זענען מיר אנאלפאבעטן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יאיר. וואס פונקטליך טראכט א הונגעריגער טיגער ווען ער זעהט א שעפסל אדורכשפאצירן? ער ווייסט דען פונעם ווארט "נאכלויפן"?
וירח ה' את ריח הניחוח
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:דער געדאנק און דער חידוש כשלעצמה איז נישט דווקא פארבונדען מיט די ווערטער וואס ער גייט דאס שרייבען אויף ק''ש, דער געדאנק/חידוש איז א מחשבה און דאס איז בלי גבול, נאר ווען ער שרייבט דאס אראפ איז ער דאס מגביל און ווערטער, דא קומט אריין יידל'ס געדאנק אז ווי מער אויסגעריבן מען איז און שפראך און גראמאטיק, קען מען שטערקער און טיפער ארויסברענגען דעם געדאנק, אבער דער געדאנק גופא איז טאקע יא בלי גבול,

אלזא, איך שטעל דיר א טשעלענדש, פרוביר צו "טראכטן" אן ענטפער צו מיין פריערדיגע תגובה אן דעם וואס ספעציפישע ווערטער זאלן אדורכפליען דיין קאפ.
און פאר א גוט יאר, וואס איז דאס בלי גבול? דיין געדאנק האט נישט קיין גרעניץ? וועלכער מענטשנ'ס געדאנקען זענען נישט באגרעניצט ארום א ספעציפישע נושא?

איך וואלט מחלק געווען צווישען באוואוסטזיניגע געדאנקן און אינטערבאוואוסטזיניגע געדאנקן
בעת ווען דער קאנטשעס איז טאקע מער באגרעניצט איז אבער די סוב קאנטשעס אזא פרייע פויגעל (Free association)
אין דאס קענסטו נישט שטעלן אויפן טעסט ווייל דעמאלטס ביזטו דאך קאנטשעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שמעקעדיג האט געשריבן:יאיר. וואס פונקטליך טראכט א הונגעריגער טיגער ווען ער זעהט א שעפסל אדורכשפאצירן? ער ווייסט דען פונעם ווארט "נאכלויפן"?

דאס איז דאך דער שפיץ פון דעם געדאנק. בהמות און חיות קענען נאר פילן און טראכטן פראקטיש, דער שעפסל קען מעורר זיין דעם תאוות הרעב ביים טיגער און ער וועט שפירן א דראנג צו נאכלויפן. דער טיגער זעצט זיך אבער קיינמאל נישט אראפ טראכטן, וואס וועל איך טון נעקסטע מאל א שעפסל קומט, זאל איך אים נאכלויפן אדער רחמנות האבן אויף אים?
אט דאס מיינט געטראכט אבסטראקט, און דאס קען נאר א מענטש טון.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יאיר א מענטש האט די מעגליכקייט און וועט טראכטן מערסטנסטייל אין ווערטער אבער מ'קען טראכטן אין בילדער אדער אין אנדערע דמיונות החושים, און וואס טוסטו מיט געדאנקן וואס האט נישט קיין ווערטער טראכט מען דאס צו אויף א געמיש פון אבסטראקטע מחשבות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]דער [tag]יאיר[/tag] איז דאך א חכם מחוכם, אדער ווי מען זאגט אין אידיש - אן "אונטערגעציפטע אויבער-חכם". דו פרעגסט א שאלה וואס האט נישט קיין אנטווארט, דו שטעלסט פאר א טשאלאנדזש וואס פארמאגט נישט קיין פתרון, און דו לייגסט פאר א טענה וואס קען נישט צוריק געוויזן ווערן. מיט דעם קלייבסט דו זיך צו ערווארבן די טיטל "געווינער". היו לא תהיה! מיר וועלן דאס נישט צולאזן! :x

יאיר האט געשריבן:אודה ולא אבוש, כ'האב נאך קיינמאל נישט געטראכט בלי גבול. אפשר גיבט איר ארויס דעם סוד ווי אזוי מען טוט דאס?


האסט דא פארלאנגט א הסבר ווי אזוי מען טראכט בלי גבול, האסט דאך געפרעגט עפעס וואס דו וויסט אז עס איז אוממעגליך צו ענטפערן. אז מען גיבט עס ארויס איז עס דאך נישט קיין מחשבה, און ממילא איז עס נישט בלי גבול.

יאיר האט געשריבן:איך שטעל דיר א טשעלענדש, פרוביר צו "טראכטן" אן ענטפער צו מיין פריערדיגע תגובה אן דעם וואס ספעציפישע ווערטער זאלן אדורכפליען דיין קאפ.


דא ווידער האסטו געשטעלט א טשאלאנדזש וואס קען נישט ווערן צופרידן-געשטעלט. וויבאלד מען טראכט אן אנטווארט צו דיין שאלה איז עס אטאמאטיש מוגבל. עס ווערט א דיאלאג צווישן צוויי מוגבלים. משא"כ ווען מען טראכט איבער א זאך אדער נושא אינדערויסן פון א דיאלאג און נישט אין די קאנטעקסט פון אן "ענטפער" דעמאלטס אנטהאלטן די מחשבות נישט קיין ווערטער. אדרבא, עס געשעהט זייער אסאך מאל וואס עס פאלט איין א געוואלדיגע געדאנק אבער ווי נאר מען הייבט אן צו טראכטן ווי אזוי עס צו אפשרייבן אדער איבער זאגן ווערט מען STUCK, מען קען נישט גיין ווייטער און עווענטועל פארלירט מען די TRAIN OF THOUGH.

יאיר האט געשריבן:און פאר א גוט יאר, וואס איז דאס בלי גבול? דיין געדאנק האט נישט קיין גרעניץ? וועלכער מענטשנ'ס געדאנקען זענען נישט באגרעניצט ארום א ספעציפישע נושא?


די געדאנק איז מוגבל נאר אין די ידיעות אבער נישט אין די קריעיטיווע טייל. לדוגמא, עס קען זיין אז איך ווייס נישט אז די געדאנק וואס איך שרייב דא איבער דאס אומ-מוגבל'דיקייט פון מחשבה, איז א געדאנק פון דער און יענער דענקער, און קען זיין אז איך ווייס נישט זייערע קלארע ראיות והוכחות דערויף, אבער אויב טראכט איך מיט גענוג העמקה און קאנצעטראציע קען מיין מח אויפקומען דערמיט פון זיך אליינס. נאכן אויפקומען דערמיט קומט די שווערע TASK פון עס אריינלייגן אין ווערטער, און דא ווערט די זאך גאר אסאך פארהאנקערט.

דאס איז גאר א שווערע געדאנק צו ערקלערן פאר אנדערע, ווייל - ווי געזאגט - זענען ווערטער מוגבל, ספעציעל ווען עס קומט צו מסביר זיין עפעס וואס איז נישט מוגבל. אדער ביסטו מסכים אדער נישט, ס'טוישט נישט די מציאות EITHER WAY. לגבי שרייבן דא אין ק"ש האב איך שוין אליינס פריער געשריבן אז דא איז שוין יא משנה די קאליבאר פון די וואקאבולער. איך האב נאר - דרך אגב - מעיר געווען אויף וואס יידל האט געשריבן בנוגע מחשבה.


ביטע זיי מוחל אויב כ'בין צו ציניש.... :lol:


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אנטשולדיגט פארן איבערהאקן די שמועס וועגן בלי גבול, איך וויל א רגע רעדן וועגן די נושא פתיחת האשכול.

[tag]יידל[/tag] האט זייער גוט ארויס געברענגט גוטע נקודות איבער די וויכטיגקייט פון שרייבן און רעדן מיט א ברייטע וואקאבולאר.
און ער האט אונז נישט געלאזט אובד עצות, ער האט פארגעשטעלט עטליכע עצות דערצו, און איינס דערפון אז מען זאל פרובירן צו שרייבן דאס מערסטע אויסגעהאלטן לויט די כללים, און אזוי וועט מען זיך אויסלערנען צו שרייבן ריכטיג, און אויב מען האט א ספק האבן מיר אן אויסוואל פון געלונגענע שרייבערס וואס וועלן שטיין גרייט צו די האנט און ארויס העלפן.

דער פראבלעם איז אבער אז דער וואס קען נישט אזוי גוט די כללים, און ער האט אויך נישט צו א ברייטע וואקאבולאר, ווייסט דאך נישט וואס עס פעלט אים, און ער ווייסט אפילו נישט אז ער דארף אנפרעגן דערויף. און פון די אנדערע זייט די וואס ווייסן יא גייען דאך נישט זיצן א גאנצן טאג און פארעכטן יענעם'ס גרייזן, זיי זענען דאך וואוילע מענטשן און ווילן נישט אז יענער זאל פיהלן געטשעפעט ווען מען פאריכט אים יעדן צווייטן טאג.

אלזא וויל איך זיך ארויסשטעלן אלץ וואלענטור, אזוי ווי איך קען באשטיין צו אויסשארפן מיין שרייבן, קענען די ידענים נוצן מיינע תגובות זיי אויסצובעסערן און ווייזן די ריכטיגע וועג ווי אזוי איך וואלט געדארפט שרייבן אדער וועלכע ווערטער איך וואלט געדארפט נוצן, און אין איינוועגס וועלן אנדערע אויך הנאה האבן זיך אויסצולערנען דערפון די כללי כתיבה.

און א מתן שכרה בצדה געב איך א לייק פאר ווער עס וועט מיר אויסבעסערן אין כללי כתיבה בל"נ.

יישר כח.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ג"א מצטרף לדברי הנ"ל.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ברסלב'ער, וואלענטיר מיט א י'. (ספעלינג אויסבעסערונגען איז אויך אין כלל פון די הבטחה?...)
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

אבטולמוס האט געשריבן:א שיינעם דאנק, יידל, פאר דעם וויכטיגן שמועס.

אליצפן דעמאנסטרירט ווידעראמאל די וויכטיגקייט פון "רידינג קאמפרעהענשאן".
אליצפן האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל יידל כדרכך בקודש.
אבער וועגן אבטולמוס'ס ארטיקל מוז איך במחילת כבודכם זיין מחולק אויף אייך.
ער האט געשריבן ווי פאלגענד:
די אלע דערמאנטע זענען דווקא מענטשן וועלכע איך האב נישט געגליכן, מענטשן מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען.

אין מיינע אויגן, און איך מיין אז אין די אויגן פון רוב יודיש רעדענדע מענטשן, קוקט דער זאץ אויס ווי א שרעקליכע מיאוסע אטאקע אויף די צוויי גדולי ישראל. מתוך דבריו קומט אויס אז היטשענס, הרב יוסף, און הרב אלישיב זענען אלע אין א קאטעגאריע פון מענטשן וואס האבן פארמאגט אין זיך די סאמע ערגסטע מידות וואס איז נאר פארהאן, מידות וואס מ'טאר זיך פון זיי נישט אפלערנען. דאס איז וואס ער זאגט סיי מיט א קאמע, און סיי אן א קאמע.
און אויב דאס איז נישט א שרעקליכע אטאקע אויף גדולי ישראל, ווייס איך נישט וואס איז.
ווי אזוי וואלט איר רעאגירט ווען איינער שרייבט אויפן בעל דברי יואל, ''ער איז געווען א מענטש מיט נעגאטיווע זיטן וועלכע זענען די ערשטע אויף מיין ליסטע פון מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען'', וואלסטו אויך געהאלטן אז עס איז א מייסטערהאפטן ארטיקל?? איך שטעל מיך פאר אז נישט.
ווי איך האב עטליכע מאל פרובירט קלאר צו מאכן, איז מיין ליבע-שנאה צו די דערמאנטע פערזענליכקייטן א גענצליך-פערזענליכער פרעפערענץ. עס איז נישט פאראן קיין אוניווערסאלע ליסטע פון "שלעכטע מידות", וואו יעדער איז מודה אז געוויסע מידות זענען די ערגסטע און אנדערע זענען נישט אזוי וויכטיג. יעדער יחיד האט זיינע פרעפערענצן וואס עס איז פאר אים וויכטיג. פאר געוויסע מענטשן איז ראסיזם נישט אין שפיץ פון דער ליסטע פון שלעכטע מידות פון וועלכע מ'טאר זיך נישט אפלערנען, אנדערע האבן דאס מערסטע פיינט אומאויפריכטיגקייט, עקסטרעמיזם, לייכטזיניגקייט, גאוה, טיפשות וכדומה. איך האב דערמאנט פיר גרויסע מענטשן, וואס פונקט פארמאגן די אלע פיר געוויסע מידות וואס זענען אין שפיץ פון מיין ליסטע פון וואס איך האלט אז מ'טאר זיך פון זיי נישט אראפלערנען. דאס שטעלט זיי נישט "אין א קאטעגאריע פון מענטשן וואס האבן פארמאגט אין זיך די סאמע ערגסטע מידות וואס איז נאר פארהאן." נישט איך, און איך גלייב אז יידל אויך נישט, וואלטן געטוישט אונזער מיינונג ווען עס האנדלט זיך ווען מיט האדמו"ר מסאטמאר ז"ל אדער סיי וועמען. יעדער מענטש האט רעכט צו האבן פרעפערענצן איבער וואספארא מידות ער גלייכט יא און וועלכע נישט, און האט רעכט אויסצודרוקן זיין פערזענליכע מיינונג. הרב עובדיה יוסף ז"ל בלייבט אן אדם גדול בענקים, אפגעזען צי איך האב אים יא געגליכן צי נישט, און אט-דאס איז געווען די כוונה פון מיין ארטיקל.
איך מיין אז כ'האב זייער קלאר ארויסגעברענגט וואס איך מיין. עס איז מיין מיינונג אז שרייבן אויף גדולי ישראל אז זיי האבן פארמאגט עטליכע פון די סאמע ערגסטע מדות, איז א שרעקליכע זאך. אפילו אויב עס איז נאר דיין פערזענליכע מיינונוג. פארדעם האב איך געפרעגט ווי אזוי ער וואלט רעאגירט ווען איך שרייב מיין פערזענליכע מיינונג אין אזעלכע ווערטער וועגן דעם בעל דברי יואל. קען זיין אז דא אויף ק''ש מעג מען זיך אויסדרוקן מיטן ערגסטן אויף גדולי ישראל. איך ווייס נישט.
ב''ה ס'פעלט מיר נישט אין 'רידינג קאמפרעהענשאן'.
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

פארוואס פונקטליך דארף א 8 יעריג קינד וויסן וואס prey איז אין סיי וועלכע שפראך ?
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שיין צו זעהן ווי פון א אשכול ספק מחאה ספק תערומות ספק אויף קאווע שטיבל ספק אויף היימישע אידען ספק אויף אידישקייט בכלל (כאילו ביי די גויים צו וואס קענען אלע שרייבען.. די קאמענטס אויף יוטוב קליפס האט איר שוין אמאל אדורכגעליינט?) ווי זיי האבען נישט גענוג קיין רייכע וואקאבולערי וואקסט ארויס אזא שיינע אינטרעסאנטע טיפע שמועס וועגן מחשבה בלי גבול ומחשבה בגבול ואותיות המחשבה וכו'. (אגב, [tag]הוגה[/tag], [tag]יאיר[/tag], סתם א מראה מקום, קוקטס אריין אין 'אוי אמונה' אשכול ווי מען ברענגט א בני יששכר אז אמונה איז בלי גבול וויבאלד מען פארשטייט נישט, וצרף לכאן).[tag]יידל[/tag], גיי ווייז דאס פאר דיין חבר וואס טענה'ט אז אלעס אין קאווע שטיבל קומט סתם צו ציניזם און ליצנות. זאל ער זעהן ווי די מציאות איז פונקט פארקערט. און לגבי זיין טענה ער קען נישט שרייבען, זאג עם ער זאל קוקען אויף לעיקוואד, וואס איז קנאפע מקפיד אויף כללי הדקדוק און שרייבעריי, און שרייבט עפעס א געמישאכץ פון אידיש יידיש ענגליש לשון הקודש און עברית, און דאך דערוואגט ער זיך צו שרייבען דא.. מען דארף נאר אביסעלע חוצפה. און האעבן עפעס א טענה, די כלי און שפראך איז נישט מעכב. הגם עס גיט אוודאי צו, און פראקטיש גערעדט בין איך מיט יאיר אז האבען א רייכערע שפארך בארייכערט די מחשבות אויך, הגם אז בעומק פילאסאפיש איז הוגה אויך גערעכט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פארוואס פונקטליך דארף א 8 יעריג קינד וויסן וואס prey איז אין סיי וועלכע שפראך ?

אבער ער/זי מעג וויסן דעם חילוק צווישן Prey and/or Pray. :roll:
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

א אכט יעריג'ס ווייסט וואס Pray איז אין אידיש. ער דארף נישט וויסן אז ס'דא א אנדערע ווארט וואס ווערט אויך אזוי ארויסגעזאגט
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

און וויאזוי וועט זי טייטשן טרף נתן ליראיו?
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

געפילטע פיש האט געשריבן:און וויאזוי וועט זי טייטשן טרף נתן ליראיו?

נישט אזא פאסיגע פסוק ווייל דא איז דער טייטש דוקא בל' מושאל שפייז ווי אינעם פסוק לחם חוקי הטריפנו
די תורה פארווערט דאך דאס עסן טריפה ווי עס שטייט ואנשי קודש תהיון לי ובשר בשדה טריפה לא תאכלו (לויט די טראדיציע מיינט דאס א בהמה אדער חיה ואס האט געוויסע וואונדען אז זי וועט נישט דערלעבן א פולער יאר ווידעראום א פארציקטע בעל חי ווערט אנגערופן נבילה לויט די הלכה)
הגם אין די ענגלישע איבערזעצונג טייטשן זיי אויך בל' מושאל .Prey has given those who fear Him
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אבטולמוס, ארויסגעברענגט א טיפע פראבלעם. כ'ליין אידיש מאטריאל טאקע פאר מיין כתה ה' אינגל, און רוב מאל שפיר איך אז אויב וויל איך נישט פארוואנדלן די עקספעריענס פון הערן א מעשה אין א קלאסרום לעקציע מיז איך משנה זיין פונעם סקריפט אויף א דום לעוועל למען ירוץ הקורא.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

יואליש האט געשריבן:אבטולמוס, ארויסגעברענגט א טיפע פראבלעם. כ'ליין אידיש מאטריאל טאקע פאר מיין כתה ה' אינגל, און רוב מאל שפיר איך אז אויב וויל איך נישט פארוואנדלן די עקספעריענס פון הערן א מעשה אין א קלאסרום לעקציע מיז איך משנה זיין פונעם סקריפט אויף א דום לעוועל למען ירוץ הקורא.
דער צוגאנג איז למעשה א טעות, גענוי ווי מרעדט מיט קליינע קינדער קינדעריש נישט ארויסזאגענדיג ווערטער קלאר מיט דעם פארלענגערט מען דאס קינד'ס אנטוויקלונג אין ארויסרעדן קלאר ווערטער.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

פון מיין experience ליינענעדיג און לערנענדיג פארשידענע ענינים, איז א שיין שפראך סך הכל א שיין שפראך.
אמת׳ע חכמה, זעען זאכען קלאר און אמת׳דיג קומט פון די פנימיות הנפש, און וואו מער די מענטש איז connected מיט זיין אייגענע נפש און מיט זיין אייגענע מח, אלץ מער אמת׳ע חכמה האט דער מענטש.
סאיז דא א געוואלד מיט שרייבערס וואס קענען זיין קנאפע חכמים, און שרייבען זאכען וואס זענען גאר ווייט פון חכמה, אבער די מענטשהייט וועט פאלען פאר זייער מייסטערהאפטיגע פענע.
וואס דאס ווייזט מיר אז גוט שרייבען איז א וועג וויאזוי צו באיינפלוסען מענטשען, סהאט אבער א קליינע שייכות מיט חכמה.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

נהורא, כ'בין מודה און באוויסזיניג צו די פראבלעם און ס'איז זיכער אז ארויסזאגן די "פרעמדע" ווערטער איז קריטיש פאר זייער וואקעבולערי בילדונג. ס'איז פארט א דילעמא ווען די ציל איז קוואליטי טיים און ענטערטעימענט. ווייל די אינגלעך ע"פ רוב האבן נישט קיין קאריקעלום פון ליינען אסך אידיש אזוי ווי אנדערע שולעס האבן מיט ענגליש, ממילא שאדט דאס פאר זייער הנאה פון דאס ביסל אידיש ליינען וואס די עלטערן טוהן מיט.

איינגעמיירעט, אן ערוואקסענע, רייכע און פונקטליכע וואקעבולערי איז נישט בלויז שיין נאר נוטיג פארן אנטוויקלונג פונעם מוח. לאמיר נעמען א משל פון געפילן. כאטש אידיש פארמאגט א רייכע אוצר פון געפילישע ווערטער, איז די אידיש וואס מיר ניצן נאקעט דערפון. ס'לאזט זיך שפעקולירן פארוואס, און מעגליך ווייל דאס רוב חסידיש-אידיש רעדנער פארמאגן נישט די נאטור פון זיך אויסדריקן מיט געפיל ממילא זענען די ווערטער מיט די צייט פארפאלן געגיינגען פונעם עמך וואקעבולערי. אלענפאלס, די רעזולטאט איז א פארקערטע אויך, אז די קומעדיגע דור פארמאגט נישט די מעגליכקייט זיך אויסצודריקן ספעציפיש אין געפילן און די געפילישע אנטוויקלונג בלייבט גאנץ פארמאכט. והוא הדין מיט אנדערע קאנצעפטען און טעכנישע און סאפיסטיקירטע באגריפן. די אידיש לעקסיקאן איז נישט רייף אין קיין שום חכמה, פסיכילאגיע, פיזיקס, וכו' וכו' די סיבה איז פשוט: די חכמות ווערן נישט שטודירט דורך די אידיש רעדנער, און אפי' ווען יא, איז עס נישט שטודירט און דיסקוסטירט אין די אידישע שפראך. ממילא איז די אוטומאטישע רעזולטאט אז א בלויז אידיש רעדענדער אין די אינגע יארן וועט נישט זיין אויסגעשטעלט צו די אלע טערמינען אפי' אין די קינדישע באגריפן דערפון.

א פאזיטיווע ערשיינונג איז מיט ניוול פה. וויבאלד די אידיש רעדנערס היינט זענען איידעלע נפשות און באניצן זיך נישט מיט פראפעניטי, איז אונז נישט באקאנט די אידישע אומאיידעלע ווערטער. די רעזולטאט איז זיכער אז די אינגווארג ווערט אינגעוואוינט צו רעדן איידל. קען אבער זיין וואס איך זאג יעצט איז הויל "בול שיט"... :D
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ניין. יואליש. דו ברענגסט זייער קלאר ארויס דעם מצב מיט זיינע מעלות און חסרונות. אבער איין קליינער (אפשר א גרויסער) תיקון דארף איינגעפיהרט ווערן. אז די עלטערן זאלן לייגן א שטארקן דגוש אז די קינדער זאלן ליינען מעשה ביכלעך אויף אידיש. היינט איז פאראן זייער א סאך מעשיות פון סיפורי צדיקים. די עלטערע קינדער מעגן אויך ליינען די ערליכע אידישע צייטונגען און זשורנאלן ווי דער שטערן/שפאקטיוו און אנדערע. אבער אז מ'איז פארנומען מיט איסורים, קונמות וחרמות קומט מען נישט אן אין ערגעץ. :roll:
בערל_פרוכטבייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:37 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בערל_פרוכטבייסער »

למעשה רוב היינטיגע אינגעלייט קענען נישט קיין אידיש און נישט קיין לשה"ק (עברית בלע"ז), עכ"פ די יסודות פון שרייבען
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די געציילטע וועלכע ציילן זיך נישט אינעם "רוב" און קענען יא - פון וואו לערנען זיי דאס?
"דער שטערן" לערנט דען אויס וואס מיינט אביעקטיוו וכדומה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

[tag]יאנקל[/tag]: (וואו איז ער דארט, דער אגודל סמיילי? אה! היער ווהי גאו) :like
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
פארשפארט