בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:52 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:איך פערזענליך קלער אז וויזניץ האט א געוויסע פשטות און אמת'דיגקייט און נאטורליכע תמימות וואס דאס ברענגט אז ווייניגער זאלן אוועקפאלן. דהיינו, די אמונה פשוטה איז נישט קיין סיבה, ס'איז א סימן, ודוק.

וכמאמר הכתוב, אין שכל אין דאגות.

למעשה האט איר לכאורה פארזעהן די אמת'ע טעם פארוואס אין וויזני'ץ איז דא וויניגער אפגעפארענע. (בהנחה אז די סטאטיסטיק איז בכלל ריכטיג). עס איז פשוט אז דאס איז וויבאלד כידוע איז וויזניצ'ער רבי שליט"א שטארק מקפיד אז די פאות זאלן נישט וואקסען לענגער פון דער שיעור, וויבאלד ווען עס איז לענגער פון שיעור ברענגט דאס קליפות, און די קליפות זיי ברענגען אריין ספיקות אין אידישע הערצער. כידוע כל זה פון פארצייטישע צדיקים.

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:00 am
דורך אחד העם
לעיקוואד האט געשריבן:וכמאמר הכתוב, אין שכל אין דאגות.


וממשיך הכתוב;
ואם אין דאגות אין שכל, ואם אין שכל אין אמונה, ואם אין אמונה אין כפירה, דכפירה לסתור האמונה היא באה, וזה הוא הטעם הנכון שבוויזניץ ודומיהן אין כופרים, דאם אין כפירה אין כופרים, ואם אין כופרים, יש פארענטשעס ושטולינט וקוגל ובעקישטעס ופתקאות ופדיונות וכו' וכו'

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 9:52 pm
דורך גאנצל
איך פארשטיי בכלל נישט מיט וואס די אמונה ווערט שטערקער דורכ'ן זינגען 100 מאל נאר אמונה מיט וואס ווערט ער קלוגער פון פריער וואס גלייבט ער מער פון פריער אז זיין אמונה פשוטה איז גענוג שטארק וואס דארף עס אזויפיל אריין באקן אין זיך?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 28, 2013 11:53 pm
דורך דעת תורה
נארישקייטן, אמונה איז א מצוה אריין צו באקן אין זיך, אמווייניגסטנס לויט די ראשונים וואס רעכענען אמונה פאר א מצוה. איך רעד שוין נישט פון די חסיד'ישע ווערטלעך און טייטשן עיבער דעם ענין, ווי "האמנתי - כי אדבר". אדער "אבדה האמונה [ווייל] נכרתה מפיהם" וכדומה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:34 pm
דורך גאנצל
האמנתי כי אדבר מיינט נישט איבערזאגן צוואנציג מאל א שעה נאר אמונה סתם לופטיגע אמונה איז קיין אמונה אפשר פאר קליינע קינדער

האמנתי כי אדבר מיינט מ'רעדט פון אמונה מ'דערגרונוועט זיך אין אמונה מ'פארשטייט אמונה מ'פארציילט זאכן וואס שטארקן די אמונה מ'פרעגט און מ'ענטפערט און מ'בויעט אויף א אמת'ע אמונה אוודאי קען מען נישט אלעס פארשטיין אבער וויפיל מ'קען פארשטיין דארף מען זוכן צו פארשטיין פארשטייסט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 11:27 am
דורך [NAMELESS]
דעמאלס איז עס נישט האמנתי כי אדבר, עס האט נישט קיין שייכות מיט דיין דיבור, עס האט א שייכות מיט דיין הבנה.