יאיר האט געשריבן:איך פערזענליך קלער אז וויזניץ האט א געוויסע פשטות און אמת'דיגקייט און נאטורליכע תמימות וואס דאס ברענגט אז ווייניגער זאלן אוועקפאלן. דהיינו, די אמונה פשוטה איז נישט קיין סיבה, ס'איז א סימן, ודוק.
וכמאמר הכתוב, אין שכל אין דאגות.
למעשה האט איר לכאורה פארזעהן די אמת'ע טעם פארוואס אין וויזני'ץ איז דא וויניגער אפגעפארענע. (בהנחה אז די סטאטיסטיק איז בכלל ריכטיג). עס איז פשוט אז דאס איז וויבאלד כידוע איז וויזניצ'ער רבי שליט"א שטארק מקפיד אז די פאות זאלן נישט וואקסען לענגער פון דער שיעור, וויבאלד ווען עס איז לענגער פון שיעור ברענגט דאס קליפות, און די קליפות זיי ברענגען אריין ספיקות אין אידישע הערצער. כידוע כל זה פון פארצייטישע צדיקים.