך האב ווי געווענליך נישט געהאט קיין גרויסע סכום.. און כ'האב מיך נישט געקימערט עס אויפצוניצן פאר עפעס, אזא נישטיגע סכום.
אבער מעשי שטן איז מיר יעצט איינגעפאלן, אז כ'גיי מזייף זיין דעם צעטיל און צושרייבן א גרעסערע סכום, מיטן מעקן און צושרייבן..
איך ריק מיך צו ר' יוסף חיים פרידמאן, וואס האט געפירט די ספרים סטאר, און כ'געב עהם די קרעדיט צעטל, און זאג עהם, אז כ'האב עס יעצט געטראפן אינדערהיים, און כ'האב קיינמאל נישט איינגעקויפט נאך פאר דעם סכום..
ער זעט גלייך די מעקעריי און פאטשקעריי.. און מיר איז שוין ארויפגעשווימען א חרטה געפיל, פארוואס האב איך מיך געדארפט דא יעצט צונארט מאכן פאר עהם..
אבער כ'האב שוין נישט געקענט צוריקציען, ווייל יוסף חיים האט אויסגעטון די גלעזער און אנגעהויבן אריינקוקן אינעם צעטל פון אלע זייטן, ווי ס'וואלט געווען א בלינדע בלאט פלעק אויף א אתרוג..
ער קוקט אהער און אהין, און זאג מיר, אז ער וויל זען די סכום וואס איז געשטאנען פאר דעם..
איך האב עהם געלאזט מיטן צעטל און פלוצלינג אפגעפיצט פון דארט.. און כ'ווייס נישט ווי לאנג נאך ער האט באקוקט מיין געפעלטשטע ארבעט..
אז איך שרייב פון יענע יאר, תש''ן, איז ריכטיג צו פארציילן וועגן די גרויסארטיגע 'אבן הפינה' וואס איז פארגעקומען אום חודש חשוון, נישט ווייט פון אונזער הויז, ביים צוקונפטיגע בנין הישיבה – בית העללער.
ר' אברהם משה זילבערמאן שליט''א, דער באקאנטער געלונגענער טשערמאן, האט געדינערט מיט זיין שטימע, ביים מסיבת לחיים נאכן גרונדשטיין לייגן דורכן רבין זז''ג.
זיין שטימע האט זיך געהערט ווייט ווייט אויפן מייקריפאן: 'יואל נתן העלער האט צוגעזאגט א טויזענט.. און צוויי טויזענט און צען טויזענט און צוואנציג טויזענט..'
עפעס האט ער גערעדט דארט בשבחו פונעם אלטן נדבן וואס האט שוין דעמאלטס נישט געלעבט, און דערמיט געוואלט פועל'ן אז די קינדער זיינע די יורשים זאלן מקיים זיין דברי המת, און די בנין האט מען טאקע גערופן על שמו החשוב.
למעשה האט זיך די געבוי פארשלעפט ביזן ענדגילטיגן חנוכת הבית, א משך פון צען יאר! וויפיל טויבעלעך און פייגעלעך האבן דערווייל דארט אויפגעשטעלט דורות שלשים ורבעים..
און איך גיי אט אט בר מצוה האבן..
המשך יבוא..
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 6:24 pm
דורך מנשה לוסטיג
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:28 pm
דורך מנשה לוסטיג
מיינע תפילין האבן שוין געווארט אויף מיר א לאנגע צייט, דעמאלטס איז געווען א לאנגע רייהע ביים סופר ר' משה אונגער הי''ו, און מיין טאטע האט מיך שוין איינגעשריבן אפאר יאר פארן בר מצוה.
איך געדענק יענע פרייטיג צונאכטס ביים אהיימגיין מיט מיין ליבע זיידע – וואס איז געווען שוין 92 יאר אלט, און ער האט מיך געבעטן אז ביים פשעטל זאגן א חודש ארום, זאל איך זאגן הויעך, ער זאל קענען הערן און הנאה האבן פון מיר.
דער זיידע איז געגאנגען אויף די אייגענע פוס, געזונט און שטארק, און כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז געציילטע מינוטן נאך די ווערטער, וועט ער מער נישט דא זיין מיט אונז.
יא, ער האט געהאט א בראך, וואס ער האט בשום אופן מער נישט געוואלט אפערירן, און אזוי געשלעפט אפאר יאר, אבער אזוי, איז ער אנגעגאנגן מיטן זיך באפארענען אליין, און קריכן אין די הייעך און אויפן לייטער, ווי א יונגערמאן אין די דרייסיגערס.
כ'קען אסאך שרייבן וועגן עהם, אבער דא שרייב איך וועגן מיר.. וועל איך מצמצם זיין די שורות אויף וואס עס האט פאסירט דעמאלט.
פון אלע אייניקלעך, האט ער יענע וואך באפוילן אז ער דארף נישט קיינעם זאל עהם אהיימבאגלייטן, נאר מיך! און זייענדיג זייער נאנט מיט עהם, ונפשי קשורה בנפשו, האב איך עהם אהיימבאגלייט און געהערט פון עהם די לעצטע ווערטער.
אימער זאלסטו דענקן גוט, 'חסד ומשפט אשירה', סיי איז גוטס סיי איז בייזן באשערט דעם מענטשן, אימער ברויך מען זינגען צום באשעפער..
און ער האט גוט געזען און געגאנגען, און מיך ווארעם באדאנקט פארן באגלייטן, און זאגענדיג גוט שבת בין איך אהיימגעגאנען.
און אינמיטן אונזער סעודת שבת, איז מען געקומען רופן מיין טאטן אז די זיידע שפירט זיך נישט גוט און מ'פירט עהם אריין אין שפיטאל.
ס'שוין לאנג געווען דערנאך, ווייל דער זיידע האט געכאפט א פלוצלינגע הארץ אטאקע און איז שוין גלייך נישט געווען מער דא.
אבער כדי נישט צו דערשרעקן האבן זיי אזוי געזאגט, און מיין טאטע האט גוט פארשטאנען אז ס'נישטא אזא זאך, אז זיין טאטע זאגט כ'שפיר נישט גוט און כ'גיי אין שפיטאל, אזאנס איז נישט געווען עולה על הדעת פאר די לעצטע פאר יארן שוין.
הכלל, מוצאי שבת איז געווען די לוויה, ווי נאנט צו פיר הונדערט אייניקלעך האבן עהם באגלייט למנוחות עולמים, און מ'האט עהם באהאלטן אינעם שורה פונעם שאפראנער רב זצוק''ל, וואס איז אויך די זעלבע ליניע ווי דער אלטער סקווירא רבי זי''ע.
איך געדענק אז ביים לויה האט מען באגלייט אריין אין פעלד, מיט עטליכע הבדלות, וואס האבן אזוי געברענט ביזן באדעקן, און אויך דער נייטרער רב – ר' שלום משה אונגאר זצ''ל איז געווען אנוועזנד, ווייל מיין זיידע איז געווען שטארק אקטיוו פאר נייטרא אלע יארן.
איך אלץ יונגעל נאך, בין צוגעגאנגען אומוויסענד צום נייטרא רב און געגעבן שלום, און ער האט נישט צוריקגעגעבן, וואס האט מיך געמאכט שפירן מאדנע, אבער שפעטער האב איך שוין געוואוסט אז אין אזא מצב געבט מען נישט קיין שלום.
פארשטייט זיך אז רואיגע נעכט האב איך נישט געהאט פאר די קומענדיגע תקופה, דער זיידע איז מיר געשטאנען פאר די אויגן ממש, און כ'האב געשפירט ווי ער באגלייט מיך מיט זכותים אין די קומענדיגע שריט אין לעבן.
אין די קומענדיגע יארן, ביים יארצייט, האב איך געהאט באשריבן באריכות גאנצע קונטרסים מיט סיפורים און הנהגות ישרות, און ביאגראפיע און היסטאריע פון מיין ליבע זיידע, אין די משך פון זיין 92 יאר עלי אדמות.
וואס ווייניג האבן געהאט אזא לאנגע און אנגעפולטע לעבן מיט פאסירונגען און דורכלעבונגען, פון יונגערהייט אין די ישיבות פון גאלאנטא מיט זיינע באקאנטע רבי'ס, און זייענדיג אינעם חבורה פונעם הייליגן ר' אהר'לע ראטה זצוק''ל, און ווייטער ביים ערשטן וועלט קריג אויפן פראנט ממש!
ווי ער האט מיר אליין געשילדערט די פחדים, אז נישט מער ווי צוואנציג מעטער האט אפגעטיילט צווישן די צווייזייטיגע שלאכט שטאנדן, ביידע זייטן האט מען געשטעלט יודישע יונגע זעלנער, און מ'האט געהערט נאכאנאנד נשמה קרעכצן – שמע ישראל!
די גענויע ערציילונג און נאך, האט ער מיר אליין פארציילט.
און נעבעך שפעטער ביים האלאקאויסט פארלוירן ווייב מיט קינדער און געבליבן קוים מיט פינעף טעכטער פון פופצן!!!
אריבערגעשליכטעט קיין אמריקא און זיך מיט מסירת נפש אריינגעצויגן אין סקווערן שטעטל, נאר כדי ממשיך צוזין ערליכע דורות, און מצליח געווען דערויף, און איך האב זוכה געווען דאנקן גאט ב''ה צוזיין אויף זיינע שויס אויפגעצויגן און עררייכן גוטע באצילן.
איך האב אויסגעלאזט בטעות א אינטערעסאנטע תקופה אין סקווירא היסטאריע.
אום ל''ג בעומר תש''ן, איז פארגעקומען די היסטארישע חסידישע צוריקקער, ווען דער רבי זז''ג און רוב פונעם חסידות האט זיך אריבערגעקליבן דאס ערשטע מאל, קיין אוקריינא און רוסלאנד, על קברי אבות.
מיין טאטע איז גראדע נישט געפארן, ווייל פונקט דעמאלט האט זיין שותף און חבר קרוב – חיים לונגער חתונה געהאט די צווייטע מאל אין ארץ הקודש, דעריבער האט ער געמוזט זיין דארט.
און מיר קינדער האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט ווען רוב מנין ובנין פונעם שטעטל איז אוועקגעפארן, און מיר האבן געמאכט יו''ט אין די וואכן יענעם ל''ג בעומר, איבערגעדרייעט דעם שטעטל, ווי לעבעדיגע קינדער האבן ליב צו מאכן ווען זיי זענען אן השגחה פון עלטערע.
איך געדענק נאך גוט, פרילינג תשמ''ח, די סאמע ערשטע מאל וואס חסידי סקווירא זענען בכלל געפארן קיין אוקריינא, ווען מ'האט דעמאלט מיט סייעתא דשמיא און גרויס השתדלות אנדעקט ווידער די מקומות הקדושים פון די הייליגע אבות החסידות, און בפרט דאס ציון המצויינת פונעם קודש הקדשים – ר''ר מאטעלע מטשערנאביל זיעועכ''י, דאס מקום וואס איז באקאנט אלץ מסוגל פאר אלע סארט ישועות אויף א הימלישע שטייגער.
און ווען יענע קבוצה'לע איז אנגעקומען צוריק אהיים צו ניי סקווירא, געדענק איך מיר שטיין אויפן הויפט גאס זיך שפילן, ווען פלוצלינג הערט מען פייפן נאכאנאנד.. שמואל דוד לונגער האט זיי אהיימגעברענגט מיטן באס, און גלייך צוגעפארן צום רבינס הויז, און די גאנצע שטעטל יונגען זענען זיך צוזאמגעלאפן זיין מקבל פנים זיין און הערן א ערשטהאנטיגע גרוס פון די פרייליכע אנדעקונג.
אום חנוכה תשנ''א, ממש א וואך בעפאר מיין זיידע ע''ה איז נפטר געווארן, איז געשען די היסטארישע הסתלקות פון די אלטע רעבעצין – טראנע ע''ה, וואס מ'האט געברענגט למנוחת עולמים נעבן א נייע אוהל וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דאן נעבן דעם אוהל פון איר הייליגע מאן – דער אלטער רבי זצוק''ל.
מ'האט דאן פארציילט א אינטערעסאנטע פאקט, אז זייט זומער תשמ''ח פונעם פטירה פון ר' מענדל טאמבאר ע''ה, ביז דריי יאר שפעטער אצינד, איז די בית החיים געווען ווי געשלאסן, קיין איינער איז נישט נפטר געווארן!
און פון ווען זי איז אוועק, האט מען נעבעך א רייהע מיט זקנים שוין באגלייט אהין, אין די קומענדיגע תקופה, און דער ערשטער איז געווען מיין זיידע ע''ה – וואס איז געווען דער עלטצטער אין שטעטל דאן, און נאכער ר' דוד שמואל שמעלצער – א חודש דערויף, און נאך.
איך גיי נישט שילדערן בפרטות די לויה פונעם אלטן רעבעצין, ווייל דאס שטייט שוין לכאורה באשריבן דורך אנדערע, אבער דאס יא, איך האב איך נאך פארכאפט צוזען, כאטש נישט אין די צו געזונטע יארן, אבער ס'האט זיך דאן אפגעשאקלט די אלטע חנ'וודיגע דור הקודם, פון אונז נייע אמעריקאנע געבוירענע, און אזוי געטוישט גאר אסאך דעם עצם אטמאספער פונעם אמאל.
מיין תפילין לייגן האט געזאלט פארקומען אום ז' שב''ט – א חודש בעפאר, ווי די מנהג.
און מיר זענען אינפארמירט געווארן, אז דער רבי זז''ג וועט דעמאלטס זיין אויף אפרוה, אויף די בערג פון סוואן לעיק – אינעם סקווערן זומער קעמפ.
נו, דארף מען דאך פאקן פעק הייסט עס, און אהינפארן פראווענען דארט דעם תפילין לייגן, דאס טייטש א אנדערע דערהער פון א תפילין לייגן אין שטעטל, ווייל דעמאלטס פארט מען ארויס מיט קוים א מנין און מ'ברענגט מיט די סעודה, און אלעס איז בזעיר אנפין.
טאקע אזוי איז געווען.
מ'האט אפגעבאקן א סעודה פאר קוים א מנין, מיין מאמע האט אראפגענומען פון די הויעכע פאליצעס, דעם גרויסן בעקעלע וואס איז אנגעגרייט פאר שמחות.. און מ'האט אלעס איינגעפאקט ווארעם, און מ'פארט ארויס אין וועג, אויף די הויעכע בערג וואס איז פארשנייעט היבש הויעך.
די סטעישען וועגן וואס האט אונז ארויפגעשלעפט אהין, האט אונטערגעוואויגן פונעם לאסט.. מ'האט אריינגעשטופט אלעס אלעס אין קאר, און נאך א איבערפלוס פון מיטפארערס אין משפחה, און מיר זענען אנגעקומען אהין, און געטראפן א שטילע סביבה, בלויז דער כלב שמירה האט מען געהערט פונעם אנדערן עק קעמפ.
און מיר זענען געקראכן אין די שניי מיט די באקסעס עסן, ביזן הויז אריין, ווי דער רבי האט זיך געפונען, און ס'שוין געווען דארט נאך א משפחה וואס האט געברענגט א בחור'ל צו לייגן תפילין דאס ערשטע מאל.
כ'וועל נישט פארגעסן דעם געשמאקן טעם וואס דאס האט זיך מיר געשפירט, זייענדיג אליינס דארט מיט קוים א מנין, מיטן רבין און איין גבאי, און דער רבי האט נישט פארמאכט די צימער טיר א גאנצע צייט, נאר אלעס איז געווען איין געשמאקע באזוך פון פארן דאווענען ביז מיר זענען אהיימגעפארן צוריק.
מיר האבן געברענגט אפאר מענטשן, מיין טאטע און צוויי ברודער, און פעטער לייבל סורקיס, זעמער שוין געווען פיר, דער רבי מיט די גבאי, זעקס, די אנדערע משפחה דארט אויסער דער בחור'ל – וואס איז נאך געווען פארן ווערן דרייצן, איז שוין ניין, און ס'פלעגט אלץ קומען אהין צום רבין אויף מנין, איינער א רב אין יענע געגענד – הרב פישביין, א חשובער בעל צורה א עלטערע ליטווישער רב, וואס האט מיר אויסגענומען מיט זיין באשיידענע ענוה און התנהגות.
ממש צען יודען מיט א שמיץ אריבער, ווייל אפילו ס'אלץ געווען נאך עטליכע, אבער זיי זענען נישט געווען פאר מנין יעצט, נאר פאר עסקנות אויף וואס מ'דארף דארט.
ביזן היינטיגן טאג ווען כ'נעם ארויס די תפילין און קוש זיי, שפיר איך די שמעק פון די בתים – כאטש ס'איז שוין שוואכער, אבער דאך דערמאנט עס מיר יענע מאמענטן, די אנגענעמע אטמאספער ווען דער רבי האט מיך ארויפגעדרייעט די רצועות און געלייגט דעם של ראש מיט א שטארקע הידוק.
די בלוט אין קאפ און אין האנט איז געווען געשפאנט פונעם שטארקן הידוק וואס דער רבי האט געמאכט, אבער מיין התרגשות מיטן זאגן די הייליגע יהי רצון און פסוקים, און דעם רבינס ווארעמע ברכה, 'דאווענען אין א סידור.. נישט רעדן אין די תפילין'.. און נאך ברכות שפעטער אויף התמדה און הצלחה, האט מיר געגעבן ווידעראמאל דעם געפיל אז דער זיידע ע''ה הארכט מיר אויס דעם פשעטל פון גן עדן הויעך, און קוועלט נחת און לאזט זכותים מיך באגלייטן אויף גוטע שריטן.
די וועג אהיים נאכן תפילין לייגן, איז שוין געווען א היסטארישע..
הערט נאר וואס האט פאסירט, אינמיטן זיך אהיימשלעפן אויף די גלוטשיגע שאסיי, האט איין רעדל זיך אויסגעלאזט פון דינסט, און געלעכערט געווארן..
נו, אינמיטן ווינטער אויף די הויכע בערג, איז נישט פארהאנען קיין עצה און קיין הילף ביז עטליכע צענדליגע מייל..
לייבל סורקיס איז געשטאנען איינגעוויקעלט פון קעלט, און געוויזן די קארן און טראקס, וואס זענען געבליבן שטיין אונטער אונז, אז זיי זאלן אונז אויסקרויזן און פארן פאראויס..
די קעלט האט געשניטן, און מיר האבן נישט געהאט קיין ברירה נאר זיך הונקערדיגע'הייט זיך זייער שטייטליך צו שלעפן א לאנגע שטרעקע, ביזן נענטסטן סערוויס סטעישען.
כ'מיין אז עפעס א שוואכע ספער טייער האט מען יא געהאט, אבער נישט באווארענט פאר אזא לאסט, אבער אנע כוחות זענען מיר אנגעקומען אהיים, און היבש פרייליך פונעם דורכגאנג – אבי מ'איז געפארן אויף שמחות און געקריגן גוטע השפעות כאטש מיט שווערע באדינגונגען.
מיר האט נישט געפעלט באמת גארנישט, וועגן דעם תפילין לייגן אויף אזא קליינעם פארנעם, נאר איין זאך יא, אז קיין מתנות האב איך נישט באקומען פון כמעט קיינעם, דעם פאקט האט מיר יא געשטערט, איי וועלכע מתנות האב איך געוואלט? כ'ווייס אליינס נישט, אבער די געפיל פון א בר מצוה בחור און קריגט מתנות האב איך נישט געהאט בשלימות.
און דערצו, האט נאך מיין טאטע ערקלערט, אז ס'זייער גוט געווען אז מ'האט נישט געדארפט מאכן קיין גרויסע סעודה ביים תפילין לייגן, און אויך ביים בר מצוה טאג, קען מען עס מאכן אין חדר, פאר מיין כיתה – און שוין!
דא בין איך שוין געווארן זייער אויפגעברויזט, כאטש א שיינע בר מצוה סעודה פארגינט מען מיך נישט? און מיין מאמע איז אפירגעקומען מיט אירע זיסע ריידעלעך.. דו וועסט נאך האבן א גרויסע חתונה..! באמת ווער דארף א פולע זאל מיט מענטשן.. ס'איז סתם א שאד די געלט.. און ס'פאסט נישט א יונגע בחור זאל זיך אזוי גרויסן מיטן זיצן אויבנאן אין פראנט פון הונדערטע עלטערע..
גראדע, ביי די שלושים פון מיין זיידע ע''ה, וואס איז אויסגעקומען צוויי טעג פאר מיין בר מצוה, איז געווען א חתונה אין די משפחה, סיי ביים שלושים סעודה, און סיי ביים חתונה, איז מיין טאטע צוגעשטאנען צו מיר, אז כ'מוז גיין צום מייק און זאגן די פשעטל, אלע ווילן דיר הערן, און ס'קען זיין מ'וועט דיך געבן מתנות אויך, כאטש דרשה געשאנק געלט.
איך קען זאגן איין זאך, די ערשטע מאל וואס כ'האב עהם אנגעפיפן.. און בשום אופן זיך נישט געלאזט מאכן צע'נארט! איך בין אינגאנצן משוגע מיין ער? איך וועל מיך אויפשטעלן אינמיטן א חתונה פון א קאזין, צו אפילו ביים שלושים – זאגן א פשעטל פון א בר מצוה? קען זיין ער שעמט זיך נישט, אבער איך יא!
מיט דעם איז עס געבליבן, און קיין בר מצוה פאראדע האבן זיי פאר מיר נישט געוואלט מאכן, איך בין געבליבן באליידיגט, און זיי ביי זייערס..
מיין בר מצוה האט מען געמאכט אין חדר אינעם בית מדרש דארט, און מיין מאמע האט געבאקן א געשמאקע פאטעטא קוגל פאר דעם, און נאך א דריי פערטל שעה איז געווען געענדיגט מיטן בר מצוה..
מיך צו בארואיגן, האט מיין טאטע געזאגט, אז כ'קען גיין אין ספרים סטאר, און אנפילן א ליסטע מיט ספרים וואס כ'וויל.. און ער וועט עס שוין באצאלן..
וואס מיינט עטץ, כ'האב טאקע אזוי געטון, און איינגעקויפט איבער צוואנציג סעט'ס ספרים!!! און רוב פון זיי האב איך קיינמאל נישט גענוצט..
און כ'זאג נאכאלץ, מוחל טובות די ספרים, איך האב נישט געהאט קיין נארמאלע בר מצוה, און ביז כ'האב זוכה געווען צו א חתונה.. איז עס אויך געווען אנדערש פון יעדן.. קוקט אויס אז מנשה לוסטיג איז א אויסנאם אין אסאך פעלער.. לאמיר האפן נאר מיט גוטע זאכן.
המשך בא יבוא
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 8:29 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'וואלט ערווארטעט עטליכע פאזעטיווע תגובות.. פליז!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:38 pm
דורך ודי למבין
מנשה, כ'האב מיך ביז יעצט איינגעהאלטן ווייל כ'האב געזען אז ס'פארט גוט אן קיין תגובה האב איך דיך נישט געווילט אינטעראפטען.
אבער, ביז אהער איז א דזשאב וועל דאן, זייער אפען הארציגף ווארים, פערסענאל און מיט א געשמאקען הומאר.
פליז קיעפ איט קאומינג
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:50 am
דורך ברסלבער
איך האב זייער הנאה פון די באשרייבונגען. נאר דו גיסט אזוי סאך אויף אמאל אז איך קום נישט אן צו ליינען אלעס. יעדע תגובה אין דעם אשכול וואס איך האב שוין געליינט געב איך א לייק, אזוי געדענק איך וואו איך האלט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:30 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך מוז זיך ווידער אנטשולדיגן, אז כ'האב מיך דערמאנט נאך זכרונות פון עטליכע יאר פריער.
אום תשמ''ז איז פארגעקומען די אבן הפינה פונעם בנין הכולל, ווי אין די בלאטע וואס האט פארשמירט אלעס ארום, האט מען מכבד געווען די שיינע יודען צו אנטייל נעמען אין די רייהע פון כיבודים, און די לייכטע רעגן האט טאקע שווער געמאכט דעם באוועגונג דאן.
אבער נישט דאס איז געבליבן די עיקר זכרונות, נאר עפעס אנדערש.
די מסיבת לעיקעך און לחיים איז פארגעקומען אויפן שטח צווישן דעם רבינס הויז און די שול, וואס איז דאן נאכנישט געווען צוגעבויעט, אויף יענעם שטח איז געווען נישט קיין קליינע לעכער אין די פעך, און מ'האט פלייסיג געשלעפט די פארענטשעס פול מיט מענטשן דערויף, פונעם מעמד הנחת אבן הפינה, אביסל אהינצו – צום ארט ווי מ'האט צוגעגרייט די לעקעך ולחיים.
פלוצלינג האט זיך איין פארענטש געטראפן אין א גריבל, און די פארענטש האט זיך איבערגעקערט אויפן פנים..
און דער היינטיגער גבאי – ר' אהרן פרידמאן הי''ו, איז געשעדיגט געווארן אויף א ערנסטע ארט אויפן שדרה ביין!
מ'האט זיך שטארק דערשראקן, אבער ב''ה ער איז נאכן באהאנדלונג געזונט געווארן בשלימות, און נאך אזעלכע ענליכע עפיזאדן וואס פלעגן אמאל פאסירן, האט מען זיך געלערנט א לעקציע אויף זהירות, ספעציעל אויף פלעצער ווי ס'דא א גרויסע ציבור און מ'איז אזוי מתפלל אז ס'זאל חלילה די שמחה נישט צושטערט ווערן, און די הייליגע השראה זאל נאר גוטע השפעות נאכברענגן.
ווי האב איך געקענט פארגעסן פון מערמלשטיינס חלה טיילן, כאטש כ'האב יא געשריבן, אבער נאר בקיצור ווען דער רבי איז אוועקגעפארן מיטן די הערינג, אבער ער פלעגט אמאל טיילן די בילקעס יעדע שלוש סעודות, און ס'געווען א גאנצע מערכה.
פאר זיידעס האט ער געגעבן סעלצער אין א קאפ אויך.. אבער די יונגע האט ער געשריגן פארן בעטן, גיי צום סינק און נעם וואסער..
סוף ימיו זענען די בילקעס מיטגעוואקסן מיט עהם, און ס'איז נישט געווען מער ראוי.. אבער זיין גוטסקייט האט קיינמאל נישט אויסגעוועפט ביזן לעצטן טאג. יהא זכרו ברוך.
און אז מ'רעדט פון די אלטע, קען איך נאך אריינשטופן נאך אפאר שורות.
און ווען כ'פלעג דערמאנען מיין זיידן אין שול שבת אינדערפרי, טאמער האט מען באגעגענט פונקט איינע פון די אלטע באבעס, וואס זענען געווען נאטורליך מחותנים, פון איינע פון די הונדערטע אייניקלעך זיינע, פלעגט מען זיך אזוי באוואונטשען און באגריסן, ווי איך האב מיך שוין געשפירט אויסער די בילד..
נאך עפעס.
כ'געדענק זיך דרייען נעבן מיין שכנ'ס הויז, ר' אברהם ראזנבערג ע''ה, ער איז אוועק ממש ביי די מאה שנה, און האט געהאט א גוטן בלעטל פון חסד ויראת שמים, שוין פון אלע יארן וואס ער איז אויפגעוואקסן אין אמעריקא, און היינט איבערגעלאזט א גרויסע משפחה יראים ושלמים.
אבער וואס איך געדענק, אז ער פלעגט זיך פארענען אין זיין קעלער, מיטן מאכן וויין! קוקט אויס אז דאס איז נאך געווען פון די זהירות פון אמאל, נישט צו עסן און טרונקן אין די פרעמד, און פלעגט מאכן אלעס אליינס, און נאך אלע זיינע מעלות איז ער געווען א שטילע באשיידענער, וואס אלע זיינע מעשים זענען געווען שטיל ווי א שאטן, און כ'האב קיינמאל נישט געהערט זיין שטימע.
נאך עפעס זכרונות, אז ב' ניסן ביים צוריק קומען פונעם ציון איז נעבן אונזער הויז דאך געווען די סינק צו וואשן די הענט און העכער די פראוואזארישע בית הכסא'ס אויפן גאס וואס מ'האט געברענגט פארן צורך פונעם ריזן ציבור, איז געשטאנען א טאוועל, דא קענט איר טועם זיין..
איך האב אלץ קינד נישט צוזאמגעשטעלט דעם טאוועל מיטן טעימה.. וואס האט די טעימה מיטן ארויסגיין..
כ'געדענק נישט צו כ'האב דערמאנט וועגן אונזער זיין אין די גאר יונגע יארן אינעם קעמפ פון 'סאני קרעפט' נעבן מאנרא, אבער איך געדענק גארנישט פון דעמאלטס.
לאמיר זיך צוריק'קערן צום בר מצוה יאר מיינע.
אין כיתה ט' האבן מיר – אנשטאט משניות געלערנט רב שו''ע אויף הלכות תפילין, און אזויווי מ'קען הלכות טלית פארן חתונה, אזוי האב איך געקענט הלכות תפילין.. אבער כ'בין געווען זייער ערענסט מיט דעם, און מיר פלעגן טאקע נישט רעדן אין די תפילין – ווי דער רבי האט אנגעזאגט, און פלעגן דאווענען אין א של''ה סידור אינעווייניג מיט ערליכע הרגשים, אז מיר זענען 'בר מצוה' בחורים, נישט מער קליינע שעפעלעך.
איך געדענק, אז מ'פלעגט זיך טועה זיין אין מיר, אז כ'בין א רעביש קינד.. ווייל כ'האב געהאט א רינדעכיגע רויטע פנים, האט מיין פעטער חיים לעפלער מיר צוגעפאסט א גענוג ברייטע הוט, ס'זאל מיר שטיין פאסיג, און ס'איז מיר געווען א כבוד..
א שטארקע זאך וואס כ'האב אנגעהויבן דאן, איז געווען דאס לערנען מאור עינים.
אט די הייליגע ספר, וואס מיין זיידע ע''ה פלעגט דאס אזוי ליבן, און דאס שענקן פאר אלע זיינע בר מצוה אייניקלעך, ווייל ער האט געדענק אז ער פלעגט לערנען מיט הקדוש ר' אהר'לע ראטה זצוק''ל נאך אין ישיבה, ביים גאלאנטער רב זצוק''ל, אין א חבורה'לע אין דעם ספר הקדוש.
אט דעם ספר, מאור עינים, ס'מאכט לעכטיג די אויגן – פלעגט מיין זיידע ע''ה אלץ זאגן.. דאס האט מיר טאקע געמאכט לייכטן אין לעבן, מיט איין גזירה שווה פון מיין בר מצוה ביזן היינטיגן טאג, ועד בכלל..
מ'האט געשמועסט אז מאור ושמש איז לייכטער, מאור עינים איז שווער צו פארשטיין, איך ווייס נישט! איך האב שוין דאן פארשטאנען און ארויסגענומען הויפענעס חיזוק און הדרכה, פון דעם הייליגן ספר – מאור עינים, און כ'האב ממש געשפירט ווי עס לייכט אויף מיין נשמה אין יעדע צייט, ווען כ'האב נאר מעיין געווען דערין.
אום חודש אדר תשנ''א אין כיתה ט', האב איך דאס ערשטע מאל באטרויטן די טריבונע, זייענדיג א אקטיאר אינעם חדר פלעי – פאר פורים.
דער מנהל ר' ישראל בנימין בערגער שליט''א, האט גע'פסק'נט, ווער ס'טויג פאר די גרויסע חלקים, און ווער ס'איז פאר די קלענערע, און איך בין געווען אויפן ליסטע פון די גרויסע פארטס.
אבער מיין בושה אט מיר נישט צוגעלאזט צו נעמען א גרעסערע פארט, ווי נאר איין קליינע חלק, וואס כ'האב אפילו נישט גערעדט בכלל.
מיין גרויסע חלק האט מען געגעבן פאר א צווייטן, וואס האט עס 'נישט' ספעציעל געמאכט, און איך, זייענדיג פארשטעלט ווי א מאמע פון א יונגעל וואס פירט איר זון צום באן צו לערנען תורה ערגעץ אנדערש, און כ'בין געווען אזוי נאטורליך פארשטעלט ווי א מאמע, מיט 'אלע' פרטים.. אז ווען כ'בין נאר אריבער די טריבונע מיטן יונגעל ביים האנט, האט דער עולם געקלאטשט מיט אייפער, ווי גוט כ'בין געווען באשמירט און אנגעטון..
מיינע נאטורליכע רויטע באקן האבן צוגעגעבן, אבער איך אליין האב פארשאפט די ריכטיגע העט און קליידער ווי ס'האט נישט געפעלט קיין האר..
ס'האט נאך געדויערט א יאר צענדליג, ביז איך האב מיך באוויזן אויפן טריבונע אן בושה, און מיין נאמען איז באקאנט געווארן אלץ אויסנאמליכער נאטורליכע אקטיאר.
יענע יאר פורים, איז טאקע געווען דאס ערשטע מפלה פונעם שונא ישראל אין איראק, כ'געדענק ווי פאר תענית אסתר האט ר' משה יעקב סיגלער אזוי פארפירט מיטן התעוררות אין חדר, ווי ער האט מיט זיין דרשה אונז אויפגעהייטערט צו זאגן תהילים און איינרייסן פארן ענדגילטיגע ישועה אין הייליג לאנד.
אויפן דאך פונעם ישיבה האבן די בחורים געמאכט צוויי ריזן 'מיסעלס', פון קארדבארד, און א איזרעילישע פאן, וואס עטליכע אונגארישע זקנים האבן זאפארט קריטיקירט..
זייענדיג שוין א בחור, בין איך שוין געווען 'כשר' אנצונעמען דעם דזשאב פון מאלן ווייץ פאר געלט.
אונזער שכן, ר' דויד פעלבערבוים ע''ה, איז געווען א באזונדערע מחמיר מיט זיינע מצות, און אין זיין הויז פלעג איך שעות לאנג שטיין און מאלן זיינע ווייץ, צוזאמען מיט ידידי מנוער – יששכר יואל אונגאר [דער מגיה פון מיין ערשטע ביכל..] און מיר האבן שווער געארבעט, און סוף כל סוף פארדינט א פעטע מטבע.
כ'געדענק אז כ'פלעג כאטש ווען טועם זיין פון די ווייצלעך, און אז כ'האב געהערט אז ס'איז א מאכל בהמה, האב איך אויפגעהערט..
וויאזוי צו מאלן ווייץ, איז קיין פראגע נישט געווען, ווער ס'האט זיך געוואלט לערנען מאלן ווייץ, האט עס אויספראבירט ביי די רבי'ס ווייץ מאלן.. דארט האט מען געברויכט אסאך בחורים און כוחות, צו מאלן די ווייץ פאר די מצות וואס מ'טיילט פארן עולם וואס קומט צום רבין אויף יו''ט.
כ'מוז מודה זיין, אז די הייליגע זמנים, ספעציעל פון אדר ניסן, וואס זענען ביי מיר באזונדער גאר באליבט, האט געהאט א אנדערע טעם פון אלץ קינד ווי אלץ בחור'ל.. קען זיין אז דאס לערנען מאור עינים האט דאס צוגעגעבן.
איך געדענק גוט, יענע יאר שבת הגדול, וואס איך בין געווען זייער 'הייפער' ווי מ'זאגט.. און פון צופיל בחור'ישקייט קען אמאל געשען עפעס נישט געשמאק.
איך האב קוים אנגעהויבן די בחורישע יארן, וואס האט זיך למעשה געצויגן פאר צען יאר!.. איך האב נאכנישט געוואוסט אז כ'וועל זיין אזוי לאנג א בחור.. און אז כ'וועל נאך צוריק ווערן א בחור שפעטער..
הכלל, כ'בין שוין א גרויסע בחור, און כ'בין שוין א בעל דעה! און כ'האב אנגעהויבן שטיין אויף די נערווען אין שטוב, אז מיינע געשוויסטער פלעגן מיך אפט טרייבן מיט קולות, נאך וואס כ'האב זיי איינפאך ארויסגענומען פון די כלים..
פאסירט האט עס יענע שבת הגדול, ווען מיין יונגערע שוועסטער – הרבנית שמעלצער תחי'.. האט געשפילט א געים, און איך האב צועשטערט די געים.. און זי האט אנגעהויבן מיך נאכלויפן מיט א שטעקן.. און כ'בין אנטלאפן מיטן נשמה אין האנט – מיט א ווילדע געלעכטער..
און כ'בין געלאפן צו די טיר וואס פירט אראפ די שטיגן, און זי האט נאך מיר צוגעהאקט די טיר! און מיין שיך האט זיך פארהאנקערט, און כ'בין אראפגעפלויגן אלע צוואנציג טרעפן אין איין רגע!!
כ'האב מיך געטראפן אונטן אויפן פלאר, ווען פון מיין נאז גיסט טייכן בלוט, און מיין קאפ און האנט זענען פארגליווערט – אן באוואוסטזיין, כ'בין געווען פאר'חליש'ט פאר צוויי מינוט, און זיך קוים געקענט רירן.
זי האט אויסגעבראכן אין א געוויין, זעענדיג וואס זי האט געטון כאילו..
און ס'האט זיך אנגעהויבן א שרייעריי, מ'האט נישט געוואוסט אויף וועמען צו שרייען, ווייל דער שולדיגער ליגט אונטן א שטאק אראפ, צעביילט און בלוטיג..
מיין אונגארישע באבע ע''ה האט שוין געלאזט פאלן ווערטער, כאילו ס'דערנאך.. 'שוין! מ'האט קאפוט געלייגט א יונגעל..'
די געשיכטע האט זיך געענדיגט, אז ביז מוצאי שבת בין איך געליגן אין בעט מיט צעהאקטע גלידער, אנהאלטנדיג די נאז ס'זאל אויפהערן בלוטן, האב איך נאכאלץ געשפירט קראנק און שוואך, נישט וויסענדיג וואס פונקטליך איז געשען צו מיר.
מוצאי שבת האט מיר מיין טאטע אריינגעטראגן אין שפיטאל, און נאכן ווארטן שעות אויף שעות, ממש יארן.. בין איך אנגעקומען צום באהאנדלונג, און זיי האבן געזאגט אז מיין האנט איז געשעדיגט, און מיין קאפ? סתם א גרויסע 'קאלירטע' בייל.
די מעשה איז געווען, אז בשעת'ן אראפ'פליען, האט מיין האנט – זעט אויס – געכאפט א גוטן זעץ אויפן וועג, און די ביין האט זיך געשפאלטן טיילווייז, און דאגעגן מיין קאפ, וואס האט געכאפט גוטע זעצעס ביי עטליכע טרעפ, און אויך גרייכנדיג אונטן, איז געווען א מזל אז ס'גארנישט געשען.
זיי האבן געזאגט, אז קען זיין וויבאלד מיין קאפ האט געהאט א קישעלע פון הויט.. מיין שטערן איז געווען זייער ספאנדזשי אלץ יונגע בחור.. האט עס קען זיין געהיטן.
ביז ל''ג בעומר בין איך געגאנגען אין א קעסט אויפן האנט, און דווקא אויפן רעכטן האנט! און מיין שרייבן איז מיר געווען כמעט אומ'מעגליך, וואס דאס מיינט שטעלט אייך אליינס פאר.. איך זאל נישט קענען שרייבן איז געווען א דאפעלטע צרה פאר מיר..
דעמאלטס פלעג איך שרייבן א טאג ביך פאר מיר אליינס, איך האב עס נאך אוועקגעלייגט ערגעץ, און דארט איז מערקווירדיג פארצייכענט, מיט א וואקעלדיגע שריפט, מיין ,איבערלעבעניש דעמאלטס.
עד היום הזה, קען איך שפירן מזמן לזמן, א שטיקל מיחוש ביי יענעם ביין, אבער ב''ה ס'איז מער ווייניגער בסדר, און כ'לעב מיך גוט מיט מיין שוועסטער..
איך זאג אזוי לאכעדיג, כ'לעב מיך גוט מיט איר, זי האט געשפילט א ראלע אין מיין לעבן, נאך אפאר מאל..
מקודם, האב איך זיך נאכאמאל געהאט גערייצט מיט איר, און איינמאל אינמיטן זי האט געשריבן א טעסט פון סקול, האב איך איר געשטערט, און זי האט מיטן גרויע פענסיל שפיץ, מיר געגעבן א מזכרת נצח אין האנט!
עד היום הזה זעט מען נאך א צייכן..
און ווען ס'געקומען די צייט פון שידוכים, האט מען גוזר געווען אויף מיר, אז כ'מוז איר לאזן חתונה האבן פאר מיר.. פארוואס פארווען.. האב איך נישט קיין ענטפער, אויך עד היום הזה..
המשך בא יבוא..
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:22 pm
דורך I'm back
אפשר אריינצוכאפן די גאלדענע בחור...?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 6:52 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'איז פארלאפן א יאר און אונז גרייטן זיך אריינצוגיין מיט הצלחה אין ישיבה קטנה.
איך האב אזוי שטארק געוואלט אוועקפארן לערנען, אזויווי אנדערע בחורים, עטליכע האבן מיט פראטעקציע פון די עלטערן באקומען א מעלדונג אז ער איז אנגענומען אין מאנטריאלע ישיבה, איינער אין בארא פארק, איינער אין וויליאמסבורג.
און איך האב זיך פארגלוסט צו פארן קיין מאנטריאל, און כ'האב אנגעהויבן מרמז זיין.. און מיין טאטע האט באקומען די מעסידש, אבער כ'בין שנעל געוואויר געווארן אז ער האט שוין דאס אפעלירט נאך פאר מיר.. און די סוף פסוק איז געווען אז נישט!
און כ'פאר מיט מיטן באן, ווי רוב כיתה גייט אריבער איין שיינעם טאג אינעם נייעם בנין, און מ'דארף צו ווערן פלוצלינג א 'בחור' אויף די עלטער..
חברותות האט זיך שוין יעדער געכאפט, אויסער איך.. און כ'זע שוין וואספארא התחלה מיין ישיבה יאר הייבט זיך אן, ווען מ'דארף זיין באזארגט מיט כאטש פיר חברותות.
פארטאגס, פארמיטאג, נאכמיטאג, און ביי נאכט סדר. און איך האב נישט נושא חן געווען ביי קיינעם.. שבת קודש קען איינער באשטיין צו לערנען מיט מיר אפאר מינוט..
ס'מיר געשטאנען טרערן אין די אויגן, און כ'בין צוגעגאנגען צום מגיד שיעור, און געזאגט אפען, איך האב נישט קיין חברותא!
פארוואס? פרעגט ער.
פארוואס פרעג איך.. און ער כאפט שנעל מיין מצב, און ס'האט נישט גענומען קיין לאנגע צייט, ער האט צוגערופן צוויי טיכטיגע בחורים'לעך, און זיי צעטיילט! איינעם האט ער געהייסן לערנען מיט א חבר מיינע מיינס א גלייכן..
און די צווייטע האט ער געזאגט שטילערהייט, און מיין חבר האט עס מיר איבערגעזאגט.
'אויב וועסטו לערנען מיט עהם, מיינט עס אז דו געבסט אוועק פון זיך פאר יענעם, וועט דיר גארנישט פעלן.. כ'זאג דיר צו, אז מן השמים וועסטו זען הצלחה אסאך מער ווי אלע..'
און כ'האב אנגעהויבן לערנען מיט יענע חברותא, וואס האט זיך פאר מיר איבערגעגעבן שטארק, און מסביר געווען מיט אסאך געדולד יעדע זאך אין גמרא, כאטש כ'האב מיך אסאך פארקלאצט האט ער מיך געדולדעט, און כ'האב מצליח געווען צו פארווישן מיינע לעצטע טרערן און מצליח געווען מיטצוהאלטן על הסדר.
כ'האב פארשטאנען די גמרא, וואס איז נישט געווען קיין אנדערע מסכתא און פרק, ווי 'חזקת הבתים' אין מסכת בבא בתרא!
דער מגיד שיעור האט געזאגט לענגאויס דעם יאר, אז ס'איז א שווערע מצב אין די ריעל עסטייט, און בזכות אונז לערנען חזקת הבתים וועט זיין עשירות ביי יודן.
איך האב אזוי ליב באקומען דעם מסכתא, אז כ'האב געדענקט סוף יאר יעדע בלאט מיט אלע מפרשים וואס מ'האט אויסגעשמועסט.
און כ'האב מיך שוין בארואיגט פונעם געדאנק אוועקצופארן, ספעציעל ווען יענע יאר, תשנ''ב, איז געווען א יאר מיט נאך איבערלעבענישן, פרייליכע תקופות, וואס כ'האב מיך געפריידט צוזיין אינדערהיים אין די צייטן.
דער רבי זז''ג האט חתונה געמאכט זיין זון, ר' יעקב יוסף שליט''א, און דעמאלטס האט א חתונה נאך געמיינט א נארמאלע בין הזמנים סעזאן ביז נאכן לעצטען שבע ברכות..
די חתונה איז געווען אויב כ'געדענק גוט, אום שב''ט, און די ישיבה איז געפארן אויף רעדער..
שפעטער מיט די יארן, האט מען דאס מתקן געווען כפי רצון קדשו פון רבי'ן זז''ג, און די ישיבה האט נישט צושטערט די סדר צוליב די שמחה, אבער ליידער דאס מאל, האט עס געהאט א שטארקע נאכוויי, ווען די בחורים וואס האבן גע'ארבעט צו מאכן לעקטער און סיינס פארן שיינקייט פונעם שמחה, האבן פארמאכט די גמרא, און מ'האט נישט געקענט מסדר זיין די מצב על תיקונה.
ביי אונז אין ישיבה קטנה איז נאך גאנץ כמעשה יא געווען סדר לימודים, אבער נישט קיין פארגלייך צו די היינטיגע שמחות, ווי מ'יאגט אן צו לערנען 'לכבוד די שמחה' גופא אסאך מער, אלץ דורון דרשה פארן רבין זז''ג.
הכלל ס'געווען יו''ט אין די וואכן, און יעדע שמחה ברענגט מיט זיך אינטערעסאנטע דעטאלן, און געסט און מצבים..
דעמאלטס איז געווען איינע פון די מאדנע פערזאנען, א עלטערע פוילישער יודל, אן א בארד, מיטן נאמען 'אייזיק וואלגא', וואס האט געהאט מיט זיך א היסטארישע געשיכטע, אז ער האט ביים צווייטן וועלטס קריג, מצליח געווען צו ראטעווען דעם אלטן מעיאר פון אונזער שיכון, מתתי' פריזל.
דער 'מתתיהו רעטער'.. ווי מ'פלעגט עהם רופן, איז עפעס אריינגעפאלן אין שטעטל יענע תקופה, און האט געכאפט א מאדנע רוח אין זיך, און מ'האט פון זיינע שגעונות צוזאמען מיט עהם נישט געקענט אפקלעבן..
ווי ער איז געווען אלע יארן ביז דאן, איין באשעפער ווייסט.. אבער זיין סוף איז געווען פארביטערט.. ער איז געווארן דער שפילצייג פונעם יוגענד, און מ'איז עהם נאכגעלאפן ווי ער איז געגאנגען, און פראבירט צו מאכן א געלעכטער אויף זיינע שוואכקייטן.
איינמאל ווען איך האב זיך צעלאכט פון עהם, האט ער מיר געכאפט ביים האנט, און גענומען שרייען, כ'וועל דיר געבן אזאנס אז די טאטע וועט קיין נחת נישט האבן..
ער איז געווארן מסוכן, און מ'האט עהם שווער מסלק געווען, און ס'קוקט עפעס אויס, אז עד שלא שקע שמשו של זה כבר זרח שמשו של זה.. ווייל ווען מ'איז קוים מסלק איין אומגעוואונטשענע גאסט, דרייעט זיך שוין א צווייטער פארן די אויגן.. ווי געזאגט, כ'האב קוים געווארט צו קומען צו די מלוכה..
אין די היסטאריע פונעם שטעטל זענען שוין אסאך אזעלכע סארטן עלעמענטן, געקומען און געגאנגען, און מ'פלעגט זאגן, אז דא איז די לעצטע באס סטאנציע..
אזעלכע נשמות יתירות פלעגן ביים פריען אנקומען ווערן אנערקענט ביי די יונגענד, מיט נייע נעמען, אויב האבן זיי נישט געוואלט זאגן די ריכטיגע נאמען..
און אזוי אויך מיט אונזער אייזיק וואלגא, ווען ער איז נעלם געווארן, איז שוין געווען נאך צוויי געסט ביים האנט.. און זייער היסטאריע אנאנים פונעם ציבור.
ס'געווען און ס'נאך דא.. אזעלכע וואס קומען און גייען ווי א משלח וחוזר.. און מ'דארף דאך אזוי אכטונג געבן זיך נישט צו פארטשעפענען מיט די דעליקאטע נשמות, ווייל טאקע זיי זענען לאכעדיג, אבער אינעווייניג איז א פייכטע צעבראכענע נפש ביזן גרונד.
שוין פון אלץ קינד האבן מיר געקענט א רייהע נע ונד'ניקעס, ס'איז פארהאנען אויפן ליסטע, דער גאלדנגעיטער רעבע, דער 'דידן נצח' מענטש, 'דער וועקיום קלינער'.., און יוסף איזאק, און גרשון חנוך.. איינער איז געווען הונקעדיג איינער פאני א צווייטער צו קלוג..
מ'האט אלץ חושד געווען צו ס'איז נישט פארהאנען צווישן זיי א מעגליכקייט פון א שפיאן פאר אומגעוואונטשענע אויערן, מי יודע? אחד הוא יודע!..
דער דידן נצח, איז געווען א ליובאוויטשער גרוש, וואס די נערווען האבן עהם געשפילט און ער פלעגט זיך שווער לעבן מיטן מציאות אז זיין ווייב האט עהם פארלאזט, און אויסגעגעבן זיין ווייטאג מיטן זינגען אין די גאסן..
דער הונקעדיגער פלעגט אוועקלייגן ריזן זעקלעך מיט חלה און האניג און אפטייפן יעדע חתונה און מסיבה, מי יודע..
וויאזוי פלעגט ר' שלמה'לע קארליבאך זאגן? יו נעווער נאו.. יו נעווער נאו..
לאמיר זיך צוריקכאפן צום יעצטיגע מציאות, ס'קומט פאר א חתונה, און דאן נאכנישט געווען די סדר און מערכה ווי ס'איז היינט ב''ה דאפעלט בעסער, ווייל מ'האט דעמאלטס נישט געוואוסט אז ס'קען גאר בעסער זיין, ווי אויפבויען האלצערנע שטאקן, און עס לאזן אזוי ביז א וואך נאך יו''ט..
און אלע פלייש און פיש און סאדע און אלע אפ'פאל פלעגן שימלען און שמעקן.. געפערליך לאזן א גערוך נאך זיך, ביז ס'האט זוכה געווען צו ווערן גערייניגט, הערשט נאך א וואך ווען ס'האט זיך געענדיגט די פאראדע.
די גאנצע שמחה איז געווען פלאנירט מיט קארפן קעפ כאילו, און ס'האט געמוזט פארן ווי ס'געווען איינגעוואוינט פון די חתונות פון פריערדיגע יארן, אין לשנות.
א טייל פן די ריזיגע סיינס און קרוינען לכבוד די שמחה, פלעגן פאנפערן האט מען שוין געקוקט מיט ווייטאג, כאילו דער טפל איז א עיקר, און כ'געדענק אז מ'האט געמאכט א טויער ביים איינגאנ צום רבינס גאס, א טויער ביים אלטן שול איינגאנג, א פארשטעלונג פון קברי אבות און נאך פון די אלטע סיינס אין אוצר פונעם אזוי גערופענעם 'יוצר המאורות', איז געווען א פורהאנג סיין פון לעקטער, א קרוין א ב'חנ'טע לפי די מושגים פון יענע יארן, און נאך אזעלכע בלינקינג סיינס לתפארת השמחה.
כ'מיין מ'האט זיך געלערנט א לעקציע מיט די צייט, אז נישט דאס איז די שמחה, און ס'פארהאנען טיפערס בשמחת בית צדיקים, אבער דאן איז דאס געווען א עסק.
שבת שבע ברכות איז געווען אין שטאט פונעם מחותן - דער טשערנאבליר רבי שליט''א, אין בארא פארק, און ס'האט קוים עספיעט אריינצונעמען די פולע געסט פון איבעראל, און ס'איז נישט געווען קיין פארגלייך צו די היינטיגע סדר.
ביים מצוה טאנץ פרייטיג צונאכטס, איז כמעט נישט געווען קיין אינטש פלאץ ווי צו שטיין – פאר מיר.. און איך האב מוותר געווען ביי מיר, צו קלעטערן און זוכן א פלאץ אין אזא געדרענג.
ווען מיין טאטע האט מיך געטראפן נאכן טאנצן, און געוואויר געווארן אז כ'האב עס פארפאסט! אוי מער האט מיך נישט אויסגעפעלט.. כ'האב באקומען קאלטס און ווארעמס.. 'פארדעם ביסטו געקומען אהער'.. כ'געדענק אז מיינע טרערן זענען נישט פארפרוירן געווארן כאטש ער איז מיט מיר געגאנגען צום אכסניא אין די גאר פארפרוירענע קאלטע פרייטיג צונאכטס.
און ס'האט מיר געשטאכן מיט שפיזן זיינע פסקים, ווי כ'וואלט געזאגט, כ'וואלט אפילו נישט געוואלט קומען, אויב כ'מוז דווקא זיין ביים טאנצן.. אבער גיי זיי מסביר די מוח פון א געבוירענער אין די י' יארן צו א געבוירענער אין די ענדע ל' יארן..
דעמאלטס האב איך נאך געהאט קנאפ געדולד מיטצוטאנצן ביי יעדע מסיבה, און אוודאי נישט ווען ער האט געהאלטן א שטרענגע האנט אויף מיר און כ'האב געמוזט, ווייל אזוי האט 'ער' געוואלט.
הכלל, כ'האב ארויסגענומען פונעם שמחה מיינע אייגענע הנאות, און ס'דאך געווען יו''ט.. און א באזונדערע תקופה אין יענע יארן.
און אז מ'רעדט פון דעם חתונה, כאפ איך מיר, אז כ'האב גארנישט פארציילט פונעם פריערדיגן חתונה, אום יאר תשמ''ז, ווען דער רבי זז''ג האט חתונה געמאכט א טאכטער מיט ר' יעקב יוסף האגער א זון פון ר' ישראל און אייניקל פונעם מאנסי ווישניצער רבי שליט''א.
[המשך יבוא]